איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11536
איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
פון איין צד שטייען גרויסע רויטע פלאקאטן מיט שרייעדיגע ווערטער איבער די גזירות גיוס און פון די אנדערע זייט שטייען אסאך יודן און קוקן צו מיט ווינדער ווי מען מאכט אן אישו פון ליפט.
די שאלה איז פשוט וואס איז דער אמת איז דען דא א געפערליכע גזירה דעמאלט פארוואס שרייען נישט גאנץ כלל ישראל איך גלייב נישט אז די חסידים וואס גייען צו די בחירות און נעמען געלט פון די מדינה זענען גרייט צו צומאכן זייער מבצר התורה און אויב איז טאקע נישט דא קיין גזירה אז מה כל הרעש?
כדי צו וויסן די אמת האב איך איבער געבליקט די בריוו פון הרב אהרן שעכטער און איך בין אויפגעקומען מיט א שטוענענדיגע תירוץ.
הא לן והא להו!!
הערט און שטוינט ער ברעינגט אראפ אלע חלקים פונעם גזירה לאמיר דאס אביסל צונעמען בקיצור די צייט איז שוין יעצט 1:13 am.
א גרויס חלק פון די "גזירה" איז זאכן וואס זענען נאך נישט שייך היינט נאר זאכן וואס גייט נאכקומען איז ווער עס קען די פאליטיק און ארץ ישראל ווייסט אז עס גייט קיינמאל נישט געשעין ופשוט הוא.
נאכדעים איז דא די חלק וואס איז היינט שווערער צו באקומען א דיחוי מדארף לערנען און ספעציפישע ישיבות און לערנען א סכום שעות דבר פשוט הוא אז איינער וואס וויל זיך נישט זעין אין די גרינע מונדירן וועט זיך א עצה געיבן דערמיט ודי לחכימא ברמיזה.
אבער און דא ביי דער אבער ליגט די תירוץ באהאלטן א חלק פון די גזירה איז אז נאר ישיבות וואס נעמען פאנדינג פון די גאווערמענט קענען זייער תלמידים האבן א דיחוי און פארשטייט זיך אז די אויבערחכמים אויערבאכס סאטמורים נעמען דאך נישט (אויף זייער אייגענע נאמען) קיין פאנדינג איז און אנדערע ווערטער קענען זיי נישט באקומען דיין דיחוי אבער אלע אנדערע מוסדות האבן נישט קיין שום פראבלעים מיט גארנישט.
און דאס איז די תירוץ הא לן והא להו פאר מוסדות התורה געשטיצט דורך די מדינה איז "נישט דא קיין גזירת גיוס" אבער פאר די וואס נעמען נישט די געלט פאר זיי איז "יא דא א גזירות גיוס" איז פארשטייט זיך אוי לאותה בושה ואוי ואותה כלימה אויב אלע חסידותן גייען זיך ארויס דרייען און נאר די פלאטשיגע היטן (און די אויערבאכס פלאטשיגע קעפ) גייען זיך מיזן אנטוהן די לבוש ירוק ועל זה יצא הקצף מיט די אדום האדום הזה פלאקאטן. ודוק כי קצרתי.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11501">viewtopic.php?f=3&t=11501</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11499">viewtopic.php?f=3&t=11499</a><!-- l -->
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
גר ותושבפון איין צד שטייען גרויסע רויטע פלאקאטן מיט שרייעדיגע ווערטער איבער די גזירות גיוס און פון די אנדערע זייט שטייען אסאך יודן און קוקן צו מיט ווינדער ווי מען מאכט אן אישו פון ליפט.
די שאלה איז פשוט וואס איז דער אמת איז דען דא א געפערליכע גזירה דעמאלט פארוואס שרייען נישט גאנץ כלל ישראל איך גלייב נישט אז די חסידים וואס גייען צו די בחירות און נעמען געלט פון די מדינה זענען גרייט צו צומאכן זייער מבצר התורה און אויב איז טאקע נישט דא קיין גזירה אז מה כל הרעש?
כדי צו וויסן די אמת האב איך איבער געבליקט די בריוו פון הרב אהרן שעכטער און איך בין אויפגעקומען מיט א שטוענענדיגע תירוץ.
הא לן והא להו!!
הערט און שטוינט ער ברעינגט אראפ אלע חלקים פונעם גזירה לאמיר דאס אביסל צונעמען בקיצור די צייט איז שוין יעצט 1:13 am.
א גרויס חלק פון די "גזירה" איז זאכן וואס זענען נאך נישט שייך היינט נאר זאכן וואס גייט נאכקומען איז ווער עס קען די פאליטיק און ארץ ישראל ווייסט אז עס גייט קיינמאל נישט געשעין ופשוט הוא.
נאכדעים איז דא די חלק וואס איז היינט שווערער צו באקומען א דיחוי מדארף לערנען און ספעציפישע ישיבות און לערנען א סכום שעות דבר פשוט הוא אז איינער וואס וויל זיך נישט זעין אין די גרינע מונדירן וועט זיך א עצה געיבן דערמיט ודי לחכימא ברמיזה.
אבער און דא ביי דער אבער ליגט די תירוץ באהאלטן א חלק פון די גזירה איז אז נאר ישיבות וואס נעמען פאנדינג פון די גאווערמענט קענען זייער תלמידים האבן א דיחוי און פארשטייט זיך אז די אויבערחכמים אויערבאכס סאטמורים נעמען דאך נישט (אויף זייער אייגענע נאמען) קיין פאנדינג איז און אנדערע ווערטער קענען זיי נישט באקומען דיין דיחוי אבער אלע אנדערע מוסדות האבן נישט קיין שום פראבלעים מיט גארנישט.
און דאס איז די תירוץ הא לן והא להו פאר מוסדות התורה געשטיצט דורך די מדינה איז "נישט דא קיין גזירת גיוס" אבער פאר די וואס נעמען נישט די געלט פאר זיי איז "יא דא א גזירות גיוס" איז פארשטייט זיך אוי לאותה בושה ואוי ואותה כלימה אויב אלע חסידותן גייען זיך ארויס דרייען און נאר די פלאטשיגע היטן (און די אויערבאכס פלאטשיגע קעפ) גייען זיך מיזן אנטוהן די לבוש ירוק ועל זה יצא הקצף מיט די אדום האדום הזה פלאקאטן. ודוק כי קצרתי.
אזוי ליינענדיג דיין תגובה, האלט איך אינמיטן מלוה מלכה זאגענדיג די פסוק "נפת תטפנה שפתותיך כלה דבש וחלב תחת לשונך..." פיין געזאגט, טאקע בקיצור, אבער אז ס'איז שוין יא אזוי גוט, דאן פארוואס בקיצור??
איש את רעהו
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11501">viewtopic.php?f=3&t=11501</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11499">viewtopic.php?f=3&t=11499</a><!-- l -->
איך האב געוואלט זאגן ענליך'ס אבער מ'האט מיר שוין געמעקט אמאל פארן ארויפברענגען........ ס'איז א פראבלעם דא אין שטיבל בכלליות.
איך בין זייער שוואך אויסגעקאכט אין די גיוס סומאטוכע, אבער פון דאס ביסול וואס כ'האב יא געליינט האט מיר אנגעהויבן שווינדלן ווען יעדע צד ברענגט זייערע "פאקטן" וואס זענען סתירות צו די אנדערע צד'ס "פאקטן".
מיין השערה איז אז די מדינה ארבעט אויף א פלאן צו רעקוטירן ווי מער חרדים און איך שאץ אז זיי וועלן מצליח זיין ווייל די חרדישע געזעלשאפט איז ליידער נישט אזוי שטארק מיט אירע פרינסעפעלס ווי אמאל. ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלען, און אויטאמאטיש איז שווער פאר איינע פון די קלענערע מנהיגים זיך צו שטעלן אויפ'ן פראנט און פירן א מערכה וואס איז קעגן די שיטה פון די מעינסטריעם.
שמעון וואלףאיך בין זייער שוואך אויסגעקאכט אין די גיוס סומאטוכע, אבער פון דאס ביסול וואס כ'האב יא געליינט האט מיר אנגעהויבן שווינדלן ווען יעדע צד ברענגט זייערע "פאקטן" וואס זענען סתירות צו די אנדערע צד'ס "פאקטן".

יא, אבער אויף דעם ארויף איז נישט שייך צו שרייען גזירת גיוס ווייל ס'זעהט זיך נישט ארויס בפועל אין ערגעץ.
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
דאס אז די גזירה איז אין דער צוקונפט איז א קנאפע טרייסט. מ׳דארף עפעס טוהן דאס אפצושטעלען.
נאר למעשה די זעלבע וואס האבען געטוהן אלע יארען טוהן ווייטער און די פראפאגאנדא איז הוילע לופט. זיי טענה׳ן הן אז די וואס שטעלען זיך, גייען נישט און הן אז זיי העלפען די וואס שטעלען זיך נישט, לויט׳ן מעגליכקייט.
אז אן עסקן מיט א נאמען קומט מיר זאגען אז ער האט מטפל געווען, און א וואנאבי עסקן זאגט מיר אז סנאיז נישט אמת און מ׳דארף איהם שטיצען, וואס טוהן אונז אמעריקאנער אומוויסענדע?
משל למה"ד, איינער קומט און מאכט א ריזיגע קאמפיין, מ׳דארף גרינדען אן ארגאניזאציע ׳מצילים׳ פאר אידען וואס זענען קראנק. מ׳קען זיך נישט פארלאזען אויף די אמבולאנסען, זיי קומען שפעט צו אפשר בכלל נישט. זאגט איינער "ס׳איז שוין דא הצלה, וואס דארף מען נאך איינס?"
"הצלה?! זיי קומען נישט פאר ארוינעם\זאלוינעם\48׳גער\45׳גער\ליטווישער\ספרדים וכו׳. מ׳דארף עפעס טוהן פאר זיי"
וואס טוט מען יעצט? וועמען זאל מען גלויבען? לכאורה פון דעם אליינס אז מ׳זעט וי אידען לעבען און בליען, ווי הצלה דרייען זיך ווייטער מיט די לעלאס און דער אנדערע הענגען בלויז צעטלעך, ומה גם נאר אין ווייטער געגענטער, דארף מען אליינס וויסען וואס טוט זיך.
והנמשל מובן מאליו.
פאנאוועזש שטייט פעסט און מ׳לערנט מיט גרויס התמדה. איך דארף גלויבען אז עפעס א גזירה הויערט ערגעץ? איינער בעט מיר צו קומען צו א כנס הסברה מאנטאג נאכט ווי מ׳וועט מיר ערקלערען דער ענין. מ׳וועט מיר ווייזען די געזעץ אינעווייניג. איך בין עפעס אן אדוואקאט? איך דארף קענען פארשטייען ווי א געזעץ אויף עברית (מיין פערטער שפראך) פיהרט זיך אויס לפועל? מ׳פאדערט פון יעדער חדר אינגעל צו האבען א דעה אויף זאכען וואס מ׳האט נישט די מידנעסטע השגה.
איך פארשטיי עטוואס די שיטה"ק פון הרב שמואל אויערבאך (איך האב א ליטווישע חולשה, ער האט אייביג געשמ׳ט אלס אן אויסנאמליכע ריז אין לערנען). די פראבלעם איז אבער אז דאס איז א פארטיי פון א צייטונג מיט הרב שמואל׳ס שטיצע. ער פיהרט נישט טעגליך, און ער קען נישט און פארשטייט נישט צו טעגליכע פיהרונג. דאס איז אין די הענט פון ליידיגייערס און קינדער, אונגארישער פלאטשיגע קעפ וואס האבען זיך פארליטווישט אין די לעצטע פאר יאר.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
שמעון וואלף ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלעןם.
וואס האט מען פון געלט אויב האט מכן נישט קיין מוסדות עס צו ניצן פאר לויט ווי די קנאים לייגן עס אראפ גייען זיך אלע ישיבות צומאכן ביז יאר 2023 איר האלט טאקע אז בעלז צאנז וויזניץ ועוד ועוד זענען גרייט צו צושפארן זייער שווער אויסגעהארוועטע ישיבת על מנעול ובריח?
אז מ׳פארט קיין ארץ ישראל זעט מען א שיינע עולם התורה. ויז'ניץ בעלזא צאנז גור און נאך. מ׳זעט יונגערלייט וואס זענען אויסגעטוהן פון גשמיות זיי זיצען און לערנען מיט יראת שמים. אן עוורעדש יונגערמאן פון א קרייז וואס נעמט יא געלט פון די מדינה ברויך זיך גארנישט שעמען פון די ווילאמסבורג קאקאש קעיק אנגעפראסענער יונגערלייט.
די בריוו פון רב שעכטער פאנגט זיך אן מיט די גרויסע שעת צרה וואס אידן אין ארץ ישראל געפונען זיך. סבוני חבלי מות. מ'שטייט פאר א ריזיגע געפאר. איראן. אייסיס. נארט קארעא. די טעראר און היים לאנד.
גלייך נאך די ערשטע פאראגראף און וואסארא געהאקטע סכנות ארץ ישראל איז, לאזט ער זיך אריין אין א לאנגע טיירעד וואסארא סכנה אידן און ארץ ישראל געפונען זיך. הלמאי מ'צווינגט זיי אריין אין מיליטער.
נאר א למדן ווערט נישט געבאדערט פון אזוי oxy moron פון א בריוו.
שמעון וואלף ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלען, און אויטאמאטיש איז שווער פאר איינע פון די קלענערע מנהיגים זיך צו שטעלן אויפ'ן פראנט און פירן א מערכה וואס איז קעגן די שיטה פון די מעינסטריעם.
און אפשר פארקערט?
אז די סאטמאר'ער געלטער איז משפיע אויף די עדה-אויערבאך קרייז יא צו טומלען און צו פירן א מערכה?
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
דער בריסקער ראש ישיבה זצ"ל פלעגט זאגען "מה לי מדינה געלט פון מדינת ישראל, ומה לי מדינה געלט פון קרן הצלה?", ודפח"ח.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
יאסל ראקאווערדי בריוו פון רב שעכטער פאנגט זיך אן מיט די גרויסע שעת צרה וואס אידן אין ארץ ישראל געפונען זיך. סבוני חבלי מות. מ'שטייט פאר א ריזיגע געפאר. איראן. אייסיס. נארט קארעא. די טעראר און היים לאנד.
גלייך נאך די ערשטע פאראגראף און וואסארא געהאקטע סכנות ארץ ישראל איז, לאזט ער זיך אריין אין א לאנגע טיירעד וואסארא סכנה אידן און ארץ ישראל געפונען זיך. הלמאי מ'צווינגט זיי אריין אין מיליטער.
נאר א למדן ווערט נישט געבאדערט פון אזוי oxy moron פון א בריוו.
ועוד אפשר להוסיף ער פירט אויס צום סוף אז די סכנה פון איראן איז ערשט און יארן ארום מה שאין כן סכנת גיות איז ממש אין די יעצטיגע מינוט ווען איך האב דאס געליינט האב איך געטראכט אדער איז נעבעך נשתבש דעתו מרוב צרות און סכנת עד שלא ידע בין ימינו לשמאלו אדער פשוט ווייסט ער נישט די מציות און מקען עים פארקויפן וואס מען וויל.
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
מאנכע האבן טענות פארוואס איך האב געפענט א נייע אשכול ווען עס זענען שוין דא צוויי אנדערע וואס רעדן שוין דערפון.
איך וויל מסביר זיין די אשכול איז מיוחד צו באהאנדלען איין זאך צו ביי די מערכה איז דא א וודאי רמאי אדער קען זיין אז ביידע זענען גערעכט.
איך וויל נישט אריין גיין און די פראפעגאנדע און פאקטן ווייל די זאכן זענען נאר א תוצאה פונען יסוד המחלוקה.
גר זייער גוט ארויסגעברענגט, נאר געווענטליך וועלן בחורים פון ישיבות וואס נעמען נישט קיין געלט פראבירן א פטור און נישט קיין דיחוי.
[ציטאט אראפגענומען]
דא האט איר א לינק צו די מכתב
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=33965">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=33965</a>
נישט געשריבן דורך הערשל קלאר, נאר דורך ליטווישע ראשי ישיבות, @ליטוואק זענען זייערע נקודות אמת?
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
I'm back
עס איז נישט ממש גלייך, אז פאליציי וועט אריינשיקן נאקעטע פרויען אין וויליאמסבורג, און ווען מען וועט פראטעסטירן וועלן זיי נעמען האקן קעפ, סיי ווער עס פראטעסירט, און אויך ווער נישט, דעמאלטס קענסטו מדמה זיין.
נאקעטע פרויען איז עפעס וואס איז אומדערהערט.
סאלדאטן זענען א חלק פון דער מדינה, און זיי זענען געשטעלט פון דער ממשלה. טאמער געפעלט עס נישט איינעם, קען יענער מופן קיין חו''ל.
איך האב געזען שטיין אז הר' דוד סולאוויטשיק האט געזאגט אז מען קען נישט דארט וואוינען מער, אבער ער האט נישט קיין כח צו גיין פון דארט, היות ער איז אלט.
איך וואונדער מיר, איך פארשטיי עם, אבער ווי קען ער מפקיר זיין זיין קינדער, אייניקלעך און תלמידים?
לאמיר זען אז ער זאל זיי שיקן קיין חו''ל, און ער זאל פארמאכן זיין ישיבה!
דעמאלס וועל איך וויסן אז ער מיינט עס ערענסט.
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
אבער פארוואס קומען זיי אריין אין מאה שערים, זיך צו רייצן?
א אידאבער פארוואס קומען זיי אריין אין מאה שערים, זיך צו רייצן?
פאר די זעלבע סיבה פארוואס עס זענען דא מער פאליציי אין פארברעכערישע געגענטער אין אמעריקא.
[ציטאט אראפגענומען]
אגב, איך קען עטליכע 65-70 יעריגע וואס האבן געדינט אין צה''ל פאר 40-50 יאר צוריק, און זיי זעען נישט אויס ווייניגער פרום ווי דער דורכשניטלעכן איד פון בארא פארק אדער מאנסי. איז דא עפעס היינט, וואס טריגערט אז מען זאל אפ-פארן, אדער איז עס טאקע שטותים וואס דער סיקריקים האבן פארשפרייט?
קען דא איינער פון די אנטי מערכה צד אריינקומען און אויפקלערן פונקט ביי פונקט וועלכע פונקטן פון דעם מכתב זענען פאלש? איך זאג נישט אז זיי זענען אמת, ווייל איך האב נישט מברר געווען דעם מציאות. אבער די טענות קוקן אויס גאנץ שטארקע, וואס אויב אמת, זאגט דאס גאנץ אסאך אויף די חרידישע פאליטישאנס וואס פיהרען דעם ציבור אין באד.
@אנאנים.
דיינע טענות זענען ריכטיגע, אבער ווי פארשטענדליך איז דער היימישער עולם נישט מסכים עובר צו זיין אויף זייערע פרינציפן צוליב די טענות. קוקט אויס בת היענהדיג? מאכט נישט אויס, מ'גייט נישט לייגן די תורה אין א זייט צוליב דעם
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
דאס איז א גוטע ענטפער פאר די פאליציי, וואס איז מיט די חרדקים? וואס זוכן זיי דארט?
א אידדאס איז א גוטע ענטפער פאר די פאליציי, וואס איז מיט די חרדקים? וואס זוכן זיי דארט?
היות עס באלאנגט פאר די מדינה, מעגן זיי גיין ווי אימער, אין וועלכע געגנט וואס באלאנגט פאר די מדינה.
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
זיי מעגן גיין, אבער עס איז זייער אבוויעז, אז זיי קומען זיך רייצן, און ארויפברענגען די בלוט אין קאפ, פאר די פרומע, און נאכדעם הרגענען זיי און שלאגן, כל הבא ליד.
א אידזיי מעגן גיין, אבער עס איז זייער אבוויעז, אז זיי קומען זיך רייצן, און ארויפברענגען די בלוט אין קאפ, פאר די פרומע, און נאכדעם הרגענען זיי און שלאגן, כל הבא ליד.
עס האט זיך אנגעהויבן מיט נאכשרייען סתם סאלדאטן, און מיט הייבן הענט. היות די מיליטער וויל באשיצן איר סאלדאטן, האט מען אנגעהויבן אריינשיקן, כדי צו קענען ארעסטירן די יעניגע וואס טערארזירן דער סאלדאטן וואס באשיצן די בירגער פון די מדינה, אפילו די יעניגע וואס זאגן אז זיי אנערקענען נישט אין זיי.
📎 WhatsApp Image 2017-06-04 at 11.07.00 AM.jpeg📎 WhatsApp Image 2017-06-04 at 11.07.02 AM.jpeg
[ציטאט אראפגענומען]
זיי זענען געווען אלס בחורים, און אויך אלס אינגעלייט.
וואס איז די מקור אז היינט איז עס מער פריצות'דיג?
זיי טענה'ן איין מעשה, און דער וועד הישיבות טענה'ט א צווייטע. פארוואס זאל איך איינעם גלויבען מער ווי א צווייטען?
ליטוואק פון בודאפעסטזיי טענה'ן איין מעשה, און דער וועד הישיבות טענה'ט א צווייטע. פארוואס זאל איך איינעם גלויבען מער ווי א צווייטען?
דו רעדסט צו מיך? טאמער יא, וועמען מיינסטו מיט 'זיי'?
ליטוואק פון בודאפעסטדער בריסקער ראש ישיבה זצ"ל פלעגט זאגען "מה לי מדינה געלט פון מדינת ישראל, ומה לי מדינה געלט פון קרן הצלה?", ודפח"ח.
די נפק"מ איז פשוט
די געלט קומט פון כופרים וכח הפועל בנפעל ער זאל אנכופרנען למחצה לשליש, און די געלט פון אויסגעהארעווטע געלט פון אידעלעך ירא השם וכח הפועל זיך צו האלטן ריין
פארשטייט זיך אז דעס איז כל זמן וואס קרן הצלה ווערט געפירו אן חשבונות פון אייגענע אינטערעסן פון די בעלי בתים, אבער אפילו אזוי איז עס פיל בעסער ווי געלט פון אפיקורסים
I'm backליטוואק פון בודאפעסטזיי טענה'ן איין מעשה, און דער וועד הישיבות טענה'ט א צווייטע. פארוואס זאל איך איינעם גלויבען מער ווי א צווייטען?
דו רעדסט צו מיך? טאמער יא, וועמען מיינסטו מיט 'זיי'?
זיי מיינט די ראשי ישיבות פון אמעריקא.
איין גאט ווייסט ווי ר' מאיר הערשקאוויץ איז דא אריינגעפאלן. אן איידעלער שטילער איד, וואס איז פארנומען נאר מיט זיין שיעור און זיין תלמידים. ער קומט יעדע צווייטע שבת און יעדע יו"ט צו זיין טאכטער די אלמנה וואס וואוינט לעבען מיר. ווי האט מען איהם אריינגעשלעפט?
[ציטאט אראפגענומען]
מ/וועט עס צוריק געבן פאר די יו ען זיך צו ספראווען בקרוב בימינו אמן
ליטוואק פון בודאפעסטזיי מיינט די ראשי ישיבות פון אמעריקא.
איין גאט ווייסט ווי ר' מאיר הערשקאוויץ איז דא אריינגעפאלן. אן איידעלער שטילער איד, וואס איז פארנומען נאר מיט זיין שיעור און זיין תלמידים. ער קומט יעדע צווייטע שבת און יעדע יו"ט צו זיין טאכטער די אלמנה וואס וואוינט לעבען מיר. ווי האט מען איהם אריינגעשלעפט?
אפשר טאקע ווייל עס איז גרינגער געווען צו באקומען א חתימה...
גאנצלליטוואק פון בודאפעסטדער בריסקער ראש ישיבה זצ"ל פלעגט זאגען "מה לי מדינה געלט פון מדינת ישראל, ומה לי מדינה געלט פון קרן הצלה?", ודפח"ח.
די נפק"מ איז פשוט
די געלט קומט פון כופרים וכח הפועל בנפעל ער זאל אנכופרנען למחצה לשליש, און די געלט פון אויסגעהארעווטע געלט פון אידעלעך ירא השם וכח הפועל זיך צו האלטן ריין
פארשטייט זיך אז דעס איז כל זמן וואס קרן הצלה ווערט געפירו אן חשבונות פון אייגענע אינטערעסן פון די בעלי בתים, אבער אפילו אזוי איז עס פיל בעסער ווי געלט פון אפיקורסים
כח הפועל בנפעל האט נישט אינטרעסירט ר' בערל. ער האט מורא געהאט אז די געלט געבערס וועלען עפעס פאדערען, און דער מדינה איז נישט קיין גרעסערע פראבלעם ווי די אנגעפרעסענע אמעריקאנער נגידים וואס געבען געלט נאר פאר זייערע תנאים און אינטערעסען. זעסט דאך וואס איז געשען ווען איינער האט געוואגט צו רעדען פון ירושלים וועגען דער סקול דיסטריקט.
גאנצל[ציטאט אראפגענומען]
מ/וועט עס צוריק געבן פאר די יו ען זיך צו ספראווען בקרוב בימינו אמן
אדער קען מען עס געבן פאר די ערביים, און דעמאלטס איז שוין אויס פראבלעם צו דינען אין מיליטער...
ליטוואק פון בודאפעסטגאנצלליטוואק פון בודאפעסטדער בריסקער ראש ישיבה זצ"ל פלעגט זאגען "מה לי מדינה געלט פון מדינת ישראל, ומה לי מדינה געלט פון קרן הצלה?", ודפח"ח.
די נפק"מ איז פשוט
די געלט קומט פון כופרים וכח הפועל בנפעל ער זאל אנ'כופר'נען למחצה לשליש, און די געלט פון אויסגעהארעווטע געלט פון אידעלעך ירא השם וכח הפועל זיך צו האלטן ריין
פארשטייט זיך אז דעס איז כל זמן וואס קרן הצלה ווערט געפירו אן חשבונות פון אייגענע אינטערעסן פון די בעלי בתים, אבער אפילו אזוי איז עס פיל בעסער ווי געלט פון אפיקורסים
כח הפועל בנפעל האט נישט אינטרעסירט ר' בערל. ער האט מורא געהאט אז די געלט געבערס וועלען עפעס פאדערען, און דער מדינה איז נישט קיין גרעסערע פראבלעם ווי די אנגעפרעסענע אמעריקאנער נגידים וואס געבען געלט נאר פאר זייערע תנאים און אינטערעסען. זעסט דאך וואס איז געשען ווען איינער האט געוואגט צו רעדען פון ירושלים וועגען דער סקול דיסטריקט.
פארדעם האב איך צוגעשריבען אז ס'איז כל זמן ס'גייט אן חשבונות
יעצט אין די נייעס אז די חייל וואס האט זיך פארשטעלט פאר א חרדי האט געכאפט אזעלעכע מכות אז אפאר פון זיינע ביינער האבן זיך צובראכן. יעצט פארשטייט מען שוין די ווילדער תגובה פונעם משטרה.
שמעון וואלףאיך בין זייער שוואך אויסגעקאכט אין די גיוס סומאטוכע, אבער פון דאס ביסול וואס כ'האב יא געליינט האט מיר אנגעהויבן שווינדלן ווען יעדע צד ברענגט זייערע "פאקטן" וואס זענען סתירות צו די אנדערע צד'ס "פאקטן".
מיין השערה איז אז די מדינה ארבעט אויף א פלאן צו רעקוטירן ווי מער חרדים און איך שאץ אז זיי וועלן מצליח זיין ווייל די חרדישע געזעלשאפט איז ליידער נישט אזוי שטארק מיט אירע פרינסעפעלס ווי אמאל. ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלען, און אויטאמאטיש איז שווער פאר איינע פון די קלענערע מנהיגים זיך צו שטעלן אויפ'ן פראנט און פירן א מערכה וואס איז קעגן די שיטה פון די מעינסטריעם.
@שמעון וואלף,
ביטע גלייך נישט צו "פאקטן" וואס ראדני עסקנים אין אמעריקע האבן אנגעפירקלט אויף פלאקאטן צו "פאקטן" וואס די וואס לעבן דארטן זאגן... ווילסט וויסן פאקטן? הייב אויף א טעלעפאן צו א ברודער, קאזין, חבר וואס וואוינט אין א"י און פרעג אים צו ער קען בחורים וואס מ'האט געשלעפט בכפי' אין מיליטער. ס'איז אבנארמאל ווי אין די דור פון אינפארמעישאן קען מען פירן א גאנצע ציבור ביים בארד.
דיין צווייטע סברא איז במחכ"ת נאכמער מאדנע. די גרעסערע ראשי ישיבות פון פאנעוויטש, מיר, חברון, סלאבאדקע, גור, צאנז, וויזניץ, בעלז, באיאן, סלאנים זענען אלע גרייט פאר די געלט און פאנדינג פאר זייערע ישיבות צו לאזן טויזנטער חרדיש'ע בחורים פאלן אין מיליטער.... זאג נאר, אויף וועלכע איד אין אמעריקע וואלסטו געגלייבט אזא בלבול ? נאכמער, לויט'ן פלאן וועט ביז דריי יאר כמעט גארנישט בלייבן פון די גרעסערע ישיבות אויך נישט, נו, פאר וועמען וועלן זיי דעמאלטס נעמען פאנדינג ???
יעקב מענטש📎 WhatsApp Image 2017-06-04 at 11.07.00 AM.jpeg
איך רייב מיך די אויגן צו איך זעה גוט. ר' יענק'ל האראוויץ מיט דער נאוואמינסקער רבי זענען מעורר הג"ר דוב לאנדא מיט הג"ר דוד כהן אויף די פאקטן וואס קומט פאר אין א"י ?
מ'רעדט פון גאוני ארץ יעדער באזונדער אויף די רשימה, וואס די בריוו שרייבער קומען נישט צו לקרסולי רגליהם... ר' מלכיאל איז זיי מעורר זיך צו נעמען אין די הענט אריין !!
איך הייב הענט ! ראדני טויג ! די עסקנים וואס גייען ארום מיט די פאקטן און דאקומענטן טוען א מעסיוו דזשאב...
א אידאבער פארוואס קומען זיי אריין אין מאה שערים, זיך צו רייצן?
זיי קומען נישט אריין. זיי און זייערע עלטערן און משפחות וואוינען דארט. חוץ מזה האט א יעדער א רעכט אריבערצוגיין אויף די גאס אומגעשטערט. די טומלערס מוזן נישט נאכשרייען און פיזיש אטאקירן. און אויב יא וועט מען זיי לערנען דרך ארץ. דאס אלעס. אונז זעהמיר אויס ווי דער קאזאק הנגזל. מ'שטעלט אן און מ'טוט זאכן שלא כהוגן. און ווען מ'כאפט צוריק שרייט מען אז ס'נישט קיין יושר...!
א אידדאס איז א גוטע ענטפער פאר די פאליציי, וואס איז מיט די חרדקים? וואס זוכן זיי דארט?
און אז דו וועסט גיין אין אן איטאליענער אדער ספאנישע געגנט און מ'וועט דיך אטאקירן וועללן זיי עס בארעכטיגן אז זיי האבן פיינט אידן. און א איד וואס קומט אין זייער געגנט קומט זיך נאר רייצן. ממילא מעג מען איהם אנקלאפן די ביינער...!
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
זיי טענה׳ן אז דער מדינה וויל מאכען אז א פרומע זעלנער איז א נארמאלע ערשיינונג, און צו דעם שרייען זיי נאך די חברה. ביי די יוגענד זאל עס נישט זיין נארמאל
איך זאג זייער מיינונג, נישט מיינס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
ליינענדיג דער המבשר, זעי איך א נקודה וואס מ׳האט פון אונז פארהוילען.
צוליעב דער בלבול פון די לפיד יארען, האבען פיהל בחורים און יונגעלייט פארלוירען זייער מעמד אלס בני הישיבה, אי ווייל זיי זענען געבליבען צו לאנג אין חו"ל אי ווייל זיי האבען נישט געברענגט זייער פאפירען כדת. דאס איז א פראבלעם אין וואס זיי זענען מטפל, אבער אלע ׳מסובכים׳ שטאמען פון דעם און נישט פון די נייעם געזעץ און גארנישט ווערט ערגער אין דער צושטאנד פון בחורים אין א"י
ליטוואק די ערשטע מאל די רעדסט צום זאך און די לעצטע 24 שעה!
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
די קעניג פין אמעריקעליטוואק די ערשטע מאל די רעדסט צום זאך און די לעצטע 24 שעה!
איך דארף שוין איבעררעכענען מיינע ווערטער
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
ליטוואק פון בודאפעסטליינענדיג דער המבשר, זעי איך א נקודה וואס מ׳האט פון אונז פארהוילען.
צוליעב דער בלבול פון די לפיד יארען, האבען פיהל בחורים און יונגעלייט פארלוירען זייער מעמד אלס בני הישיבה, אי ווייל זיי זענען געבליבען צו לאנג אין חו"ל אי ווייל זיי האבען נישט געברענגט זייער פאפירען כדת. דאס איז א פראבלעם אין וואס זיי זענען מטפל, אבער אלע ׳מסובכים׳ שטאמען פון דעם און נישט פון די נייעם געזעץ און גארנישט ווערט ערגער אין דער צושטאנד פון בחורים אין א"י
בעצם די תקופת הסתגלות וואס עס שטייט אין די בריוו און די קנאים ניצן די לשון צו אויפווייזן אז בעצם וויל מען צווינגען די גאנצע עולם התורה אין מיליטער איז בעצם געניצט געווארן אויף פארקערט עס איז געניצט געווארן צו אראפ נעמען די גזירה פון לפיד מיטן טענה אז די חרדים זענען נישט צוגעוואונט דערצו און מען קען נישט פון איין מאל אויפן אנדערן זיי אריין צווינגען.
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
גר ותושבשמעון וואלף ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלעןם.
וואס האט מען פון געלט אויב האט מכן נישט קיין מוסדות עס צו ניצן פאר לויט ווי די קנאים לייגן עס אראפ גייען זיך אלע ישיבות צומאכן ביז יאר 2023 איר האלט טאקע אז בעלז צאנז וויזניץ ועוד ועוד זענען גרייט צו צושפארן זייער שווער אויסגעהארוועטע ישיבת על מנעול ובריח?
דעיס איז נישט קיין גרויסע קושיא, דער בעלזער רב און הרב שטיינמאן האלטן לכאורה סייווי אז א גרויסער עולם און אפשר אפילו אז רוב עולם דארף גיין ארבעטן און זיי זענען זיכער גערעכט מיט דעם די שאלה איז צו זיי זענען גרייט אז די אלע וואס דארפן גיין ארבעטן זאלן גיין אין מיליטער.