☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » אשכול אן א טיטל #11561

אשכול אן א טיטל #11561

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11561

— » דינסטאג יוני 13, 2017 11:08 am

· #374852

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ברוך בער » דינסטאג יוני 13, 2017 11:29 am

· #374855
איך קלער אז אויב די פילטערס וועלן זיך נישט צושטעלן און בלאקן דעם ג'אסרט'ן איי וועלט וועט "השומרים" נישט האבן קיין ברירה נאר מפרסם זיי שוידערליכע מעשיות פון אינגעלייט וואס זייער גאנצע ירידה האט זיך אנגעהויבן אין איי וועלט. וואס קלערט איר, זיצט זיך א כולל אינגערמאן אויפן "משומר", יעדער אויף איי וועלט מיט די פילטערס האלטן מיט לעבעדיג די עלעקשאנס אויף סי ען ען, ווילאנג וועט נעמען ביז ער וועט זיך מיישב זיין איך בהמה דארף דא זיצן און פייגערן די גרינע זאלן "דראפבאקסן" די קליפס? ער וועט עס זען דירעקט און פון דארט תוצאותיו מי ישורנה און אזוי ווייטער די אלע פסוקים.

אישתישבי » דינסטאג יוני 13, 2017 12:08 pm

· #374861
הארפענעס געפעלט קאווע שטיבל בעסער.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 13, 2017 12:13 pm

· #374863
אנאנים:יישר כח פאר באלייכטן אונזערע אויגן מיט די נייעס אז דער אמת'ער פוסק הדור הרהגה"צ ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האט ארויסגעזאגט זיין חוות דעת. זיין דעת תורה קליפ און קלאר, אז ..."אייוועלט"...איז אסור...וואלט דאך געווען מסתבר אז אונזער קאווע שטיבל זאלל אודאי און אודאי זיין אסור. מכח קל וחומר. נאר אונז ווייסן דאך דעם כלל אז ..."אין למדין מקל וחומר"...עד שבא ליט-פאק. און ער וועט שוין אויפקומען מיט עפעס א ליט-פאק'ישן כאפ וואס קיין נארמאלער מענטש טראכט נישט דערפון...! ווייל סוכ"ס קאוע שטיבל פרעטענדירט נישט צו זיין ..."הייליג"...און די גבאים און אחראים מעקן נישט (דערווייל) אויב איינער זאגט ארויס א מיינונג וואס טוט אנרירן זייערע געפיהלן. נאר ממש ווען ס'רירט אן די יסודי הדת. ווי אפיקורסות אדער ניבול פה, רח"ל...! ממילא האמיר אונז נישט פון וואס מורא צו האבן. ווייל מ'האט זיכער נישט אונז געמיינט...!

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 13, 2017 1:00 pm

· #374879
פארוואס האט רב הרפנס נישט געווארט כאטש ביז די 17 בלעטער אשכול אויף די "צעקה" אלבוים בארוהיגט זיך?

גאנצל » דינסטאג יוני 13, 2017 1:03 pm

· #374883
ווי זאגט יענער אז דו אסר'סט שוין ברענג ארויס די ריכטיגע סיבה פ"וו עס איז אסור......

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 13, 2017 1:30 pm

· #374891
שוין. נאך 6 מינוט, איז דער אשכול אין אייוועלט פארקנאקט.

יואליש » דינסטאג יוני 13, 2017 2:37 pm

· #374913
שאנדעפרודע: אייסיס אטאקירט איראן טראץ איר היסטאריע פון זעלבסט-אינטערעסיגע שטיצע פאר זשיהאד.

כ'מיין אז הרב הרפענעס האט מחמת חסרון ידיעה פארזעהן אז אייוועלט עקזעסטירט בלויץ לצורך פרנסה פון די פארוואלטונג. 😃

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יוני 13, 2017 2:45 pm

· #374915
.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 13, 2017 2:56 pm

· #374918
.

ליפא » דינסטאג יוני 13, 2017 3:41 pm

· #374941
лпم iοوԴ
ס'איז אנגעגאנגען כמעט צוויי שעה ביז ס'איז פארשטייט זיך געווארן אפגעשפארט.
מער ווייניגער האבן די חכמי איי וועלט געפסקנט אז איי וועלט איז לצורך פרנסה ווייל אין איי וועלט ליפטערט מען זיך אויס און מ'דארף זיך אויסליפטערן לצורך פרנסה....

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=34133">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=34133</a>

אינטערסאנטער » דינסטאג יוני 13, 2017 6:20 pm

· #374966
יואליש

כ'מיין אז הרב הרפענעס האט מחמת חסרון ידיעה פארזעהן אז אייוועלט עקזעסטירט בלויץ לצורך פרנסה פון די פארוואלטונג. 😃

😂 😂 😂

וואס איך נעם ארויס דערפון אז ר' ישראל דוד הארפענעס איז אן ערליכער איד, ווייל ווי שוין דערמאנט זעהט אויס אז ער אליין האט נאך קיינמאל נישט באזוכט אייוועלט, ער טייטשט נישט ריכטיג אפ אייוועלט

וואלווי » דינסטאג יוני 13, 2017 7:41 pm

· #374974
berlbalaguleh
אנאנים:יישר כח פאר באלייכטן אונזערע אויגן מיט די נייעס אז דער אמת'ער פוסק הדור הרהגה"צ ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האט ארויסגעזאגט זיין חוות דעת. זיין דעת תורה קליפ און קלאר, אז ..."אייוועלט"...איז אסור...וואלט דאך געווען מסתבר אז אונזער קאווע שטיבל זאלל אודאי און אודאי זיין אסור. מכח קל וחומר. נאר אונז ווייסן דאך דעם כלל אז ..."אין למדין מקל וחומר"...עד שבא ליט-פאק. און ער וועט שוין אויפקומען מיט עפעס א ליט-פאק'ישן כאפ וואס קיין נארמאלער מענטש טראכט נישט דערפון...! ווייל סוכ"ס קאוע שטיבל פרעטענדירט נישט צו זיין ..."הייליג"...און די גבאים און אחראים מעקן נישט (דערווייל) אויב איינער זאגט ארויס א מיינונג וואס טוט אנרירן זייערע געפיהלן. נאר ממש ווען ס'רירט אן די יסודי הדת. ווי אפיקורסות אדער ניבול פה, רח"ל...! ממילא האמיר אונז נישט פון וואס מורא צו האבן. ווייל מ'האט זיכער נישט אונז געמיינט...!


אין למדין מק"ו איז נאר ביי קדשים, און קאווע שטיבל איז דאך נישט הייליג, קומט דאך אויס (דא דרייט מען מיט די פינגער...) אז איסורו במקומו עומד, נאר וואס דען? וואס שטייט לאז שטיין, און אונז גיימער ווייטער!

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 13, 2017 7:45 pm

· #374975
ווען איך בין ווען א רב וואלט איך אויך גע'אסר'ט איי וועלט

ווילאנג זיי לאזן די דריפעלטע לאנגע ציטירען, אנע לייק סיסטעם.

וואלווי » דינסטאג יוני 13, 2017 7:48 pm

· #374976
אינטערסאנטער
יואליש

כ'מיין אז הרב הרפענעס האט מחמת חסרון ידיעה פארזעהן אז אייוועלט עקזעסטירט בלויץ לצורך פרנסה פון די פארוואלטונג. 😃

😂 😂 😂

וואס איך נעם ארויס דערפון אז ר' ישראל דוד הארפענעס איז אן ערליכער איד, ווייל ווי שוין דערמאנט זעהט אויס אז ער אליין האט נאך קיינמאל נישט באזוכט אייוועלט, ער טייטשט נישט ריכטיג אפ אייוועלט


דאס איז די גרעסטע צרה אונ'ם דור, ווען מ'זאגט אויף דעם און יענעם ער איז אן ערליכער יוד.

ערליכער יוד איז נישט קיין קוואליפיקעישאן צו זיין א דיין און געבען פסקים. ס'איז גוט פאר א שכן לאחר מאה ועשרים אין בית החיים. פאר א דיין איז עס סך הכל נאך א מעלה, אבער אז ער געבט ארויס א פסק זאל ער מוחל זיין אויפמישען דער וועבזייט און מיט זיינע אייגענע אויגען זעהן פון וואס ס'רעדט זיך.

דיסקלעימער: איך פראמאוט נישט דא אייוועלט, דאכצעך אין שאלות ותשובות זאב יטרף איז ער מתיר קאווע שטיבל און נאך, עיי"ש.

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 13, 2017 7:53 pm

· #374982
איך קלער אנצונעמען די רייד פון הגה"צ מהארפענעס שליט"א און מיך ארויססיינען פון אייוועלט, און אנהאלטן בלויז מיין ניק דא אויף ק"ש.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 13, 2017 7:56 pm

· #374983
נישט צו פארדרייען די נושא, אבער וואס מיינען די ווערטער ׳אין למדין מקל וחומר׳? ביי דאווענען זאגט מען דאך בשלש עשרה מדות שהתורה נדרשת בהן, און איינער פון זיי איז מקל וחומר? אחוץ טאמער ס׳איז א דבר הנלמד מהיקש, וואס דאס איז נאר ביי קדשים, וכמו שהעיר ר׳ וועלוועל (דער קלוגע, נישט דער דומע).

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » דינסטאג יוני 13, 2017 7:56 pm

· #374984
איסר האטלקי
איך קלער אנצונעמען די רייד פון הגה"צ מהארפענעס שליט"א און מיך ארויססיינען פון אייוועלט, און אנהאלטן בלויז מיין ניק דא אויף ק"ש.


ח"ו, האסט אמאל פרובירט צו בראוסען די פארום'ס באיסור? אפשר האט עס א בעסערע טעם...

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 13, 2017 7:59 pm

· #374986
וואלווי
איסר האטלקי
איך קלער אנצונעמען די רייד פון הגה"צ מהארפענעס שליט"א און מיך ארויססיינען פון אייוועלט, און אנהאלטן בלויז מיין ניק דא אויף ק"ש.


ח"ו, האסט אמאל פרובירט צו בראוסען די פארום'ס באיסור? אפשר האט עס א בעסערע טעם...

די פארומ'ס קען מען בראוסען באיסור? איך האב שוין געטרייט צו בראוסען אנדערע נישט אידישע סייטס, זעלבע טעם.

וואלווי » דינסטאג יוני 13, 2017 8:06 pm

· #374989
הערינג און קיכעל יוה"כ (רח"ל...) האט מן הסתם א בעסערע טעם ווי פארק טשאפס אין א גרינעם דינסטאג, וד"ל....

פליקער » דינסטאג יוני 13, 2017 10:57 pm

· #375017
איך האלט אז רב הארפענעס איז גאר גערעכט מיטן אסר'ן אייוועלט, און דערמיט מתיר זיין קאווע שטיבל, ווייל די עוולה איז איז זיי פאטשען זיך די בייכער אז זיי זענען מותר, און האלטן זיך מיט די קעפ און די הייעך, און א צייט וואס עס איז קלארנישט לויט די תקנת הכינוס כלל ישראל.
קאווע שטיבל איז לעומת זה קיינעם נישט גארנישט שילדיג, עס זיכט נישט קיין היתר אדער קיינעם צי געפעלן נאר האמת שניתן להאמר, און מאכט זיך נישט צוטון פון איסורים.
משא''כ זיי, זיכען יעדעם צי געפעלן, קיין אמת ווארט קען דארט נישט געזאגט ווערן, נאר אויב עס שטומט מיטן שניט, און עס שטימט נישט, קענען זיי נישט עקזעסטירן.
יעדער וואס קען די אינסייד פאליטיק דארט ווייסט אז ס'רוב שמיעסערייען קומען ניטאמאל פאר אויפן סייט, נאר אויף די אייוועלט אימעיל גרופ, ווי עס קומען און פארן אן א שיעור אימעיל'ס א טאג סתם פלוידערייען.
גערעכט איז הארפענעס אייוועלט איז אסור און פארטיג.

אישתישבי » מיטוואך יוני 14, 2017 6:56 am

· #375040
עס איז העכסט אינטערסאנט ווי אין איי-וועלט דרייט איינער אהן א ספאדיק, און דער עולם דארט טענה'ט אז דער מעורר אז איי-וועלט איז נישט לצורך פרנסה , ממילא איז עס אסור, איז גאר מצד הטומאה (קאווע?).

און דער פיפיגער שרייבער שרייבט איידעלע און פיין, ווי איינער וואס וויל באמת פארשטיין.

איין היתר דארט איז אז היות מען האט אינטערנעט לצורך פרנסה מעג מען עס נוצן שלא לצורך אויך, כמעט אזוי ווי מתוך שהותרה לצורך הותרה שלא לצורך, און גע'טענה'ט מיט א זיכערהייַט אז דער רב (לכאורה רעדט מען פין הארפענעס) איז דער "ערשטע" וואס האט מחדש געווען אז מען מעג נאר זיין אויף די אינטערנעט לצורך פרנסה דוקא.

נאכדעם וואס דער היתר איז קלאר אפגעפרעגט געווארן דורך מעתיק זיין דער הייליגער לשון פין האב וואזנער אליין, פין די גרויסע אסיפה אין מילהאוויץ, איז דער היתר געבליבן פורח באויר, און געבליבן איז אז פונקט אזוי ווי מען האט פארשטאנען אז מען ברויך א אידישער צייטונג לצורך פרנסה, ברויך מען איי-וועלט פשוט צו ראטעווען דער עולם פין גיין צו די טומאה (קאווע?).

עס איז א פארגעניגן צו ליינען איי-וועלט.

כ'וויל מאכען נאך היתירים, אבער דער היתר פין הא לן והא להו איז נאך אלץ דער בעסטער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 14, 2017 7:37 am

· #375041
מ׳האט דא צוטוהן מיט א באנדע ליטוואקעס?! דאס איז די ערשטע מאל וואס מ׳באגעגענט דער מציאות אז מ׳רעדט א באמבאסטישע ברייטע שפראך, און מ׳מיינט נישט קיין ווארט דערפון?

מ׳דרשנ׳ט פון לוקסוס כאילו מ׳וואוינט אין איין צימער מיט מעבעל פון א פאר ברעטלעך. מ׳רעדט פון לימוד התורה כאילו דער עולם שמועסט סוגיות ביים וועטשערע טיש. מ׳רעדט פון גויישקייט כאילו די אמעריקאנער רדיפת הממון איז נישט קיין תושב קבוע ביי אונז. מ׳רעדט פון מדות טובות כאילו מ׳איז אויף אלצדינג מוותר צוליעב שלום. מ׳רעדט פון ציונות כאילו מיר פארשטייען אז מיר לעבען באשיידען און שטיל צווישען גוים.

אלצדינג איז א פזמון ביי אונז. אזוי אויך איז עס ביים אינטרנט גזירות. אויף אייוועלט האלט מען אויף דער מסורה הקדושה אויפ׳ן שענסטען אופן. נאר די קאטועשטיבעל דזשאבעס קומען אן מיט פרעמדע ווירדעס ווי אמת און אויסגעהאלטענקייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יהושע חיים » מיטוואך יוני 14, 2017 6:26 pm

· #375104
הרב אייזק קירשעווסקי האט זיך ווידער געלאזט הערן
ער לייגט אראפ א בריוו וואס א טאטע שרייבט עהם וויאזוי זיין זון איז קאלט געווארן פון אייועלט און ער האלט שון ל"ע ביי די דרגה פון .............זיך אנהאנדלען א סמארט פאון השם ירחם

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 14, 2017 7:49 pm

· #375117
רבותיי: לפענ"ד האטציך די גאנצע סומאטוכע אנגעהויבן ווייל א חשוב'ער איד האט אדער געדארפט זיך אויספוצן די גלעזער. אדער האט ער בכלל געדארפט באקומען נייע גלעזער צו ליינען. ווען ער האט געהערט איבער דעם אז קהילתנו הקדשה האט ארויסגעגעבן א נייעם פילטער וועלכער הייסט משומר האט זיך איהם געדאכט אז די לעצטע אות איז א ..."דלי"ת""...האט ער פארשטאנען אז קוקן אויף אינטערנעט מיט א פילטער ברענגט צו ..."שמד"... רח"ל...!

diff » פרייטאג יוני 16, 2017 9:20 am

· #375463
ס'איז דער איינציגער סייט ווי מ'לאזט בארעדן און שעלטן אידן אויפן ערגסטען אופן, און מעקן יעדער געגענשטעל

קאצקע ציקער » מוצ"ש יוני 17, 2017 11:39 pm

· #375553
יהושע חיים
הרב אייזק קירשעווסקי האט זיך ווידער געלאזט הערן
ער לייגט אראפ א בריוו וואס א טאטע שרייבט עהם וויאזוי זיין זון איז קאלט געווארן פון אייועלט און ער האלט שון ל"ע ביי די דרגה פון .............זיך אנהאנדלען א סמארט פאון השם ירחם

און זיי שרייען אז די בריוו קימט פון די קאווע שטיבל ליצים..
ווער ווייסט אפשר איז @עקספערעמענטירער בעק עט ווארק

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 27, 2022 1:58 am

· #495741
די וואך אין די מאמענט האט טובי' מאיר ניימאן זיך ארויסגעלאזט מיט א שארפע אטאקע אנטקעגן אייוועלט, ער באזידלט זיי כאחד הריקים...

ווייסעך שוין נישט ווער איז ערגער לויט טובי' מאיר, עמי, משפחה אדער אייוועלט...

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 27, 2022 2:42 am

· #495743
דער באקאנטע שייע איצקאוויטש פון קול מבשר (המכונה ישראל מ. סופר...... עעעעה ניין..... אליעזר קרויס), איז א גרויסע השומרים שטיצער, און האט שוין אפאר מאל גערעדט קעיגן ניצן די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, האט א ניק אויף אייוועלט, היפאקרעסי בגדול, וואס דען מיינט חוצפא יסגי אויב נישט דעיס?

מרדכי מרדכי » זונטאג פעברואר 27, 2022 8:22 am

· #495745
שמעקעדיג
די וואך אין די מאמענט האט טובי' מאיר ניימאן זיך ארויסגעלאזט מיט א שארפע אטאקע אנטקעגן אייוועלט, ער באזידלט זיי כאחד הריקים...

ווייסעך שוין נישט ווער איז ערגער לויט טובי' מאיר, עמי, משפחה אדער אייוועלט...

אין אייוועלט האבן זיי פארשפארט די מאמענט אשכול לכבוד דעם.

קען איינער אהערברענגען טמ"נ ארטיקל?
📎 Screenshot_20220227-082250_Chrome.jpg

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 27, 2022 9:30 am

· #495747
יעצט פרובירן זיי זיך איינצורעדן ווי די בת היענה אז טמ"נ האט בכלל נישט געמיינט אייוועלט? אדער איז @לכאורה סתם סארקאסטיש..

ער האט קלאר געמיינט אייוועלט, בפרט ווען ער האט געשריבן אז אלע היימישע פילטערס לאזן עס אדורך.

גראדע וואונדערט מיר אויך אויפ'ן מאמענט פארוואס זיי האבן עס אדורכגעלאזט, זיי האבן זיכער געוואוסט אז דאס וועט אויפשטורעמען אייוועלט. אפשר האבן זיי געוואלט נקמה נעמען איבער די וועכנטליכע היציגע קריטיק אקעגן די מאמענט....

קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 27, 2022 9:54 am

· #495750
וואס איז א חילוק וואס ער האט געמיינט? ער זאגט נישט די ווארט אייוועלט און קען פונקט אזוי מיינען אנדערע סייטס . לכאורה האט עס געשריבן פארן ליינען

היסטאריע » זונטאג פעברואר 27, 2022 11:06 am

· #495755
קהל'ס נער
דער באקאנטע שייע איצקאוויטש פון קול מבשר (המכונה ישראל מ. סופר...... עעעעה ניין..... אליעזר קרויס), איז א גרויסע השומרים שטיצער, און האט שוין אפאר מאל גערעדט קעיגן ניצן די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, האט א ניק אויף אייוועלט, היפאקרעסי בגדול, וואס דען מיינט חוצפא יסגי אויב נישט דעיס?

וואס איז זיין ניק?

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 27, 2022 11:20 am

· #495756
היסטאריע
קהל'ס נער
דער באקאנטע שייע איצקאוויטש פון קול מבשר (המכונה ישראל מ. סופר...... עעעעה ניין..... אליעזר קרויס), איז א גרויסע השומרים שטיצער, און האט שוין אפאר מאל גערעדט קעיגן ניצן די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, האט א ניק אויף אייוועלט, היפאקרעסי בגדול, וואס דען מיינט חוצפא יסגי אויב נישט דעיס?

וואס איז זיין ניק?


אליעזר קרויס

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 27, 2022 12:02 pm

· #495758
שמעקעדיג
יעצט פרובירן זיי זיך איינצורעדן ווי די בת היענה אז טמ"נ האט בכלל נישט געמיינט אייוועלט? אדער איז @לכאורה סתם סארקאסטיש..

ער האט קלאר געמיינט אייוועלט, בפרט ווען ער האט געשריבן אז אלע היימישע פילטערס לאזן עס אדורך.

גראדע וואונדערט מיר אויך אויפ'ן מאמענט פארוואס זיי האבן עס אדורכגעלאזט, זיי האבן זיכער געוואוסט אז דאס וועט אויפשטורעמען אייוועלט. אפשר האבן זיי געוואלט נקמה נעמען איבער די וועכנטליכע היציגע קריטיק אקעגן די מאמענט....

טובי' מאיר'ס הויפט נקודה (לפענ"ד) פארוואס ער האקט אקעגן איי-וועלט איז כלשונו. אז מ'זיצט און מ'בארעדט אידן טאג און נאכט. פי' ווייל מ'האקט אויף זיינע ראבא-קאללס. מיט פערזענליכע אטאקעס. און מ'סטראשעט איהם מיט גהינום.מיט דעים איז ער גערעכט. אבער דאס מאכט נאך נישט אייוועלט פסול. א יעדער קען אויסדרוקן זיין מיינונג. דער פאקט איז אז ס'איז דא מענטשן וועים ס'שטערט זייער שטארק. מיך טאקע נישט. אבער א גרויסער טייל מענטשן יא. דארף ער וויסן אז ער טוט עס פאר א גוטן צוועק. ער העלפט אידן במצוקה...! און מעביר זיין על מידותיו.

היכי דמי » מאנטאג פעברואר 28, 2022 12:36 pm

· #495815
איך מיין אז טובי מאיר האט אנגערירט אמת'דיגע פוינטס. די וועג וויאזוי מען רייסט דארט אראפ איז ממש אוממענשליך

בענבען » מאנטאג פעברואר 28, 2022 12:49 pm

· #495816
היכי דמי
איך מיין אז טובי מאיר האט אנגערירט אמת'דיגע פוינטס. די וועג וויאזוי מען רייסט דארט אראפ איז ממש אוממענשליך

אבער נאר מענטשן וואס זיי האלטן אז מ'מעג אך און וויי אויב פראביסט צו זאגען עפעס קרום אויף איינער וואס נישט אויף זייער X ליסט

היכי דמי » מאנטאג פעברואר 28, 2022 12:52 pm

· #495817
און די גרעסטע דזשאוק איז דארט אז זיי אלע נוצן אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, און נישט סצם דאס, נאר אויף צו שטופן די צייט און ליצנות. האלטן און איין אראפרייסן די וואטסעפפ חברה, און האלב פון זייערע אשכולות זענען 100 מאל ערגער ווי די דורכשניטליכע וואטסעפפ גרופ.

דערהויבענע איד » מיטוואך מערץ 2, 2022 10:04 pm

· #495984
מיט דעם איז טמ''נ גערעכט, אז די אראפרייסן מענטשן איז אויף א געפערליכע אופן, איך האב עס געזעהן בעיקר ווען ס'קומט צו זינגער'ס, זיי קענען דיסקאסירן און ארפרייסן די זינגער'ס אויסזעהן און בגדים אויף א גראפישע אויפן וואס א לעבעדיגע מענטש וואלט זיך געשעמט צו באטראכטן און בארעדן אזוי א מענטש. און די זעלבע זאך אויב יענער זינגט נישט די בעסטע מאכן זיי אים אוועק אויף א נידריגע מיואס'ע אופן.
די חפץ חיים וואס זאגט אז מ'טאר נישט בארעדן א מענטש פערזענליך, אדער זיין ביזנעס, גייט נישט אן ביי זיי, ווייל זינגער'ס וואס זענען קאא''ל זענען שוין סייווי גוים, איז א מצווה זיי אויסציטוען נאקעט.

די איראניע איז אז רוב מענטשן וואס ליינען דארט וואלן זיך געשעמט בכלל צו מודה זיין אז זיי קוקן מיוזיק ווידיאויס, ר' איד אז דו פילסט אז מ'מיינט דיך נישטא קוק עס נישט.

קהל'ס נער » דאנערשטאג מערץ 3, 2022 12:40 am

· #495991
[ציטאט אראפגענומען]

אוואדע רייסט מען דא אראפ מענטשן, אבער ס'דא אקאונטעביליטי, סתם באשייגעצען דא אן נעמען אחריות אויף וואס מען זאגט, וועט מען דיך אפסטעמפלען אלץ טראול.

און ניין, אין ק"ש איז נישטא קיין באדי-שעימינג, מען רייסט דא נישט אראפ קיין מענטשן באזירט אויף זייער שעיפ אדער סייז.

אלבערט איינשטיין » מאנטאג מערץ 7, 2022 2:26 am

· #496136
שמעקעדיג
די וואך אין די מאמענט האט טובי' מאיר ניימאן זיך ארויסגעלאזט מיט א שארפע אטאקע אנטקעגן אייוועלט, ער באזידלט זיי כאחד הריקים...

ווייסעך שוין נישט ווער איז ערגער לויט טובי' מאיר, עמי, משפחה אדער אייוועלט...
קומט אריין אין די נייעס אז די מאמענט האט איהם אפגעזאגט...
דאס מיינט די מאמענט פארשטייט אז עס איז געגאנגען צו ווייט די טוביה מאיר....

מרדכי מרדכי » מיטוואך מערץ 9, 2022 9:34 am

· #496237
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/17IuesH9asrY0WdtP6zYQnjp7wPjq1opB/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/17IuesH ... p=drivesdk</a>