ביי די זאכן איז א גרויסע חילוק צו וועם מ'גייט, אויב און ווען איך וועל עס מאכן וועל איך זיך לאזן קאסטן און גיין צו די בעסטע.
ס'דא לפחות דריי מיני פראסידזשערס וואס מ'מאכט,
LASIK, און
PRK, און LASEK, וואס איז ענדליך צו PRK. ס'דא חילוקי דעות וואס איז בעסער, לעיסיק ווערט שוין פראקטיצירט אין אמעריקע מיט די FDA עפראוואל פון די אנהויב ניינציגער יארן, די לעיזער חלק איז דוכט זיך די זעלבע ביי אלע, די חילוק איז ווי אזוי אנצוקומען אינעווייניג, מיט לעיסיק שניידט מען אויף א קליינע טירל אין די קארניע פונעם אויג, דערנאך רימאדעלט מען די פארום פונעם אינעווייניגסטע חלק פון די אויג מיט די לעיזער. PRK איז א רעלאטיוו נייערע פראסידזשער, וואס שניידט נישט אויף, נאר מ'קראצט אראפ א קליין חלק פון די דרויסענדע קארניע, און מ'מאכט די סוירדזשערי אזוי, ס'סאונד טאקע זייער פיינפול, אבער די קארניע וואקסט צוריק זייער שנעל און היילט זיך אויס אין געציילטע שעה. די אמעריקאנע מיליטער רעקאמענדירט PRK פאר קאמבאט דייווערס און free fall קאמאנדאוס וויבאלד די לעיסיק קען פאראורזאכן פראבלעמען ביי שנעלע שינוים אין פרעשור, און אין די ספעשעל אפערעישענס פארסעס לאזן זיי בכלל נישט אריין קיין לעיסיק פאציענטן, נאר PRK.
לעיסיק האט א שנעלערע היילונג פראסעס, און PRK האט א שטיקל קלענערע ריזיקע אויף סייד עפעקטס און קאמפליקאציעס, אבער מ'דארף אלעמאל וויסן אז אזוי ווי יעדע פראסידזשער, ווען מ'לייגט זיך אונטערן מעסער איז אלץ דא די קליינע ריזיקע אז דו וועסט זיין פון די איינס אין א טויזענט וואס וועט יא בלייבן מיט סייד עפעקטס.
ממילא, ביטע נעמט נישט אן מיין אדווייס ווי מעדיקאל עדווייס, נאר גייטס ארום פאר א סעקאנד אפיניען, און א דריטע, און א פערדע אויב ס'פעלט אויס.