☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » א טעגליכע ווענדונג

א טעגליכע ווענדונג

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11540

געוואלדיג » זונטאג יוני 4, 2017 4:54 pm

· #373177
א טעגליכע ווענדונג
גוט מארגן משה מיילעך
ביסט אויפגעשטאנען בין איך פריילעך,
איך דארף דיר היינט זייער וויכטיג
ביסט דאך טויגלעך און טיכטיג,
איך דארף פון דיר וויכטיגע זאכן
וואס נאר דו קענסט מאכן,
קודם כל אין מקוה זאלסטו גיין
צו זיין פריש און ריין,
און א פיינע קאווע זאלסטו נעמען
דיינע פיאות מאכן און אויסקעמען,
דערנאך דאווענען אן געשטערט צו ווערן
איך ווארט דיינע ווערטער צו הערן,
פון מיין משה מיילעך טוה נישט פארגעסן
א נארהאפטיגע פרישטיג זאלסטו עסן,
דאן צום ארבעט גיי אריין
מיטן גאנצן קאפ דארטן זיין,
ערליך און אפגעהיטן זיך פירן
פון מיין תורה און מצוות זיך נישט אוועק רירן,
ערליך פארדינטע געלט אהיים ברענגען
דיינע קינדערלעך אויף דיר הענגען,
איבערן טאג פארגעס נישט עסן און טרינקען
אין קיין קרענק זאלסטו נישט איינזינקען,
דערמיט ביסטו נאכנישט פארטיג
איך האב פאר דיר ארבעט אייגנארטיג,
אינדערהיים לייג צו א האנט
מיט וואס נאר ביסט באקאנט,
פיטערן די קינדער נאכטמאל
אדער אפילו זיי באדן צומאל,
זיכער מאכן אז זיי גייען אין די בעטן אריין
דיין ווייב זאל נישט צו אויסגעמוטשעט זיין,
מנחה מעריב דאווענען כהלכה
איך וויל דיר שענקען מיין ברכה,
שיעורי תורה טאג טעגליך
און פארשטייט זיך ווען נאר מעגליך,
נאכטמאל דארפסטו אויך עסן צו דער זעט
גענוג בעפאר דו גייסט אריין אין בעט,
קרי״ש שעל המטה ערליך זאגן
דאן אין בעט אריין יאגן
גענוג בעפאר עס הייבט אן טאגן,
א גוטע נאכט, שלאף געזונטערהייט
האסט דיינע פליכטן ערפילט מיט א פונקטליכקייט,
כאטש דא און דארט האסטו עטוואס פארפארן
וועט דאס זיכער ווערן פאראכטן אין די נעקסטע טעג און יארן,
איך בין צופרידן פון דיר זייער
ביסט ביי מיר גאר טייער,
די וועלט דארף דיר האבן
דיין קאפ טוה נישט אין זאמד באגראבן,
דו ביסט א וויכטיגע באשטאנדטייל פון די וועלט
השי״ת פון דיר קוועלט

מפוזרי » זונטאג יוני 4, 2017 9:25 pm

· #373216
Re: א טעגליכע ווענדונג
גאטניו,
עסן דארף כדי איך זאל האבן כח,
אין מקוה גיי איך כדי צו זיין פריש,
צום ארבעט אגאנצן טאג לויף איך כדי צו האבן געלט פאר די קינדער,
איך קום אהיים נאכאמאל עסן כדי צו האבן כח צו העלפן די ווייב,
איך דאווען צו דיר אז איך זאל דאס קענען אלץ ערפילן,
איך גיי שלאפן כדי איך זאל האבן כח צום אויפשטיין,
איך שטיי אויף פרי כדי איך זאל האבן צייט צו גיין אין מקוה, טרינקען א קאווע, דאווענען, עסן פרישטאג, גיין ארבעטן, אאז"וו אאז"וו.
אבער רבש"ע גאטניו זיסער,
וואס דארפסט 'דו' אזױ וויכטיג פון 'מיר'??

געוואלדיג » זונטאג יוני 4, 2017 10:57 pm

· #373230
You mistd the point
אט טאקע דאס, די טעגליכע איבערלעבענישן.

מפוזרי » זונטאג יוני 4, 2017 11:10 pm

· #373238
Re: א טעגליכע ווענדונג
און וואס איז אזוי עס 'אזוי וויכטיג'?
דער תירוץ איז, זײ ווייטער פארנומען מיט דיינע טעגליכע איבערלעבענישן ביז די קשיא וועט מער נישט ציפן.

cictim » מאנטאג יוני 5, 2017 1:24 am

· #373286
מפוזרי
אבער רבש"ע גאטניו זיסער,
וואס דארפסט 'דו' אזױ וויכטיג פון 'מיר'??


אל תאמר לכשאפנה אשנה, אז דער רצון ד' איז, אין די מינוט און אין די מצב זאלסטו טון דעם רצון ד', נישט ווארטן לכשאפנה ווען די מצב וועט זיך בייטן, שמא אפשר וויל ער פון דיר - "לא תפנה" עבודת ה' אין די מצב פון יעצט.
א יוד האט געפרעגט דעם רבי׳ן ר׳ בונם ז״ל פון פרשיסחא, אויב ער זאל
אוועק לייגען דאש מסחר, און זיך נעמין בלויז צום לערנין - האט ער
גענטפערט : ״אל תאמר לכשאפנה אשנה׳ (אבות) זאלסט ניט זאגען אז ווען
איך וואלט אוועק געלייגט דאס מסחר, וועל איך קענען זיצען און לערנען,
ווייל ״שמא לא תפנה״ טאמער וויל מען אין הימעל אז די זאלסט דיך ניט
אוועק קערין פון מסחר. און דאך זאלסטו עוסק זיין אין תורה...