☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער בלאט: טעראריזירט די גדולים פון בני ברק

דער בלאט: טעראריזירט די גדולים פון בני ברק

115 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11570
בלאט: 1 2 3

אחלק_שלל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 10:03 am

· #375207
דער בלאט: טעראריזירט די גדולים פון בני ברק
אוי איז דאס א חאזעריי, דאס איז שוין פונעם מחנה וואו אלעס ווערט געפירט אויסדריקליך נאר מיט אן אסיפת הרבנים בעפאר, און נישט בלויז דורך עסקנים וואס דרייען ביי די נאז, ער קומט נישט צום כינוס דער גרויסער חכם פון מה נשתנה, אנשטאט דעם האט ער א מעכטיגע איידיע, נעמט ענק אלע די פעדער'ס אין די הענט און פאנגט אן צו טעראריזירן שטיינמאן קנייבסקי איידלשטיין לאנדוי וכו' וכו'.

אוי רבש"ע וויפיל איז דער שיעור פון קטנות המוחין און טיפשות, ביז וואו נידריג קענען מענטשן פאלן אין די בלאטע צוליב תאוות השררה כבוד און מאכט, ס'איז א פחד היינט אריינצווואקן אין שוהל און זעהן ווי די נארמאלע אהרונים דרייען זיך ארום מיט פולע הויזן, נאכנישט גענוג זיך געשעמט מיט זייער שופר ביז היינט, נאר דאס האט זיי נאך אויסגעפעלט.

ירחם המרחם אויף די צעפראסקעטע נשמות.

IMG_1558.JPG

diff » דאנערשטאג יוני 15, 2017 10:22 am

· #375210
מזעט דער וויייטער בליק פונם ברך'ס איסור

בר דעת » דאנערשטאג יוני 15, 2017 10:31 am

· #375211
דער בלאט קומט אריין עכט קנאיש און ארגינעל סאטמאר. כ'מיין, ווען מען האנדדלט מיט גויים וואס פארשטייען נישט וואס אונז ווילן, מיילע, מאך פרעס רעליעסעס. אבער אז עס איז א אינסייד פרומע מערכה טוט מען נוסח סאטמאר פאוני קאולס וכו', האט מען דען גערופן יעקב שפירא צו געבן א דרשה קעגן זלמן לייב אדער צו אנברעכן יאסל וואלדמאן. זאכן ווערן מער ריעל און מען טוט וואס מען טוט עכט. אלד פעשאנד טעראר. אלזא דער מאנדרוי בחור וועט יעצט זיך קריגן מיט ר' דוב לאנדוי און ר' גרשון איידלשטיין, אזוי ווי אין די גוטע אלטע טעג ווען קלויזנבורג \ פיינשטיין \ לייטנער'ס נומער האט געהאנגען אויף די פובליק טעלעפאן פון די ישיבה על קברו זיי צו משכנע זיין די ריכטיגע דעת תורה דורך פאוני קאלס

אונטער חכם » דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:03 am

· #375217
דער חילוק איז אז ביז היינט פלעגט מען זאגן די טראק מיט אייער איז ביים קארנער קיינער זאל נישט ווארפן יעצט קומט מען ארויס אפן . (ווייל לוחם זיין מיטן שקר קען מען נאר מיטן אמת)

אחלק_שלל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:06 am

· #375219
ווער איז דער גרויסער פיקח וואס האט אויסגעוועלט די 9 נעמען, פארוואס דוקא 9, ווער זאגט אז זיי האבן עפעס א ווארט, וואס ווילן זיי נעבעך פון סלאנימער רבינ'ס זוהן ר' משה בארזובסקי, א פשוט'ער ציווילער בירגער, אויב עפעס שיק בריוון צו זיין טאטן דער סלאנימער רבי וועלכער איז אויך אין די מועצגה"ת, וואס ווילסטו פונעם זוהן.

און וואס עפעס ר' אביעזר פילץ און ר' ברוך ווייסבעקער? זיי זענען ניטאמאל אין מועצגה"ת. פארוואס נישט ר' בערל פאווארסקי, אדער ר' יצחק שיינער, וועלכע זענען אויך ראשי ישיבות און זענען אויך אין מועצגה"ת. און בכלל וואו זענען די חסידישע ראשי ישיבות? נאר פון בארזובסקי ווייסן זיי צו זאגן? וואו איז דער וויזשניצער בעלזער גערער ביאנער קלויזנבורגער ראש ישיבה?

ס'זעהט אויס ווי דער שטאקיגער אקס שמואל ווידער האט געעפנט א בני ברק'ער טעלעפאן בוך 3 אזייגער פארטאג'ס און געשאסן נעמען אין די וועלט אריין.

סאדאם חוסעין » דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:18 am

· #375220
אחלק_שלל

זיך צו טאנען אויף א בלאט, איז זייער נעריש אזוי ווי זיך טאנען וואס טראמפ טראכט.
עס איז א א יחיד/יחידים וואס איז/ענעןשרייבער אין די בלאט און דעי יחיד איז אזוי בייגעפאלן.
עס פארטרעט נישט קיינעם און מיט קיינעם זיך נישט אדורך גערעדט.

תמים » דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:25 am

· #375223
סאדאם חוסעין

גערעכט, אבער טאקע פונקט ווי טראמפס פאריקטע טוויטס ווערן דערנאך א מיינדסעט פון מיליאנען מענטשן, די זעלבע דא מיטן בלאט ער בלאזט ארויס א נ.. אין די טויזענטער ליינער גייען יעצט נעבעך שוויצן...

סאדאם חוסעין » דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:28 am

· #375224
תמים

קיינער גייט נישט שוויצען, אזוי ווי ווען די מעלות שרייבט עפעס אימאויסגעהאלטען, גייט די מעלות ליינער בכלל נישט שוויצען אפשר עס אויפהערן ליינען,
איז אויך ביי די בלאט, אויב איינער גייט שוויצען איז מיילעך דייטש פארן פארלירן קאסטעמער'ס חוץ פון דעם אינטערסירט עס קיינעם נישט די ליינער ליינען נאר פאר אינטערסאנטקייט

תמים » דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:31 am

· #375226
אויף וועלכע וועלט לעבסטו? דער בלאט שטעלט די ארונישע טאן שוין פאר באלד 20 יאר! לעצטנס אביסל שוואכער, אבער נאכאלץ די הויפט ווארטזאגער פון די פארטיי.. מיינע ארונים פריינט טוישן זייער ניגון יעדע דאנערשטיק צופרי אויף די לעצטערע מאורעות...

signout » דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:27 pm

· #375233
נאכנישט געטראפען אפילו איין חסיד פין מהר''א וואס זאגט אז דער בלאט פארטערעט אים, ביי צד מהרז''ל איז דער איד ממש שפייז אין זיי ווארטען דערויף וועכענטלוך קענסט זעהן ווי מ'פארקויפט עס אין די מהרז''ל שוהלען אבער ביי צד מהר''א וועסטו נישט זעהן אזא זאך (טראץ וואס צד מהרז''ל פלעגט אמאל אראפשטעלן די בילד פארקערט)

גאנצל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 1:29 pm

· #375246
איך פארשטיי אז אין די בריוון גייט מען שרייבן און שרייען הלמאי מ'האט געלייגט אזויפיל דרוק אויף

סקולען
פאפא
סקווירא
וויזניץ מאנסי
ראכמיסטריווקא
קראלי
קוטלער
וואכטפויגל
הורוויץ
ר' דוד מייזליש פון מאנטריאל וואס האט הערשט אין די לעצטע מינוט געקענט געבן זיין חתימה אויס שווערע דרוק
שאפראנער וואס האט הערשט אין די לעצטע מינוט געקענט געבן זיין חתימה אויס שווערע דרוק

נישט צו קומען צום מעכטיגן כנוס און דורכדעם דארף מען זיך פרייען מיט טענקע און קאשוי
אויך האבן זיי געלייגט שרעקליכע אומדערהערטע דרוק אויף
ר' דוד מייזליש פון מאנטריאל וואס האט הערשט אין די לעצטע מינוט געקענט געבן זיין חתימה אויס שווערע דרוק
שאפראנער וואס האט הערשט אין די לעצטע מינוט געקענט געבן זיין חתימה אויס שווערע דרוק

גייט מען בעטן די ר"י און פארשרייען אז מ'טוט נישט אזאנס מיט אידן

גאנצל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 1:37 pm

· #375250
גדולי הדור...........

זיי האבן דאך געלייגט דרוק דארף מען עס פאדערן פון זיי

ער קען שוין נישט טראכטן גראד

יעקב מענטש » דאנערשטאג יוני 15, 2017 1:43 pm

· #375252
חברה!

הערטס אויף צו פארצימעסן יעדן אשכול איבער גיוס

גאנצל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 1:46 pm

· #375254
דער אשכול איז דאך א שטיק צימעס

אויסגעבלאזענע צארן פון א פרייליכע הכתרה........

איך פארטיי בכלל נישט ווער קוקט נאך אויף דער בלאט מ'האלט דאך שוין נאכ'ן לוי'

signout » דאנערשטאג יוני 15, 2017 2:04 pm

· #375257
[ציטאט אראפגענומען]

כ'קען בארגען דיין ספינקער?

גאנצל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 2:34 pm

· #375260
דו גייסט זיך טענה'ן מיט אים ער איז דאך אריין אין דמיון לענד

איך וויל דיר פעגן מר סיינאוט לאמיר פראבירן טראכטן ווי וואלט געווען די מעשה פארקערט ווען ר' שמואל ווידער רופט אויס אז ער גייט מאכן א כנוס מיט אלע שיכטן און קרייזן און ער בלייבט ווען מיט שוואכע רבבה וואס עס וואלט זיך געטון דא ...... בערג אויף בערג מיט אשכולות ווי ר' אהרן קן זיך נישט הייבן די קאפ און כל מיני דברי בלע וואס קען נאר זיין

ס'האט זיך אויסגעשטעלט פארקערט אז ר' שמואל ווידער האט עס יא בוויזן און זייער שמייליגער קריגס מיניסטער יצחק שטערן האט נישט געקענט פינטל

זאל עס זיי נישט אראפירן פון גלייכגעוויכט ??

איינערער » דאנערשטאג יוני 15, 2017 2:37 pm

· #375262
diff
מזעט דער וויייטער בליק פונם ברך'ס איסור

נישט געזארט, ס'וועלען גיין יעצט אזויפיל בריעוו'ן וויפיל עס זענען געגאנגען ווען דער בעל האיסור האט געהייסען ו' שבט שרייבען...

אחלק_שלל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 2:44 pm

· #375264
גאנצל
ס'האט זיך אויסגעשטעלט פארקערט אז ר' שמואל ווידער האט עס יא בוויזן און זייער שמייליגער קריגס מיניסטער יצחק שטערן האט נישט געקענט פינטל

זאל עס זיי נישט אראפירן פון גלייכגעוויכט ??

מיר האט מען אויסגעלערנט אז אראפ פון גלייכגעוויכט מיינט ווען איינער לייקנט אינמיטן טאג אז די זון שיינט
דער היינטיגער פראנט פעידזש פון בלאט רעדט פאר זיך אליין, און פארציילט פאר יעדן אין וואספארא גייסטישע מצב שמואל ווידער געפינט זיך איצט
שאץ נישט אונטער דיינע ליינער'ס, זיי דארפן נישט קיין קעפשענ'ס, זיי פארשטייען גאנץ גוט אן עסק.
זיי האבן היינט געזעהן דעם העדליין אין בלאט און זיי האבן עס גוט פארשטאנען, וויפיל דו גייסט פרובירן מישן דא א קאשע מאכסטו נאר ערגער.
אפשר זענען נאך דא אפאר בחורים וואס האבן עס נישט פארשטאנען, פאר זיי וועט אי"ה זיין צוגעשטעלט א מוצ"ש דרשה וואו מ'וועט זיי עס פיטערן מיט א לעפל אין מויל

גאנצל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 2:51 pm

· #375265
איך וויס שוין נישט ווען ס'איז ביי דיר טאג און ווען נאכט

יצחק שטערן האט נישט געקענט אויספירן און שמואל ווידער יא דאס האט דאך יעדער געזען א ' חקת איז יא געווען ווי געפלאנט און א' שלח נישט

ווער דארף נאך דער בלאט צו זעין ווער ס'איז צושרויפט

#ליימענע קעלבלעך

signout » דאנערשטאג יוני 15, 2017 2:59 pm

· #375267
קהל יטב לב האט ארויסגעהאנגען א מודעה <a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/235626.html">http://www.kikar.co.il/235626.html</a>
📎 4701311419204949537-account_id=1.jpg

אחלק_שלל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:05 pm

· #375268
שוואנצל, א' שלח שטעלט זיך ארויס צו זיין צען מאל א גרעסערע סוקסעס ווי א חוקת איז געווען, א' חוקת איז קיין חכמה נישט געווען, דא איז געווען א סורפרייז, הן מבחינת דעם ציבור און הן מבחינת דעם אפקלאנג.

דער א' שלח פראטעסט האט אפגעקלינגען אין די גאנצע וועלט הונדערט מאל אזויפיל וויפיל א' חוקת. א ראיה האסטו אז א' חוקת האט זיי ניטאמאל געקראצט די לינקע אויער, און דא זענען זיי שוין פארנומען מיט א יהודה ראבי שוין פיר טעג אין א ציה, און זיי קריכן נאכנישט ארויס פון דעם. (אפגערעדט פון דעם גיפטיגן קאמפיין בעפאר דעם כינוס, וואס א' חוקת איז נישט געווען קיין זכר דערפון)

לסיום האב איך שטארק הנאה האסט אראפגענומען דעם ר' פונעם אויסווארף.

גאנצל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:06 pm

· #375269
תירוצים תירוצים

דער מציאות שרייט ער האט יא געקענט און ער נישט

נעקסט קעיס

אחלק_שלל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:08 pm

· #375270
signout
קהל יטב לב האט ארויסגעהאנגען א מודעה

יכה יוסי את יוסי, לאמיר וואונטשן ביידע זייטן גרויס הצלחה בכל מעשי ידיהם
און בפרט שמואל ווידער'ן עמער וואונטשן ס'זאל אים גיין אזוי גוט זיין גאנץ לעבן ווי ס'איז אים געגאנגען די וואך פר' שלח תשע"ז

diff » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:09 pm

· #375271

אחלק_שלל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:10 pm

· #375272
גאנצל
תירוצים תירוצים

דער מציאות שרייט ער האט יא געקענט און ער נישט

נעקסט קעיס

אוי ביסטו זיס, מתוק מזפת, ממש צו צעקישן, דערמאנסט מיר די אלע העדליינס פון בלאט פון יארן צוריק דורכאויס אייערע נצחונות אין קאורט. לעבעדיג יאנקל...

גאנצל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:11 pm

· #375273
אויב דער הבהרה איז אמת אלל די כבוד פאר די ראשי הקהלה

און איך לייג אוועק מיין בריוו וואס איך האב אנגעהויבן שרייבן.............

signout » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:13 pm

· #375274
דרך אגב פאר די היפאקריטן פין צד מהרז''ל וואס שטערט פליצלינג כבוד התורה...
📎 ZALY VS SHTEINMAN.JPG

גאנצל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:14 pm

· #375275
אחלק_שלל
גאנצל
תירוצים תירוצים

דער מציאות שרייט ער האט יא געקענט און ער נישט

נעקסט קעיס

אוי ביסטו זיס, מתוק מזפת, ממש צו צעקישן, דערמאנסט מיר די אלע העדליינס פון בלאט פון יארן צוריק דורכאויס אייערע נצחונות אין קאורט. לעבעדיג יאנקל...

בלאט זיס און אלעס ארום חוץ פון די מציאות.........

איך פארשטיי דיין ווייטאג איך וואלט אויך אזוי געטון

נאכאמאל טאמער דו ווייסט נישט פון וואס איך רעד דא שמואל ווידער א חקת געווען ווי געפלאנט יצחק שטערן א שלח נישט

אחלק_שלל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:15 pm

· #375276
גאנצל
אויב דער הבהרה איז אמת אלל די כבוד פאר די ראשי הקהלה

און איך לייג אוועק מיין בריוו וואס איך האב אנגעהויבן שרייבן.............

דרייט רעכט'ס, דרייט לינק'ס, פאראויס, צוריקצווועגס, האקסט א לעבן דו, הא?
דיין פראבלעם איז אז דו מיינסט אז דער ציבור וואס לייענט דא זענען אויך אזעלכע קיהען ווי דו.

איסר האטלקי » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:16 pm

· #375277
גאנצל

איך פארשטיי דיין ווייטאג איך וואלט אויך אזוי געטון

נאכאמאל טאמער דו ווייסט נישט פון וואס איך רעד דא שמואל ווידער א חקת געווען ווי געפלאנט יצחק שטערן א שלח נישט

יא יא, אמאל איז דא בעסער ווי געפלאנט.

גאנצל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:17 pm

· #375278
שיינע נחמה

יך האב הנאה פון דיר דו נעמסט אן די נחמה אויפ'ן בעסטן אופן

גאנצל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:19 pm

· #375279
אחלק_שלל
גאנצל
אויב דער הבהרה איז אמת אלל די כבוד פאר די ראשי הקהלה

און איך לייג אוועק מיין בריוו וואס איך האב אנגעהויבן שרייבן.............

דרייט רעכט'ס, דרייט לינק'ס, פאראויס, צוריקצווועגס, האקסט א לעבן דו, הא?
דיין פראבלעם איז אז דו מיינסט אז דער ציבור וואס לייענט דא זענען אויך אזעלכע קיהען ווי דו.

דו האסט מיך געזען דרייען

דער בלאט שרייבט א זאך

די ראשי הקהלה האבן עפעס קעגן דעם אונז נעם מיר אן וואס קהל זאגט

וואס איז נישט פארשטענדליך ?

אחלק_שלל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:23 pm

· #375280
גאנצל
אחלק_שלל
גאנצל
תירוצים תירוצים

דער מציאות שרייט ער האט יא געקענט און ער נישט

נעקסט קעיס

אוי ביסטו זיס, מתוק מזפת, ממש צו צעקישן, דערמאנסט מיר די אלע העדליינס פון בלאט פון יארן צוריק דורכאויס אייערע נצחונות אין קאורט. לעבעדיג יאנקל...

בלאט זיס און אלעס ארום חוץ פון די מציאות.........

איך פארשטיי דיין ווייטאג איך וואלט אויך אזוי געטון

נאכאמאל טאמער דו ווייסט נישט פון וואס איך רעד דא שמואל ווידער א חקת געווען ווי געפלאנט יצחק שטערן א שלח נישט

איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט? ווי אלט ביסטו?

א' שלח איז געגאנגען אלעס ווי געפלאנט ב"ה, מיט זעלטענע סייעתא דשמיא באגלייט, נאר איין שלימזל איז נעבעך געבליבן אינדערהיים אין צאנז ק. און מ'קען פארשטיין אז איצט שפירט ער ווי אן אבל, ס'איז נאטורליך ביז גאר.

דו האסט א קורצן זכרון דו געדענקסט נישט אז קאטלער איז דעמאלט'ס אויך נישט אנגעקומען, און דעמאלט'ס האט ער זיך געשוואוירן פון דיין רבי'ן אז ער קומט. נאר ר' אלי' בער מיט ר' אהרן שעכטער זענען געקומען.

אחלק_שלל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:25 pm

· #375282
גאנצל
אחלק_שלל
גאנצל
אויב דער הבהרה איז אמת אלל די כבוד פאר די ראשי הקהלה

און איך לייג אוועק מיין בריוו וואס איך האב אנגעהויבן שרייבן.............

דרייט רעכט'ס, דרייט לינק'ס, פאראויס, צוריקצווועגס, האקסט א לעבן דו, הא?
דיין פראבלעם איז אז דו מיינסט אז דער ציבור וואס לייענט דא זענען אויך אזעלכע קיהען ווי דו.

דו האסט מיך געזען דרייען

דער בלאט שרייבט א זאך

די ראשי הקהלה האבן עפעס קעגן דעם אונז נעם מיר אן וואס קהל זאגט

וואס איז נישט פארשטענדליך ?

דו ביסט פארנומען צו מסביר זיין דעם בלאט בכל מיני אופנים, און אזוי ווי דו זעהסט דעם בריוו געסטו זיי אלל די כבוד, אשאד צו רעדן מיט דיר, דו פארגעסט ממש אין מינוטן וואס דו האסט פריער געשריבן, אדער אין דערנעבנדיגע אשכולות

בן ישי » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:31 pm

· #375285
אלל קרדיט פאר קהל יטב לב פארן ארויס קימען מעט א קלארע בריוו אקעגן די טיפשום.

בן ישי » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:43 pm

· #375286
<a class="postlink" href="https://twitter.com/srulibesser/status/875389888425852928">https://twitter.com/srulibesser/status/ ... 8425852928</a>
<a class="postlink" href="https://twitter.com/srulibesser/status/875393530184728578">https://twitter.com/srulibesser/status/ ... 0184728578</a>
<a class="postlink" href="https://twitter.com/srulibesser/status/875401846071975936">https://twitter.com/srulibesser/status/ ... 6071975936</a>
<a class="postlink" href="https://twitter.com/srulibesser/status/875412201577750528">https://twitter.com/srulibesser/status/ ... 1577750528</a>
<a class="postlink" href="https://twitter.com/AryehErlich/status/875408968839036928">https://twitter.com/AryehErlich/status/ ... 8839036928</a>
<a class="postlink" href="https://twitter.com/AryehErlich/status/875427209175064579">https://twitter.com/AryehErlich/status/ ... 9175064579</a>
שרייבערס פון משפחה לאזן זיך הערן איבער דעם בלאט, ער שרייבט אז די רבי גייטס געבן א דרשה וועגן דעם צייטונג, איז עס אמת?

בן ישי » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:45 pm

· #375287
אינטערסאנט ווי איינער ראגירט דארט אז זיי האבן עס געטוהן כדי מ'זאל רעדן וועגן זיי אין נישט וועגן דעם פראטעסט... ניסוח טראמפ.

אחלק_שלל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:55 pm

· #375292
זיבעצן יאר האט געדויערט אז די אהרונים זאלן זיך אפציעל אפשאקלען פונעם מנוול ומוכה שחין שמיל ווידער.

זיבעצן יאר פון פיטערן די יוגענט מיט גיפט, שמוץ, און זלזול וליצנות, דברי טיפשות והבלי הבלים, עקלדיגע געלע דזשורנאליזם.
זיבעצן יאר פון שרייבן דברי זלזול און נבלה קעגן רביה"ק מסאטמאר, ומ"מ רביה"ק הברך משה, ווי געדענקט

איצט האבן זיי זיך דערמאנט און זיי לויפן ארום צוזאמענעמען דעם בלאט פון די געשעפטן, נאך וואס די גאנצע וועלט שטייט און וואונדערט זיך וויאזוי זיי טונקען אינעם טיפן זומפ וואו שמיל ווידער האט זיי איינגעטינקען

איר האט פארשפעטיגט די באן, ס'איז אביסל צו שפעט...

בן ישי » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:03 pm

· #375296
ס'זעהט נישט אויס ווי דיר שטערט די קאווער פון די וואך....די פריידסט דיך מיט דעם קאווער וויבאלד עפעס אנדערש שטערט דיך....

signout » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:07 pm

· #375298
אחלק_שלל
זיבעצן יאר האט געדויערט אז די אהרונים זאלן זיך אפציעל אפשאקלען פונעם מנוול ומוכה שחין שמיל ווידער.

זיבעצן יאר פון פיטערן די יוגענט מיט גיפט, שמוץ, און זלזול וליצנות, דברי טיפשות והבלי הבלים, עקלדיגע געלע דזשורנאליזם.
זיבעצן יאר פון שרייבן דברי זלזול און נבלה קעגן רביה"ק מסאטמאר, ומ"מ רביה"ק הברך משה, ווי געדענקט

איצט האבן זיי זיך דערמאנט און זיי לויפן ארום צוזאמענעמען דעם בלאט פון די געשעפטן, נאך וואס די גאנצע וועלט שטייט און וואונדערט זיך וויאזוי זיי טונקען אינעם טיפן זומפ וואו שמיל ווידער האט זיי איינגעטינקען

איר האט פארשפעטיגט די באן, ס'איז אביסל צו שפעט...

זעהט אויס ווי א שרייבער אין דער איד איז מגיב איבער די סומאטעכע פין דער בלאט אדער סתם א ליינער וואס האט זיך צוגעלערנט די שפראך

ליפא » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:08 pm

· #375299
😂
📎 IMG-20170615-WA0103.jpg

shem-tov » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:11 pm

· #375301
אלץ א נייטראלער סאטמארער שוין איך פשוט די אהרונים און די בלאט אבער איך קען נישט אויפקומען מיט עפעס א גוטע עצה זיי מוזן עפעס טון וואס זאל איבערשטייגן די זאליס והילד איננו עס איז נישטא קיין עצה...

אבער קוקס נאר אן וויאזוי די וועלט דרייט זעך. א חודש צוריק האט
ער געהאט די גרעסטע פייער פון די וועלט מיט ביליאנע מענטשן... און רז"ל האט נעבעך גארנישט געהאט. צוויי וואכן צוריק האט ער געהאט א מעכטיגע שבועות און א מעכטיגע נסיעה קיין סיגוט באגלייט מיט קנאקעדיגע עשירים אדירים בשעת רז"ל איז מאוס אויסגעשפילט מיט 200 יודן אין ראדני און פלוצלינג קפץ עליו רוגזו של שטערן ענד איטס קראמבלינג דאון... פארוואס ווייל כחו של אותו זקן איז חי וקים קיינער וועט עס קיינמאל נישט קענען היידשעקען

דער טאג א שלח וועט בלייבן איינגעקריצט ביי די טויזענטער סאטמארע חסידים אז היש ה' בקרבינו דעס איז דאך עפעס אזוי מין גוט געלונגען אז קיין שום בשר ודם האט דאס נישט געקענט אויספלאנען...

אחלק_שלל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:14 pm

· #375303
signout
זעהט אויס ווי א שרייבער אין דער איד איז מגיב איבער די סומאטעכע פין דער בלאט אדער סתם א ליינער וואס האט זיך צוגעלערנט די שפראך

דאס איז די גאנצע וואס דו האסט צו ענטפערן, וואו ביסטו געווען זיבעצן יאר? איצט רייסטו די האר פון קאפ?

signout » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:15 pm

· #375305
shem-tov
אלץ א נייטראלער סאטמארער שוין איך פשוט די אהרונים און די בלאט אבער איך קען נישט אויפקומען מיט עפעס א גוטע עצה זיי מוזן עפעס טון וואס זאל איבערשטייגן די זאליס והילד איננו עס איז נישטא קיין עצה...

אבער קוקס נאר אן וויאזוי די וועלט דרייט זעך. א חודש צוריק האט
ער געהאט די גרעסטע פייער פון די וועלט מיט ביליאנע מענטשן... און רז"ל האט נעבעך גארנישט געהאט. צוויי וואכן צוריק האט ער געהאט א מעכטיגע שבועות און א מעכטיגע נסיעה קיין סיגוט באגלייט מיט קנאקעדיגע עשירים אדירים בשעת רז"ל איז מאוס אויסגעשפילט מיט 200 יודן אין ראדני און פלוצלינג קפץ עליו רוגזו של שטערן ענד איטס קראמבלינג דאון... פארוואס ווייל כחו של אותו זקן איז חי וקים קיינער וועט עס קיינמאל נישט קענען היידשעקען

דער טאג א שלח וועט בלייבן איינגעקריצט ביי די טויזענטער סאטמארע חסידים אז היש ה' בקרבינו דעס איז דאך עפעס אזוי מין גוט געלונגען אז קיין שום בשר ודם האט דאס נישט געקענט אויספלאנען...
אלע מהרז''לס נייטראלירן זיך...

signout » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:21 pm

· #375307
אחלק_שלל
signout
אחלק_שלל
זיבעצן יאר האט געדויערט אז די אהרונים זאלן זיך אפציעל אפשאקלען פונעם מנוול ומוכה שחין שמיל ווידער.

זיבעצן יאר פון פיטערן די יוגענט מיט גיפט, שמוץ, און זלזול וליצנות, דברי טיפשות והבלי הבלים, עקלדיגע געלע דזשורנאליזם.
זיבעצן יאר פון שרייבן דברי זלזול און נבלה קעגן רביה"ק מסאטמאר, ומ"מ רביה"ק הברך משה, ווי געדענקט

איצט האבן זיי זיך דערמאנט און זיי לויפן ארום צוזאמענעמען דעם בלאט פון די געשעפטן, נאך וואס די גאנצע וועלט שטייט און וואונדערט זיך וויאזוי זיי טונקען אינעם טיפן זומפ וואו שמיל ווידער האט זיי איינגעטינקען

איר האט פארשפעטיגט די באן, ס'איז אביסל צו שפעט...

זעהט אויס ווי א שרייבער אין דער איד איז מגיב איבער די סומאטעכע פין דער בלאט אדער סתם א ליינער וואס האט זיך צוגעלערנט די שפראך

דאס איז די גאנצע וואס דו האסט צו ענטפערן, ?
דיין תגובה רעדט אסאך מער, שפתיים יושק

shem-tov » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:25 pm

· #375308
יעצט לאמיר נישט פאלירן טרעק עס פרייד זיך יעדע סאטמערער חסיד אז ביידע פארטייען זוכען זיך איבערצושטייגן ווער קען ווייזן מער קנאות דאס איז אונזער שטאלץ און כבוד און זאלן די שונאים פלאצן און כבוד שמים זיך מערען אבער אויף די מינוט האט כת רבי הארן איין נידערלאגע נאכן צווייטן און אלעס צוליב דעם מי בראש פראגע

I'm back » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:31 pm

· #375309
shem-tov
אלץ א נייטראלער סאטמארער שוין איך פשוט די אהרונים און די בלאט אבער איך קען נישט אויפקומען מיט עפעס א גוטע עצה זיי מוזן עפעס טון וואס זאל איבערשטייגן די זאליס והילד איננו עס איז נישטא קיין עצה...

אבער קוקס נאר אן וויאזוי די וועלט דרייט זעך. א חודש צוריק האט
ער געהאט די גרעסטע פייער פון די וועלט מיט ביליאנע מענטשן... און רז"ל האט נעבעך גארנישט געהאט. צוויי וואכן צוריק האט ער געהאט א מעכטיגע שבועות און א מעכטיגע נסיעה קיין סיגוט באגלייט מיט קנאקעדיגע עשירים אדירים בשעת רז"ל איז מאוס אויסגעשפילט מיט 200 יודן אין ראדני און פלוצלינג קפץ עליו רוגזו של שטערן ענד איטס קראמבלינג דאון... פארוואס ווייל כחו של אותו זקן איז חי וקים קיינער וועט עס קיינמאל נישט קענען היידשעקען

דער טאג א שלח וועט בלייבן איינגעקריצט ביי די טויזענטער סאטמארע חסידים אז היש ה' בקרבינו דעס איז דאך עפעס אזוי מין גוט געלונגען אז קיין שום בשר ודם האט דאס נישט געקענט אויספלאנען...

זיי מיר מסביר דער כוחו של אותו זקן.
פארוואס ארבעט עס אמאל יא, און אמאל נישט. פארוואס דויערט ביז סיון תשע''ז את דער כח פון דער אותו זקן זאל זיך באווייזן?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:32 pm

· #375310
Re: דער בלאט: טעראריזירט די גדולים פון בני ברק
צדיקים האבען גאר געזאגט אז א׳ שלח מיט א׳ שמות זענען געקניפט און געבינדען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אונטער חכם » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:39 pm

· #375311
Re: דער בלאט: טעראריזירט די גדולים פון בני ברק
גאנצל
תירוצים תירוצים

דער מציאות שרייט ער האט יא געקענט און ער נישט

נעקסט קעיס

"ער" האט יא געקענט צוזאמען מיטן ברודער, און "ער" האט נישט געקענט אליינס.

אונטער חכם » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:45 pm

· #375312
Re: דער בלאט: טעראריזירט די גדולים פון בני ברק
גאנצל
דו גייסט זיך טענה'ן מיט אים ער איז דאך אריין אין דמיון לענד

איך וויל דיר פעגן מר סיינאוט לאמיר פראבירן טראכטן ווי וואלט געווען די מעשה פארקערט ווען ר' שמואל ווידער רופט אויס אז ער גייט מאכן א כנוס מיט אלע שיכטן און קרייזן און ער בלייבט ווען מיט שוואכע רבבה וואס עס וואלט זיך געטון דא ...... בערג אויף בערג מיט אשכולות ווי ר' אהרן קן זיך נישט הייבן די קאפ און כל מיני דברי בלע וואס קען נאר זיין

ס'האט זיך אויסגעשטעלט פארקערט אז ר' שמואל ווידער האט עס יא בוויזן און זייער שמייליגער קריגס מיניסטער יצחק שטערן האט נישט געקענט פינטל

זאל עס זיי נישט אראפירן פון גלייכגעוויכט ??

גאנצל, איין זאך זעה איך דער בלאט רעדאקטאר איז ביי דיר "ר' " שמואל ווידער, זעהט אויס א שטיקל געפיל האסטו פאר דעם שלא כדברי סיינאוט.
בלאט: 1 2 3