☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » זיכט ניגון שלום עליכם סאטמאר בעריש ווישעווער

זיכט ניגון שלום עליכם סאטמאר בעריש ווישעווער

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11527

יואליש » זונטאג מאי 28, 2017 2:53 pm

· #372633
זיכט ניגון שלום עליכם סאטמאר בעריש ווישעווער
חברים, כ'זיך אן אינסטרומענטאל רעקארדירונג פון די שלום עליכם זמירות לשבת וואס מ'זינגט אין ביי די סאטמאר רביים.

דא האב איך געטראפן איינס מיט די וואקאלס.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/FUQwj_9qd20">https://youtu.be/FUQwj_9qd20</a>

אויב איז פארהאן אן אשכול פאר אזוינע זיכענישן ביטע צופירן.

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג מאי 30, 2017 9:54 am

· #372886
פון וואו שטאמט די ניגון?

שבת אחים » דינסטאג מאי 30, 2017 2:35 pm

· #372906
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2057">viewtopic.php?f=23&t=2057</a><!-- l -->

שבת אחים » דינסטאג מאי 30, 2017 2:58 pm

· #372907
ר׳ בעריש ווישעווער האט געהייסן ר׳ בעריש האראוויץ, ער האט געוואוינט אין ווישעווע, ער איז געוועהן פון די גרעסטע קאמפיזירער אינדערהיים אין מארמארוש, ער איז געוועהן א וויזניצער חסיד און א המלחין לבית וויזניץ, ער האט געזינגען ביים אהבת ישראל׳ס טישן. שפעטער זענען געקומען אנדערע קהילות בעיקר סאטמאר און אים באצאלט געלט ער זאל מחבר זיין ניגונים פאר זייערע הויפן.

(די אומגעלונגע ניגונים האט ער ג׳פטר׳ט אין סאטמאר 😂 )

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יוני 2, 2017 11:47 am

· #372953
די ניגון זינגען אלע סאטמערע חסידים נאך היינט. אדער ס'שוין דא נייערע ניגונים אין סאטמער?

וואלווי » פרייטאג יוני 2, 2017 6:32 pm

· #373005
שבת, ער איז געראדע נישט געווען א וויזניצער חסיד זיין משפחה און אלעס ארום עם איז געווען סאטמאר, ער האט זיך נאנט געהאלטן קיין וויזניץ און געווען שוחט אין ווישיווע.

שבת אחים » זונטאג יוני 4, 2017 9:32 pm

· #373217
וואלווי
שבת, ער איז געראדע נישט געווען א וויזניצער חסיד זיין משפחה און אלעס ארום עם איז געווען סאטמאר, ער האט זיך נאנט געהאלטן קיין וויזניץ און געווען שוחט אין ווישיווע.


פון ווי נעמסטו דעס?

איך האב אזוי געהערט אלץ קינד, אז ער איז געוועהן א וויזניצער און געזינגען ביים אהבת ישראלס טישן, און דער סיבה פארוואס כמיין אז ס׳מאכט סענס ווייל אלע זיינע ערשטע ניגונים זענען געוועהן וויזניצער, און די שפעטערדיגע סאטמאר, (קען זיין דעס איז אויך נישט אמת, אבער אזוי האב איך געהערט)

לאמיך פרעגן טאטי וואס פארא חסיד בעריש ווישווער איז געוועהן, ער האט ליעב ווען איך פרעג אים אזעליכע פראגעס און אריינגיין אין די טאפיקס.
סקען זיין דו האסט רעכט, כ׳געדענק אפילו נישט ווי איך האב עס געהערט, אלזא האב איך טאקע נישט קיין מקור.

וואלווי » זונטאג יוני 4, 2017 11:30 pm

· #373251
שיין שיין שאל אביך ויגדך. ריפארט צירוק מיט די ריזאלטס. ס'זאל נישט חלילה אויסברעכען א מלחמה צווישען סאטמאר און וויזניץ, אויב נישט קענען די אייער און ארענדזשעס פרייזן זיך הייבן.

שבת אחים » מאנטאג יוני 5, 2017 12:47 am

· #373273
ניין, טאטי זאגט אזויווי איך, ער איז טאקע נישט געקומען פון קיין וויזניצער שטוב, אבער ער איז שטארק צוגעצויגן געווארן צום אהבת ישראל און זיך פארעכענט פון זיינע חסידים, ימים טובים פלעגט ער פארן צום אהבת ישראל און זיך געדרייט במחיצתו, ער האט גענומען געלט פאר די סאטמארע און ספינקא הויפן צומאכן ניגונים, רוב פון זיינע ניגונים זענען טאקע וויזניצע.

אזוי זאגט מיין פאטער, און געווענטליך איז ער גערעכט אין די נושאים ווי ער איז שטארק באקאנט אין די סוגיא פון חסידות און ספעציעל פון די אלטע מארמארישע היים.

שבת אחים » דינסטאג יוני 6, 2017 1:52 pm

· #373585
[ציטאט אראפגענומען]


אמת איך האב געטראכט די זעלבע. סקוקט אויס ווי ער האט געמאכט די ניגונים לויט די קנייטשען און גאנג פון די קהילה.

I'm back » דינסטאג יוני 6, 2017 2:05 pm

· #373587
[ציטאט אראפגענומען]


וואס איז דאס א ''סאטמארע הרגש''?

געוואלדיג » דינסטאג יוני 6, 2017 2:36 pm

· #373591
א קאזין מיט די וויזניצער הרגש און א שוואגער מיטן בעלזער הרגש.

וואלווי » מיטוואך יוני 7, 2017 2:32 am

· #373664
I'm back
[ציטאט אראפגענומען]


וואס איז דאס א ''סאטמארע הרגש''?


עד הנה... שבח...

אויב ס'נוגע להלכה פרעג אין בית הוראה.

וואלווי » מיטוואך יוני 7, 2017 2:39 am

· #373665
[ציטאט אראפגענומען]


בימי בחרותי, בינעך געווען פארטיפט און זיינע ניגונים אסאך, און כ'בין דערגאנגען אז ס'דא נאך אסאך ניגונים וואס זענען נישט מפורסם נישט און וויזניץ און נישט און סאטמאר. יעצט יענע ניגונים זענען דא וואס זענען דומה צו די וויזניצע ניגונים הן די מזמור לדוד סארט, הן זיין וויזניצע ואמונה כל זאת, אין נאכדעם איז דא ניגונים וואס זענען דומה צו די סאטמארע סארט, וחוץ מזה נאך אסאך. מילא קען זיין ווען ער האט געשיקט קיין וויזניץ האט ער געשיקט וואס מ'האט דארט געוואלט וכן קיין סאטמאר ווייל פון די אלע איבעריגע זעט מען אז ער קאמפאזט פארשידענע סארטען ניגונים און זענען אזוי געווען אריגענעלערהייט.

שבת אחים » מיטוואך יוני 7, 2017 11:00 am

· #373706
דאכצעך די באוויסטע קאמפאזאר יוסי גרין איז א אייניקל פון אים? ניין?

וואלווי » מיטוואך יוני 7, 2017 12:58 pm

· #373716
שבת אחים
דאכצעך די באוויסטע קאמפאזאר יוסי גרין איז א אייניקל פון אים? ניין?


ניין, נישט קיין אייניקל, נאר בשליחות פון אייניקלעך, הענס, דער נאמען "זיידי בעריש".

שאלתיאל » זונטאג יוני 12, 2022 10:17 pm

· #501999
דא איז ווי א חסידיש קינד שפילט מיטן גיטאר דער ניגון שלום עליכם, הערליך.

https://www.youtube.com/watch?v=0usn-QGs610&list=OLAK5uy_lwaKw9QsyLJNKxQtnfGXKBtcVcGTcTM_8&index=4&pbjreload=102

דא שפילט ער ברוך השם יום יום, אויך פון ר' בעריש.

https://www.youtube.com/watch?v=KaGx6bhvHFw

מאנטריאל » זונטאג יוני 12, 2022 11:48 pm

· #502003
Re: זיכט ניגון שלום עליכם סאטמאר בעריש ווישעווער
נישט געוויסט אז די באוויסטע ניגון וואס איך זינג יעדע וואך ברוך ה' יום יום איז זיין ניגון.
האט ער עס געמאכט פאר סאטמאר אדער פאר די וועלט?

Sent from my SM-G950W using Tapatalk