☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעיקינג: אייניקלעך קערן זיך צוריק קיין ראצפערט, אונגארן!

ברעיקינג: אייניקלעך קערן זיך צוריק קיין ראצפערט, אונגארן!

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11583

איש את רעהו » מאנטאג יוני 19, 2017 12:04 am

· #375733
ברעיקינג: אייניקלעך קערן זיך צוריק קיין ראצפערט, אונגארן!
א גרופע אידן פון ארה"ק וואס זיכן פאר ביליג דירות, פלאנען אין די נאנטע צייט צו זיך אריבערציען לארץ מגורי אבותיהם אונגארין !
פילע שתדלנים ארבעטן אויס די לעגאליטעטן אז מען זאל קענען באקומען די נויטיגע פאפירן, די דירות זענען יעצט פאר שפאט ביליג, פאר איין דאון פעימענט ביי אינז אין גלות ברוקלין קענט איר קריגן עטליכע אויסגעצאלטע הערליכע הייזער.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 19, 2017 12:18 am

· #375736
ישראלים כשהן יורדים... רח"ל.
אין גאנץ ארץ ישראל קען מען נישט טרעפן נאך אזוי ביליג?
משוגעים.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 19, 2017 12:20 am

· #375737
הא? ביליג אין ארץ ישראל? ווען האסטו לעצט געטשעקט פרייזן דארט?

קלוגע יודל » מאנטאג יוני 19, 2017 12:25 am

· #375739
Re: ברעיקינג: אייניקלעך קערן זיך צוריק קיין ראצפערט, אונגארן
איש את רעהו
א גרופע אידן פון ארה"ק וואס זיכן פאר ביליג דירות, פלאנען אין די נאנטע צייט צו זיך אריבערציען לארץ מגורי אבותיהם אונגארין !
פילע שתדלנים ארבעטן אויס די לעגאליטעטן אז מען זאל קענען באקומען די נויטיגע פאפירן, די דירות זענען יעצט פאר שפאט ביליג, פאר איין דאון פעימענט ביי אינז אין גלות ברוקלין קענט איר קריגן עטליכע אויסגעצאלטע הערליכע הייזער.

האט עס עפעס מיט גיוס?
גייען זיי פון ארץ ישראל וועגן גיוס?

I'm back » מאנטאג יוני 19, 2017 12:39 am

· #375743
ער זעט א תגובה וואס א לץ האט געשריבן אין אייוועלט, און ער מאכט שוין אויף א אשכול דא מיט א גאנצע בארד...

איש את רעהו » מאנטאג יוני 19, 2017 12:42 am

· #375745
I'm back
א לץ האט געשריבן אין אייוועלט, און ער מאכט שוין אויף א אשכול

וואס ? ווי ?
עס איז שוין מפורסם א שטיק צייט איבער די פלענער, לעצטענס האבן עסקנים צוגעלייגט א האנט צו די ליגאלע פאפירן.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יוני 19, 2017 12:44 am

· #375746
Re: ברעיקינג: אייניקלעך קערן זיך צוריק קיין ראצפערט, אונגארן
קאווע טרינקער
ישראלים כשהן יורדים... רח"ל.
אין גאנץ ארץ ישראל קען מען נישט טרעפן נאך אזוי ביליג?
משוגעים.

וויפיל אידן וואלטן געוואלט עולה זיין צו אינזער לאנד, און דע וואוינען דארט און מופן ארויס פון דארט, פאטעטיק!!

בן אדם » מאנטאג יוני 19, 2017 3:15 am

· #375757
משיח גייט קומען קיין ארץ ישראל, און נישט קיין ראצפערט.

אישתישבי » מאנטאג יוני 19, 2017 7:48 am

· #375768
דער עיקר שאלה איז צו אויף זיי וועט חל זיין די תקנות פין מילהאוויץ.

צד אויף יא, היות עס איז נתקבל געווארען דורך די יושבי ראצפערט בשעתו ווערט עס קיינמאל נישט בטל.

צד אויף נישט, היות די אידען וואוינען שוין נישט דארט, און דאס איז אנדערע אידען.

צד אויף יא היות עס איז דא אידען וואס ביי זיי איז קיינמאל נישט נשתכח געווארען אז זיי זענען יוצאי אונגארען, איז יעדער וואס קומט צוריק פאלט ממילא צוריק אריין אין די גדר התקנה.

תן לחכם ויחכם עוד

diff » מאנטאג יוני 19, 2017 7:30 pm

· #375937
מאך נישט קיין חשבונות גיי שוין

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 20, 2017 1:42 am

· #376017
I beg to diff

יהודי פשוט » דינסטאג יוני 20, 2017 8:29 pm

· #376155
Re: ברעיקינג: אייניקלעך קערן זיך צוריק קיין ראצפערט, אונגארן
דער גאלדענער אדלער
קאווע טרינקער
ישראלים כשהן יורדים... רח"ל.
אין גאנץ ארץ ישראל קען מען נישט טרעפן נאך אזוי ביליג?
משוגעים.

וויפיל אידן וואלטן געוואלט עולה זיין צו אינזער לאנד, און דע וואוינען דארט און מופן ארויס פון דארט, פאטעטיק!!

זיי מאכן פלאץ פאר דע אנדערע וואס וויל אזוי פ שטארק וואוינען דארט

I'm back » דינסטאג יוני 20, 2017 10:38 pm

· #376186
ווי איז דער נענסטע איזראעלי קאנסולאט, אינעם גלילות פון ראצפערט?