☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די פירצה און אונזער סאסייעטי

די פירצה און אונזער סאסייעטי

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11593

קאמענטירער » מיטוואך יוני 21, 2017 10:42 am

· #376257
די פירצה און אונזער סאסייעטי
נעכטען האט מען אריינגעשטאכען א שפיז אין די רוקענעס פון היימישע חסידישע בעלי שמחות-חובות, די זייפען באבעל פון 'דער און יענער' איז צוקראכט געווארען אויפן הארטען צומענעטענם באדען פון 'אן אמת'ע יידישע שמחה' יא סאיז שייך! סאיז שייך צו חתונה מאכען אויף א רואיגען און פרייליכען אופן!

ווען ביי מיר אינדערהיים קען איך מיר נישט פארגינען קיין פענסי דישעס -נישטא ווער סזאל עס וואשען- און איך באנוץ מיר מיט דיספאזעבל סטרייפאום געשיר, פארוואס ''מוז'' איך אהערשטעלן פאר די גאנצע שטאט א סעודה אין פערצעלאן דישעס, פיין סוועט מיר שמעקן זיך אהערשטעלן? ערלעדיגט כוועל שוין פארשאפען פון וועמען צו בארגען/ גנב'ען נאך א טויזענטער צוויי, אבער פארוואס איז עס אזא 'על כרחך'? און דאס איז איין משל מיני אלף פון אלע פארשווענדעריי און ארויסברענגעריי וואס סאיז געווארען ביי אונז א מאסט, פונקט ווי געבוירען ווערן און שטארבען אאו''וו

און דאס אלעס איז נעכטען אויפגעוויזען -מיט די חתונה אין די היכל הקודש- אז יא מיר קענען! מען מוז נישט אראפטאנצען פון דאך ווייל יעדער איינער טאנצט! איך ספענד וויפיל כקען מיך ערלויבען און לויט מיין מצב, איך דארף נישט כאפען קיין (עושר'דיגע) הארץ אטאק ווען איך פיר א פשוטע לעבן, ווייל פאר איין נאכט מוז איך מיר אהערשטעלן, מען קען נאך אסאך אויסשמועסן די גוטע פונקטען וואס אזא צווילע חתונה און ביהמ''ד ברענגט מיט זיך אבער כוועל עס איבערלאזען פאר די גוטע שרייבערס בתוכינו ( און אזוי אויך די זמנים סאיז געווען באקוועם פאר יעדן קיינער איז נישט געווען נערוועז וועגן די קומענדיגע טאג ואכמ''ל)

אבער מקען זיך נישט פארהוילען פון די גאנצע פיקטשער יא סאיז געווען א שיינע ערפארדעבל חתונה, אבער איך טראכט אז פארן עמך איד האט אזא חתונה נישט ממשות'דיג דורכגעבראכען אז ער זאל עס קענען נאכמאכען,

איינס, ווייל מהאט עס גענומען אויף צו אן עקסטרעמען לעוויל נישט קיין באקוועמע/ ספעציעלע טישען, טישטוך, דישעס, און נאך, אז סאיז אזא גרויסע ליסט און מרחק פונעם סטאנדארט אז כוואונדער זיך צו סאיז נישט 'שפשת מרובה לא שפשת'
2) די גאנצע עולם זאל חתונה מאכען אין בית המדרש כמיין? וואו גייט מען לערנען-דאווענען? בקיצור סאיז אפשר א דורכברוך אבער סאיז נישט קיין סעלושאן פארן ציבור
3) אפי' מיט אונזער טייערען סטאנדארט זענען דא וואס רעדן זיך אפ אז צוליב די רובי העם קע''ה האבען די חתונות עפעס אזא אפגעקילטען טעם פון א יידישע שמחה און סווערט עפעס אזא מצוות אנשים מלומדה, נו? קענסט דיך פארשטעלן וויאזוי א חתונה נאכט וועט אויסקוקען ווען סוועט זיין בערך אין די שטאפעל פון א וואכנאכט? ווי נישט ווי איז עס א מעמעד וואס שפילט זיך אפ איינמאל אין לעבן (האפענטליך..) וויאזוי זאלן זיך שפירען די צוויי ערוואקסענע בעלי דעת ווען זייערס א הויכפונקט איז געפראוועט געווארען כעין א טועמי' וועטשערע? ( פאר די דאזיגע חתונה מילא, די וועלט איז דאך אויפגעווען מיט דעם אבער די פערטע צו די צענטע וועלן דאך נישט האבן קיין אטענשאן אויך נישט)

אבער ווי פריער דערמאנט סנעמט נישט אוועק פון די גוטע חלקים פון די הנהגה טובה לכולי עלמא איז א געוואלדיגע טובה פאר יעדעם איינעם: דאס דורכברעכן די צוים און חומה אז מען מוז טון וואס יעדער טוט אפי' סהאט נישט קיין שום זין ( און אפי' ווען יא..)

שושן פורים » מיטוואך יוני 21, 2017 11:15 am

· #376263
לעבן פאר זיך מיינט לעבן פאר זיך כפשוטו, נישט אז איך ברויך נאכמאכן יענעם און נישט אז מיין נישט נאכמאכן יענעם ברויך זיין באזירט אויב יענער וועט קענען נאכמאכן מיין נישט נאכמאכן.

קורקלענד » מיטוואך יוני 21, 2017 11:23 am

· #376266
די לייק איז פאר די ערשטע האלב פון דיין הודעה און פאר דיין זארג נומער צוויי וואס איז גאנץ זאכליך.

אבער באמת גערעדט פארוואס דארף דיין הודעה א באזונדערע אשכול?

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 21, 2017 12:01 pm

· #376271
די גבירים וועלן מהיום והלאה נאכווייניגער דארפן געבן פר די ארימעלייט ווייל 'ער קען דאך חתונה מאכן אין ביהמד, אידאך נישט אזוי געפערליך'. און די מרחק צווישן די צוויי קלאסן וועט נאר ווערן ברייטער.

מנוחה ושלוה » מיטוואך יוני 21, 2017 12:05 pm

· #376273
די גבירים וועלן מיט די צייט אויך מאכן חתונה'ס ווי וואכנאכט'ס אין ביהמ"ד
ביי יעדע חתונה וועלן זיי האבן א עקסטרע 50 אלפים צו געבן פאר וויכטיגע צוועקן
די עניים וועלן בענעפיטירען.

תנחום » מיטוואך יוני 21, 2017 1:06 pm

· #376285
מ'דארף קודם אראפ ברענגן די סטאנדארטן פון וואכנאכטס בר מצוה און ש"ב און נאכדעם וועט מען קענען אראפ ברענגן די חתונה אויך. אזוי וועט מען זיך נישט דארפן זארגן אז די חתונה קוקט אויס ווי א בר מצוה

יעקב מענטש » מיטוואך יוני 21, 2017 1:13 pm

· #376287
טאמבל סאס
די גבירים וועלן מהיום והלאה נאכווייניגער דארפן געבן פר די ארימעלייט ווייל 'ער קען דאך חתונה מאכן אין ביהמד, אידאך נישט אזוי געפערליך'. און די מרחק צווישן די צוויי קלאסן וועט נאר ווערן ברייטער.

איז דאס א 'טענה', אדער א אבזערוואציע?

וואס איז דער פראבלעם פון א גרויסע אינקאם געפ?

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 21, 2017 3:18 pm

· #376317
אוודאי אן אבזערוואציע אבער אין די זעלבע צייט א טענה וואס פרעגט אויף די אופן ווי אזוי די סיסטעם ברויך אפיציעל צו ארבעטן.

איך האב אלס קינד קיינמאל נישט געזען אנדערע (קענטליכע) היימישע קינדער, יתומים אדער פלעין ארימעלייט זיך וואלגערן אין די בלאטעס הונגעריג און שטייען אין די שורה פאר א מאגערע פארציע פון די המשביע קיך. אבער אין די מעשה'לעך פון אמאל אין די גרויסע שטעט, לייענט מען אז אזוי איז געווען. איך וואונדער מיך ווען און ווי אזוי דאס וועט ווידעראמאל פאסירן.

וואלווי » מיטוואך יוני 21, 2017 3:19 pm

· #376318
תנחום
מ'דארף קודם אראפ ברענגן די סטאנדארטן פון וואכנאכטס בר מצוה און ש"ב און נאכדעם וועט מען קענען אראפ ברענגן די חתונה אויך. אזוי וועט מען זיך נישט דארפן זארגן אז די חתונה קוקט אויס ווי א בר מצוה


אין א וועג איז דאס אסאך גרינגער צו דורך פירן אויך.

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 21, 2017 3:31 pm

· #376322
מנוחה ושלוה
די גבירים וועלן מיט די צייט אויך מאכן חתונה'ס ווי וואכנאכט'ס אין ביהמ"ד
ביי יעדע חתונה וועלן זיי האבן א עקסטרע 50 אלפים צו געבן פאר וויכטיגע צוועקן
די עניים וועלן בענעפיטירען.

חלום שיין ווייטער...

איידער די שכחה שטויסט אריין, פארגעסט נישט אז די סיבה פאר די דאזיגע דורכברוך איז נישט ווייל בעצם קען מען ווייטער אנגיין נאר מען האט מחליט געווען אז ס'איז א שאד אוועקצופארן אידיש געלט; לאמיר עס אנשטאט געבן פאר צדקה וכדומה. די סיבה איז ווייל מען 'איז' יעצט געצווינגען אויף דעם. יא, די גבירים און די רעבעס קענען באשטיין עס צו בעקן. אזוי וועט מען ווינציגער קלאפן אויף זייערע טירן.

פופצן יאר געדענק איך שוין צעטלעך אין די שוהלן אויפפאדערן אויף 'עפארדעבל חתונות'. נישט קיין וואונדער ס'האט געדויערט אזוי לאנג. ווייל לא זכו איז בעיתה.

תורה ומדע » מיטוואך יוני 21, 2017 4:50 pm

· #376339
מער דארפען לוחם קעגן לוקסוס מער ווי אינטערנעט... די חרבונות וואס דאס ברענגט איז פי כמה למבינים.

ברסלבער » מיטוואך יוני 21, 2017 4:59 pm

· #376342
זייער גוט געזאגט, קאמענטירער. דער אמת איז אז די חתונה איז בכלל נישט געמאכט געווארן צו מאכן א דורכברוך אויף דער וועלט. דער עולם האט עס עפעס אזוי אנגענומען, אין די צייט וואס קהלת היכל הקודש האט עס געטון פשוט פאר זיך, פאר די אייגענע מענטשן, צו קענען גרינג חתונה מאכן, בכלל נישט זיך אריינצוברעכען אין די וועלט.
אזויפיל קען עס יא אויפטון אויף דער וועלט אז מענטשן וועלן אפשר לכבוד דעם כאטש אביסל אראפציפן פון די איבריגע הוצאות החתונות.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 21, 2017 5:15 pm

· #376344
Re: די פירצה און אונזער סאסייעטי
מ׳איז געקומען צום טשעבינער רב ער זאל חתמנ׳ן א צעטעל אז מ׳זאל נישט קויפען קיין דירה פאר די קינדער מער ווי דריי צימערען, און ער האט נישט געוואלט. ער האט מסביר געווען "קיינער גייט דאך נישט פאלגען דער צעטעל. נאר וואס? ווען ס׳קומט חתונה צו מאכען א יתום, וועלען די עסקנים זיך דערמאנען פון אזא צעטעל. הייסט׳ס מ׳חתמ׳ט וויי צו טוהן יתומים. דאס נישט"

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אפשר » מיטוואך יוני 21, 2017 8:47 pm

· #376378
טאמבל סאס
די גבירים וועלן מהיום והלאה נאכווייניגער דארפן געבן פר די ארימעלייט ווייל 'ער קען דאך חתונה מאכן אין ביהמד, אידאך נישט אזוי געפערליך'. און די מרחק צווישן די צוויי קלאסן וועט נאר ווערן ברייטער.


אדרבה, זאל טאקע זיין וואס פאר א גרעסערע מרחק. אזוי וועט נישט יעדע ארימאן דארפן נאך טאנצן דעם גביר

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:01 pm

· #376522
און אויך נישט אים פיטערן מיט כבוד און מאכט.

גראף » דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:09 pm

· #376582
Re: די פירצה און אונזער סאסייעטי
@אנאנים יא איך האב עס שוין באמערקט ווען סאטמער האט געמאכט די חתונה תקנות און איינער פון די זאכן איז געווען די פורנעטשור. קיטשען טיש מיט בענקלעך די ביליגסטע פון אייקיע, דיינונג ,בעדרום וכו'. בין איך געזעצען דעמאלסט מיט די משפחה ביי די יו''ט סעודות און מיינע פארמעגליכע שוואגער'ס האבן עס געשטיצט אלל די וועי אבער די אנדערע וואס מען שנארעט געלט ביי איעדע שידוך און אפילו סתם אזוי פאר ביללס זיי זענען געווען מלא טענות. וואס הייסט א ביליגע טיש?! עס זאל זיך צו ברעכן נאך א חודש?! פול מיט טענות.
די תירוץ האביך געטראכט איז אדער ווייל מען וויל זיך אליינס אומ באוויסטזיניג מאכן פילן בעסער אדער אויב איז עס נישט קיין געלט וואס מען שוויצט אליינס דערויף שפענדט מען גרינגער ווייל וואס ס'קומט גרינג גייט גרינג.


Sent from my XT1096 using Tapatalk