☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » עקסידענט מיט בחורים אויף BQE שבת

עקסידענט מיט בחורים אויף BQE שבת

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1160

ידען » מוצ"ש יולי 21, 2012 11:58 pm

· #26757
עקסידענט מיט בחורים אויף BQE שבת
כאב באקומען א טעקסט אז סע געווען א עקסידענט מיט בחורים אום שב״ק אויף די bqe.

נאכנישט זיכער אויב אמת אבער פון א גוטע source.

דעינעש » זונטאג יולי 22, 2012 12:12 am

· #26761
א רחמנות.

ענן כבד » זונטאג יולי 22, 2012 12:23 am

· #26769
אידישע בחורים? כ'גלייב נישט.

קלוג און יונג » זונטאג יולי 22, 2012 12:35 am

· #26774
האפענטליך איז קיין ערנסט נישט געשען.
אבער פאר דער עולם גייט באלד אנהייבן מצדיק זיין את הדין אויף זייער חשבון
לאמיר נישט פארגעסען אז אידישע בחורים האבען געהאט עקסידענטס אלע אנדערע טעג פון די וואך אויך.
סא דע הסתרת פנים בלייבט אינטעקט. ליידער

נולד מאוחר » זונטאג יולי 22, 2012 12:57 am

· #26786
בחורים דרייווען אין שבת אבער צייטונגען איז וויכטיג צי אסרן אזויווי באריכטעט אין אנדערע אשכול.
מסתצא האט דער שטרן געשריבן אז עפעס א רייכע גוי איז געפארן שבת .

אלבערט » זונטאג יולי 22, 2012 1:12 am

· #26794
מסתמא האט זיי איינער מאלעסטעט...

משכיל » זונטאג יולי 22, 2012 1:41 am

· #26806
איז דען דא א פראגראם פאר זיי ערגעץ ? האט זיי ווער אינוויטעט פאר שבת , סא וואס וויל מען פון זיי ?י

ניו יארק » זונטאג יולי 22, 2012 1:48 am

· #26813
דיטעילס?

טעלעפאן » זונטאג יולי 22, 2012 2:01 am

· #26822
עמיצער קען קאנפירמען אויב ס׳איז אמת?

יונגערמאנטשיק » זונטאג יולי 22, 2012 2:26 am

· #26833
משכיל
איז דען דא א פראגראם פאר זיי ערגעץ ? האט זיי ווער אינוויטעט פאר שבת , סא וואס וויל מען פון זיי ?י



דאס אז ס'נישטא קיין פראגראם פאר די בחורים אויף שבת איז קיין היתר צו פארן שבת אין א קאר.

איך גלייב נאכנישט די מעשה, איך ענטפער נאר פאר משכיל.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 2:26 am

· #26834
איך בין געווען אין א קאר דערנעבן, ס'נישט געווען קיין אידישע בחורים.

הדד בן בדד » זונטאג יולי 22, 2012 2:43 am

· #26837
משכיל
איז דען דא א פראגראם פאר זיי ערגעץ ? האט זיי ווער אינוויטעט פאר שבת , סא וואס וויל מען פון זיי ?י


יא, אברומי רובין האט זיי אינווייטעד, און ער האט באצאלט דערפאר אז מען האט אים איינגע'מושב'ט און עס ווארט אים יעצט א שווערער קאורט קעיס...

יונגערמאנטשיק » זונטאג יולי 22, 2012 3:01 am

· #26839
זר זהב
איך בין געווען אין א קאר דערנעבן, ס'נישט געווען קיין אידישע בחורים.



פון וואס רעדסטו?

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 3:06 am

· #26840
נאר א וויץ

איחוד פעלד » זונטאג יולי 22, 2012 9:33 am

· #26843
Re: עקסידענט מיט בחורים אויף BQE שבת
מן הסתם זענען זיי געפארען מיט א גויעשע דרייווער העלפען א חבר אין שפיטאל.
בכהאי גוונא קען מען אפשר מקיל זיין.
אנדרעש טאר מען נישט גלייבען אזעלכע מעשיות, די מעשיות ווערען פאבריצירט דורך שונאי הדת וואס ווילען קאלט מאכען אידישקייט...
בכלל קען מען פין דא זעהן ווי שעדליך טעקסט מעסעדזעס זענען, און איגלאי מילתא ווי גערעכט די מוכיחים זענען.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

טעפל » זונטאג יולי 22, 2012 11:06 am

· #26857
זר זהב
נאר א וויץ

פליז, מאך נישט אזאלעכע וויצען....
אין אדם משים עצמו רשע..

פריינדליך » זונטאג יולי 22, 2012 3:22 pm

· #26963
עס איז נישט דא קיין עדים מיט התראה, ישראך ע"פ שחטא ישראל הוא מסתמא עשה תשובה, חרטה בוואדי יש כאן,

יואליש » זונטאג יולי 22, 2012 3:37 pm

· #26964
א בחור האט א תאווה צו דרייווען, שבת האט זיך אים געמאכט די געלעגנהייט, ביג דיעל. זיי קענען נאך אויפשטעלן בתים נאמנים לה' ולתרתו אזש מ'וועט זיך רייסן זיך משדך זיין ציט זיי (באזירט אויף אן אמת'ע מעשה). אבער דאס ארומטראגן די בחורים'ס נעמען קען זיי אפשעכטן. קיינער וועט זיי פאר קיין איידעם נישט נעמען און דארט וועט זיך זייער אידיש לעבן ענדיגן.

משכיל » זונטאג יולי 22, 2012 3:56 pm

· #26970
יעצט גערעד מיט איינעם וואס האט געהערט די קאל עס איז געווען אויפן פראספעקט עקספרעסוועי ארום צוויי אזייגער נאכמיטאג עס האט זיך איבערגעדרייט א קאר מיט צוויי בחורים זיי זיינען געווען אויפן וועג קיין מאנהעטען

משולם שטיינפעלד » זונטאג יולי 22, 2012 4:01 pm

· #26972
יואליש
א בחור האט א תאווה צו דרייווען, שבת האט זיך אים געמאכט די געלעגנהייט, ביג דיעל. זיי קענען נאך אויפשטעלן בתים נאמנים לה' ולתרתו אזש מ'וועט זיך רייסן זיך משדך זיין ציט זיי (באזירט אויף אן אמת'ע מעשה). אבער דאס ארומטראגן די בחורים'ס נעמען קען זיי אפשעכטן. קיינער וועט זיי פאר קיין איידעם נישט נעמען און דארט וועט זיך זייער אידיש לעבן ענדיגן.

יאך קען איינעם וואס האט געדרייווט שבת, זיין נאמען איז ארומגעפארן, און אף על פי כן האט מען זיך געריסן....

אויב איז באשערט די שידוך, וועט גארניקס העלפן.

יואליש » זונטאג יולי 22, 2012 4:01 pm

· #26973
כ'בין בכלל נישט סופרייזט. מה שהיה הוא שיהיה.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 4:03 pm

· #26975
יעצט געהערט די זעלבע מעשה ממקור ממוסמך, און כגעפילטע ועוד ליואליש, ביטע נישט שרייבען די נעמען, אם תעזביני יום, מאכט זיי נישט שווערער די וועג אויף צוריק.

ידען » זונטאג יולי 22, 2012 5:26 pm

· #27043
מען טאר ממילא נישט שרייבן קיין נעמען דא אין קאווע שטיבל און איז פון די וויכטיגסטע תקנות וואס מען קען פארלירן רשות צו שרייבן דא.

ספיציעל אז מע רעד דא פון א זאך וואס זייער ווייניג ווייסן בכלל די נעמען פון די בחורים און בעלי שכל וועלן פארשטיין אז מען געט עס נישט ארויס פאר קיינעם.

איי וועסטע פרעגן פארוואס כאב עס ארויפגעלייגט? אז מע זאל וויסן ווי ווייט טעלעפאן קען ברענגען.

זעכער האט זיך עס אנגעהויבן מיט די אינטערנעט ווען מע האט ארומגעקיקט ווי מע קען גיין, אבער די טעלעפאן האט געשפיעלט א גרויסע ראלע, ווייל אזוי דורך די טמאנע כלי האט מען געוואר געווארן אז סע געווען א עקסידענט אויף די bqe און די שאנדע איז דורך דעם כלי משחית ארויסגעקומען.

היטס אפ ענקערע קינדער פון צירירן א טעלעפאן ח״ו.

NAVY SEAL » זונטאג יולי 22, 2012 5:54 pm

· #27069
נולד מאוחר
בחורים דרייווען אין שבת אבער צייטונגען איז וויכטיג צי אסרן אזויווי באריכטעט אין אנדערע אשכול.
מסתצא האט דער שטרן געשריבן אז עפעס א רייכע גוי איז געפארן שבת .

😂 😂 😂 😂 😂 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂

דעינעש » זונטאג יולי 22, 2012 6:20 pm

· #27095
משכיל
יעצט גערעד מיט איינעם וואס האט געהערט די קאל...

וואו איז די קאל אריינגעקומען, און ווער האט געקאלט וועם, און ווער האט דאס אויס געהערט,
ואחרון.. ווער האט ביים קאל פארציילט אז זיי זענען אידן.. פון ווי האבן זיי געוואוסט, האבען די בחורים דען פארציילט, הא יש למנוע חילול ה' בזה !?!, ..שוין א שוואכע מינוט נעבעך,

השית"ב יצילנו.

משולם שטיינפעלד
יאך קען איינעם וואס האט געדרייווט שבת, זיין נאמען איז ארומגעפארן, און אף על פי כן האט מען זיך געריסן....

אויב איז באשערט די שידוך, וועט גארניקס העלפן.

יואליש
זיי קענען נאך אויפשטעלן בתים נאמנים לה' ולתרתו אזש מ'וועט זיך רייסן זיך משדך זיין ציט זיי (באזירט אויף אן אמת'ע מעשה).

ריכטיג,

יתמו חטאים ולא חוטאים,

זאלן זיי נאר דערהערן די חיזוק ווערטער, בס"ד.