☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » טראמפ ביים כותל

טראמפ ביים כותל

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11511

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 10:21 am

· #371981
טראמפ ביים כותל
טראמפ וועט גיין צום כותל אבער נישט אלץ א חלק פון מדינת ישראל טערעטאריע,

ער וועט גיין באזיכן ביים כותל אבער אן די באטייליגונג פון די ישראלי'שע פאליטיקאנטן

וואס דאס ברענגט אויף ווייטאג ביי די ישראלים ווי פולע פאליטיקאנטן האבן קלארגעשטעלט אז זיי וועלן נישט אנטיילנעמען און די אויפנאמע פאר'ן פרעזידענט

נאך א קאנטעווערסיע וועגן כותל איז אז היות ער קומט מיט זיין "ארטאדאקסישע טאכטער איוואנקא" און אויב זי וועט אריינגיין אין די מענער זייט קען עס שטארקן די וואס ווילן צוברעכן די גדרי הצניעות ביים כותל

נאך איבער דעם נושא וועט פארזעצן בקרוב

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 10:23 am

· #371982
טראמפ ביים כותל
📎 img772342.jpg

סמבטיון » מאנטאג מאי 22, 2017 10:23 am

· #371983
ביזט אביסעל שפעט.. איוואנקע איז שוין געווען ביים כותל אין טאקע אויף די פרויען זייט

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 10:24 am

· #371984
איוואנקא ביים כותל
📎 trump-israel.jpg

בן אדם » מאנטאג מאי 22, 2017 10:49 am

· #371986
וויפיל האט איוואנקא'ס קאפל געקאסט?

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 10:58 am

· #371990
ווי איז דער בילד ביי די מענער זייט אדער פרויען זייט?

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 10:59 am

· #371992
בן אדם
וויפיל האט איוואנקא'ס קאפל געקאסט?


עס האט געקאסט א שמייכל...

מיר'ער בחור » מאנטאג מאי 22, 2017 11:00 am

· #371993
מיש-נייעס
ווי איז דער בילד ביי די מענער זייט אדער פרויען זייט?

די בילד וואס דו האסט געברענגט איז אויבן ביי די רחבה.

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 11:14 am

· #371996
טראמפ מיט'ן פורסט ליידי זענען געגאנכן צום קרייציגער'ס באגרעגעניש ארט
איוואנקה איז נישט מיטגעגאנגן

ליפא » מאנטאג מאי 22, 2017 11:16 am

· #371997
📎 IMG-20170522-WA0025.jpg

ליפא » מאנטאג מאי 22, 2017 11:25 am

· #371998
📎 IMG-20170522-WA0026.jpg

בן אדם » מאנטאג מאי 22, 2017 11:30 am

· #371999
ווער זענען די אנדערע צוויי פרויען?

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 11:32 am

· #372000
איך בין נייגעריג וואס ער האט געשריבן אין זיין קוויטל ביים כותל

אבאמא'ס קוויטל אין כותל איז פארעפענטליך געווארן בימים ההם, ער שרייבט זייער א שיינע תפילה
ער בעט פאר זיך און פאר זיין משפחה, ער בעט אז דער אויבישטער זאל איהם פארגעבן זיינע זינד
היט מיך פון די עבירה פון גאווה, און העלף איך זאל זיין א כלי פאר דיין רצון

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 11:35 am

· #372001
דער קוויטל פון אובמה איז געפינען געווארן דורך א בחור וואס איז דארט געווען בשעת מעשה (אובמה איז נאכנישט געווען פריזידענט דעמלטס) און האט עס איבערגעגעבן פאר די נייעס סטאנציעס

עס האט בשעתו ארויסגערופן גרויס שטורעם היתכן מען פאבליצירט יענעמ'ס פריווייטע בריוו, עס איז פארדאמט געווארן דורך די רב הכותל און פולע אנדערע פאליטיקאנטן

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 11:38 am

· #372002
בן אדם
ווער זענען די אנדערע צוויי פרויען?


מסתם די רב הכותל'ס ווייב און די ווייב פון די ראש וועד קרן מורשת הכותל
זיי צוויי זעהט מען מיט'ן פרעזידענט

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 22, 2017 1:46 pm

· #372009
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג: סאטמאר איז אויכעט אקעיגן גיין צום כותל. נאר יעצט אז אמעריקע טוט אויכעט נישט אנערקענען אין די בעלות פון די ציונים. וועללן שוין אונז ערליכע אידן. די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני קענען גיין צום כותל. מ'שמועסט נאך אז די עכט ערליכע אידן ונטורי חרתא בתוכם וויללן ארויסנעמען פאספארטן פון די פאלעסטינער אויטאריטי. אונטערגעשריבן דורכ'ן חסיד אומות העולם, דער פאלעסטינער פרעזידענט מאכמוד אבאס ירום הודו...!

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מאי 22, 2017 2:08 pm

· #372012
ביבי האט מען נישט געלאזט מיט קומען?

כלבאשבוע » מאנטאג מאי 22, 2017 3:55 pm

· #372024
איוואנקא האט געלאזט טרערן

גר ותושב » מאנטאג מאי 22, 2017 9:09 pm

· #372071
Re: טראמפ ביים כותל
איין זאך איז מיר נישט קלאר אלס גוי אויב זוכט ער צו גיין אויפן מקום קדוש וואס איז ער נישט ארויף אויפן הר הבית אליינס

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 9:14 pm

· #372072
גר ותושב
איין זאך איז מיר נישט קלאר אלס גוי אויב זוכט ער צו גיין אויפן מקום קדוש וואס איז ער נישט ארויף אויפן הר הבית אליינס


דו פרעגסט עס פאר א דזשויק אדער ערענסט... איך מיין ער איז דאך געגאנגן שלום מאכן, נישט מאכן נאך א אינטעפאדא

געוואלדיג » מאנטאג מאי 22, 2017 9:15 pm

· #372074
זיין קוויטל האבן די אנשי מורשת הכותל גלייך ארויסגענומען פון וואו ערהאט עס געלייגט און עס באהאלטן צווישן די שטיינער אין מנהרות הכותל צו פארמיידן אן איבערשפיל פון די אומבאקוועמע געשעהניש מיט אבאמא׳ס קוויטל.

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 9:16 pm

· #372075
[quote="כלבאשבוע"]איוואנקא האט געלאזט טרערן

אההההההההה! וועגען דעם גייט מיליניע מיט טינטע"ד גלעזער... אז מ'זאל נישט קענען זעהן אז זי וויינט נישט, יעצט כאפ איך עס
פאר איוואנק'ן איז עס נישט איינגעפאלן, זי מוז זיך נעבעך ווישן די אויגן עס זאל אויסזעהן ווי עס האט איר געכאפט

גר ותושב » מאנטאג מאי 22, 2017 9:20 pm

· #372076
Re: טראמפ ביים כותל
מיש-נייעס
גר ותושב
איין זאך איז מיר נישט קלאר אלס גוי אויב זוכט ער צו גיין אויפן מקום קדוש וואס איז ער נישט ארויף אויפן הר הבית אליינס


דו פרעגסט עס פאר א דזשויק אדער ערענסט... איך מיין ער איז דאך געגאנגן שלום מאכן, נישט מאכן נאך א אינטעפאדא

די אראבער האבן נישט קיין פראבלעים מיט גוים וואס קומען דארט מתפלל זיין

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 9:25 pm

· #372077
וואס האט מען איהם איבערגעגעבן דארט ביים כותל, די תהילים מיט זיין נאמען האב איך געזעהן
אבער עס איז דא נאך עפעס
קוק נעקסטע בילד עס זעהט אויס ווי א Map
📎 trump-israel-12-western-wall.jpg

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 9:26 pm

· #372078
וואס האלט ער דארט
📎 190.jpg 📎 190.jpg

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 22, 2017 9:30 pm

· #372079
גר ותושב
מיש-נייעס
גר ותושב
איין זאך איז מיר נישט קלאר אלס גוי אויב זוכט ער צו גיין אויפן מקום קדוש וואס איז ער נישט ארויף אויפן הר הבית אליינס


דו פרעגסט עס פאר א דזשויק אדער ערענסט... איך מיין ער איז דאך געגאנגן שלום מאכן, נישט מאכן נאך א אינטעפאדא

די אראבער האבן נישט קיין פראבלעים מיט גוים וואס קומען דארט מתפלל זיין


סא די תירוץ איז לכאורה: די הר הבית איז נישט קיין סימבאלישע פלאץ ווי מען גייט באזיכן

תורה ומדע » מיטוואך מאי 24, 2017 10:38 am

· #372230
למעשה איז מיר שווער צו גלייבען אז איוונקא און דז'ערעד נעמען זיך מיט סענדוויטשעס צו יעדען רעסטוראנט און דיננער איבער די גאנצע וועלט.

מיש-נייעס » מיטוואך מאי 24, 2017 11:07 am

· #372232
זיי עסן נאר פירות און ירקות

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 24, 2017 11:40 am

· #372238
מיש נייעס: איך האף אז נישט קיין פירות ים...! ווער פון די חרד'ישע, פארשלאסענע מענטשן ווייסן וואס פירות ים זענען...אונז האמיר אן אנדערן נאמען פאר אט די פראדוקטן...!

מדי דברי: אינטרעסאנט אז די דזשוניאר פוירסט קאפל באקומען היתרים פאר אלע זייערע אקטיוויטעטן. און זיי הייסן נאכאלץ ארטאדאקסן...איך בין נייגעריג וואס זיי טוען יא וואס געט זיי די רעכט זיך צו רופן ארטאדאקסן...!

לאמיר נאר אויסרעכענען דא עטליכע פון זייערע אקטיוויטעטן אויף וואס זיי האבן באקןמען א ..."היתר"... אדער דיספענסאציע פון זייער ראביי.!
*פרייטיג נאכ'ן זמן שבת קודש ביי די אינאוגיורעישן זענען די קאפל געפאהרן מיט א קאר
*שבת אינדערפריה איז מר. דזשארעד קושנער נישט ערשינען אין שול, אזוי ווי געפלאנט
*ביי די נסיעה קיין מיטל מזרח, ווען מ'איז אוועקגעפאהרן פרייטיג נאכמיטאג, איז די קאפל מיטגעפאהרן מיט די פמליא אום שבת קודש.
*אין די אלע פלעצער וואו מ'גייט, עסן די קאפל פון די אלע סטענדערד (נאן קאושער) פעיר.
*מר. דזשעראד קושנער גייט קיינמאל נישט מיט א קאפל

מיש-נייעס » מיטוואך מאי 24, 2017 1:32 pm

· #372245
בערל, ווי עס שיינט זעהט אויס אז מען האט איהם מתיר אסורים געווען אויף כל התורה כולו וועגען חשש פון פיקוח נפש,
די רבנים טענה'ן אז אויב זיי וועלן זיך נישט געהעריג צושטעלן קען עס שאטן צו זייער דשזאב, און דאס קען שטארק שאטן פאר זייער געזונט

פריש וואסער » מיטוואך מאי 24, 2017 2:12 pm

· #372256
berlbalaguleh
מיש נייעס: איך האף אז נישט קיין פירות ים...! ווער פון די חרד'ישע, פארשלאסענע מענטשן ווייסן וואס פירות ים זענען...אונז האמיר אן אנדערן נאמען פאר אט די פראדוקטן...!

מדי דברי: אינטרעסאנט אז די דזשוניאר פוירסט קאפל באקומען היתרים פאר אלע זייערע אקטיוויטעטן. און זיי הייסן נאכאלץ ארטאדאקסן...איך בין נייגעריג וואס זיי טוען יא וואס געט זיי די רעכט זיך צו רופן ארטאדאקסן...!

לאמיר נאר אויסרעכענען דא עטליכע פון זייערע אקטיוויטעטן אויף וואס זיי האבן באקןמען א ..."היתר"... אדער דיספענסאציע פון זייער ראביי.!
*פרייטיג נאכ'ן זמן שבת קודש ביי די אינאוגיורעישן זענען די קאפל געפאהרן מיט א קאר
*שבת אינדערפריה איז מר. דזשארעד קושנער נישט ערשינען אין שול, אזוי ווי געפלאנט
*ביי די נסיעה קיין מיטל מזרח, ווען מ'איז אוועקגעפאהרן פרייטיג נאכמיטאג, איז די קאפל מיטגעפאהרן מיט די פמליא אום שבת קודש.
*אין די אלע פלעצער וואו מ'גייט, עסן די קאפל פון די אלע סטענדערד (נאן קאושער) פעיר.
*מר. דזשעראד קושנער גייט קיינמאל נישט מיט א קאפל


מרת קושנער'ס אפיציעלע ראביי איז ראביי לאקשטיין, אן Open-orthodox ראביי, וואס זיין שיטה איז צו טרעפן היתרים אויף יעדען איסור.
זעה דא ווי ער איז מסביר זיין "קבלה":
<a class="postlink" href="https://youtu.be/tdSYaSnq4vo">https://youtu.be/tdSYaSnq4vo</a>