☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!

מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11515

בן ישי » מיטוואך מאי 24, 2017 4:52 am

· #372224
מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
דער אלעמען באקאנטען מיכאל שניטצלער ארבעט שוין אויף זיין נעקסטע אלבוים מיט דער נאמען "מימיני מיכאל"!

דער סידי וועט זיין די זיביטע אין די סעריע "נשמה פלאם.

דער פראדאסער איז זאבי פריד פון שירה (אינטערסאנט ער פלעגט ניצן זיין נעפיו נפתלי משה שניטצלער)

די סידי ווערט ארגענעזירט ביי הערשי גינזבורג.

בלייבט נאר איבער צו ווארטן ווען עס וועט ארויסקומען וחזקה על חבר...

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 24, 2017 7:37 am

· #372227
דארט מידיע dart media ארבעט יעצט אויף א ad.

Bedford signs ארבעט יעצט אויף א ריזיגע סיין. (זיין נעפיו מאכט די קאלאר מיקס)

כולל חצות ארבעט אויף מעשיות...

בן ישי » זונטאג מאי 28, 2017 1:58 am

· #372547
געהערט אז די סי די ווערט produced ביי MK Studios משה קרויס אין דוד קויפמאן

ליפא » זונטאג מאי 28, 2017 2:00 am

· #372548
נחמן לעפלער איז קא-פראדאסער

בן ישי » זונטאג מאי 28, 2017 2:01 am

· #372549
ווער איז לעפללער? ניי אויף די מארקעט?

ישראל גלויבער » זונטאג יוני 4, 2017 1:39 am

· #373066
כ'מיין א ברודער פון מנשה לוסטיג

בעביסיטער » מאנטאג יולי 10, 2017 6:00 am

· #378477
בן ישי
דער אלעמען באקאנטען מיכאל שניטצלער ארבעט שוין אויף זיין נעקסטע אלבוים מיט דער נאמען "מימיני מיכאל"!

דער סידי וועט זיין די זיביטע אין די סעריע "נשמה פלאם.

דער פראדאסער איז זאבי פריד פון שירה (אינטערסאנט ער פלעגט ניצן זיין נעפיו נפתלי משה שניטצלער)

די סידי ווערט ארגענעזירט ביי הערשי גינזבורג.

בלייבט נאר איבער צו ווארטן ווען עס וועט ארויסקומען וחזקה על חבר...

למעשה מיין איך איז געבליבן אז זושהעלע שניצלער גייט מאכן די מוזיק א ברודער פון נפתלי משה

בן ישי » מאנטאג יולי 17, 2017 2:33 am

· #379242
מיכאל קימט ארויס מיט א לעבעדיגע סינגל נאך תשעה באב "עד הנה" א שבח והודאה צום באשעפער פארן צוריק געבן זיין נשמה נאך וואס ער איז אדורך

מוזיק עקספערט » מוצ"ש סעפטעמבער 9, 2017 9:10 pm

· #384360
משה קרויס האט געמאלדן אז די סידי וועט זיין אינדרויסן אויף סוכות אי"ה

מוזיק עקספערט » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 10:29 pm

· #386851
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
האלטסט ענק אהן שטארק, די סידי וועט זיין אינדרויסן אין די קומענדיגע 2 וואכן!!!

Sent from my 5056N using Tapatalk

מוזיק עקספערט » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 2:23 am

· #387158
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר מיכאל

<a class="postlink" href="https://youtu.be/DRvCiPE_StY">https://youtu.be/DRvCiPE_StY</a>

Sent from my 5056N using Tapatalk

בן נריהו » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 9:30 am

· #388753
/

נעגעל וואסער » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 9:50 am

· #388755
בייגעלייגט איז די גאנצע ניגון.
אין אייוועלט רודערט די עולם אז דער ניגון האט קאליע געמאכט דאס גאנצע טעם פונעם דיסק.
זיי זענען גערעכט אין א וועג, ווייל די טארגעט מארקעט פון זיינע אלבומס גלייכן נישט דער סטייל.

לדעתי, איז דער ניגון באמת א טאלאנט פון א ניגון, דאס מערסטע "חידוש". נישט סתם נאך א ניגון מיט גראמען. עפעס ניי און אינטערסאנט. #דיפערענט.
האט נאר נישט אויסגעפעלט צו זיך נעריש מאכן אזוי פיל בעת'ן דאס אראפ לייגן.
📎 boche.pdf

היכי דמי » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 3:52 pm

· #388794
איך ווייס נישט פארוואס די איי וועלט פויערן זענען אזוי אקעגן די ניגון, איי לייק איט ווערי מאטש. עס "באכעט." א שיינע טאן, טאלאנטפולע גראמען, מלא חידושים... זעהט אויס אז האבן נישט ליב די פאני ווארט באכע, איז אויב זיי האבן א פראבלעם מיט מאמע לשון'ס זיסע ווערטער זאלן זיי מיטארבעטן מיט יאפעד צו לערנען ענגליש, וועלן אונזערע ניגונים שרייבער שרייבן 'נארמאלע' ניגונים...

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 4:28 pm

· #388796
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
כ'קען פארשטיין איינער וואס האט עס נישט ליעב, סקען זיין אז ס'ברענגט ארויף קאשמארן פון זייערע אינגע יארן ווי דער מלמד האט זיי אנגעבאכעט

קאצקע ציקער » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 4:47 pm

· #388797
דער גאלדענער אדלער
כ'קען פארשטיין איינער וואס האט עס נישט ליעב, סקען זיין אז ס'ברענגט ארויף קאשמארן פון זייערע אינגע יארן ווי דער מלמד האט זיי אנגעבאכעט

אבער נאכדעם קימט א נייע עפאכע...סא מען קען זיך בארוהיגען פון די באכעס

נעגעל וואסער » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 10:53 am

· #389076
די זיסע קינדערלעך האבן זיכער הנאה פון באכענען....
link

מיש-נייעס » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 5:28 pm

· #389553
.

טרויבן88 » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 6:01 pm

· #389555
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
איך פארשטיי נישט פינקטליך וואס די קריטיק איז נישט אויסגעהאלטן, עס איז שוין געווארן פאליטיקךי אינקארעקט צי נישט האלטן פון א סידי???

איך האב געהערט די ניגון, עס האט מיר געגרוילט. אסאך מענטשן האבן געהערט די ניגון און עס נישט ליב געהאט, יעצט וואס איז? איך צווינג מיין מיינונג יא אדער נישט עס צי הערן?

די גאנצע טעיפ האט זיך געהערט ווי אן אלטע ציבראכענע פייפ, מיכאל אמאל איז גוט געווען, די ניגונים האבן געהאט אן אינהאלט, אפילו די לעבעדיגע ניגונים זענען געווען גוט, איך בעצם זיך נישט אינהאלט איך הער וואס סלאזט זיך, אבער זיי מיר מוחל, מיכאל האט נישט קיין קול, סא זייט די יום טוב אינדערוואכן ווערן זיינע טעיפס ערגער און ערגער ווייניגער ארבעט און מער פארגרעבט, נישט אז איך הער נאר איידעלע ניגונים... נאר פאר מיכאל שטימט עס נישט

גר ותושב » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 8:02 pm

· #389571
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
C/P
באכע וחרפה...

אוי טייערע חברים 
קומטס אלע חברים
מ'גייט יעצט זיין משוגע! 
מ'גייט יעצט וואס? 
זיין צוודרייט!
מ'גייט וואס? 
באכענען 
אהה... איי פארוואס? 
הערט א מעשה וואס באכע מאכט 
וועט איר דאס פארשטיין נישט מער געדאכט

בושה בושה בושה
די ניגון האט קיין טראפ
פון קדושה קדושה קדושה
א משוגעת פון קאפ
גאר א פרישע פרישע פרישע
שפע בוקה ומבולקה
אינגאנצן משוגע

דער בריסקער ראש ישיבה קומט צופרי אין שול אריין 
דער וואנט איז אנגערויכערט 
דער וואנט איז אנגערויכערט
דער וואנט אנגערויכערט פון א צודרייטער יונגערמאן
אומשולדיג בלא-חטא
אומשולדיג בלא-חטא
דער בריסקער גייט צו נענטער פרעגן דעם איד וואס איז דער פלאן 
וואס ביסטו פאר'מח'עט? 
וואס ביסטו פאר'מח'עט?
ווער איז דער איד וואס שרייט דא קולות, מי זה בא לכאן 
דו ביסט מיין נערוון סוחט
דו ביסט מיין נערוון סוחט

צי מיינסטו דען אז דו מוזסט זיין 
משוגע משוגע משוגע משוגע משוגע
צי מיינסטו אז חלילה איז נישט פארהאן 
קלוגע קלוגע קלוגע קלוגע קלוגע

אוי ראש ישיבה 
א נייע ניגון האב איך געטוהן הערן, הערן 
אוי ראש ישיבה
סי' זעצט און באכעט אין מיין קאפ ווי בערן, בערן 
אוי ראש ישיבה 
אבער וואס זאל איך טון אז איך וויל עס שפירן און קריגן
איך וויל שפירן די באכע ניגון 
איך וויל אויך זיין משוגע 
איך וויל אויך זיין משוגע 

בושה בושה בושה
די ניגון האט קיין טראפ
פון קדושה קדושה קדושה
א משוגעת פון קאפ
גאר א פרישע פרישע פרישע
שפע בוקה ומבולקה
אינגאנצן משוגע

איי ר' מיכאל זאג מיר צי פעלט אויס אלע שוואנצעריי 
וואס טוהט אין דיר קאכן
וואס טוהט עס בראכן
פארוואס שלעכט אינווייניג זיין פארשימלט אונטער פאנצעריי 
וואס ביסטו פארקראכן
יעדער איז צושטאכן

ליבער ברודער כ'ווייס גאנץ גוט אז איך קען זיין
ערליך ערליך ערליך ערליך ערליך
אבער ליבער ברודער, די מצב איז זייער
געפערליך געפערליך געפערליך געפערליך געפערליך 

אוי מיינע חברה
דאס איז השפעות פון די קליפה, פון ליפא...
אוי מיינע חברה
כ'האב געוועלט נאכמאכן די הלוך יילך, פון מיילעך...
אוי מיינע חברה
זאגטס מיר דעם אמת, זענט איר אינגאנצן מיט מיר, וואס האלטן ענק?...

בושה בושה בושה!
די ניגון האט קיין טראפ
פון קדושה קדושה קדושה
א משוגעת פון קאפ
גאר א פרישע פרישע פרישע
שפע בוקה ומבולקה
אינגאנצן משוגע
------------------
פין: א אנגעוויטאגטע יוד נעבעך

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 8:14 pm

· #389572
Sweet (נישט אז איך האב געהערט מיכאלס גארביטש).

סמבטיון » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 9:40 pm

· #389580
מיסטער איך אויך, מיכאל האט גאר שיינע הארציגע נגונים אויף אלע זיינע סידיס, רוב עולם גלייכט זייער זיין סטייל, איך האב נאך נישט געהערט דעם באכע סאנג, און לאמער זאגן אז איין ניגון איז צידרייט מיינט נאך נישט אז מיכאל פרודעצירט גארבידש. מיכאל איז טייערע נכס פארן היינטיגן דור.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 11:25 pm

· #389593
כמדומה אז די חרפה ובושה ניגון הנ"ל שטאמט פון אייוועלט קודש.

סאשי פיש » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 11:35 pm

· #389595
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
יא

יתרו » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:42 am

· #389642
איך האב נישט געהערט די באכע ניגון אבער די גראמען פון אייועלט גרוילט זיכער

מוזיק עקספערט » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:01 pm

· #389778
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
טרויבן88
איך פארשטיי נישט פינקטליך וואס די קריטיק איז נישט אויסגעהאלטן, עס איז שוין געווארן פאליטיקךי אינקארעקט צי נישט האלטן פון א סידי???

איך האב געהערט די ניגון, עס האט מיר געגרוילט. אסאך מענטשן האבן געהערט די ניגון און עס נישט ליב געהאט, יעצט וואס איז? איך צווינג מיין מיינונג יא אדער נישט עס צי הערן?

די גאנצע טעיפ האט זיך געהערט ווי אן אלטע ציבראכענע פייפ, מיכאל אמאל איז גוט געווען, די ניגונים האבן געהאט אן אינהאלט, אפילו די לעבעדיגע ניגונים זענען געווען גוט, איך בעצם זיך נישט אינהאלט איך הער וואס סלאזט זיך, אבער זיי מיר מוחל, מיכאל האט נישט קיין קול, סא זייט די יום טוב אינדערוואכן ווערן זיינע טעיפס ערגער און ערגער ווייניגער ארבעט און מער פארגרעבט, נישט אז איך הער נאר איידעלע ניגונים... נאר פאר מיכאל שטימט עס נישט
אויב די סידי הערט זיך ווי א אלטע צעבראכענע פייפ, אדער האסטו נאך אין דיין לעבן נישט געזען א אלטע צעבראכענע פייפ אדער האסטו נאך נישט אויס געהערט די אלבוים
און מיט דעם וואס די זאגסט אז זיינע סידי'ס ווערן ערגער און ערגער, אויף די סידי איז ער ארויף מיט א שיינע פאר סטעפס פון זיין פאריגע סידי, אזעלכע שטארקע מעסעזשעס ווי ס'איז דא אויף דעם אלבוים האט ער שוין לאנג נישט/נאך קיינמאל נישט געהאט
אין א זייטיגע נאטיץ, מיכאל זאגט אויף זיין אינטערוויו אז באכע איז די פאפולערסטע ניגון פון זיין אלבוים, הונדערטער אידן שיקן אים אריין קליפס וויאזוי מ'זינגט די ניגון.

Sent from my 5056N using Tapatalk

געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:35 pm

· #389784
יא, באכע מיט פישטי זענען אייניג פאפולער, און פאר די זעלבע סיבה 😮 😮

טרויבן88 » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 4:21 pm

· #389813
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
מוזיק עקספערט
טרויבן88
איך פארשטיי נישט פינקטליך וואס די קריטיק איז נישט אויסגעהאלטן, עס איז שוין געווארן פאליטיקךי אינקארעקט צי נישט האלטן פון א סידי???

איך האב געהערט די ניגון, עס האט מיר געגרוילט. אסאך מענטשן האבן געהערט די ניגון און עס נישט ליב געהאט, יעצט וואס איז? איך צווינג מיין מיינונג יא אדער נישט עס צי הערן?

די גאנצע טעיפ האט זיך געהערט ווי אן אלטע ציבראכענע פייפ, מיכאל אמאל איז גוט געווען, די ניגונים האבן געהאט אן אינהאלט, אפילו די לעבעדיגע ניגונים זענען געווען גוט, איך בעצם זיך נישט אינהאלט איך הער וואס סלאזט זיך, אבער זיי מיר מוחל, מיכאל האט נישט קיין קול, סא זייט די יום טוב אינדערוואכן ווערן זיינע טעיפס ערגער און ערגער ווייניגער ארבעט און מער פארגרעבט, נישט אז איך הער נאר איידעלע ניגונים... נאר פאר מיכאל שטימט עס נישט
אויב די סידי הערט זיך ווי א אלטע צעבראכענע פייפ, אדער האסטו נאך אין דיין לעבן נישט געזען א אלטע צעבראכענע פייפ אדער האסטו נאך נישט אויס געהערט די אלבוים
און מיט דעם וואס די זאגסט אז זיינע סידי'ס ווערן ערגער און ערגער, אויף די סידי איז ער ארויף מיט א שיינע פאר סטעפס פון זיין פאריגע סידי, אזעלכע שטארקע מעסעזשעס ווי ס'איז דא אויף דעם אלבוים האט ער שוין לאנג נישט/נאך קיינמאל נישט געהאט
אין א זייטיגע נאטיץ, מיכאל זאגט אויף זיין אינטערוויו אז באכע איז די פאפולערסטע ניגון פון זיין אלבוים, הונדערטער אידן שיקן אים אריין קליפס וויאזוי מ'זינגט די ניגון.

Sent from my 5056N using Tapatalk


וואס האב מיט מיכאל אז ער זאגט אז עס איז די פאפולערסטע ניגון? מיכאל איז נישט די קלוגסטע מענטש... האט ער געזאגט, מיכאל פירט אויף זייער נאריש אויף סאשעל מידיע פאר וויפיל איך הער נאך,

און עס איז דא א חילוק צווישן א ווילדע ניגון וואס איך האב נישט קיין פראבלעם, אנטקעגן א פויערישע ניגון וואס מענטשן וואס קענען נישט קיין אלף בית האבן ליב, די באכע ניגון ציזאמען מיט יום טוב אינדערוואכן איז א פויערישע ניגון לדעתי און מעטשן וואס זענען נישט מעטשור אדער האבן א נידעריגע איי קיו האבן עס ליב, רוב מענטשן וועלן הערן וואס די געסט זיי צי הערן סא ברענג מיר נישט קיין ראיה פון רוב מענטשן

אליעזר מארקס » מאנטאג פעברואר 12, 2018 12:19 pm

· #395427
גר ותושב

באכע וחרפה...

אוי טייערע חברים 
קומטס אלע חברים
מ'גייט יעצט זיין משוגע! 
מ'גייט יעצט וואס? 
זיין צוודרייט!
מ'גייט וואס? 
באכענען 
אהה... איי פארוואס? 
הערט א מעשה וואס באכע מאכט 
וועט איר דאס פארשטיין נישט מער געדאכט


איי ר' מיכאל זאג מיר צי פעלט אויס אלע שוואנצעריי 
וואס טוהט אין דיר קאכן
וואס טוהט עס בראכן

אוי מיינע חברה
דאס איז השפעות פון די קליפה, פון ליפא...
אוי מיינע חברה
כ'האב געוועלט נאכמאכן די הלוך יילך, פון מיילעך...
אוי מיינע חברה
זאגטס מיר דעם אמת, זענט איר אינגאנצן מיט מיר, וואס האלטן ענק?...


פין: א אנגעוויטאגטע יוד נעבעך


פון דעם אנגעוויטאגטע יוד וואלט איך געקויפט lyrics פאר גרויס געלט.
איך שוין נישט אזוי געלאכט פאר ages.

בן ישי » זונטאג אפריל 29, 2018 5:11 am

· #400908
מיכאל זינגט די ניגון א מצה אין אויבן פאר האדמו"ר מ'טאהש שליט"א אין פלארידא
<a class="postlink" href="https://youtu.be/FkwxCEtuBYc">https://youtu.be/FkwxCEtuBYc</a>

אונטער חכם » דינסטאג מאי 1, 2018 2:23 am

· #401047
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
ר' מיילעך זעהט אויס האט שוין אנגעהויבן זיך איינצורעדן אז ער איז באמת א רבי.