וואס איז פשט פון די רשעות?
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11508
וואס איז פשט פון די רשעות?
לאמיר שוין זאגן אז דו ביסט גערעכט.
לאמיר שוין זאגן אז ער איז טאקע א שלעכטער, הארצלאזע מענטש, א אכזר, א שגץ, וכו' וכו' מיט אלע שמות הנרדפים וואס דו בארעדסט דיין עקס אין די גאס.
נישט אז איך האלט אזוי, אבער לאמיר שוין זאגן אז אזוי איז עס.
אבער פארדעם האסטו דאך אפגע'גט פון אים פאר צוויי יאר צוריק, ניין?
יעצט זיי מיר מסביר פאר וועלכע סיבה רודפ'סטו אים, פייניגסטו אים, ווען ס'קומט צו זעהן זיינע קינדער???
נישט היינט,
נישט די וואך,
זיי צוריק פונקטלעך 4:45,
אך-און-וויי אויב די טרעפיק איז געווען אביסל שווער און ער איז צוריקגעקומען 4:47,
סטראשענען, באשולדיגן, שעלטערייען,
קענסט פארגעסן פון זעהן דיינע קינדער פאר צוויי וואכן,
פארוואס? פאר ווען?
איז עס דיינע קינדער מער ווי זיינע קינדער?
יא איך ווייס אז די "סיסטעם" גיבט דיר מער רעכטן ווי פאר אים.
און וועגן דעם? דאס מיינט אז דו האסט רעכט צו טוהן וואס דו ווילסט?
דאס מיינט אז ער איז דיין קרבן עולה?
ווער האט דיר געגעבן רשות?
זיינע הענט זענען טאקע פארבינדן, ער קען גארנישט טוהן, ווייל אויב יא וועט ער טייער באצאלען ליידער,
אבער דיינע הענט זענען נישט פארבינדן.
דיינע אייגענע הענט פארשרייבן יעדע נאכט אין הימל וואס דו האסט אפגעטוהן פאר דעם אומשולדיגן אדער שולדיגן יונגערמאן,
און דארט אויבן ארבעט נישט די מהלך פון די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם אז די פרוי האט אלע רעכטן.
[איים סארי, איך האב זיך געמוזט אויסגעבן]
ליידער קומט עס געווענטליך פון א אינערליכע ביטערניש און נקמה געפילן. גארנישט צוטוהן מיט לאגיק...
ווייל באמת אין כמעט יעדע אזא פאלל איז אסאך אסאך בעסער פאר די קינדער און פאר אלע צדדים אז מ׳לעבט זיך בשלום ובשלווה עכ״פ פון אינדורסן זיכער.
פון מיין עקספירינעס. פארשלעפטקייט און זיין cool עבאוט איט איז א היימישע מחלה. אבער ס'איז אויך נישט ריכטיג צו ווערן געפייניגט דערוועגן אין אונזער קולטור, אויב איז דאס אליינס אינגאנצן נישט די ריזען צו די הערעסמענט. איך האב אסאך וואס איך קען העלפן אויב דו ווענדסט זיך צו מיר אין פרייוועט.
איך ווייס נישט וואס ס'רעדט זיך דא, אויף אזויפיל, די עצה איז, קודם זיך טאקע צו נעמען אין די הענט אריין און טאקע יא זיין פונקטליך. אבער פארגעס נישט, יעדער שטעקן האט צוויי עקן. במדה שאדם מודד מודדין לו. זאל דער מאן זיך אויך אנהויבן פירן אזוי אזוי. זיך שטעלן אויף יעדן מינוט און רעכט מיט א ברוטאליטעט און א סייענטיפישע אקוראסי. צוזאמרעכענען מינוטן און שעות. אויב איז עס אין קאורט זאל ער אפלייען די גויאישע אויסגערעכנטקייט און גלייכקייט צו געשעהענישן און תקופות ביי אונז ווי ס'איז פאר איר אויך אוממעגליך נאכצופאלגן א פלאן און א צייט און דארט גיין בכל תוקף הדין. ווי למשל, אויסרעכענען א קאלענדער חדשים פאראויס, פארלאנגען באצאלוגונס פאר וויזיטס קיין מינוט ווייניגער, אויף די זעלבע פארעם און צייט ווי ער האט עס געדארפט באקומען. למשל אז ס'איז אויף א געויסע טאג/טעג, אין געוויסע שעות, אהן קיין הפסקות און patches. אדער למשל זיך שטעלן אויף צייטן ווען קינדער דארפן אויפשטיין און זיך לייגן, זיין אין סקול אדער off, לויט א גויאישער בליק. וכדומה. קיינמאל נישט נאכגעבן א שמחה, א רייזע אדער סיי וואספארא אויסנאמען און לעצטע מינוט בקשות און עקסעפשנס. (דאס ארבעט וואונדער בדוק ומנוסה) און נאכדעם האסטו פוינטס מיט וואס דו קענסט טרעידן.
אויך, נאר זיך שרייבן אין טעקסט אדער אימעיל (און בעקאפ אלעס) אזוי אז ס'זאל אפיציעל בלייבן א רעקארד פון אלעס. ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן וועלן זיי אפרישיעיטן געוואויר צו ווערן דעם אמת און דעמאלס וועט מען זיין צו האבן אומגעבינדענע הענט צאלט זיך אויס.
סתם זיך בארוהיגן אז זי גייט ארויף אויבן אין הימל פארשרייבן אלעס און אפשר ווען די בוך וועט פיל ווערן וועט זי אדער דער וואס העלפן איר כאפן א שטיין אין קאפ פון א ארבעטער אויפ'ן דאך, זענען א תפלת שוא און נחמות פתיים. ליידער ברויך מען אסאך מאל לאזן וואקסן זיך א סעט פון אייער, אויפהערן ברעטשען ווי א וויקטעם און אויפהערן זיך צו לאזן טרעטן פון פסיכאפאטס.
אויך, געווענליך איז די פחד מער ווי ס'איז. ווער נישט דערשראקן פון זיין אפאר מינוט שפעט. די קאורטס ווייסן צוזאגן פון טרעפיק און די זאכן מאכן זיך ביי יעדעם איינעם. ווילאנג ס'איז נאר צען פיפצן מינוט שפעט, נישט ממש אויף א קביעות, וועלן זיי זיך נישט נאריש מאכן וועגן דעם נישט צו לאזן זען די קינדער. ס'איז נישט געזונט זיינע קינדער זאלן אייביג ברויך זיך אהיימיאגן ביי די ענד פון די וויזיט. מאך נאר זיכער אייביג צו שיקן א טעקסט א וויילע בעפאר אז דו גייסט זיין שפעט מיט א פינף צען מינוט צו וויפיל. ס'איז נאר העווי טרעפיק אדער סלאו פובליק טראנספארט. אז נישט, ביסטו פשוט אויסגעלאפן פון באטעריע. אינמיטן דרייווען איז דאך פשוט אז דו נוצט נישט די טעלעפאן. און סתם אזוי האלטסטו דיין טעלעפאן אויף סיילענט ווייל אז נישט שטערט דיך עס צופיל. אויב זענען די קינדער נישט גרייט ווען דו קומסט, אההה. דעמאלס זאלסטו מאכן א שרעקליכע ויצעקו! דאס איז עפעס אומדערהערט.. און פארשטייט זיך האלט א רעקארד, זה לעומת זה.
ענדע צדיקלאמיר שוין זאגן אז דו ביסט גערעכט.
לאמיר שוין זאגן אז ער איז טאקע א שלעכטער, הארצלאזע מענטש, א אכזר, א שגץ, וכו' וכו' מיט אלע שמות הנרדפים וואס דו בארעדסט דיין עקס אין די גאס.
נישט אז איך האלט אזוי, אבער לאמיר שוין זאגן אז אזוי איז עס.
אבער פארדעם האסטו דאך אפגע'גט פון אים פאר צוויי יאר צוריק, ניין?
יעצט זיי מיר מסביר פאר וועלכע סיבה רודפ'סטו אים, פייניגסטו אים, ווען ס'קומט צו זעהן זיינע קינדער???
נישט היינט,
נישט די וואך,
זיי צוריק פונקטלעך 4:45,
אך-און-וויי אויב די טרעפיק איז געווען אביסל שווער און ער איז צוריקגעקומען 4:47,
סטראשענען, באשולדיגן, שעלטערייען,
קענסט פארגעסן פון זעהן דיינע קינדער פאר צוויי וואכן,
פארוואס? פאר ווען?
איז עס דיינע קינדער מער ווי זיינע קינדער?
יא איך ווייס אז די "סיסטעם" גיבט דיר מער רעכטן ווי פאר אים.
און וועגן דעם? דאס מיינט אז דו האסט רעכט צו טוהן וואס דו ווילסט?
דאס מיינט אז ער איז דיין קרבן עולה?
ווער האט דיר געגעבן רשות?
זיינע הענט זענען טאקע פארבינדן, ער קען גארנישט טוהן, ווייל אויב יא וועט ער טייער באצאלען ליידער,
אבער דיינע הענט זענען נישט פארבינדן.
דיינע אייגענע הענט פארשרייבן יעדע נאכט אין הימל וואס דו האסט אפגעטוהן פאר דעם אומשולדיגן אדער שולדיגן יונגערמאן,
און דארט אויבן ארבעט נישט די מהלך פון די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם אז די פרוי האט אלע רעכטן.
[איים סארי, איך האב זיך געמוזט אויסגעבן]
די גאנצע לעבן דאהי איז א דמיון. בילדער פליען אין קאפ. געב עס אפאר יאר, אין עולם הנצח איז יושר פאר אייביג.
איך העלף אסאך ארויס מענטשן מיט די פראבלעמען. אין כ׳קען דיר זאגן. רשעות איז דא ביי ביידע זייטן. צוריק ברענגן שפעט קען זיין רשעות אין זיך שטעלן אויף יעדע מינוט קען אויך זיין רשעות.
איך ווייס נישט וואס טאמבל סאס וויל, אבער ווען מ'פרעגט מיר, טוה פונקט פארקערט פון וואס ער הייסט. פאלגען זיין עצות וועט דיר אריינשלעפען אין א המשך פון א פייט לעולם ועד. זיי א וותרן, ווער נישט גערעגט פון יעדער זאך, פיהר זיך נישט מיט די רשעות וואס דו ווילסט נישט באקומען פון א צווייטען. מאך דיר אייגענע כללים וויאזוי צו זיין א מענטש, אפגערעדט צו זיי פיהרען זיך אזוי צו נישט.
[ציטאט אראפגענומען]
עקזעקטלי,ווענד זיך מיט וועם מ'האט צו טון. טאמער יענער אפרישיעט דיין נאכגיביגקייט, איז בעסער מוותר צו זיין אבער טאמער נעמט מען עדטוענטיזש זאלסטי זיך אנגארטלן און קלאר מאכן אז ס'איז א טו וועי סטריט
ענדע צדיק
דיינע אייגענע הענט פארשרייבן יעדע נאכט אין הימל וואס דו האסט אפגעטוהן פאר דעם אומשולדיגן אדער שולדיגן יונגערמאן,
און דארט אויבן ארבעט נישט די מהלך פון די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם אז די פרוי האט אלע רעכטן.
[]
נאך א סיבה פארוואס דער מהלך המחשבה איז נישט געזונט איז ווייל דער אינגערמאן דארף אכטונג געבן עס נישט צומאכן אין צו א מחלוקת ווי דער באשעפער איז זעכער אויף זיין זייט. ווייל דעמאלס ביסטו דאך גארנישט בעסער פון די אנדערע זייט און אלעס ווערט חלילה מותר. און דער אמת, קיינער איז נישט אויבן צו וויסן וואס דער אמת איז. און דער אינגערמאן אליינס האט דאך א נגיעה. דערפאר זאג איך אז ווען מען טוט לפנים משורת הדין איז אלעמאל דא א חשש אז די מדת הדין איז אויך לפנים משורת הדין. די בעסטע וועג צו דיעלן מיט עמיצער וואס ווערט פארזונקען אין ביורוקרטיה איז צו נעמען דער ביורוקרטיה זעלבסט און עס אריינשמירן יענעם אין פנים אריין.
דער סבה זיך אויפצופיהרען איידעל איז נישט ווייל ס'קומט זיך פאר יענעם, נאר ווייל מ'וויל נישט זיין קיין גראביאן. ס'איז דא אן אייגענע סבה נישט צו וועלען זיין אזא איינער.
דאס איז דאך די אלטע חילוק צווישן זיין assertive vs aggressive.
דאס איז א חכמה ואינה מלאכה. אז מען איז צוריק אגרעסיוו, ווערט עס א סייקל און מען קען זיך נישט ארויסזעהן. אבער ווען מען שטעלט אראפ די פיס אנטקעגן אומאקצעפטירבארע התנהגות ארבעט דאס שוין איינמאל. והדברים עתיקים.
[ציטאט אראפגענומען]
ריכטיג: לאו דוקא. ס'איז דא מענטשן. אויב מ'קען זיי אזוי אנרופן. וועלכע זוכן אייביג נקמה. און נאר נקמה צוזאמען מיט רשעות. ווייל זיי זענען רשעים. אפגעזעהן וואס ס'האטציך אפגעטוהן אין פראצעס פו דעם גט.
ס'איז מיר אויסגעקומען צו העלפן פאר א יונגערמאן וועלכער האט געדאוונט אין מיין ביהמ"ד. ער האט געהאט א קינד (א מיידעלע). די קאורט האט איהם געגעבן וויזיטינג רייטס. אבער די רשעות'דיגע משפחה פון זיין געוועזענע האבן דאס געוואלט אוועקנעמען פון איהם. האבן זיי אויסגעטראכט כל מיני תירוצים אז ער זאלל נישט טרעפן דאס קינד אין די באשטימטע צייט. נאכדעם וועללן זיי גיין אין קאורט זאגן אז ער האט געמיסט 3 אדער 4 וויזיטינג דעיטס. ממילא זאלל מען עס אוועקנעמען פון איהם. האט ער מיך געבעטן אז איך זאלל זיין זיין עדות ווען ער גייט באזוכן דאס קינד. די ערשטע מאל איז עס אדורך בשלום. נאך די 2'טע וויזיט וואס איך בין געווען אן עדות ווי ער גייט אריין אין הויז וואו דאס קינד האטציך אויפגעהאלטן, איז געשטאנען א ווייבעלע ביים קארנער. און ווען איך בין אריבערגעפארן, האט זי געמאכט מיט'ן פינגער בלשון סטראשען. אזוי ווי די רבי אין חדר האט געמאכט פאר א יונגל וואס האט נישט געקענט ביים פארהער. איך האב איהר געלאכט אין פנים אריין. אבער שפעטער האביך באקומען א סטראשענדיגע פאון קאלל פון אנאנימעס מענטשן אז אויב איך גיי נאכאמאל העלפן די געוועזענע מאן, גייט מען מיר צושטערן 2 שידוכים. וואס איך האב געהאט א חתן און א כלה אין שטוב. איך האב די מענטשן/חיות קיינמאל אין מיין לעבן נישט געקענט. און זיי האבן געהאט אלע אינסייד אינפארמעישן וועגן מיר און מיין משפחה. די איינציגע מיסטעיק וואס זיי האבן געמאכט איז, אז מיין קאר איז געווען רעגיסטרירט אויף א צווייטע נאמען. און זיי האבן מיך גערופן אויף יענעם נאמען...! ווען איך האב געפרעגט מיין רב אויב איך זאלל ווייטער העלפן יענע יונגערמאן, האט ער מיר געזאגט אז נישט. ווייל יענער איז ממילא געווען א זוהן פון אן עושר. און ער האט זיי געקענט פייטן מיט לויערס... אבער די מסקנא פון דעם איז. אז ס'דא ברואים וועלכע גייען אן זייער גאנץ לעבן מיט רשעות. און זיי וועללן צוטרעטן סיי וועמען וואס שטייט אין וועג פון אדורכפיהרן זייער אדזשענדא...!
אז די פאטער קומט נישט נעמען די קינד 3-4 מאל נעמט די קאורט אוועק די וויזעטעשען רייטס?
איעדער דא איז גערעכט באמת.
די בעסטע פאר יעדן איז ווען יעדער איז מענטשליך צום אנדערען צד.
טאמבאל סאס איז גערעכט ווען ס'האנדלט זיך פון א צד וואס פירט אדורך רשעות לשם רשעות, וואס דעמאלטס איז אמאל נישט דא קיין אנדערע ברירה, נאר עם עקש תתפלל וכו', און צוריק גיין מיט רשעות אויף א געזעצליכען אופן.
איך רעד אבער נישט פון אזא פאל ב"ה.
מ'האט זיך שוין געקריגט, באשמוצט, געסטראשעפ, געשלאגן, בארעדט, און מ'איז שוין אדורך די שווערע פרשה מיט אלע 70 פירושים.
דו האסט באקומען די קינדער, אלעס גייט דיר גוט.
יעצט וויל זייער טאטע אויסנוצען זיינע רעכטן און איינשטילן זיין צוקוועטשטע געפיל און אביסל הנאה האבן פון זיינע קינדער ווען ער האלט אויס עד פ"א.
וואס נאך ווילסטו יעצט?
פארוואס דארפסטו אים גיין אויף די נערווען און דיקטעיטן?
ער איז נישט אינטערעסירט נאכאמאל אנהייבן אריינמישן דעם און יענעם, און צוריק אויפפלאמען די גחלים עומות.
ממילא צו טוהן עפעס זאכליך איז נישט שייך.
נאר היות ס'איז קרוב מאד לליבי, און מיין הארץ פלאמט יא אויף ווען דאס געשעט, דעריבער האב איך מיר געוואלט דא אויסגעבן.
berlbalaguleh[ציטאט אראפגענומען]
ריכטיג: לאו דוקא. ס'איז דא מענטשן. אויב מ'קען זיי אזוי אנרופן. וועלכע זוכן אייביג נקמה. און נאר נקמה צוזאמען מיט רשעות. ווייל זיי זענען רשעים. אפגעזעהן וואס ס'האטציך אפגעטוהן אין פראצעס פו דעם גט.
ס'איז מיר אויסגעקומען צו העלפן פאר א יונגערמאן וועלכער האט געדאוונט אין מיין ביהמ"ד. ער האט געהאט קינד (א מיידעלע). די קאורט האט איהם געגעבן וויזיטינג רייטס. אבער די רשעות'דיגע משפחה פון זיין געוועזענע האבן דאס געוואלט אוועקנעמען פון איהם. האבן זיי אויסגעטראכט כל מיני תירוצים אז ער זאלל נישט טרעפן דאס קינד אין די באשטימטע צייט. נאכדעם וועללן זיי גיין אין קאורט זאגן אז ער האט געמיסט 3 אדער 4 וויזיטינג דעיטס. ממילא זאלל מען עס אוועקנעמען פון איהם. האט ער מיך געבעטן אז איך זאלל זיין זיין עדות ווען ער גייט באזוכן דאס קינד. די ערשטע מאל איז עס אדורך בשלום. נאך די 2'טע וויזיט וואס איך בין געווען אן עדות ווי ער גייט אריין אין הויז וואו דאס קינד האטציך אויפגעהאלטן, איז געשטאנען א ווייבעלע ביים קארנער. און ווען איך בין אריבערגעפארן, האט זי געמאכט מיט'ן פינגער בלשון סטראשען. אזוי ווי די רבי אין חדר האט געמאכט פאר א יונגל וואס האט נישט געקענט ביים פארהער. איך האב איהר געלאכט אין פנים אריין. אבער שפעטער האביך באקומען א סטראשענדיגע פאון קאלל פון אנאנימעס מענטשן אז אויב איך גיי נאכאמאל העלפן די געוועזענע מאן, גייט מען מיר צושטערן 2 שידוכים. וואס איך האב געהאט א חתן און א כלה אין שטוב. איך האב די מענטשן/חיות קיינמאל אין מיין לעבן נישט געקענט. און זיי האבן געהאט אלע אינסייד אינפארמעישן וועגן מיר און מיין משפחה. די איינציגע מיסטעיק וואס זיי האבן געמאכט איז, אז מיין קאר איז געווען רעגיסטרירט אויף א צווייטע נאמען. און זיי האבן מיך גערופן אויף יענעם נאמען...! ווען איך האב געפרעגט מיין רב אויב איך זאלל ווייטער העלפן יענע יונגערמאן, האט ער מיר געזאגט אז נישט. ווייל יענער איז ממילא געווען א זוהן פון אן עושר. און ער האט זיי געקענט פייטן מיט לויערס... אבער די מסקנא פון דעם איז. אז ס'דא ברואים וועלכע גייען אן זייער גאנץ לעבן מיט רשעות. און זיי וועללן צוטרעטן סיי וועמען וואס שטייט אין וועג פון אדורכפיהרן זייער אדזשענדא...!
אמאל וואלט איך אזא מעשה נישט געגלייבט. איך וואלט מיר איינגערעדט אז ס'איז מוגזם.
היינט ליידער ווייס איך אז אין דבר העומד בפני הרשעות ווען ס'קומט צו דעם.
אדורכגייענדיג דעם זעלבן מעבר, ווייס איך ווי פיינפול דאס איז, אפגעזעהן וואס די כוונה פון די אנדער זייט, איז עס זייער ווייטאגליך פאר א טאטע זיך צו דארפן בעטן פאר זיינע קינדער ווי א גזלן. און ספעציעל ווען די קינדער אליינס לעכצען צו טרעפן דעם טאטן (ווי אין רוב פעלער) וואס עס קומט צו די צער פון די קינדער אויך.
קודם כל, לויט ווי איך ווייס איז אין די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם בכלל נישט דער כלל אז די פרוי האט אלע רעכטן, עס איז נאר וויבאלד געווענליך איז די פרוי די קאסטאדיעל פעירענט, וואס פארדינט אויטאמאטיש אן אויבערהאנט אין אסאך זאכן. און אויך צוליב דער כלל אז אין פאמיליע קאורט איז געווענליך נישט צו קוקן בכלל אויף די א. ג. רעכטן פון די עלטערן, נאר ליבערשט אויף די טובה פון די קינדער. אבער גלאטערהייט מיינט עס נישט אז דער פאטער דארף פארלירן עפעס פון זיינע רעכטן.
עס איז זייער שווער צו אריינרעדן אן הערן די אנדער זייט (און אפילו נאכן הערן די אנדער זייט). דער נאטור ביי יעדע קריגעריי איז אז יעדע צד בויעט זיך אויף אן אייגענע נאראטיוו, און איז נישט אינטרעסירט צו אמת'דיג אויסהערן און פארשטיין די צווייטע צד.
ביי יעדע גט, ספעציעל ווען עס זענען אינוואלווד קינדער, (און בעיקר ווען עס איז געווען א גוטע מערידזש לייף בעפאר די גט) - זענען ביידע צדדים זייער אנגעווייטאגט, יעדע צד איז איינגערעדט אז די אנדערע צד וויל איהם צונעמען אלע רעכטן. אלס א רעזולטאט ווערט געטוהן טעותים פון ביידע זייטן, וואס דאס בויעט נאך שטערקער און גרעסער די נאראטיוו ביי יעדע צד אז די צד שכנגד איז דא נאר כדי צו זיך פייטן, און אזוי ווערט באשאפן א א סייקל פון ווייטאג און כעס, וואס איז אוממעגליך צו אפשטעלן.
אלזא, קודם כל, אלס א מענטש, האסטו אלע רעכטן צו זיין אנגעווייטאגט און אויפגערעגט אויף מענטשן וואס פראבירן דיר צו שטייין אין וועג, און בפרט ווען עס גייט אריין און א מטורפ'דיגע אגרעסיווע מלחמה. אלס א מענטש - זאלסטו זיך טרעפן גוטע חברים צו זיך אויסרעדן דיין ווייטאג און כעס.
אבער ווען עס קומט צו אקטן, וואלט איך דיר געראטן צו אוועקלייגן אלע פיהלינגס, און נאר נעמען גוט אדורכגעטראכטע שריט, סוף מעשה במחשבה תחילה. אויב האסטו געלט פאר סיי וועלכע לויער, זאלסטו נוצן זיין אדווייס. (עס מיינט נישט אז אלעס וואס ער זאגט דיר מוזסטו טוהן, אבער פאר ווען דו ווילסט עפעס טוהן, זאלסטו עס גוט אדורכרעדן מיט איהם).
דו זאלסט וויסן ביי דיר - דו קענסט נישט מחנך זיין און קאנטראלירן אנדערע מענטשן ווי אזוי זיך צו אויפיהרן, סא, די איינציגסטע זאך וואס דו קענסט טוהן פון דיין זייט איז צו מאכן זיכער אז דו פיהרסט זיך נישט אויף אזוי, נאר דו פראבירסט צו זיין יושר'דיג און פארשטיין די אנדערע צד.
בנוגע צו צוריקטוהן פאר די צווייטע צד כרוע מעלליהם - אויב איז עס צוליב נקמה געפיהלן וכדומה - ווי אויבן געזאגט - איז עס זייער א שלעכטע געדאנק, ווייל דאס וועט דיר אריינשלעפן אין אן ענדלאזע מערכה, וואס קיינער וועט שפעטער נישט וויסן ווי אזוי צו אראפקריכן פון לייטער.
מיט דעם אלעם - מיינט עס נישט אז דו זאלסט אויפגעבן אויף דיינע רעכטן. עס איז דא זייער א דינע ליניע צווישן "פייטן צוליב נקמה" און "שטיין אויף די רעכטן". און דאס איז זייער וויכטיג צו זיך קלאר מאכן.
איין וויכטיגע טיפ - פראביר צו פארמיידן ווי ווייט מעגליך זיך צו טענה'ן מיט אומרעלעוואנטע פיגורן איבער די קעיס. פראביר צו עלימינירן די צאל פון מענטשן אינוואלווד אין די קעיס, אלס ווייניגער וויכטיג-מאכערס אינוואלווד - איז ווייניגער קאפ ווייטאג. ווייל רוב זייטיגע מענטשן זענען סתם דא פאר קאפ ווייטאג, אפילו די וועלכע ווילן דיר העלפן. אויב קענסטו האנדלען סטרעיט קעגן דיין עקס, אדער דיין לויער קעגן איהר לויער, וואלט דאס געווען די בעסטע עצה.
פארגעס נישט - אז דיין ענדגילטיגע ציהל איז אז דו זאלסט ארויסקומען עמאציאנאל און מענטאל געזונט פון די גאנצע פרשה, מיט א ריינע רעקארד פון זיך אויפפיהרן מאראליש און יושר'דיג.
בכלל וואלט שוין געמעגט זיין א ארגענעזאציע וואס זאל בלויז צושטעלן אינפאו פאר מענער/פרויען וואס געפונען זיך אין דעם מצב.
בלויז אינפערמאציע, נישט ארויסהעלפן אדער נעמען א צד וכו'.
אויף יעדע הינזיכט האט כלל ישראל וואוילטעטיגע ארגעניזאציעס ארויסצוהעלפן אחינו בני ישראל הנתונים בצרה.
יואל אשר לאבין האט אפילו געשריבן פונקטלעך וויאזוי מ'ארף זיך אויפירן וען די פאליציי קומט איינעם אויפפיקן מיט די פידזאמעס.
אבער אויף דעם איז נישט דא גארנישט.
נאר פארקערט, מענטשן שטייען אוועק זייער ווייט דערפון.
נאנטע חברים שאקלן זיך אפ אלס מורא. [און ליידער איז דא פארוואס מורא צו האבן].
ס'וואלט שוין געמעגט זיין א היימישע הילף ליין וואס זאל צושטעלן די אינפערמאציע פאר די וואס דארפן עס אזוי וויכטיג.
[אפילו פאר'ן זיך געטן אדער פארן זיך סעפערעיטן דארף מען קענען רעדן מיט איינעם וואס זאל נישט טרייען צו העלפן מאכן שלום וכדומה, נאר בלויז העלפן יענעם אויספירן זיין שריט]
איך רעד נאך סאך פאר'ן גיין צום טוען. און אפילו אין אנדערע פרטים ווי זיי זענען נישט קיינע מומחים.
אבער ווי דו זאגסט אליינס איז עס דאמירן בעלמא, ס'איז א שאד די מוה צו שרייבן.
ס'איז מיר גוט, קהל עדות סינגלס דקאווע.
לגבי דער נושא, איז ליטוואק גערעכט, ס'לוינט נישט זיין א חיה צוריק, עס בעקפייערט.
אוודאי דארף מען זיך האלטען און פארשרייבן און זיך נישט שרעקען פין שלעכטע מענטשען.
אישתישביס'איז מיר גוט, קהל עדות סינגלס דקאווע.
😂
זינט היסטאריע האט מענקיינד פארשטאנען אז אויב איז נישטא ווער עס זאל אינפארסירן געזעץ איז כל דאלים גבר. שטעלט זיך א קשיא: אפשר איז דער וואס אינפארסירט געזעץ דער אלים? דער ענטפער איז, אין הכי נמי, אבער יעצט זענען שוין דא צוויי אליםס וואס קעמפן פאר פאוער, ווייל דער אלים וואס האט איינגעפירט געזעץ האט דאך אאאפגעווארפן דער אלים פון בעפאר, און שלאגט זיך כסדר מיט דער אלים וואס לייגט אן אויג אויף זיין פאזיציע, איז די hope אז ביני לביני באקומען מיר פשוטע מענטשן אביסל יוסטיץ.
ענדע צדיק, דו זאגסט אז דא איז נישט רשעות לשם רשעות אבער פון די מעשה וואס דו פארציילסט קוקט אויס אז יא. פארשטיי, אז דער עושה רשע האלט נישט אז סאיז רשעות לשם רשעות. זיי האלטן אויך אז זיי טוען ריכטיג, אבער אויב איז נישט דא קיין שופטים און דער עיקר שוטרים אגער אויב איז דא עיוות הדין איז נישטא ווער סזאל שטעלן גבולים ווי ווייט א מענטש זאל גיין צוליב געפיהלן. יעדער ברויך גבולים
די בעסטע גבולים איז לאגיק ווען סאיז געזעצליך. ס'איז דא מענטשן וואס קלויבן פארשידנארטיגע סעטס פון געזעצן אבער געווענליך איז נישטא ווי געזאגט א געהעריגע פרעימווארק אין וועלכע עס צו אימפלימענטירן כראוי. אלץ פיין צוזאגן כ'פיר מיך ע"פ תורה אבער ווען עמיצער וועט דיך בעוולהן וואס וועט דיך אפהאלטן פון ראגירן שלא ע"פ תורה? אלץ פיין זיך צו קלאפן אויפ'ן רוקן און זאגן אני מאמין בעצמי אבער ווער גאראנטירט אז די צד אחרת איז אויך אזוי ארנטליך און ערליך ווי דיר און אז זיי וועלן זיך נישט פארלירן? כ'רעד שוין נישט פון פסיכאפאטן וואס גארנישט חוץ תפיסה שטעלט זיי נישט אפ און פון זיי איז דא ב'ה א שפע ביי אונז.
לדעתי, אויב עלטערן וואס האבן געהאט קינדער צוזאמען קענען זיך נישט אראפזעצן דורכשמועסן ענינים נחוצים הנוגעים להילדים ווי ערוואקסענע מענטשן, חוץ אויב סאיז דא א חשש פון ווייאלענס, איז שוין גענוג גוטע סיבה צו באשולדיגן דער וואס אנטזאגט זיך אראפצוזעצן, אין נישט זיין אינטרעסירט אין פארהאנדלען, און דערפאר לייגן זיך בעפאר די וואוילזיין פון די קינדער. כרעד פון זיך ארפזעצן נארמאל מיט א פראפעשאנעל מידיעיטער. נישט דער שדכן, דער חתן רבי אדער דער מצוה איד אין שוהל, דער וואס שרייבט אונטער פיקטשערס פאר פאספארטן. נישט קיין מאנקי ביזנעס פון שלעפן צייט און אונטערשרייבןן א היימיש געמאכטע באנייעטע חופה וקידושין נאר יעצט אויף א לאנגע ליסטע צוואת רי יהודה החסיד. (רעד שוין נישט פון די ביזנעס וואס איז געווארן ארום שלום בית און גיטין ביי אונז. פון פארמיטלערס און ברוקערס. געלט פאר די גט, פאר די הויז, פאר בושת, פאר די שושבינין. א חרפה און א בושה. כ'וויל נישט צופיהל אפרעדן ווייל ווי סזעט אויס איז די אנדערע האלב קאווע שטיבל זיך מפרנס פון "העלפן" אזעלכע מענטשן.)
אפילו אז ער האט שוין פארלוירן, וואלט איך געראטן קיינמאל נישט צו שווייגן נאר ווי מער צו רעדן צו אנדערע און פארציילן גענוי וואס גייט פאר כדי נישט צו פארדעקן אויף פשעים. האלטן א דייערי און ארבעטן אויף א געלעגנהייט צו נאכאמאל פרובירן. ווייניגער וויפיל א טאטע זארגט זיך פאר א קינד זארגט זיך א קינד פאר א טאטע אבער פיהל מער וויפיל א מענטש קען זיך אימעדזשענען, טוט א טאטנ'ס אנוועזנהייט משפיע זיין אויף א קינד. אויב ער לייגט נישט יעצט אריין די ארבעט וועט די קינד נישט וויסן און נישט זיין נייגעריג צו וויסן. אבער די דעמידזש פון נישט האבן א טאטן ארום איז גרויס.
די קעניג פין אמעריקעאז די פאטער קומט נישט נעמען די קינד 3-4 מאל נעמט די קאורט אוועק די וויזעטעשען רייטס?
יא: אזוי האט דער יונגערמאן געזאגט. ס'הייסט אז ער עבענדאנט (פארלאזט) זיין קינד...!
איינער האט מיך אנגעפרעגט פריוואט, ער שלאגט זיך ארום שוין מיט די צד השני פאר א לאנגע תקופה, טאג איין טאג אויס, ער זעט נישט קיין ענדע, ער דארף רוב מאל זיך אונטערגעבן במילא, ער וויל וויסן וואס ער טוט אויף אין די מיענטיים?
מיין ענטפער צו אים איז געווען: פון מיין עקספירינעס, צוויי געוואלדיגע זייטיגע אויפטואונגען וואס מעגליך זענען נישט תיכף אבוויעס. כאטש אז מען טראכט אין זיי אריין, קענסטו פיהלן גוט אלס מאראלישער מענטש וואס טוהט אויף פאר די וועלט.
1) די מענטשן וואס שלאגן זיך מיט דיר זענען געווענליך סתם אזוי בעלי מחלוקה וואס אויב האלטסטו זיי נישט ביזי וועלן זיי דערביטערן אנדערע מענטשנ'ס לעבנס, מענטשן שוואכער פון דיר וואס קענען זיך נישט שטעלן אויף זייערע רעכטן בדרך כלל ווייל די סיסטעם ערלויבט זיי נישט. אזוי האלטסטו זיי כאטש פארנומען און די נשמות וועמען זיי האבן דערביטערט ביז היינט האבן מנוחה פון זיי.
2) מענטשן שמועסן און מענטשן דערוויסען זיך. אנדערע וואס קומען נאך דיר און טוען דיך נאך האבן נאכדעם א לייכטערע ארבעט ווייל די צד השני טראכט בעסער איבער אויב זיי ווילן אפענדיגן ווי ענק, זיך שלאגן אגאנץ לעבן און/אדער אויסוואשן די שמוציגע אונטערוועש אין בי"ד אדער נאך ארגער אין גויאישע ערכאות. פיהל פאר א זכיה אז גאט האט דיך געגעבן די שאנס צו זיין דער סעמפל. מסתמא ווייל דו קענסט עס פארטראגן.
געדענק, ווי שווערער עס איז אלס שטארקער איז א סימן אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טאן. צעברעכן דעם חומר וואס וויל רועהן און זיך מאכן באקוועם, נעמען וואס מען אפערט אים אזוי לאנג ווי מען לאזט אים אין זיין פריוואטען לעבן במנוחה.
נאך א נקודה וואס איך האב פארגעסן אויסצושמועסן. חרדים האבן זיך נאכנישט עדאפטדעד ווי אזוי צו דיעלן מיט קעמארעס אויף די סמארטפאונס. פיינע מענטשן אין גאס פירן זיך אויף ווי ביסטיאלן אין די פארנט פון די קינדער ווען עמאשנס איז הייס. איז אזוי, זינט די טעכנעלאגיע אויפרייס ווייסן מענטשן אז מען ברויך זיך אויפפירן קיהל אפילו בחדרי חדרים ווייל וואס מען טוהט קען היינט ווערן רעקארדירט. די חרדים, ספעציעל די גאר פרומע, האבן עס נאכנישט געכאפט. אלעס איז נאך אונפארמאל. זיי וועלן אפילו פרובירן צוכאפן א טעלעפאן און ארויסגיין נאכמער פון קאנטראל אויב פרובירסטו אויפצוכאפן. דערפאר איז גאר וויכטיג און נוצליך זיך שטענדיג ארומצודרייען באוואפנט מיט א סמארטפאון וואס קען רעקארדירן פאר גענוג לאנג, אין פאל די צד השני פארלירט קאנטראל. און דאס געשעט גאנץ אפט, ס'איז דער מיינד-סעט אז 'יא, איך שלאג מיך טאקע מיט דיר, אבער מיר זענען נאכאלץ אלמאסט די סעים טייפ אף פערסאן: איך שריי, דו שרייסט; איך שלאג, דו שלאגסט, איך זאג מוחל מוחל און דו זאגסט מוחל מוחל. ריגעלע ריגעלע רוגז, איך קויף דיך אן עליה און די פייט איז אווער.' ניין רעבעלע, די חדר צייטן איז אווער!
עוד יותר מזה, היות ביי חרדים איז נישט אזוי איינגעבאקן פון קליינווייז אהן אז יענעמ'ס לייב איז מוקצה. יא, ס'איז מוקצה עס ליב צו האבן אבער נישט עס פיינט צו האבן. טאטעס שטויסן זיך אין ראדני ביי הקפות, בחורים רייסן אן עירוב טראגער און מלמדים און טאטעס פראסקען 14 יעריגע, אלזא איז נאך יותר שכיח אז ווען עמאשנס זענען הייס קען פליען א פראסק, א פאנטש אדער סיי וועלכער פיזיקעל אסאלט. אין אזא פאל איז זייער וויכטיג צו האבן אויף קעמרע ווייל ביי די נישט געמל'טע איז אנרירן יענעם, נישט פאר א מיוטשעל פוירפעס אף פלעזשור א געפערליכע זינד און א סימן פון וויילענס און אומבאהערשנדקייט. איך ווייס אז ביי אונז איז עס נאר צוליב א ספעציעלע אהבת ישראל, יראת הבורא און ערבות זה לזה אבער נישט ביי דער סעלפישער גוי.
טאמבל סאסנאך א נקודה וואס איך האב פארגעסן אויסצושמועסן. חרדים האבן זיך נאכנישט עדאפטדעד ווי אזוי צו דיעלן מיט קעמארעס אויף די סמארטפאונס. פיינע מענטשן אין גאס פירן זיך אויף ווי ביסטיאלן אין די פארנט פון די קינדער ווען עמאשנס איז הייס. איז אזוי, זינט די טעכנעלאגיע אויפרייס ווייסן מענטשן אז מען ברויך זיך אויפפירן קיהל אפילו בחדרי חדרים ווייל וואס מען טוהט קען היינט ווערן רעקארדירט. די חרדים, ספעציעל די גאר פרומע, האבן עס נאכנישט געכאפט. אלעס איז נאך אונפארמאל. זיי וועלן אפילו פרובירן צוכאפן א טעלעפאן און ארויסגיין נאכמער פון קאנטראל אויב פרובירסטו אויפצוכאפן. דערפאר איז גאר וויכטיג און נוצליך זיך שטענדיג ארומצודרייען באוואפנט מיט א סמארטפאון וואס קען רעקארדירן פאר גענוג לאנג, אין פאל די צד השני פארלירט קאנטראל. און דאס געשעט גאנץ אפט, ס'איז דער מיינד-סעט אז 'יא, איך שלאג מיך טאקע מיט דיר, אבער מיר זענען נאכאלץ אלמאסט די סעים טייפ אף פערסאן: איך שריי, דו שרייסט; איך שלאג, דו שלאגסט, איך זאג מוחל מוחל און דו זאגסט מוחל מוחל. ריגעלע ריגעלע רוגז, איך קויף דיך אן עליה און די פייט איז אווער.' ניין רעבעלע, די חדר צייטן איז אווער!
עוד יותר מזה, היות ביי חרדים איז נישט אזוי איינגעבאקן פון קליינווייז אהן אז יענעמ'ס לייב איז מוקצה. יא, ס'איז מוקצה עס ליב צו האבן אבער נישט עס פיינט צו האבן. טאטעס שטויסן זיך אין ראדני ביי הקפות, בחורים רייסן אן עירוב טראגער און מלמדים און טאטעס פראסקען 14 יעריגע, אלזא איז נאך יותר שכיח אז ווען עמאשנס זענען הייס קען פליען א פראסק, א פאנטש אדער סיי וועלכער פיזיקעל אסאלט. אין אזא פאל איז זייער וויכטיג צו האבן אויף קעמרע ווייל ביי די נישט געמל'טע איז אנרירן יענעם, נישט פאר א מיוטשעל פוירפעס אף פלעזשור א געפערליכע זינד און א סימן פון וויילענס און אומבאהערשנדקייט. איך ווייס אז ביי אונז איז עס נאר צוליב א ספעציעלע אהבת ישראל, יראת הבורא און ערבות זה לזה אבער נישט ביי דער סעלפישער גוי.
גאלדענע ווערטער!
אונז זעמער נאכנישט צו געוואוינט צו איינע פון די בעסטע מעלות פון טעכנילאגיע וואס איז נישט געווען פאפולער מיט נישט צו לאנג צוריק.
נאך א זייער וויכטיגע feature וואס אפילו די חרדים נוצען איז די פשוטע טעקסט. איך האב לעצטענס גערעדט מיט א דיווארס לאוער און ער זאגט אז עס איינע פון די בעסטע כלים. דארט גלוטשט זיך אריין ווערטער צווישען די צווי צדדים אומבאמערקט און ס'ווערט שפעטער א גוטע weapon ווען מען דארף עס בלית ברירה. נאר מ'דארף געדענקען צוויי זאכן, איינס, צו סעיווען אדער לאקען אדער פארווערדען גאנצע קאנווערסעישאנס אפילו ווען מ'מיינט אז דער שמועס אינהאלט גארנישט אינטערסאנט, און צוויי, אז ס'ארבעט ביידע וועגען, אויב מ'איז נישט פארזיכטיג און מ'שרייבט אליינס עפעס וואס מ'טאר נישט קען עס צירוק קלאפן און פנים.
Re: וואס איז פשט פון די רשעות?
הייסט׳ס מ׳קען פארדרייען די ריכטער דורכ׳ן ווייזען עפעס וואס איז קולטוריש אומפארשטענדליך צו איהם\איהר. זאכען וואס צווישען אונז איז נישט קיין עוולה, אבער וויבאלד יענער גוי וועט נישט פארשטייען, קען מען עס נוצען יענעם צו שלאגען.
און דאס זענען אונזער וואוילע מענטשען וואס זענען באקריוועדעט פון די חרדישע (פאר)פיהרערס...........
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ניין, מען קען אויסלערנען מדבר מענטשן וואס דערוואגן זיך צו פארברייטערן זייערע האריזאנטן און טראכטן אינדרויסן פון די באקס, ווי-אזוי צו דיעלן אויף די גבולים צווישן א בארבארישער און צוריקגעשטאנענע געזעלשאפט - און א געזעלשאפט וואס איז אזוי-פיהל מער פארגעשריטן אז אירע שופטים ווילט זיך אפטמאל נישט גלויבן ווי צוריקגעשטאנען מיר זענען נאך.
קוק ווי פלוצלונג ווערט ער מיר א מאראל-רעלעטעוויסט כא כא. עס איז אט דער היפאקריטסווע וואס חרדים נוצן אפט אין קאורט וואס איז וויכטיג אויפגעדעקט צו ווערן.
Re: וואס איז פשט פון די רשעות?
דו האסט קלאר געזאגט אז וויבאלד זענען געוויסע אויפפיראכצען נישט בארעכענט אלץ שלעכט, קען מען זיי נוצען צו ווייזען פאר׳ן ריכטער ווי שלעכט דער מאן\פרוי איז. דאס איז דער היפאקריטסווע פון די חברה. זיי טענה׳ן אז די פרומער זענען שקרנים, און דעריבער מעגען זיי נוצען שקר פאר זייער צוועק. טאמער דיין צוועק איז וויכטיגער ווי אמת, האב נישט קיין טענות אויף יענעם וואס האלט פונקט ווי דיר.
דיין הנחה אז אויפריכטיגקייט ליגט ביים לעגאלע סיסטעם וואלט געווען מביא לידי גיחוך, ווען ס׳איז נישט אזא ביטערע געלעכטער. איך האב מיטגעהאלטען א קעיס, ווי מ׳האט געבעטען פונ׳ם ריכטער 200 יאר פאר׳ן זיין א חלק פון א סיסטעם פון מארטגעדזש פראוד, ווען די זעלבע וואך האט מען ארעסטירט צוויי גוים אין לעיקוואוד פאר human trafficking מיט דינסטען פון מעקסיקא, אבער נישט צו דינען אלץ פאדלאגע וואשערס, נאר אנדערע דינסטען. דער רעגירונג האט געבעטען פאר׳ן הויפט פון די גרופע 6 יאר און פאר די קלענערע 4 יאר. אט דיין אויפריכטיגע יוסטיץ סיסטעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk