היפאקראטיע היכי דמי
באקומען פון א מהרי"י נאכפאלגער וואס געט אויס זיין ווייטאג אויף די רבי'ס ברידער
היפאקריטיע היכי דמי?!
עס איז ממש טראגי-קאמיש צו באמערקן, דאס וואס יעדער ווייסט, אבער יעצט שטעלט זיך עס ארויס ווידערמאל מיט די שטארקסטע פארבן, אז ממש עס שרייט מיט קולי קולות...
דער זעלבער לעכטיגער כ"ק מרן מהר"א וואס אלס א ״סאטמארער״ רבי ווען ער פארט קיין ישראל באזוכט ער יעדן ציוניסטישן רבין, שונאים פאר סאטמאר און פאר זייער שיטה, און דארט איז דער לעכטיגער, שמייכלדיג און פרייליך ווי ביי בעסטע פריינט, ווייל ווער ס׳פארשטייט פארשטייט
אבער ווען עס קומט צו א ראש ישיבה פון טויזנטער בחורים און א מנהיג פון טויזנטער אידן, וואס שטעלט זיך שטארק ארויס אנטקעגן די ראשי ישיבות און פירט קריג מיט די פרומע פארטייען בנוגע מיליטער, ער ווערט למעשה פארשעמט און גע'רודפ'ט אויף א מורא׳דיגן אומבאשרייבליכן פארנעם, מ׳ריייסט פון אים שטיקער בבשר החי, אויף יעדן אופן, ווערט ער פלוצים ביים ״סאטמארער רבי׳ן״ אזא שייגעץ אז כ''ק מרן ווידמעט דרשות אויף דרשות כנוסח ווי מ'רעדט פון א פרישע צרה אויף כלל ישראל??
כ"ק מרן זיסער, כלל ישראל איז נישט משוגע!
מיר פרעגן דיך א סימפל קלארע קושיא: בעלז און קלויזנבורג על סיר הבשר זענען קלענערע פראבלעמען און מער כשר ווי הגאון ר׳ שמואל אורבאך וואס איז דער איינציגסטער ליטווישער גדול וואס קעמפט קעגן גיוס און כאפט דערפאר מכות רצח?!
פארוואס צו זיי לאכסטו, ביסט זיי מוחל אלע חטאים, שיקסט דיינע רבנים זיי באזוכן, טרינקסט וויין, גיסט פירות, קראכסט זשאוקס און שרייבסט אפ די שמועסן פאר די וועלט, און אויף ר׳ שמואל אורבאך האקסטו טאג און נאכט כאחד הריקים?!
דער בעלזער מעג אויפנעמען דעם ראש הכופרים נתני׳, און דו האקסט אויף ר׳ שמואל אז ער טרעפט זיך מיט׳ן ראש העיר? אתה משוגע לחליטין ממש??!
דו רעגסט זיך נאך פאר די פיצי אינגע בחורים היתכן תושבי קרית יואל קויפן לאקשן ??!
ווער ס׳פארשטייט פארשטייט, אבער די וועלט פארשטייט עס ״נישט״! די וועלט קוקט דיך אן פאר א פאלנער מטורף!
זאג אונז פשוט, מיר דארפן נישט צען-שעהה׳גע הסברים פון די מגיד רב טעללער. מיר ווילן הערן פון דיר:
פארוואס איז נישט א פראבלעם בכלל קיין שום אגודה׳סטישער רבי און קרייז מדן ועד באר שבע וואטסאווער, מיט זיי ווייזט מען ארויס די גרעסטע סימני התקרבות וחיבה ווען זיין שוואגער דער בעלזער האט אויפגענומען דעם גרעסטן רשע דער ראש ממשלת הכופרים ביבי נתניהו שר"י, האט מען פון מאנרא א ווארט נישט געהערט, דעמאלס האט ער נישט געשפירט פאר וויכטיג צו אויפרודערן די ישיבה קטנה בחורים מיט א מחאה על דרך האמת אויף דעם פרעצדענטלאזן אקט?!
ווען עס קומט אבער צו הרב אוירבאך קליידט ער זיך אן מיט אן אדרת שער למען כחש און מ'פארטושט די מוחות פון די יונגע צאן קדשים אז דא רעדט מען פון א עוולה נוראה אשר כמונו לא נראתה?!
ווידעראום ווען ער האט א געלעגנהייט זיך צו באטייליגן ביי א סאטמאר'ן פונקציע, וואס איז בלי ספק א נחת רוח בגן עדן העליון פאר רביה"ק זי"ע אז עס זענען נאך געבליבן צענדליגער טויזענטער תלמידים וחסידים ההולכים לאורו, און מיט זייער קול מחאה אין ברוקלין זענען זיי מצליח אויפצואוועקן דעם דעת הקהל פון אחב"י אין ארה"ק אז דא שטייט מען פאר א גזירה נוראה פון גיוס בני הישיבות, וואס די רשעים ימ"ש ווילן אויספירן זייער ענדגילטיגער פלאן צום "יודן פראגע" און רייסן שטיקער פון ערליכן כלל ישראל, און ווי עס שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע ארץ ישראל'דיגע פרעסע, פרייע און ארטאדאקסישע צוגלייך, הערן נישט אויף רעדן און גריבלן אין דעם נושא און עס הערשט א אויפוואכונג ווי קיינמאל בעפאר.
אבער דעמאלס טרעפט זיך אונזער מהר"א יעדע תירוץ זיך נישט צו באטייליגן.
כ''ק מרן כ''ק מרן, ווי טיף קען מען גיין? היפאקריטיע האט שוין נישט קיין גרעניץ?!