מאסן מערדער דערשיסט 12 אויף טויט אין א מואווי טעאטער!! 60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1153
מאסן מערדער דערשיסט 12 אויף טויט אין א מואווי טעאטער!!
א מערדער פארשטעלט און א מאסק האט געפענט פייער און א מאווי טיאטער און קאלאראדא שיסענדיג צום טויט 14 אריינגערעכנט קינדער ה"י און כאטשיג 50 פארוואנדערט. לויט באריכטן האבן זיי געהאלטן אינמיטן וואטשען א מאווי {בעד מען דארק נייט רייסעס <a class="postlink" href="http://www.imdb.com/title/tt1345836">http://www.imdb.com/title/tt1345836</a>} ווען דער מערדער האט אריינגעווארפן א סמאוק גרענעט און געפענט פייער. ער איז געווען אנגעטוען און א בולעט פרוף וועסט און א העלמעט אויפן קאפ. די פאליציי האט ארעסטירט די 24 יעריגע מערדער. <a class="postlink" href="http://abcnews.go.com/US/mass-shooting-colorado-movie-theater-14-people-dead/story?id=16817842#.UAlLc7Se7YQ">http://abcnews.go.com/US/mass-shooting- ... AlLc7Se7YQ</a>
נייע אפדעיט 12 טויט 10 און טיאטער 2 און האספיטאל
ער איז אן אמעריקאנער הירא. ער האט געהאט א גאן, אזוי ווי דער הייליגער אמעריקאנער קאנסטיטוציע לויטעט.
זר זהב ער איז אן אמעריקאנער הירא. ער האט געהאט א גאן, אזוי ווי דער הייליגער אמעריקאנער קאנסטיטוציע לויטעט.
יא, האבען א גאן איז א גוטע זאך, ס'איז איינע פין די שליסלעך פין פרייהייט,
אין ניו יארק סיטי ווי גאן'ס איז פארבאטען איז די פארברעכענס ראטע אסאך העכער ווי אוסטין טעקסעס ווי דער עולם האט גאן'ס,
לאמיר זעהן ברעך דיר איין אינמיטען נאכט אין א הויז ווי די אייגטימער האט א גאן.....
שטעל דיר פאר די אידען אין יוראפ וואלטען געהאט גאן'ס אין 1940, מען וואלט זיי נישט געקענט פיהרען ווי די שאף צי די שחיטה, אפילו ווען זיי שטארבען ווען שטארבען זיי מיט כבוד, נישט ווי א טשיקען ביי די שחיטה,
א גאן געבט א געוויסע power פאר א מענטש, משוגעים וואס וועלען עס ניצען נישט ריכטיג וועלען אלעמאל זיין,
אבער די כלל ביי די זאכען איז: אז טאמער מען געבט אוועק פרייהייט פאר זיכערהייט, פארלירט מען ביידע,
פראפעסאר שפירא זר זהב ער איז אן אמעריקאנער הירא. ער האט געהאט א גאן, אזוי ווי דער הייליגער אמעריקאנער קאנסטיטוציע לויטעט.
יא, האבען א גאן איז א גוטע זאך, ס'איז איינע פין די שליסלעך פין פרייהייט,
דאס זאג איך דאך, ער איז מיין הירא, ער האט געלעבט מיט די שליסלעך פון פרייהייט. די אלע וואס זענען גע'הרג'ט געווארן איז זיך עס זיי געקומען ווייל זיי האבן געטרעטן אויף די קאנסטיטוציע און נישט געהאט א גאן!
איך זעה נישט וואו אונז דיסאגריען.
ער איז נישט קיין הירא ער איז א רוצח, ער איז א רוצח ווייל ער איז א רוצח נישט ווייל ער האט א גאן, אין מען טאר דאס נישט ניצען פאר א תירוץ צי פארבאטען גאן'ס, ווארט צי וועסטו מסתם הערען וואס דער אבאמא אדער איינע פין זיינע נאכשלעפער ווען האבען צי זאגען דערוועגען,
אן א גאן וואלט ער געקענט זיין א רוצח ביז מארגן ער וואלט קיינמאל נישט געקענט דארהארגענען 14 חברה בנשימה אחת.
און די גראנאט וואס ער האט געווארפן איז דאך נישט לעגאל, האט דאס עפעס אויפגעטוהן?
זר זהב אן א גאן וואלט ער געקענט זיין א רוצח ביז מארגן ער וואלט קיינמאל נישט געקענט דארהארגענען 14 חברה בנשימה אחת.
קען זיין אבער אזוי ווי כ'האב געשריבען: טאמער געבט מען אויף פרייהייט פאר זיכערהייט פארלירט מען ביידע,
אין אזוי ווי ער האט געהאט א גראנאט אומלעגאל (אזוי ווי יונגערמאנטשיק האט געשריבען) וואלט ער געקענט האבען א גאן אומלעגאל,
ביי דע וועי, די ביסט פאר פארבאטען גאן'ס ?
לשיטתך וואלט נישט גטארט זיין קיין סיט בעלט געזעצן ביים דרייוון. דאס איז אויפגעגעבן פרייהייט פאר זיכערהייט.
איך טראכט מען זאל עפענען א באזונדערע אשכול ווער עס איז פרא-גאן און ווער אנטי. (איך בין אנטי, פאר ווער ס'איז נייגעריג)
זר זהב לשיטתך וואלט נישט גטארט זיין קיין סיט בעלט געזעצן ביים דרייוון. דאס איז אויפגעגעבן פרייהייט פאר זיכערהייט.
ס'נישט די זעלבע זאך,
אבער באמת מיין איך אז פאר א עדאלט זאל מען טאקע נישט קענען איינטיילען וואס צי טוהן, אבער קינדער זאל מען דארפען סיט בעלטען, אבער א עדאלט האט זיך זיין אייגענע אחריות, וויל ער זיין אומאחריות'דיג איז עס זיין בחירה,
FYI די געזעץ פון סיט-בעלטס פאר עדאלטס זענען דא אסאך קאנסערוואטיווע וואס זייער דערגעגן, און האלטן אז ס'קעגן די קאנסטיטושן
מעיאר בלומבערג מיט דזשאן געמבלינג
VIDEO
ווארטס נאר אביסל, דער מערדער גייט זאגן אז ער איז אומשולדיג, מ'האט עם מאלעסטעד אלס קינד.
ה"י. ואגב, אין ניו העמפשיר איז לעגאל נישט סיט בעלטס, זיי שרייבן אויף זייער פלעיטס כלשונם 'Live Free or Die'
יא.... אינטערעסאנט אבער אז לגבי סיעט בעלטס אין ניו העמפשיר וואלט זייער לאגא געדארפט זיין "Live Free AND Die" !!!!!
הער פראפעסאר, דו זאגסט א אינטערעסאנטע השערה אז מיט גאנס וואלטן מיר געהאט ווייניגער פארברעכנס. דו האלטסט אז די ניו יארקער אומ׳שכל׳דיגע היימלאזע (איך בעט מחילה אויף מיין ראסיזם...) וואלטן זיך אפגעהאלטן פון בא׳גנב׳נן עמיצען באזירט אויף צו יענער טראגט מיט זיך א גאן? איך מיין אז עס איז ס״ה דער לעבנסשטייגער פונעם פלאץ וואס איז נוגע. און א גאן איז זייער א שעדליכע זאך... און אז מען וועט עס איינצוימען דאס בעסטע וואס מעגליך וועט נישט יעדער משוגענער קענען טון ככל העולה על רוחו איך בין נאכנישט זיכער צו איך בין אנטי אדער פרא, איך פרוביר עס קלארצושטעלן.
רבותי פירט אריבער די דעבאטע אינעם נייעם אשכול דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1154">viewtopic.php?f=4&t=1154</a><!-- l --> אפשר זאל דער מנהל אריבער שמעלצן די תגובות פון דא וועלכע רעדן באותו ענין.
זר זהב יא.... אינטערעסאנט אבער אז לגבי סיעט בעלטס אין ניו העמפשיר וואלט זייער לאגא געדארפט זיין "Live Free AND Die" !!!!!
זיי האבן דען א גרעסערע רעיט און קאטאסטראפאלע עקסידענטס פראצענטואל ?
עס איז אפשר בכלל א רואיגערע שטאט,
ווי אויך דאס אינפארסירן די געזעץ דא, איז ווייל זיי דארפן די געלט פון די טיקעטס,
אדער אפשר מיינען זיי גאר אונזער טובה ??
סטאטיסטיקס ווייזן אז ביי א קאר עקסידענט זענען דא מער טויטע ווען מ'איז נישט סיעטבעלטעט
סטאטיסטיקס ווייזען מסתם אז גערעגטע מענטשען שטארבען פריער, איז אפשער זאל די גאווערמענט געבען טיקעט'ס פאר מענטשען וואס ווערען אין כעס ? די פוינט איז א איינמאל א מענטש איז א עדאלט איז ער אויף זיין אייגענע אחריות, אין די גאווערמענט זאל ביטע זיין ביזי צי צאמנעמען די גארביטש אין קלינען די גאסען, פארדעם האט מען זיין ערוועלט, "פאבליק סערווענט" טיטשט זיך אין אידיש: "א קנעכט פינעם ציבור", נישט זיין זאלען קומען מיינען אונדזער טובה, אין געבען טיקעטס פאר יעדע נישטיגקייט, כאילו זיי האבען עפעס בעלות איבער א צווייטען,
אזוי? א טאטע מאמע וואס שטארבט אויף זייער אייגענע אחריות צוליב נישט האבן סיעט בעלטס אויף וועמענס אחריות פאלן די קינדער? ווער נעמט קער פון זיי? פון וואו קומען די פאנדס? אויב ביזטע אן עלענדער מענטש וועל איך טאקע אגריען מיט דיר.
וכפראפעסער ועוד.. ווייל דער ניו יארק'ער, (..נישט די ניק, לול..) איז א מער ווילדערע באשעפעניש אפשר בכלל, ווען עס קומט צו סעיפטי ביים דרייוון.
זר זהב אזוי? א טאטע מאמע וואס שטארבט אויף זייער אייגענע אחריות צוליב נישט האבן סיעט בעלטס אויף וועמענס אחריות פאלן די קינדער? ווער נעמט קער פון זיי? פון וואו קומען די פאנדס? אויב ביזטע אן עלענדער מענטש וועל איך טאקע אגריען מיט דיר.
זיי דארפען טאקע האבען א אייגענע אחריות,
אין דאס אז פאנדס קענען קומען פין די גאווערמענט געבט זיי נאכנישט קיין רעכט זיך צי אריינמישען אין יענעם'ס לעבען,
דאס איז איינע פין די וועגען וויזוי קאמאניזעם הייבט זיך אן,
פראפעסאר שפירא זר זהב אזוי? א טאטע מאמע וואס שטארבט אויף זייער אייגענע אחריות צוליב נישט האבן סיעט בעלטס אויף וועמענס אחריות פאלן די קינדער? ווער נעמט קער פון זיי? פון וואו קומען די פאנדס? אויב ביזטע אן עלענדער מענטש וועל איך טאקע אגריען מיט דיר.
אין דאס אז פאנדס קענען קומען פין די גאווערמענט געבט זיי נאכנישט קיין רעכט זיך צי אריינמישען אין יענעם'ס לעבען,
איי דיסאגרי. און דו קומסט ארויס זייער שוואך דא, סארי!
וואנס דו האסט א פאמיליע איז שוין נישטא אזא זאך ווי "דיין" אייגענע אחריות! ביזט נישט אליינס אויף דער וועלט ענימאר.
געבן א טיקעט פארן דרייוון אן סיט בעלט איז אזוי ווי געבן א טיקעט פארן רייכערן. ער איז אן ערוואקסענער מענטש, ער האט שוין געזען אלע אויפקלערונגס מיטלען, אז לויט רוב שטודיעס איז וואס ער טוט שעדליך פארן לעבן. וואו קומט אריין א געלט קנס פארן טון עפעס וואס שטעלט נאר זיין לעבן (לאפוקי ספידינג) אריין אין א סכנה?
זר זהב וואנס דו האסט א פאמיליע איז שוין נישטא אזא זאך ווי "דיין" (אדער זיין אייגן לעבן-- פאר משולם) אייגענע אחריות! ביזט נישט אליינס אויף דער וועלט ענימאר.
ווער וויל מער די טובה פון זייער קינדער על פי רוב, די עלטערן אדער די גאווערמענט ??
אסאך מאל די גאווערמענט! ןהא ראיה דו וועסט קיינמאל נישט פרעגן רשות פון דיין קינד צי דו מעגסט דרייוון אן סיעט בעלטס! פרעג אים און זאג אים אלע סטאטיסטיקטס און לאמיר זען צי ער וועט דיר לאזן.
זר זהב אסאך מאל די גאווערמענט!
די רעדסט ווי א מארקסיסט /קאמאניסט,
סארי, אבער די מיזט אדורעכטהן ערשט די גאנצע סוגיא פין "ביג בראדער" אין צי וואס דאס ברענגט, נאכדעם וועסטע מסתם שוין אנדרעש שרייבען,
נישט ע=יעדע זאך וואס קוקט אויס אויבענאויף גוט איז טאקע גוט,
זר זהב וואנס דו האסט א פאמיליע איז שוין נישטא אזא זאך ווי "דיין" אייגענע אחריות! ביזט נישט אליינס אויף דער וועלט ענימאר.
איי דיסאגרי. און דו קומסט ארויס זייער שוואך דא, סארי! (טאמער איז דאס א גוטע טענה, ניץ איך עס אויך)
למעשה זעה איך נישט דיין טענה דערמיט, יא אמת ער האט א אחריות נישט נאר אויף זיך נאר אויך אויף זיינע קינדער, טאמער טוט ער עפעס אומאחריות'דיג אין עפעס געשעהט וועט די באשעפער אים דן זיין דערפאר,
אבער פאר אלע גוטע יארען ווי קומט די גאווערמענט דא אריין, אפשער זאלען זיי לייגען קעמרעס אין אלע הייזער צי זעהן טאמער קיינער אביוזט נישט די קינדער, ווייל ס'נישטא אזא זאך ווי "דיין אייגענע אחריות"
סאמהאו האט דער באשעפער יא געלייגט די אחריות פין די קינדער אויף די עלטערען, אין די גאווערמענט האט זיך נישט וואס אריינצימישען,
יא די וועלט איז נישט די מערסטע זיכער, אלעמאל קענען געשען זאכען, אין מען קען נישט אינגאנצען עלימינירען ריסק, דאס איז די וועלט, אין די פראבעס צי גיין קעגען די נאטור האט זיך ארויס געשטעלט צי זיין א קאטאסטראפע,
זיי טוען וויפיל זיי קענען, אריינלייגן קעמערעס איז נישט נארמאל דאס ווייסטו אליינס. מאכן א געזעץ ווי סיעט בעלטס אז ס'זאל'ן זיך דרייען ווייניגער יתומים האבן זיי אלע רעכטן און דו מוזט עס פאלגן אלס דינא דמלכותה. די אלע סטאטיסטיקס קומען לאו דוקא פון די גאווערמענט, ס'קומט פון וועל... אומפארטייאישע סטאטיסטיקטס און פון עקספערטס. און דרייוון א קאר איז נישט א "רייט" ס'א "פריווילידזש".
זר זהב זיי טוען וויפיל זיי קענען,
האלוואי וואלטען זיי געטוהן וויפעל זיי קענען ביז איינטיילען פאר יענעם פריוואט וואס אין ווען צי טוהן,
ווייסט וויפעל מענטשען שטארבען א יאר פין פרעסקריבשען דראגס, נאר ווייל די גאווערמענט לאזט זיך אינטערקויפען פין די דראג קאמפאניס צי אדורעך שטופען שנעל די אפראוועל פראסעס, אין די זעלבע ביי אנדערע זאכען, הא?
ווילסט נאך רעדען פין יתומים ?!
זר זהב אריינלייגן קעמערעס איז נישט נארמאל דאס ווייסטו אליינס.
וואס איז נארמאל אין וואס נישט איז רעלאטיוו, ביי יעדעם מיינט עס עפעס אנדרעש, די גדר דארף זיין אז די גאווערמענט האט זיך נישט אריינצימישען אין יענעם'ס לעבען, קיינער האט זיי נישט געפרעגט,
חוץ ווען איינער שטעלט אין סכנה דעם צווייטען אזוי ווי ספידינג, סיט בעלטס איז שווער צי זאגען אז ווייל ער האט קינדער בלא בלא בלא, ווייל אם כן אין לדבר סוף, באלד וועסטו זאגען אז ווייל ער האט א מאמע וואס גייט וויינען נאך אים איז עס נישט "זיין" אייגענע אחריות,
זר זהב און דרייוון א קאר איז נישט א "רייט" ס'א "פריווילידזש".
א נייע מעשה ! (פין וועמען זאגסטו דאס נאך ?)
ס'איז א רייט אין נישט קיין פריוועלידזש,
זר זהב איי דיסאגרי. און דו קומסט ארויס זייער שוואך דא, סארי!
פראפעסאר שפירא זר זהב וואנס דו האסט א פאמיליע איז שוין נישטא אזא זאך ווי "דיין" אייגענע אחריות! ביזט נישט אליינס אויף דער וועלט ענימאר.
איי דיסאגרי. און דו קומסט ארויס זייער שוואך דא, סארי! (טאמער איז דאס א גוטע טענה, ניץ איך עס אויך)...
לול..
און קורצן,
די Lobby פאר סיט בעלטס איז אין קאווע שטיבל, און די לאאביאיסטן פאר נאן גאן\ציגארעטלעך קאנטראל איז אין רייט פלעיס,
די געזעץ געבער, אדער פאבליק סערווענט, טוט מיט אינז צומאל וואס עס טויג אים בעסער,
א רחמנות אויף אונז אלע.
פראפעסאר שפירא זר זהב און דרייוון א קאר איז נישט א "רייט" ס'א "פריווילידזש".
א נייע מעשה ! (פין וועמען זאגסטו דאס נאך ?)
ס'איז א רייט אין נישט קיין פריוועלידזש,
<a class="postlink" href="http://www.expertlaw.com/forums/showthread.php?t=38535">http://www.expertlaw.com/forums/showthread.php?t=38535</a>
If driving becomes a right. It would conflict with many laws already in place. Also alot of people that have many dui's would use this in court. Saying the court is violating there right to drive. I wouldn't want to see this become a right.
כ'ווייס נישט ווער עס שרייבט דארט אבער למעשה איז עס א רעכט, טאמער זאגען זיי אנדרעש מיינט עס אז זיי ווייעלעטען די רעכט פין די מענטש, נישט א יעדע זאך וואס סטאלין אדער זיינס גלייכען זאגט מיינט אז עס איז אזוי, ווער זענען זיי בכלל צי זאגען, האטער געזאגט אין יעצט איז וואס, אין טאמער וועט ער מארגען אפמאכען אז אטעמען איז א פריוועלידזש נישט קיין רייט, וואס וועט זיין דעמאלץ, ער האט געזאגט, נו האטער געזאגט, יעדע מענטש האט א גאט געגעבענע פרייהייט צי אנגיין מיט זיין לעבען, אינקלאדינג: וואקען , דרייוען , טאנצען , אין פליען, אין טאמער איינער פרובירט עס צי טוישען ווערט עס נישט געטוישט יענער איז פשוט א רויבער,
זר זהב If driving becomes a right. It would conflict with many laws already in place..
it does not
"become" it
"is" and anybody trying to take it away is a communist
אין טאמער זאגסטע אז אין די law שטייט אז עס איז א פריווילידזש, דאן קריג איך אויף דעם law אויך,
פונקט ווי איך קען קריגען אויף די סיט בעלט געזעץ קריג איך אויף דעם אויך.....🙂
דרייוון איז נישט איקלודעד און טאןצן שפרינגען עסען טרינקען. ווען דו זעצטעך אריין אין קאר זענען דא אנדערע מענטשן אויך אינוואלוואד נעמליך פעדעסטריענס און דרייווער פון אנדערע וויהיקלס.
זר זהב דרייוון איז נישט איקלודעד און טאןצן שפרינגען עסען טרינקען. ווען דו זעצטעך אריין אין קאר זענען דא אנדערע מענטשן אויך אינוואלוואד נעמליך פעדעסטריענס און דרייווער פון אנדערע וויהיקלס.
אזוי ווי כ'האב שוין אויבען געשריבען אז געזעצען פאר די סעיפטי פין אנדערע איז א צווייטע זאך, קיינער זאגט נישט אז עס זאל נישט זיין קיין ספידינג געזעצען,
א מענטש האט נישט קיין רעכט צי פאנטשען יענעם אין פנים אויכנישט אפילו ער האט א רעכט צי ריקען זיין הענט,
האב איך דיר אויף דעם געענטפערט אז ער איז קיינמאל נישט אליין. יתומים וואקסן נישט אויף אזוי ווי קינדער וואס האבן עלטערן.
זר זהב האב איך דיר אויף דעם געענטפערט אז ער איז קיינמאל נישט אליין. יתומים וואקסן נישט אויף אזוי ווי קינדער וואס האבן עלטערן.
קען זיין, אבער גיין אויף אזא וועג, ברעגט צי דעם אז ווען די קינדער וועלען אויפוואקסען וועלען זיי נישט האבען קיין רעכטען,
איז וועגען די קינדער'ס וועגען דארף מען היטען אויף די גאנצקייט פין אינדיווידואלע רעכטען,
צים סוף דארף די מענטש אליינס קעיר נעמען פין זיך, אין טאמער נישט וועט די ארייינמישונג פין די גאווערמענט נישט קיין סאך העלפען, ווייל זיי קענען סייווי נישט אויספיגערען יעדעם'ס קאפ, אבער דעמעדזש מאכט עס זיכער ווייל מען טאר נישט אינוואדירען יענעם'ס רעכטען,
אפשר קומט עס נישט אריין דא אבער מען רעדט דא וואס די רעגירונג האט נישט וואס אריינצרעדן אין א דעמעקראטישע לאנד,וויל איך זאגן די מערסטע פון די אלע זאכן וואס באדערט מיך וואס דעי רעגירונג פארפירט איז די מיטערס!! וואס האבן זיי אריין צורעדן ווי איך זאל פארקען אונז זעמיר עפעס דא אין חדר!! יעדן צופרי ווי נאר ס'ווערט 9 אזייגער זענען די נאציס מיט די ווייסע היטלעך דא מיט א פרישקייט!! און טיילען טיקעטס אן קיין רחמנות!!
זיידעטשקע חעוורע!! מ'מעג רעדן פון די נייעס אויך??
יא זיידעטשקע ..
דרייווינג קען צומאל זיין מער אינפארסט אלץ א פריוולידזש, ווייל אסאך געזעצן זענען דא פאר פיסגייער רעכטן וכדו; וואס דעמאלטס, אז איינעם'ס דרייוון קען נאר זיין אביסל פארלעצן'דיג פאר עני סיבה, קען מען יענעם זאגן אז די יוריסדוקציע פון דרייוון פארנעמט נישט אז דיין עקסעלענץ זאל זיין אויף'ן ראוד,
אין אנ-אמת'ן געזאגט, דרייוון גיבט די גאוערמענט דיר די ראודס, מיט אלע געזעצן אירע, צים קאר\דרייווער, וואס אגב ביי דעם גופא זענען דא וואס זאגן אז א קאר איז א דבר שיש בו כדי להמית ל"ע, (ווי א גאן..), וממילא נעמען זיי זיך געוויסע רעכטן אריין צו רעדן מער,
ווייל עס טויג זייערע אינטערעסן אזוי מער ...
און אויך דער לאאביאיסט לאזט אים.
איך פארשטיי בכלל נישט די צאנשטעל פון גאנס ביז סיט-בעלטס, סיט-בעלטס איז דיין לעבן און גאנס איז יענעמ'ס.
ע"ז אנו דנין, פ"וו ביי סיט בעלטס וואס איז דיין לעבין טוען די געזעץ היטער כל טצדקי דיר צו כאפן מיטן פארלעצן די געזעץ, און דערצו דיר אויך קנס'ן דערפאר, משא"כ ביי גאן'ס, וואס יעדעם'ס רעכטן קענען זיין און געפאר חלילה. (כאטשיג צומאל קען מען עס ניצן פאר סעלף דעפענס, עי' ערך ציממערמאן פל.)
אמת, איך האב נישט געכאפט די פאונט וואס מען וויל ארויסברענגען, אז נען רעדט שוין יא וועל איך ברענגן א תגובה וואס איך האב געשריבען אין אנדערע אשכול: אין מיינע אויגן איז גאנ'ס גאר א וויכטיגע זאך, עס איז קלאר אז קיין פארברעכער וואלט נישט געמאכט קיין האלד-אפ ווען ער האט ווען נאר א ספק אז זיין קרבן האט גאן, און ער האט די מעגליכקייט אים צוריקצושיסען אויפן פלאץ. נאר וואס דען? עס דארף זיין גאר שטרענגע רעגעלאציעס ווער, ווען און וואס ער מעג האבן, עס טאר נישט זיין ווי יעצט, אז עס איז שווערער צו בייקומען א מעדיקעשן פון א פארמעסי (אן א פערסקריפטשען) ווי א גאן און א וואל-מארט אדער א יעדע גאן געשעפט אין די סטעיט'ס ווי עס איז ערלויבט. און וועגן דעם וואס מען זאגט אז פארברעכער'ס וועלן עס במילא האבן, עס איז אמת אז נאך גרויס פלאג און ארבעט וועט ער אפשר קענען דערווישען איינס, אבער עס וועט אים נעמען אסאך מער צייט ווי דרייווען צו א לאקעל געשעפט און כאפען די גאן וואס אים געפעלט. איך ווייס נאכנישט די דיטעילס פון די איצטיגע שיסעריי, אבער אויב געדענק איך גוט האט דער שיסער פונעם (אידישע) סענעטאר/קאנגרעספרוי גיפערדס (געדענק נישט וואס זי איז געווען, איך טייפ פון א פאון עס איז שווער צו פרעגן וויקי) געקויפט זיין "מערדערליכען רעוואלווער" יענעם אינדערפרי. און לויט ווי עס שטעלט זיך געווענליך ארויס נאך די אלע שיסערייען אז די שיסער איז געווען "גייסטיש צורידערט" וואס ווי באקאנט איז די בעסטע זאך פאר אזא איינעם צו געווינען צייט! ער זאל נישט קענען קויפעם א גאן 5 מינוט נאכדעם וואס ער כאפט זיים אטאקע!!! און איין ווארט: עס איז א גוטע זאך אבער מיט א שיעור.
געדענקט איינער א שיסעריי וואס האט געזאלט פאסירן, נאר א ציוויליער גוטער סיטיזען האט עס פארמיטן מיט זיין גאן שיסענדיג אויפן קרימינאל? איך געדענק נישט.