☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #11520

אשכול אן א טיטל #11520

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11520

— » דאנערשטאג מאי 25, 2017 4:53 pm

· #372359

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 25, 2017 5:04 pm

· #372360
..

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 25, 2017 8:14 pm

· #372378
אנאנים: דו ביסט 100 % גערעכט. נאר איין קליינעם קאמענט האביך. די מלמדים וועלכע זענען געווען אכזרים און סאדיסטן זענען דאס געווען. און דאס איז געווען זייער נאטור נאך בעפאר. און אהן די קאנצענטראציע לאגערן וואס זיי זענען אדורך. ווייל איך האב געהאט עטליכע רבי'ס זייער נארמאלע מענטשן. אבער א סאבסטיטוט רבי האביך געהאט טאקע אן אכזר און א סאדיסט. ווען יונגלעך האבן נישט געטון פונקטליך אזוי ווי ער האט געוואלט, איז ער צוגעקומען צו די פלאץ וואו דער יונגל איז געזיצן און געשטויסן מיט זיינע שפיציגע שיך...! אני הקטן בין געווען א גוטער קאנדידאט צו כאפן זיינע שטויסן. און ווען מיין מאמע האט מיר געהאלפן נעמען א באד/שויער און זי האט געזעהן מיינע בלעק ענד בלו מארקס, האטצי געפרעגט ווער ס'האט עס געמאכט פאר מיר. ווען איך האב געזאגט אז מיין רבי. האט זי געזאגט מיט א שמייכל. אז מסתמא האביך עס פארדינט...! און זי איז נישט געגאנגען אין אפיס פון ישיבה/חדר סטראשען מיט פאליציי אדע טשיילד עביוז...אזוי ווי די היינטיגע מאמעס פון זייערע תכשיטים...!

ארי נוהם » דאנערשטאג מאי 25, 2017 8:28 pm

· #372380
גוט ארויסגעברענגט א ווייטאגליכע פונקט. מיר קרעכצן אונטער כאילו די מצב קען גאר ערגער נישט ווערן, ווען פאקטיש שטייען מיר פילפאכיג בעסער פון צוויי דורות צוריק, אין נארמאלקייט, מענטשליכקייט, ביזנעס, פאטערליכע געפילן, ערוואקסנקייט, ידיעות התורה, ידיעות הוויות העולם, א.א.וו.

מיר קענען ענדליך זאגן מיט א שמחה גדולה: "אכשר דרא"...

אייז קריעם » דאנערשטאג מאי 25, 2017 8:53 pm

· #372387
הרב שטיסל איז קליג ווי שלמה המלך:
אל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה . (קהלת)

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 26, 2017 1:20 am

· #372432
איטערסאנטער און אמת'ע פערספעקטיו.
ס'איז מעגליך אז געדויערט אפאר דורות ביז מאיז ריין פון די פארדארבנקייט.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 26, 2017 5:15 pm

· #372505
אנאנים: איך בין נישט מסכים מיט דיר. דאס נישט לויפן צו די אפיס פון די ישיבה און מאכן אן איבערקערעניש איז נישט געווען מחמת פוילקייט און נישט זארגן פאר די וואוילזיין פון די קינדער. נאר די זאכן זענען נישט פאררעכנט געווען אין יענע צייט פאר קריטישע, לעבנסוויכטיגע פראבלעמען. והא ראיה. איך האב עס ב"ה אדורכגעלעבט...! ווייל איך ווייס פון אן אנדער פאלל וואו די רבי האט טאקע אנגעמקל'ט א יונגל מיט גרויס אכזריות. און ער איז געווען צוקלאפט אויף זיין גאנצן גוף, איז די מאמע מיט דעם טאטע יא אראפגעקומען צו די חדר און געמאכט א ויצעקו. און זיי האבן טאקע יא געסטראשעט מיט פאליציי. יענער רבי איז טאקע אויכעט געווען א סאבסטיטוט. און מ'האט איהם טאקע יא מעביר געווען...! ס'איז נישט געווען קיין הפקר וועלט דאמאלס אויכעט. נאר מ'האטציך נישט געמאכט צו טון פון אזעלכע קלייניגקייטן, אזוי ווי היינט...! איך בין ב"ה נישט געווארן צוקלאפט פון די שטויסן פון מיין משוגע'נע רבי נישט פיזיש און נישט גייסטיג...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 26, 2017 6:40 pm

· #372509
דער היינטיגע דור האט פיהל מעלות איבער׳ן אלטי דור. אבער נישט אלע. דער וואודרידזשע רב האלט אין איין רעדען פון די דור פון מבקשים וואס ס׳איז דא היינט. דאס אז מ׳שפעט שוין אין די פאלשע אוטאריטעט אז ׳דער מלמד איז אייביג גערעכט׳ וואס ווערט שפעטער פארוואנדעלט אין ׳די עסקנים זענען אייביג גערעכט׳ איז גאר א פאזיטיווע ערשיינונג.

אבער מושגים אין ארבעטען פאר פרנסה, אנשטאטס די היינטיגע לויפען נאך עשירות אדער זייטיגע ארבעט, האבען זיי גענאט. הגע בעצמך, וויפיהל חברים האסטו אונטער פערציג וואס ארבעטען אין אן אופן פון עוסקים בישובו של עולם? נישט פאנדרעיזערס, צו סתם צדקה באאמטע, נישט מענטשען וואס פליפען בילדינגס צו סקעמען אינשוארנס, נישט מאכען ארבעט כדי צו באקומען רעגירונגס געלט, נישט סלאם לורדס צו ׳מענטשען וואס פארשטייען צו בחורים\שלום בית\געזעצען׳ וכדו׳, נאר ארבעטען א טאגס ארבעט וואס מאכט דער לעבען פון א צווייטען בעסער? איך וואלט געזאגט אז די פערצענט איז פיהל ווייניגער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קאצקע ציקער » פרייטאג מאי 26, 2017 6:46 pm

· #372510
שלום איז גערעכט מיט זיינע באהויפטינגען , אבער איין זאך איז יא דער אלטע דור געווען בעסער און דאס איז ערענסקייט ערליכקייט תמימות אמונה בטחון ווארימקייט

א-נשמה » דאנערשטאג מאי 23, 2019 7:02 pm

· #430969
נולד מאוחר
איטערסאנטער און אמת'ע פערספעקטיו.
ס'איז מעגליך אז געדויערט אפאר דורות ביז מאיז ריין פון די פארדארבנקייט.


היינט איז מען ריין פון די פארדארבנקייט???
פון old fashion פארדארבנקייט יא!!!