☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #11558

אשכול אן א טיטל #11558

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11558

— » מאנטאג יוני 12, 2017 1:47 pm

· #374659

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איש את רעהו » מאנטאג יוני 12, 2017 2:06 pm

· #374663
היות איך בין נישט א שונא צו מהר"א פערזענליך [צומאל מאכן זיינע גאר נאנטע אין צירקל שרעקליכע נארישע מאוו'ס] און נישט א ספעציעלער אוהד צו מהרי"י
וועליך זאגן מיין אפשאצונג, דער אפוועזנהייט פון מהר"א איז געווען א ווייטאג צו אסאך נוטראלע מענטשן, און אויך צו פילע שטארקע אנהענגער פון מהר"א, ניצן אזא ריזיגע ערנסטער צוזאמקום פאר פערזענליך רימערייען און לשונות פון גרויס מאכן מהרי"י האט פאר אסאך משתתפים נישט געשמעקט.

דער מעמד איז געווען א מחזה הוד, נאכדערצו ווען הגאון הרב לייזער שליט"א איז ערשינען מיט די בגדי שבת, טראץ וואס זיינע נאנטע בתורה האבן פרובירט אים אפהאלטן פין ערשיינען, האט צוגעגעבן א געוואלד צום דערהויבענקייט פינעם מעמד.

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 2:31 pm

· #374672
זייטיגע צוקוקער
אלס זייטיגע צוקוקער דא אין שטיבל זעי איך
1) די פערטע עמערזשנסי אשכול צו פארגלעטן די נעכטיגע מאסיווע דורכפאל פון די ז"ל פארטיי

2) פאר די ז"ל פארטיי איז געווען דער נעכטיגער צוזאםקום ווי וואסער פאר א פארחלשטן

3) א מהר"א איד האט באמת נישט געהאט וואס אריין צו וואקן דארט צווישן די שבעים זאבים זיין פלאץ איז נישט געווען באקוועם דארט בכלל

4) די עצם נאכט -ווי שוין געשריבען אויבן- נישט רעדנדיג יעצט פון די דורכפאל און פון די למעשהדיגע נחמה פון די פארטיי איז עס בעצם געווען א שיינע נאכט ווארימע התעוררות שיינע דרשות און א געלונגענע מעמד

איש את רעהו » מאנטאג יוני 12, 2017 2:36 pm

· #374674
גאנצל
אלס זייטיגע צוקוקער

???????
קוקסט אויס ווי גאר א שטארקע אוהב און אוהד צו מהר"א, וההיפוך למהרי"י

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 2:44 pm

· #374680
איש את רעהו
גאנצל
אלס זייטיגע צוקוקער

???????
קוקסט אויס ווי גאר א שטארקע אוהב און אוהד צו מהר"א, וההיפוך למהרי"י

נע איך האב גארנישט מיט די צוויי איך קוק אן די זאך ווי אזוי עס איז

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 2:45 pm

· #374681
[ציטאט אראפגענומען]

ער קוקט מיט א נוטראלע בליק ?...........

איסר האטלקי » מאנטאג יוני 12, 2017 2:50 pm

· #374683
גאנצל
אלס זייטיגע צוקוקער דא אין שטיבל זעי איך
1) די פערטע עמערזשנסי אשכול צו פארגלעטן די נעכטיגע מאסיווע דורכפאל פון די ז"ל פארטיי

2) פאר די ז"ל פארטיי איז געווען דער נעכטיגער צוזאםקום ווי וואסער פאר א פארחלשטן

3) א מהר"א איד האט באמת נישט געהאט וואס אריין צו וואקן דארט צווישן די שבעים זאבים זיין פלאץ איז נישט געווען באקוועם דארט בכלל

4) די עצם נאכט -ווי שוין געשריבען אויבן- נישט רעדנדיג יעצט פון די דורכפאל און פון די למעשהדיגע נחמה פון די פארטיי איז עס בעצם געווען א שיינע נאכט ווארימע התעוררות שיינע דרשות און א געלונגענע מעמד

הונדערט פראצענט אמת יעדעס ווארט. אט דאס זעלבע האט יעדער דארט אין זאל געטראכט, קוק נאר ווי א פרעמדער טרעפט צו גענוי יעדעמס מחשבות!

דער מעמד איז געווען בכוחו צו פארגלעטן מאסיווע דורכפעלער ווי וואסער פאר פאר'חלש'טע, ווען עס וואלט זיך אויסגעפעלט.
א מהר"א איד וואלט עס טאקע נישט אויסגעהאלטן און נישט געווען באקוועם דארט. (קוים פונדערווייטנס דא אויפן שטיבל קענען זיי עס אראפשלינגען...).

יואליש » מאנטאג יוני 12, 2017 2:54 pm

· #374685
איך בין גאנץ נאטראל. חנוכה הער איך חשוף איין נאכט ביי מהר"א און איין נאכט ביי מהרז"ל. פערצופאל בייזער איך זיך גאר איבער דאס וואס די ציונים טוהן אפ אין ארצינו הקדושה, ממילא גיי איך קיין בארקליס צענטער ווען אימער כ'האב אן איבעריגע פאר מינוט. די ציבור אין די עקסטאז דורכאויס די חדשים איז - וויאזוי שרייבט נאר דער איד היינט - "דיו אילו ימי וכל מי כנישותא, איז נישט שייך, מיט׳ן בעסטן ווילן, צו קענען שילדערן"!

איש את רעהו » מאנטאג יוני 12, 2017 2:55 pm

· #374686
א באטייליגטער
משתתף ב'בארקלעי'ס
שלום לך ידידי היקר מו''ר המכונה ''איש את רעהו'',

לכתחילה האב איך געטראכט נישט צו גיין, זעענדיג ווי נאר איין קהילה גייט, אבער למעשה האב איך באשלאסן יא צו גיין, היות יעדער מענטש מאכט א חילוק.
אנדערש ווי ביי אנדערע כינוסים און פראטעסטן,אט מען אנגעזען אן ערענסטקייט ביי יעדער וואס האט געשפאנט אינעם ריכטונג פון די סטעדיום. אנקומענדיג בין איך גלייך צוגעגאנגן צו מיין זיץ. עס איז אומבאשרייבליך ווי ערענסט איך האב געפילט. איך האב געזען ווי אפילו בחורימ'לעך זיצן מיט א ערענסטע פנים, ווייזענדיג אז אונז זעמיר דא זיך אנצונעמען פאר אונזערע ברודער אין ארץ ישראל.

דער ערשטע האט צוגעטרויטן צום מייק רבי שלמה אליעזר זז''ג. עס איז ניכר געווען די צער אין זיין ווערטער, ארויסברענגענדיג קורץ און שארף וואס די מטרה איז. הערשט ווען רבי אנשיל אשכנזי האט אנגעהויבן רעדן האב איך אויסגעבראכן אין א הילכיגן געוויין. ס'האט באנומען אלע מיינע גלידער. ער האט מסביר געווען פארוואס מען איז זיך צוזאמגעקומען. דערנאך האמיר געהאט א זכי' צו הערן פון רבי הלל שליט'א. ער האט מיט א צובראכענע שטימע געוויזן וויאזוי מיר וועלן זיי בייקומען.
רבי ראבי האט גערעדט זייער פיין און טיף, און אויך רב שכטר, אבער כאנישט פארשטאנען פונקטליך. רבי יעקב שפירא האט קלאר און דייטליך מסביר געווען דער קירכע פון ציונות. לעווין האט גערעדט זייער הארציג. רבי יחזקאל ראטה האט מיר דערמאנט פון רבי זי''ע, אזש איך.האב גע'בוכה'ט ווי א קינד. ווען ראש גולת אריאל ראש מערכות ישראל דער סאטמארע רבי האט גערעדט, האט זיך געשפירט ווי ביים רבי ז'ל ביי של'''ש. דער עולם האט געבוכהט, און אפילו די שמעק איז געווען ביי של''ש.

ווער רעדט נאך ווען דער קאפישער האט געשריגן, אזש איך האב זיך געשאקלט ווי דער רבי זי''ע'ס רעבעצין אינעם ארון קודש.

עס איז צום האפן אז דער מדינה וועט אונטערגיין בקרוב אמן

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 2:57 pm

· #374687
איסר האטלקי
גאנצל
אלס זייטיגע צוקוקער דא אין שטיבל זעי איך
1) די פערטע עמערזשנסי אשכול צו פארגלעטן די נעכטיגע מאסיווע דורכפאל פון די ז"ל פארטיי

2) פאר די ז"ל פארטיי איז געווען דער נעכטיגער צוזאםקום ווי וואסער פאר א פארחלשטן

3) א מהר"א איד האט באמת נישט געהאט וואס אריין צו וואקן דארט צווישן די שבעים זאבים זיין פלאץ איז נישט געווען באקוועם דארט בכלל

4) די עצם נאכט -ווי שוין געשריבען אויבן- נישט רעדנדיג יעצט פון די דורכפאל און פון די למעשהדיגע נחמה פון די פארטיי איז עס בעצם געווען א שיינע נאכט ווארימע התעוררות שיינע דרשות און א געלונגענע מעמד

הונדערט פראצענט אמת יעדעס ווארט. אט דאס זעלבע האט יעדער דארט אין זאל געטראכט, קוק נאר ווי א פרעמדער טרעפט צו גענוי יעדעמס מחשבות!

דער מעמד איז געווען בכוחו צו פארגלעטן מאסיווע דורכפעלער ווי וואסער פאר פאר'חלש'טע, ווען עס וואלט זיך אויסגעפעלט.
א מהר"א איד וואלט עס טאקע נישט אויסגעהאלטן און נישט געווען באקוועם דארט. (קוים פונדערווייטנס דא אויפן שטיבל קענען זיי עס אראפשלינגען...).

יאפ שווער פאר א מהרא איד צו קוקן ווי זייערע ברודער פארענטפערן זיך און פארגלעטן זייער דורכפאל

אבער אלע מהרא אידן זענען מודה אז פלען בי איז געווען גענוג וואסער פאר די פארחלישטע

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 2:59 pm

· #374688
[ציטאט אראפגענומען]

מ'פראבירט ענק בארואיגן דאס טאר איך שוין אויך נישט

איך מיין צייט צו עפענען נאך א אשכול איבער רז"ל'ס הכתרה און ר"א'ס לוי'.............

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 12, 2017 3:04 pm

· #374690
גאנצל קאמאן, וועמען ווילסטו איינרעדן אז דו ביסט נייטראל.

איסר האטלקי » מאנטאג יוני 12, 2017 3:06 pm

· #374693
איינער קען מיר מסביר זיין וואס דא גייט פאר? גאנצל רעדט פון עפעס א דורכפאל וואס א צד שכנגד האט געליטן נעכטן נאכט.
איז ער שוין א פולי זאלי? אויס ארויני אזוי שנעל? נישט געוואוסט ער האט נאך עפעס שכל...

איסר האטלקי » מאנטאג יוני 12, 2017 3:08 pm

· #374694
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]

מ'פראבירט ענק בארואיגן דאס טאר איך שוין אויך נישט

איך מיין צייט צו עפענען נאך א אשכול איבער רז"ל'ס הכתרה און ר"א'ס לוי'.............

גאנצל, בבקשה: עפן אן אשכול און באשרייב די דורכפאל פון נעכטן נאכט. אבער שוין, דו מאכסט אונז אלע נייגעריג!

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 3:11 pm

· #374696
איך דארף שוין נישט עפינען דו עפנסט שוין גענוג

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 3:13 pm

· #374698
שמעקעדיג
גאנצל סארי דו מאכסט מיר נערוועז... דו באלאנגט נישט אין דעם אשכול, וועמען ווילסטו איינרעדן אז דו ביסט נייטראל.

קבלתי

איך האב פראבירט איבערגעבן א דרויסענדע בליק מאכט דיר נערוועז דאס נישט ענטשולדיג

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 12, 2017 3:14 pm

· #374699
מיין בליק קענט איר טרעפט דא:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/374697">viewtopic.php?p=374697#p374697</a><!-- l -->

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 12, 2017 3:15 pm

· #374701
אנאנים, א נקודה. דו ברענגסט אראפ א נייטראלע בליק פון מיללער אויף אייוועלט. לידיעתך, ער איז א שטארקע זאלי, בכלל נישט נוטראל.

איסר האטלקי » מאנטאג יוני 12, 2017 3:21 pm

· #374703
שמעקעדיג
אנאנים, א נקודה. דו ברענגסט אראפ א נייטראלע בליק פון מיללער אויף אייוועלט. לידיעתך, ער איז א שטארקע זאלי, בכלל נישט נוטראל.

הייבט זיך נישט אן, איך קען אים גוט ער איז אן ארויני.

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 3:29 pm

· #374707
יאפ אין אייוועלט ווערט ער אלס באטיטולט ארוני

איש את רעהו » מאנטאג יוני 12, 2017 3:38 pm

· #374709
שמעקעדיג
אנאנים, א נקודה. דו ברענגסט אראפ א נייטראלע בליק פון מיללער אויף אייוועלט. לידיעתך, ער איז א שטארקע זאלי, בכלל נישט נוטראל.

ווואאא !!
איך ליין אים שוין יארן
מיר נישט בייגעפאלען אז ער איז נישט א שטארקע חסיד מהר"א

יעקב מענטש » מאנטאג יוני 12, 2017 5:03 pm

· #374720
איש את רעהו
שמעקעדיג
אנאנים, א נקודה. דו ברענגסט אראפ א נייטראלע בליק פון מיללער אויף אייוועלט. לידיעתך, ער איז א שטארקע זאלי, בכלל נישט נוטראל.

ווואאא !!
איך ליין אים שוין יארן
מיר נישט בייגעפאלען אז ער איז נישט א שטארקע חסיד מהר"א

ער זאגט עס קלאר, ווען ער קען נאר, פרובירט ער צו שרייבן 'ממלא מקום' אויף מהר"א.

אלץ איינער וואס באלאנגט אפיציעל צו די זאלי פארטיי, אבער האט למעשה גארנישט איינגעלייגט מיט מעשה, האט מיר געבאדערט פארוואס די ארונים האבן זיך למעשה נישט צוגעשטעלט, און איך גלייב אז רוב באטייליגטע האט עס געבאדערט, מ'האט נישט דא געזוכט צו מאכן א פאליטישע מאוו.

גאלד » מאנטאג יוני 12, 2017 5:56 pm

· #374727
וואס שפילט מען דא תם???!!!
הטרם תדע אז שוין פאר 17 יאר ל"ע
באיקאטירט ר' אהרן אלע שמחות פון 3 זיינע געשוויסטער!!!!!
הטרם תדע אז שוין פאר 17 יאר ל"ע
באיקאטירט ר' זלמן לייב אלע שמחות פון 3 זיינע געשוויסטער!!!!!

איז דאס יא נארמאל?
האט דאס יא א הסבר?
רבונא דעלמא כולא!! זיבצן יאר??
קיין איין איינציגער שמחה?
אייגענע ברודער און שוועסטער!!
קיין חתונה, בר מצוה, ברית גארנישט,
לא עלינו ולא עליכם
קלערט דען איינער אז דאס איז ווייל זיי פארגינען זיך נישט איינעם דעם אנדערן שמחות
ס'נעבעך אזוי געווארן די אומשטענדן אז אלס פראקטישקייט איז דאס אזוי געווארן,
איך בין בטוח אז ביידע ברודער בלוטיגן איבער דעם,
האט מען נאך דא גרויסע קשיות עצומות פארוואס ר' אהרן איז נישט געקומען צו עפעס א אסיפה ווי דער ברודער איז דער מחותן, נישט נאר מחותן נאר דאס איז פארוואנדעלט געווארן און א פאליטשע חאזעריי געציעלט צו טריצן קעגן איהם פערזענליך
וואס ווילט עטס ר' אהרן זאל טאן נעקסט? אנטון הערנער?

גאלד » מאנטאג יוני 12, 2017 6:33 pm

· #374735
כקען וויסן פארוואס די טשעפעסט מיך פערזענליך איך זאל איינעמען טאבלעטן וכדומה, האב איך דיר אמאל געטשעפעט.

גאלד » מאנטאג יוני 12, 2017 6:38 pm

· #374738
דאסי דאך ארור מכה רעהו בסתר. די ניקס דא זענען נישט קיין ראבאטס, דאס זענען לעבעדיגע מענטשן מיט פילינגס.
ס'זייער נישט נייס וואס די טוהסט.

תמים » מאנטאג יוני 12, 2017 6:48 pm

· #374742
גאלד
וואס שפילט מען דא תם???!!!
הטרם תדע אז שוין פאר 17 יאר ל"ע
באיקאטירט ר' אהרן אלע שמחות פון 3 זיינע געשוויסטער!!!!!
הטרם תדע אז שוין פאר 17 יאר ל"ע
באיקאטירט ר' זלמן לייב אלע שמחות פון 3 זיינע געשוויסטער!!!!!

איז דאס יא נארמאל?
האט דאס יא א הסבר?
רבונא דעלמא כולא!! זיבצן יאר??
קיין איין איינציגער שמחה?
אייגענע ברודער און שוועסטער!!
קיין חתונה, בר מצוה, ברית גארנישט,
לא עלינו ולא עליכם
קלערט דען איינער אז דאס איז ווייל זיי פארגינען זיך נישט איינעם דעם אנדערן שמחות
ס'נעבעך אזוי געווארן די אומשטענדן אז אלס פראקטישקייט איז דאס אזוי געווארן,
איך בין בטוח אז ביידע ברודער בלוטיגן איבער דעם,
האט מען נאך דא גרויסע קשיות עצומות פארוואס ר' אהרן איז נישט געקומען צו עפעס א אסיפה ווי דער ברודער איז דער מחותן, נישט נאר מחותן נאר דאס איז פארוואנדעלט געווארן און א פאליטשע חאזעריי געציעלט צו טריצן קעגן איהם פערזענליך
וואס ווילט עטס ר' אהרן זאל טאן נעקסט? אנטון הערנער?

קודם כל, וועלקאם בעק הרב גאלד, ס'האט זיך געבענקט דא פאר א נארמאלע ארוני, וואס זאל נישט פירקלען מיט קיין דעמעגאגישע קינדערישקייט, אין רעדן דברים של טעם מיט א רואיגקייט כדרכך.

כלפי דיין פאונט אז ר' אהרן קען נישט קומען צו קיין אווענט ווי רז"ל איז הויפט מחותן, ס'איז געווען בידיו אין איין מינוט צו מאכן די נאכט פאר א נאטראלע נישט זאלי פאליטישע עווענט, מ'איז אים גרייט געווען נאכצוגעבן די אלע פאליטישע סימבאלישע זאכן, אין ביידע רבי'ס וואלטן געזעצן דארט ווי די זעלבע מחותנים​!

די גרעסטע ראי' אז ס'קען ארבעטן, אין ס'איז נישט דומה צי קיין שמחות אין ס'קומט נישט אריין דא די זיבעצן יאר פריוואטע משפחה מחלוקה איז, ווייל מ'האט עס שוין געטוהן! בלוי צוויי יאר צוריק איז מהרז"ל געזעצן ביי א כינוס וואס איז געפירט געווארן דורך זיין ברודער אין זיינע צייטונגען און פארטיי האבן אים געגעבן אויסשליסליכע קרעדיט פאר די הצלחה, אין נאך אלץ איז די ברודער דארט שיין געזעצן אין ס'איז דורך אן קיין מכשולות .מ

גאלד » מאנטאג יוני 12, 2017 7:02 pm

· #374743
שכוח פאר די וועלקאם רילי עפרישיעטעד
לענינינו יארן צוריק אפשר סח סט האבן די זאליס געמאכט א פראטעסט ביי די איזרעלי קאנסולאט אויף סעקנד עוועניו. ווען ר' אהרן איז אנגעקומען האט מען איהם אנגעפויקעט כאילו דער פראטעסט איז גאר קעגן איהם. סגעגאנגען קולות. באזני שמעתי.

גאלד » מאנטאג יוני 12, 2017 7:09 pm

· #374747
צווייטנס
ער האט קיינמאל נישט פארלאנגט קיין פאליטישע סימבאלישע זאכן
ער האט נאר פארלאנגט צו מאכן א אסיפה און אפשטיפן

מווייס מיר דאך דאס

ווי נאר ער האט דאס פארלאנגט איז עס שוין געווארן א טריץ צו דוקא נישט אפשטיפן ווייל אהרן האט געזאגט. פון דארט איז עס שוין ארויס אינגאצן אוט אוו קאנטראל.

איש את רעהו » מאנטאג יוני 12, 2017 7:13 pm

· #374749
@גאלד סע שוין היינט נישט סח סט
די אלע מינדעריעריגע טיפשות קען מען גרינג מסדר זיין אין א סטאדיום

גאלד » מאנטאג יוני 12, 2017 7:21 pm

· #374753
אקעי
גוטע פוינטס
גענוג פאר מיר מיט דעם נושא.

זייטס מיר אלע געזונט

see you at the next zali aroni fight.

checking out

תמים » מאנטאג יוני 12, 2017 7:29 pm

· #374760
גאלד
צווייטנס
ער האט קיינמאל נישט פארלאנגט קיין פאליטישע סימבאלישע זאכן
ער האט נאר פארלאנגט צו מאכן א אסיפה און אפשטיפן

מווייס מיר דאך דאס

ווי נאר ער האט דאס פארלאנגט איז עס שוין געווארן א טריץ צו דוקא נישט אפשטיפן ווייל אהרן האט געזאגט. פון דארט איז עס שוין ארויס אינגאצן אוט אוו קאנטראל.

ס'איז נאריש מדמה צו זיין צו יענע יארן, מהרזל האט עס נישט געמאכט, עס איז געווען סך היציגערע צייטן און ס'איז געווען גערופען ביי התאחדות. בכלל נישט קיין דמיון קיינער האלט נישט אז איינער וואלט געשריגען אויף די אנדערע רבי אין די היינטיגע אומשטענדן.

אין בנוגע אפשטיפען ס'איז זייער נאריש אפילו אויפצוברענגען כאילו מ'רעדט דא פון עפעס א קליינע תנאי, שטעל דיך פאר רזל פארלאנגט דאס ביי די פאריגע פראטעסט, היעלה על הדעת? פארגעס פון די רבבות וואס עס קאסט אפ, שטיפסט עס אפ, אין נאכדעם העסטו אפמאכן צו די האלטסט בכלל ביים קומען, אין מען האלט צוריק ביי אלף? ווי נאריש דארף מען זיין עס צי נעמען ערענסט. .

דאס איז חוץ די נקודה אז די כינוס איז שוין איינמאל אפגעשטופט געווארן אין ס'איז א פורים נאכאמאל עס צו טוהן..

אויב וואלט ווען אלעס זיך באמת געוואנדען אין א אסיפת הרבנים וואלט עס ווען נישט געדארפט צושטאנד קומען דוקא א טאג נאך די באשטימטע דעיט. והדבר פשוט הוא עס למאוד.

צו ער האט טאקע געדארפט קומען, אין צו די גאנצע כינוס האט א פשט? דאס איז א שאלה פאר זיך. אבער די נאנסענס אז ער האט פשוט געבעטן א קליינע תנאי אין מען האט אים עס נישט געהאלטן ביים נאכגעבן, איז פון די שוואכסטע ספינס מבית מדרשו פון צאנז קארט וואס כ'האב נאר מיטגעהאלטן...

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 8:13 pm

· #374771
יעקב מענטש
איש את רעהו
שמעקעדיג
אנאנים, א נקודה. דו ברענגסט אראפ א נייטראלע בליק פון מיללער אויף אייוועלט. לידיעתך, ער איז א שטארקע זאלי, בכלל נישט נוטראל.

ווואאא !!
איך ליין אים שוין יארן
מיר נישט בייגעפאלען אז ער איז נישט א שטארקע חסיד מהר"א

ער זאגט עס קלאר, ווען ער קען נאר, פרובירט ער צו שרייבן 'ממלא מקום' אויף מהר"א.

אלץ איינער וואס באלאנגט אפיציעל צו די זאלי פארטיי, אבער האט למעשה גארנישט איינגעלייגט מיט מעשה, האט מיר געבאדערט פארוואס די ארונים האבן זיך למעשה נישט צוגעשטעלט, און איך גלייב אז רוב באטייליגטע האט עס געבאדערט, מ'האט נישט דא געזוכט צו מאכן א פאליטישע מאוו.

קודם קושיא מעיקרא ליתא

לאמיר דיר פרעגן אין קורצע ווערטער ווען די כנוס זאל ווען זיין אין ראדני שול וואלסטו אויך געהאט די פראגע ? פשוט אז נישט

די קשיא וואלט געווען ווען דער פלאן ארבעט ווען זיך אויס און אלע אנדערע קהלות שטעלן זיך צו אזוי ווי ביי כנוס אינטערנעט אדער כאטש רוב חסידישע קהלות קענסטו פרעגן פארוואס דער איין קהלה האט זיך נישט צוגעשטעלט אבער ווען קיינער קיינער האט זיך נישט צוגעשטעלט פ"וו עפעס זאל ער זיך יא צושטעלן דער כנוס איז געבליבען פון אלע שיכטן און קרייזן איין איינציגע קהלה וואס האבן זיך צוזאםגענומען מעורר רחימים זיין אויף גזירת גיוס ס' פונקט נישט געווען באקוועם אין ביהמ"ד אין ראדני צאםצושלעפן און מ'האט אויך געוואלט מאכן א אינטערסאנטע מצב און ס'איז אויך געווען גרויסע האפענונגען האט מען עס ארויסגעשלעפט צו א סטעדיום

אויסער דעם האט ער קלאר געזאגט אז דער צייט פאר די כנוס דארף איבערגעשמועסט ווערן דורך די רבנים מכמה טעמים וואס ער האט געהאלטן אז טאמער דאס ווערט נישט אויסגעשמועסט קען מען ניט גיין צו די כנוס און שוין אנדערע האבן געהאלטן אנדערש ער האט אלע רעכטן צו קריגן מיט יעדעם פאר מער ביאור שפעטער

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 12, 2017 10:26 pm

· #374787
איסר האטלקי
גאנצל
אלס זייטיגע צוקוקער דא אין שטיבל זעי איך
1) די פערטע עמערזשנסי אשכול צו פארגלעטן די נעכטיגע מאסיווע דורכפאל פון די ז"ל פארטיי

2) פאר די ז"ל פארטיי איז געווען דער נעכטיגער צוזאםקום ווי וואסער פאר א פארחלשטן

3) א מהר"א איד האט באמת נישט געהאט וואס אריין צו וואקן דארט צווישן די שבעים זאבים זיין פלאץ איז נישט געווען באקוועם דארט בכלל

4) די עצם נאכט -ווי שוין געשריבען אויבן- נישט רעדנדיג יעצט פון די דורכפאל און פון די למעשהדיגע נחמה פון די פארטיי איז עס בעצם געווען א שיינע נאכט ווארימע התעוררות שיינע דרשות און א געלונגענע מעמד

הונדערט פראצענט אמת יעדעס ווארט. אט דאס זעלבע האט יעדער דארט אין זאל געטראכט, קוק נאר ווי א פרעמדער טרעפט צו גענוי יעדעמס מחשבות!

דער מעמד איז געווען בכוחו צו פארגלעטן מאסיווע דורכפעלער ווי וואסער פאר פאר'חלש'טע, ווען עס וואלט זיך אויסגעפעלט.
א מהר"א איד וואלט עס טאקע נישט אויסגעהאלטן און נישט געווען באקוועם דארט. (קוים פונדערווייטנס דא אויפן שטיבל קענען זיי עס אראפשלינגען...).

איסר האיטלקי: איך בין א שטיקל מהר"א איד. און איך שמייכל פון צופרידנהייט אז דער כינוס איז געווען א געוואלדיגע סוקסעס, אין נאמבערס. אבער אין די זעלבע צייט פארשטיי איך, און איך האלט אז מהר"א שליט"א איז 100% גערעכט מיט נישט באטייליגן זיך אין דעם כינוס. ווייל ער שפיעלט נישט מיט מיט די גאנצע טרייב קראפט פאר דעם כינוס. אלס מנהיג פון זיין עדה הקדושה האט ער פעסטגעשטעלט, אזוי ווי פאפא רב שליט"א און אנדערע גדולי הרבנים אז ס'איז נישט מער ווי א פאליטישער שפיעל. פונקט אזוי ווי ביי דעם כינוס עולמי אקעיגן אינטערנעט, וואס איז בעצם א גוטע זאך. האט ער אבער פארשטאנען אז ס'איז געטריבן פון די אגענדא פון עטליכע יחידים. ממילא האט ער זיך נישט באטייליגט. אז הרב שמואל אויערבאך שליט"א האטציך פארגלוסט אויף די עלעטערע יארן צו ווערן א גרויסער פאליטישער מנהיג, פארגינט עס איהם א יעדער איינער.נאר מ'פרעגט די זעלבע קשיא וואס אספסיינוס האט געפרעגט פון ר' יוחנן בן זכאי..."אי איברא, מלכא אנא. אמאי לא אתית קמאי?"...אויב דאס פייער פון קנאות ברענט ביי איהם. אוואו איז ער געווען די אלע יארן, ווען סאטמאר און די עדה החרדית און תולדות אהרן האבן געפיהרט די אלע מערכות קדשי ישראל...?! אונז אלע ווייסן דעם ענטפער...! נהנה געווען משולחן איזבל מיט ביידע הענט...סאו, די אלע רבנים וגדולי ישראל וועלכע זענען אווערקגעשטאנען פונ'ם כינוס האבן נישט געוואלט מאניפולירט ווערן דורך עטליכע יחידים, פאליטיקאנטן...!

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 13, 2017 12:44 am

· #374799
berlbalaguleh

דיין רבי'נס טענה הער איך, לאמיר זאגן אז ער איז גערעכט געווען, עס איז זיכער געווען געטריבן דורך פריוואטע טרייב-קראפט מאשינען דורך אגענדע געטריבענע מענטשן, גארנישט מיט גיוס צו טון, בלויז אויף גרעסער צו מאכן זלמן לייב, אופס, דער פלאן איז געווען גרויס צו מאכן גאנץ סאטמאר, אופס, די פלאן איז געווען גרויס צו מאכן גאנץ חסידישע וועלט אין אמעריקע, אופס, אויך די ליטווישע... אה: גרויס צו מאכן אויערבאך! פיין לאמיר זאגן אז יא. פארשטיי איך נאכאלס נישט דיין צווייטע האלב תגובה.

אי מלכא אנא... פיין, ביז איצט האט ער גענומען געלט, ממ"נ אויב האט ער נישט אויפגעהערט איז דיין מסקנא אומפארשטענדליך, וואס האט זיך געטוישט? אלא מאי האט ער יא אויפגעהערט נעמען געלט, (עס איז דא אסאך שיטות אין דעם אינערהאלב חסידי מוהר"א, איך קען נאכנישט דיין שיטה אין דעם ענין). איז פארוואס אים נישט מקבל פנים זיין שיין? פארוואס אים אוועקשטויסן ווען ער וויל תשובה טון? הזאת היה דרכו של רביה"ק?

ענדליך האט שוין איינער דערהערט דעם "אחיכם יצאו למלחמה, אייכם גדולי ישראל??" געשרייען פון מהר"א, און ער שטויסט אים צוריק, ווי: נישט דיר האב איך געמיינט..... איז וועמען יא?

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 13, 2017 1:33 am

· #374807
מיר קרענקט די ב. ש. פון די רבי'ס וואס קומען נישט און שיקן אבער די קינדער. הלנו אתה אם לצרינו? איז א מצוה זיך משתתף צו זיין, דאן ווי ביסטי; האלטסטי אז ס'איז בלויז א פאליטישע ראלי, דאן וואס ווילסטי פון דיינע קינדער? קענסט נישט קומען ווייל די האסט דרוק פון נגידים און שטיצער, דאן ביסטי נישט דער וואס זאל איינטיילן פאר א צווייטן וואס צו טון און זאלסטיך שעמען צו אינטערשרייבן דיין נאמען אויף עני קול קורא

דער שכן » מיטוואך יוני 14, 2017 2:20 am

· #375034
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]

מ'פראבירט ענק בארואיגן דאס טאר איך שוין אויך נישט

איך מיין צייט צו עפענען נאך א אשכול איבער רז"ל'ס הכתרה און ר"א'ס לוי'.............

גאנצעלע, אסאך מאל בוזטו זיס, אבער למעשה דאָ - ווי מער דו רעדסט אלץ מער הרג'סטע אָפּ דיין אגענדע. אזוי זעה איך עס.

גאנצל » מיטוואך יוני 14, 2017 12:31 pm

· #375050
שכוח

איך וועל דיר ענטפערן ווי זוי די ז"ל מענטשן ענטפערן אזא צייט : ווען מ'רעדט אויף דיין ע"ז ווערסטו נערוועז

signout » מיטוואך יוני 14, 2017 12:59 pm

· #375058
איש את רעהו
היות איך בין נישט א שונא צו מהר"א פערזענליך [צומאל מאכן זיינע גאר נאנטע אין צירקל שרעקליכע נארישע מאוו'ס] און נישט א ספעציעלער אוהד צו מהרי"י
וועליך זאגן מיין אפשאצונג, דער אפוועזנהייט פון מהר"א איז געווען א ווייטאג צו אסאך נוטראלע מענטשן, און אויך צו פילע שטארקע אנהענגער פון מהר"א, ניצן אזא ריזיגע ערנסטער צוזאמקום פאר פערזענליך רימערייען און לשונות פון גרויס מאכן מהרי"י האט פאר אסאך משתתפים נישט געשמעקט.

דער מעמד איז געווען א מחזה הוד, נאכדערצו ווען הגאון הרב לייזער שליט"א איז ערשינען מיט די בגדי שבת, טראץ וואס זיינע נאנטע בתורה האבן פרובירט אים אפהאלטן פין ערשיינען, האט צוגעגעבן א געוואלד צום דערהויבענקייט פינעם מעמד.

אינטערסאנט ווי אלע חסידי מהרז''ל פארירפן זיך נייטראל, מ'דארף נישט זיין בלינד צו זעהן ווי די ניק באלאנגט אבער זיי ווילן אפיציעל זיך נישט אינדערפיצירן מיט אים אין לייקענען זייער שייכות, אזוי קוקען אויס אלע 'נייטראלע' תגובות דא, אין זייטיגע חידוש, אין אנדערע מאל שרייבט ער אז ס'געווען 10-20 טויזנט נאר חסידי מהרז''ל אין די זעהט מען פליצינג אזוויפיל ''נייטראלע'' וואס זענען דארט געווען...

signout » מיטוואך יוני 14, 2017 1:05 pm

· #375059
תמים
גאלד
וואס שפילט מען דא תם???!!!
הטרם תדע אז שוין פאר 17 יאר ל"ע
באיקאטירט ר' אהרן אלע שמחות פון 3 זיינע געשוויסטער!!!!!
הטרם תדע אז שוין פאר 17 יאר ל"ע
באיקאטירט ר' זלמן לייב אלע שמחות פון 3 זיינע געשוויסטער!!!!!

איז דאס יא נארמאל?
האט דאס יא א הסבר?
רבונא דעלמא כולא!! זיבצן יאר??
קיין איין איינציגער שמחה?
אייגענע ברודער און שוועסטער!!
קיין חתונה, בר מצוה, ברית גארנישט,
לא עלינו ולא עליכם
קלערט דען איינער אז דאס איז ווייל זיי פארגינען זיך נישט איינעם דעם אנדערן שמחות
ס'נעבעך אזוי געווארן די אומשטענדן אז אלס פראקטישקייט איז דאס אזוי געווארן,
איך בין בטוח אז ביידע ברודער בלוטיגן איבער דעם,
האט מען נאך דא גרויסע קשיות עצומות פארוואס ר' אהרן איז נישט געקומען צו עפעס א אסיפה ווי דער ברודער איז דער מחותן, נישט נאר מחותן נאר דאס איז פארוואנדעלט געווארן און א פאליטשע חאזעריי געציעלט צו טריצן קעגן איהם פערזענליך
וואס ווילט עטס ר' אהרן זאל טאן נעקסט? אנטון הערנער?

קודם כל, וועלקאם בעק הרב גאלד, ס'האט זיך געבענקט דא פאר א נארמאלע ארוני, וואס זאל נישט פירקלען מיט קיין דעמעגאגישע קינדערישקייט, אין רעדן דברים של טעם מיט א רואיגקייט כדרכך.

כלפי דיין פאונט אז ר' אהרן קען נישט קומען צו קיין אווענט ווי רז"ל איז הויפט מחותן, ס'איז געווען בידיו אין איין מינוט צו מאכן די נאכט פאר א נאטראלע נישט זאלי פאליטישע עווענט, מ'איז אים גרייט געווען נאכצוגעבן די אלע פאליטישע סימבאלישע זאכן, אין ביידע רבי'ס וואלטן געזעצן דארט ווי די זעלבע מחותנים​!

די גרעסטע ראי' אז ס'קען ארבעטן, אין ס'איז נישט דומה צי קיין שמחות אין ס'קומט נישט אריין דא די זיבעצן יאר פריוואטע משפחה מחלוקה איז, ווייל מ'האט עס שוין געטוהן! בלוי צוויי יאר צוריק איז מהרז"ל געזעצן ביי א כינוס וואס איז געפירט געווארן דורך זיין ברודער אין זיינע צייטונגען און פארטיי האבן אים געגעבן אויסשליסליכע קרעדיט פאר די הצלחה, אין נאך אלץ איז די ברודער דארט שיין געזעצן אין ס'איז דורך אן קיין מכשולות .מ

מהר''א האט נישט געבעטן קיין אסיפות רבנים אין קיין ערנסטע אחראים א וואך פארן כינוס, ער האט עס געבעטן ל''ג בעומר, קודם האט מען געזאגט אז מ'גייט עס מאכען ביי סקולען אין נאכדעם האט מען פשוט איגנארירט אין די לעצטע מיניט נאכען זיך צוקריגען מיט קאטלער האט מען שנעל געשיקט צו מהר''א אין אפילו דעמאלטס איז הרב וויינבערגער צירוקגעקומען אז מ'קען גארנישט טוישן, אפילו נישט אריינשטעלן קיין אחראי (אגב, דאס אפשטופן איז געקומען מטעם ר' יעקב האראוויץ אין מיט דעם וואלט מען זיך געקענט אויספייטן) משא''כ ביי מהר''א'ס פראטעסט האט האט מען אלעס נאכגעבן פאר מהרז''ל אין ביז ר' יעקב האראוויץ האט אים נישט באוואשען האט ער קלאר געזאגט אז ער קומט נישט ווי די באקאנטע מעסעזש וואס זיי האבען דעמאלטס ארויסגעשיקט

signout » מיטוואך יוני 14, 2017 1:11 pm

· #375060
תמים
גאלד
צווייטנס
ער האט קיינמאל נישט פארלאנגט קיין פאליטישע סימבאלישע זאכן
ער האט נאר פארלאנגט צו מאכן א אסיפה און אפשטיפן

מווייס מיר דאך דאס

ווי נאר ער האט דאס פארלאנגט איז עס שוין געווארן א טריץ צו דוקא נישט אפשטיפן ווייל אהרן האט געזאגט. פון דארט איז עס שוין ארויס אינגאצן אוט אוו קאנטראל.

ס'איז נאריש מדמה צו זיין צו יענע יארן, מהרזל האט עס נישט געמאכט, עס איז געווען סך היציגערע צייטן און ס'איז געווען גערופען ביי התאחדות. בכלל נישט קיין דמיון קיינער האלט נישט אז איינער וואלט געשריגען אויף די אנדערע רבי אין די היינטיגע אומשטענדן.

אין בנוגע אפשטיפען ס'איז זייער נאריש אפילו אויפצוברענגען כאילו מ'רעדט דא פון עפעס א קליינע תנאי, שטעל דיך פאר רזל פארלאנגט דאס ביי די פאריגע פראטעסט, היעלה על הדעת? פארגעס פון די רבבות וואס עס קאסט אפ, שטיפסט עס אפ, אין נאכדעם העסטו אפמאכן צו די האלטסט בכלל ביים קומען, אין מען האלט צוריק ביי אלף? ווי נאריש דארף מען זיין עס צי נעמען ערענסט. .

דאס איז חוץ די נקודה אז די כינוס איז שוין איינמאל אפגעשטופט געווארן אין ס'איז א פורים נאכאמאל עס צו טוהן..

אויב וואלט ווען אלעס זיך באמת געוואנדען אין א אסיפת הרבנים וואלט עס ווען נישט געדארפט צושטאנד קומען דוקא א טאג נאך די באשטימטע דעיט. והדבר פשוט הוא עס למאוד.

צו ער האט טאקע געדארפט קומען, אין צו די גאנצע כינוס האט א פשט? דאס איז א שאלה פאר זיך. אבער די נאנסענס אז ער האט פשוט געבעטן א קליינע תנאי אין מען האט אים עס נישט געהאלטן ביים נאכגעבן, איז פון די שוואכסטע ספינס מבית מדרשו פון צאנז קארט וואס כ'האב נאר מיטגעהאלטן...
מהרז''ל האט עס טאקע נישט געמאכט נאר יצחק שטערן האט עס געמאכט, יעצט פרעג דיך נאך ביי ''נייטראלע'' צו מ'קען דעם איד געטרויען, פרעג ר' מ' קאטלער פארוואס ער האט זיך ציקריגט מיט אין געזעהן אין מ'קען מיט אים נישט ארבייטן, יעצט בנוגע דאס אפשטופן, פארוואס פראדענשאל האט מען געקענט אפשטופן טראץ וואס ס'האט געקאסט רבבות אין דא נישט? נישט די געלט איז געווען א אישו ביים אפשטופן כידוע, יצחק שטערן האט ס''ה געוואלט מהר''א זאל קומען אנפולען זיין סטאדיום אן קיין שום אחריות אין אריינישפילן אין זיין פאליטיק שפיהל, אין נאכדעם שרייט מען היתכן ער איז נישט געקומען..

שבת אחים » מיטוואך יוני 14, 2017 1:24 pm

· #375061
.

signout » מיטוואך יוני 14, 2017 1:28 pm

· #375063
וויפיל נייע חטאים מ'גייט יעצט באשאפען נייטראלערהייט אויף מהר''א אלעס וועגן די כינוס...

I'm back » מיטוואך יוני 14, 2017 2:21 pm

· #375074
איש את רעהו
משתתף ב'בארקלעי'ס
שלום לך ידידי היקר מו''ר המכונה ''איש את רעהו'',

לכתחילה האב איך געטראכט נישט צו גיין, זעענדיג ווי נאר איין קהילה גייט, אבער למעשה האב איך באשלאסן יא צו גיין, היות יעדער מענטש מאכט א חילוק.
אנדערש ווי ביי אנדערע כינוסים און פראטעסטן,אט מען אנגעזען אן ערענסטקייט ביי יעדער וואס האט געשפאנט אינעם ריכטונג פון די סטעדיום. אנקומענדיג בין איך גלייך צוגעגאנגן צו מיין זיץ. עס איז אומבאשרייבליך ווי ערענסט איך האב געפילט. איך האב געזען ווי אפילו בחורימ'לעך זיצן מיט א ערענסטע פנים, ווייזענדיג אז אונז זעמיר דא זיך אנצונעמען פאר אונזערע ברודער אין ארץ ישראל.

דער ערשטע האט צוגעטרויטן צום מייק רבי שלמה אליעזר זז''ג. עס איז ניכר געווען די צער אין זיין ווערטער, ארויסברענגענדיג קורץ און שארף וואס די מטרה איז. הערשט ווען רבי אנשיל אשכנזי האט אנגעהויבן רעדן האב איך אויסגעבראכן אין א הילכיגן געוויין. ס'האט באנומען אלע מיינע גלידער. ער האט מסביר געווען פארוואס מען איז זיך צוזאמגעקומען. דערנאך האמיר געהאט א זכי' צו הערן פון רבי הלל שליט'א. ער האט מיט א צובראכענע שטימע געוויזן וויאזוי מיר וועלן זיי בייקומען.
רבי ראבי האט גערעדט זייער פיין און טיף, און אויך רב שכטר, אבער כאנישט פארשטאנען פונקטליך. רבי יעקב שפירא האט קלאר און דייטליך מסביר געווען דער קירכע פון ציונות. לעווין האט גערעדט זייער הארציג. רבי יחזקאל ראטה האט מיר דערמאנט פון רבי זי''ע, אזש איך.האב גע'בוכה'ט ווי א קינד. ווען ראש גולת אריאל ראש מערכות ישראל דער סאטמארע רבי האט גערעדט, האט זיך געשפירט ווי ביים רבי ז'ל ביי של'''ש. דער עולם האט געבוכהט, און אפילו די שמעק איז געווען ביי של''ש.

ווער רעדט נאך ווען דער קאפישער האט געשריגן, אזש איך האב זיך געשאקלט ווי דער רבי זי''ע'ס רעבעצין אינעם ארון קודש.

עס איז צום האפן אז דער מדינה וועט אונטערגיין בקרוב אמן

דער מאכט חוזק פון דיר, און דו לאזט זיך נאך...

איש את רעהו » מיטוואך יוני 14, 2017 6:26 pm

· #375105
זיין בליק איז אויך גאנץ זיס צו ליינען