☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חכמי לובלין: טאטע רופט סאטמאר רב צו הילף אין ישיבה

חכמי לובלין: טאטע רופט סאטמאר רב צו הילף אין ישיבה

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11579

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 18, 2017 9:59 am

· #375592
חכמי לובלין: טאטע רופט סאטמאר רב צו הילף אין ישיבה
עס געדענקט זיך ווי נעכטן, ווען הגר"ש וואזנער, בעל שבט הלוי, האט סוף ימיו (90+) געבעטן זיין זוהן רח"מ, בעל מחשבת הלוי, זאל איבערלאזן זיין רבנות פאסטען אין סאטמאר לאנדאן, און זאל אים קומען צו הילף מיט הנהגת ישיבת חכמי לובלין.

איצטער ווערט געמאלדן אז ס'זעלבע שפילט זיך יעצט איבער. רח"מ האט געלאזט רופן זיין זוהן, זיין ממלא מקום אין לאנדאן, רי"ב, זאל אים קומען צו הילף בהנהגת הישיבה.

diff » זונטאג יוני 18, 2017 10:22 am

· #375600
קינד פון א גרויסן טאטן איז א פראבלעים. אזווי רב יצחק יוסף

טמיר » זונטאג יוני 18, 2017 10:42 am

· #375601
Re: חכמי לובלין: טאטע רופט סאטמאר רב צו הילף אין ישיבה
איך ווייס נישט וואס די מעשה איז, אבער עס שמעקט מער פון צימעס ווי פון אן אומשילידיגע נייעס

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 18, 2017 10:45 am

· #375602
Re: חכמי לובלין: טאטע רופט סאטמאר רב צו הילף אין ישיבה
מז"ט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איסר האטלקי » זונטאג יוני 18, 2017 1:43 pm

· #375617
לאנדאן גייט זיך לכאורה נישט לאזן, מען גייט דאס פייטן עד הסוף. הכונו צום פרישן מערכה בין שבט הלוי לסאטמאר לאנדאן. מעמער זען ווער עס וועט געווינען.

איך אויך » זונטאג יוני 18, 2017 6:19 pm

· #375650
אלא מאי מוז מען זאגן אז צו זיין ראש ישיבת יח''ל איז היינט ווייט נישט דעם גרויסן כבוד וואס עס איז אמאל געווען.

למעשה האט סאטמאר א גרויסן פראבלעם. נעמט מען א אייגענער איז מען אריינגעפאלן מיט א צודרייטער דשיהאדיסט ווי ר' נתן יוסף, וואס די שטערקסע רעבעזיכרטינעליבראכע איז וועט דיר מודה זיין אז מען האט זיך נישט געקענט גענוג שנעל אפשאקלן פון עם. ווידער נעמט מען א פשוטע ארבייטער ווי ר' יוסף בנימין איז מען אריינגעפאלן מיט א השומרים בריוו שרייבער.

שמעון וואלף » זונטאג יוני 18, 2017 6:24 pm

· #375652
וואס איז געווען זייער חשבון ווען מ'האט אים אויפגענומען פאר רב, האבן זיי נישט געוויסט אז ביז אפאר יאר וועט ער זיי איבערלאזן?

איך אויך » זונטאג יוני 18, 2017 6:31 pm

· #375658
גראדע מיט זיין טאטע ר' חיים מאיר איז זיי גוט געלונגן. ער איז געווען א שטאטסמאן און א שטארק רעספעקטירטער רב ביי יעדעם. עס איז נישט קין סוד אז מצידו וואלט ער געבליבן ברומו של לאנדאן עד מאה ועשרים, ער דארף די גאנצע יחל/זכרון מאיר רבנות ווי א לאך אין קאפ. אבער ווען זיין טאטע זצ''ל האט עם באפוילן האט ער נישט געמאכט קיינע חשבונות נאר געפאלגט תיכף ומיד.

איסר האטלקי » זונטאג יוני 18, 2017 10:54 pm

· #375728
שמעון וואלף
וואס איז געווען זייער חשבון ווען מ'האט אים אויפגענומען פאר רב, האבן זיי נישט געוויסט אז ביז אפאר יאר וועט ער זיי איבערלאזן?

ער וואלט עס קיינמאל נישט איבערגעלאזט ווען עס גייט אים גוט דארט. אזוי פרי זיכער נישט.

אינטערסאנטער » דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:16 pm

· #376576
איך אויך
אלא מאי מוז מען זאגן אז צו זיין ראש ישיבת יח''ל איז היינט ווייט נישט דעם גרויסן כבוד וואס עס איז אמאל געווען.

למעשה האט סאטמאר א גרויסן פראבלעם. נעמט מען א אייגענער איז מען אריינגעפאלן מיט א צודרייטער דשיהאדיסט ווי ר' נתן יוסף, וואס די שטערקסע רעבעזיכרטינעליבראכע איז וועט דיר מודה זיין אז מען האט זיך נישט געקענט גענוג שנעל אפשאקלן פון עם. ווידער נעמט מען א פשוטע ארבייטער ווי ר' יוסף בנימין איז מען אריינגעפאלן מיט א השומרים בריוו שרייבער.


רבי נתן יוסף אין לאנדאן האט זייער גיט געפירט די שטאט לאנדאן, ער האט אויפגעבויעט די קהילה פון אלף ביז תיו פאר ווער עס ווייסט וויאזוי לאנדאן האט אויסגעקוקט פארדעים, און וויאזוי ער האט דאס פארוואנדעלט אין א צענטראלע שטארקע קהילה.

ער האט נאר געהאט דארט שטארקע רדיפות פון די (היינטיגע ארוינישע) ראשי קהילה, די זעלבע וואס פארטראגן זיך נישט היינט מיט דעם וואזנער.

ר' חיים וואזנער האט זיך זייער פארעלטערט און איז שוין נישט אקטיוו געהעריג, זיין זוהן דער ארוינישע סאטמאר רב גייט אים קומען צו הילף.

איך אויך » דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:32 pm

· #376577
איך ווייס נישט אויף וועלכע וועלט דו לעבסט אבער ר' נתן יוסף איז באקאנט אלס א צודרייטע דשיהאדיסט, ער האט פארשווארצט דעם פנים פון סאטמאר (סתם לדוגמה עיין ערך די איסור פון מענער צו שטופן קערידשעס) און יעדער האט זיך געפרייט ווען מען האט געזעהן זיין בעק.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:13 pm

· #376585
איך אויך, קרוך אראפ. רעד אביסל רוהיג.

איך אויך » דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:18 pm

· #376586
סאררי אבער שקר און פארדרייטע היסטאריע קאן איך בשום אופן נישט דערליידן.

גאנצל » דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:42 pm

· #376593
אינטערסאנטער
איך אויך
אלא מאי מוז מען זאגן אז צו זיין ראש ישיבת יח''ל איז היינט ווייט נישט דעם גרויסן כבוד וואס עס איז אמאל געווען.

למעשה האט סאטמאר א גרויסן פראבלעם. נעמט מען א אייגענער איז מען אריינגעפאלן מיט א צודרייטער דשיהאדיסט ווי ר' נתן יוסף, וואס די שטערקסע רעבעזיכרטינעליבראכע איז וועט דיר מודה זיין אז מען האט זיך נישט געקענט גענוג שנעל אפשאקלן פון עם. ווידער נעמט מען א פשוטע ארבייטער ווי ר' יוסף בנימין איז מען אריינגעפאלן מיט א השומרים בריוו שרייבער.


רבי נתן יוסף אין לאנדאן האט זייער גיט געפירט די שטאט לאנדאן, ער האט אויפגעבויעט די קהילה פון אלף ביז תיו פאר ווער עס ווייסט וויאזוי לאנדאן האט אויסגעקוקט פארדעים, און וויאזוי ער האט דאס פארוואנדעלט אין א צענטראלע שטארקע קהילה.

ער האט נאר געהאט דארט שטארקע רדיפות פון די (היינטיגע ארוינישע) ראשי קהילה, די זעלבע וואס פארטראגן זיך נישט היינט מיט דעם וואזנער.

ר' חיים וואזנער האט זיך זייער פארעלטערט און איז שוין נישט אקטיוו געהעריג, זיין זוהן דער ארוינישע סאטמאר רב גייט אים קומען צו הילף.


ער האט אויפגעבויעט די קהילה פון אלף ביז תיו

אהא פארוואס נישט ?

אינטערסאנט אז נאך לאנדאן האט דער מלפנים לאנדאן רב נישט געקענט בויען נאר עפעס א פארזעהנישט פון א קהלה אינעם דעמאלדיגן פארשטיפטן מאנסי..............

איך אויך » זונטאג יולי 9, 2017 10:08 am

· #378345
פונקט ליין איך יעצט אויף א''וו אז דער דשיהאדיסט ר' נתן יוסף איז אמאל געקומען פראווען א שבת מיט ארז אלברנץ ימש''ו.

איסר האטלקי » זונטאג יולי 9, 2017 1:05 pm

· #378366
הגה"ק רנ"י זצ"ל האט געפראוועט א שבת אין ירושלים, דער ימ"ש'ניק האט מיטגעהאלטן דעם שבת זייענדיג א פרומער קנאי. ער האט זיך געהאלטן פאר א סאטמארער.