השנאה לטראמפ מקלקלת את השורה
אונזער אויפריכטיגע פרעסע (אטא ווארמביער)
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11592
פארענדיג היינט אויפן הייוועי האב איך געהערט אויפן רעדיא ווי מען זאגט יא קלאר אפען אז די נאורט קארעא האבן אים ערמארדעד.
וואו שטעקט די שיינקייט ווען מען באשולדיגט נישט א בלוט-דארשטיגע מדינה וואס האבן אומשולדיגערהייט אויף הונדערט פראצענט זיכער דערמארדערט א (אידיש, מאכט סיי ווי נישט אויס,) קינד?
נאכדערצו ווען מען רעדט פון א מידיע וואס יעדן טאג באקן זיי נייע מעשיות מיט קאנספיראציעס וואס זענען נישט געשטויגן און געפלויגן, און האבן נישט קיין שום מורא אז מארגן גייט ארויפשווימען די ווארהייט פון די מציאות, פונקט דא זענען זיי וואוילע און איידעלע לייט??
איך האף אז ביים שרייבן האסטו דאס געמיינט צו זאגן, @אנאנים טייערער, נאר מיין גלייכער - איין-גאנג פארשטאנד האט נישט געכאפט די וויץ וואס ליגט דערינטער...

אונזער אויפריכטיגע פרעסע מאכט אביסעלע מיט. פון איין זייט האט סי.ען.ען. געדארפט צוריקציען אויף אן ארטיקל און דריי דזשורנאליסטן האבן געדארפט רעזיגנירן.
פון די אנדערע זייט איז איצט ארויסגעקומען דורך דזשעימס או'קיף א ווידיאו פון זיצונגען ביים הויפטקווארטיר פון סי.ען.ען. וואס איז געכאפט געווארן באהאלטענערהייט. קען מען זעהן מער ווייניגער ווי פארזיכטיג אונזער אויפריכטיגע פרעסע איז.........

בשעת די דעבאטע האט קלינטאן געניצט א טענה אז זיבעצן אינטעליגענץ אגענטורן האבן מחליט געוועזן אז רוסלאנד האט געהעקט די די.ען.סי. אימעילס און עס איבערגעגעבן פאר וויקיליעקס. די אויפריכטיגע פרעסע האט אויך געהאלטן און איין פראפעלירן אט די נאראטיוו. די 'פעקט טשעקערס' האבן אויך מעיד געווען אז קלינטאן האט געזאגט די אמת.
למעשה שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נאר א קארגע פיר אגענטורן און אלע אנדערע האבן נישט מסכים געווען אויף די החלטה.
שטילערהייט האט די ניו יארק טיימס רעדאגירט אן ארטיקל צו פארעכטן יענע פעיק ניוז.

א שיינע איפאגראף וואס צייגט וויאזוי געציילטע יחידים מיט טיעפע טאשן קאנראלירן אונזער אויפריכטיגע פרעסע.
<a class="postlink" href="http://static2.businessinsider.com/image/4fd9ee1e6bb3f7af5700000a/media-infographic.jpg">http://static2.businessinsider.com/imag ... raphic.jpg</a>

אן אריכות פון אן ארטיקל אויף די די.ען.סי. לינק, וויאזוי אונזער אויפריכטיגע פרעסע רעכענען זיך נאר מיט פאקטן וואס שטימען מיט זייער אגענדע.
אונזער אויפריכטיגע פרעסע איז שוין ווייטער אין הייס וואַסער.........
.
[ציטאט אראפגענומען]
אויב מעג איך ציטירן, איך האב בכלל נישט רחמנות אויף אטא ווארמביער. איינער וואס גייט קיין צפון קארעא איז בבחינת מאבד עצמו לדעת