☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ויהי בבוקר - והנה חלום

ויהי בבוקר - והנה חלום

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11532

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 30, 2017 8:40 am

· #372876
ויהי בבוקר - והנה חלום
די "אקדמות מילין" וועל איך איבערלאזן פאר מארגן, איצטער גיי איך גלייך צום פינטעל.
איך האב זיך געחלומט אז דער הייליגער חפץ חיים קומט צו מיר און פרעגט "פארוואס קומסטו נישט צו מיין קבר?" האב איך געענטפערט "ס'איז זייער ווייט" - "אבער מיין זוהן ליגט דאך ממש דא אין ניו יארק"...
און פון שלאף האב איך זיך אויפגעוועקט.
מיט גרויס ציטער האב איך שנעל גערופן יונה לאנדא, און יא, ער זאגט אז די חלום איז אמת, ס'איז דא א זוהן, ר' אהרן, וואס ליגט דאהי אין ניו יארק.

אויב איינער קען מיר אפשר שיקן אין אישי די קאנטאקט פון קולמע אדער מאמענט, איך בין גרייט, לשם שמים, צו געבן אינטערוויאס.

שבת אחים » דינסטאג מאי 30, 2017 8:57 am

· #372878
וואלסט ווען געדארפט פרעגן דער הייליגער חפץ חיים וואס ער זאגט צו ״די וועקער״ די איינציגסטע אידישע אויסגאבע ריין פון לשה״ר און רכילות....

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 30, 2017 9:01 am

· #372879
Re: ויהי בבוקר - והנה חלום
מעשה שהיה
א איד איז געגאנגען צו הרב שטיינמן און ער האט איהם געזאגט אז ער האט אנגעהויבען האבען גילוי אליהו. ער האט געפרעגט הרב שטיינמן וואס זאל ער אנפרעגען ביי אליהו׳ן. האט הרב שטיינמן געזאגט "פרעג איהם די הלכה ביי חצי קב בשתי אמות, אויף וואס די גמרא זאגט תיקו", וש"י.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אייז קריעם » זונטאג יוני 11, 2017 7:50 am

· #374095
איך האב געהאט א חלום אז איך שטיי אונעם בארקלעי סענטער איינער אליין, איך קיק מיך ארום און נישטא קיין נפש חי צום געפינען. איך פראביר צו געבן א שריי און איך באקום צוריק א הילכיגן ווידער קול....

געוואלדיג » זונטאג יוני 11, 2017 10:37 am

· #374115
זאג נאר, וויאזוי איז געווען די סעקיוריטי ביים אריינגאנג?