☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » טייערע חתונות, פארוואס?

טייערע חתונות, פארוואס?

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11596
בלאט: 1 2

קל וחומר » פרייטאג יוני 30, 2017 12:26 am

· #377312
Re: טייערע חתונות, פארוואס?
קען איינער דא בארעכטיגן דעם שריט פון נעמען א גאנצע קלאס פון אלע סארט בחורים, אריינגערעכענט בחורים מצוינים וואס זענען געזעצן און געלערנט, און זיין פארוואנדלען אין תהלים/משניות זאגער און באס דרייווער וכו'.

ולא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא. וד"ל.

ווילאנג איך האב נישט קיין תירוץ אויף דעם איז דער מענטש מופרך מכל. דאס ווייזט אז זיין גאנצע ווירטשאפט איז מאניפולאציע און תאות השררה.

יעצט הגם וואס איך בין איינשטומיג אז דאס חתונה מאכן ביליג איז א געוואלדיגע זאך און הלוואי זאל עס ווערן איינגעפירט, בין איך סקעפטיש איבער די מיטלען וואס זענען גענוצט געווארן צו איבערצייגן די מחותנים חתן וכלה צו טוהן אזא זאך.

דאכצעכמער » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:29 pm

· #411923
דריטע חתונה אן קיין חובות
אין די צייט וואס די אלגעמיינע מידיא טוט פארהוילן נייעס פון די אמת ביליגע חתונות עפאכע, שניידט זיך ר' יואל ראטה שליט"א זיין וועג מיט עקשנות דקדושה, און שטעלט צו חתונות פאר זיינע תלמידים "בחינם", וואס אחרי ככלות הכל קאסט אלע הוצאות החתונה פון איין צד קנאפע 10 אלפים...

אין די יעצטיגע מינוטן שטעלט מען די חופה פונ'ם דריטע חתונה, די דריטע מאל וואס כלל ישראל באקומט א וועק אפ קאל, יא! מען קען חתונה מאכן אן חובות!

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:37 pm

· #411926
וויפיל איז פרדס פיגא א זייט?

דאכצעכמער » מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:12 pm

· #423432
שא! פערטע חתונה אין שול
און אינדערצווישן ווי דער עולם האלט ביים וישן ויחלום שנית מען מעלקט און ווי קיען דער מיט די תקנות און דער מיט'ן פארדרייען א קאפ אויף קולמע שניידט ר' יואלי ראטה זיין 4'טע חתונה אין זיין בית מדרש
און...שששששששש וועק נישט אויף
וועסט נישט טרעפן אין קיין שום שופר פונ'ם חרדישן אומהאפהענגיגן ציבור וואס זאל בכלל רעדן דערפון
יא! ווען עס איז געווען א נייעסל האט מען עס צושמירט א לעגנסט און א ברייטס אבער יעצט אז איז ריאליטי "מוז" מען מאכן א שווייג אז נישט זעמיר גוט אין ד'רערד פארוואס מעלקט מען אונז און די בראצלעווע לאכן פון אונז אין די פויסטן

ניטאמאל קאווע שטיבל רעדט דערפון, מיר זענען אלע, יא סיסטעם נישט סיסטעם, קלאויס מיינדעד אפען מיינדעד, שטויסן יא די סיסטעם שטויסן נישט, אלע גייען מיר ווי וואוילע שעפעלעך

דאכצעכמער » מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:16 pm

· #423433
דאכצעכמער אויב אין מאך נישט קיין טעות, איים סארי עס איז די פינפטע חתונה

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 29, 2019 5:04 pm

· #423481
איך זעה נישט ווי אזוי חתונות אין זיין בית המדרש העלפט איינער וואס איז נישט פין זיין קהל. אין מיין בית המקדש ווי איך דאווען איז נישטא קיין אפציע צו מאכן א חתונה.

דאכצעכמער » דינסטאג יאנואר 29, 2019 7:06 pm

· #423486
אישתישבי
איך זעה נישט ווי אזוי חתונות אין זיין בית המדרש העלפט איינער וואס איז נישט פין זיין קהל. אין מיין בית המקדש ווי איך דאווען איז נישטא קיין אפציע צו מאכן א חתונה.

איך זע דא <a class="postlink" href="https://twitter.com/chizikaday/status/1090017329189134336">https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 9189134336</a> רעדט ער פון מאכן אז די זאך זאל אריינגיין אין די וועלט איך כאפ נישט פונקטליך וואס ער זאגט אויב איינער קען מסביר זיין ווי אזוי ער וויל עס זאל אריינגיין אין די וועלט

דאכצעכמער » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 5:18 pm

· #424515
כל הכבוד אויס מיט תנאים
.
דעאגירט געווארן צוליב מיס-אינפארמאציע

איסר האטלקי » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 9:01 pm

· #424527
נידער מיטן תנאים האט שוין סאטמאר און באבוב 45 איינגעפירט.

יהודי פשוט » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 11:21 pm

· #424532
Re: טייערע חתונות, פארוואס?
דאכצעכמער
קען זיין אז עס פעלט אויס א נייער אשכול בענין פלאש"ן געלט, גנבענען, כאפן הארץ אטאקעס... וואדעווער.. פאר י תנאים

לויט ווי איך הער מאכט ר' יואל ראטה א שידוך היינט ביי זיין עלסטע קינד און מען מאכט נישט קיין עקסטערע תנאים נאר הכל בכל מכל מאכט ער אינאיינעם בשעתן לחיים

אויב פירט ער דאס איין שפארט ער נאך א 3 4 אלפים און פיל חובות פאר אידישע קינדער

הלואי זאלן מיר כאטש דאס אדאפטירן אז נישט חתונה אין בית מדרש כאטש נידער מיטן תנאים
ער האט געמאכט א לחיים נעכטן אין וויליאמסבורג, היינט אין קרית יואל, און ער פלאנט צו מאכן א תנאים אויך...

דאכצעכמער » זונטאג דעצעמבער 1, 2019 10:42 pm

· #439415
[ציטאט אראפגענומען]

מי אני » מיטוואך יולי 8, 2020 12:08 pm

· #454041
די שטודיע/סורוועי האט געפונען א קארעלעישאן צווישן ווי מער מ'טוהט ספענדן אויף די דימאנט רינגעל און די חתונה נאכט, אלס ווייניגער האלט זיך די מערידזש (ווי אויך טאמער לייגט די חתן א גרויסע דגוש אויף די ווייב'ס שיינקייט). זיי האבן געפונען א פארקערטע קארעלעישאן: אז ווי ווייניגער מ'ספענדט אלס לענגער האלט זיך עס. הגם מ'קען מחלק זיין אז ביי די סעמפל פונעם אלגעמיינעם באפעלקערונג מיט וואס זיי האבן זיך באזירט, ברענגט דאס צו צו חובות פאר'ן פארפאלק גופא וואס דאס קען מען זאגן איז וואס שאדט זיי, משא"כ ממש אין אונזער געזעלשאפט וואו די חובות זענען נישט אויף זייערע פלייצעס (ממש).

זיי האבן אויך געפונען אז גיין אויף א האנימון (נישט קיין חילוק וויפיל ס'קאסט), האבן קינדער, "גיין אין שוהל", פרנסה, און וויפיל מענטשן האבן אנטייל גענומען אין די שמחה (עכ"פ מצד די חתן כלה אליין) זענען פאזיטיוולי קארעלעיטעד מיט א מערידזש וואס האלט זיך.
בלאט: 1 2