יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #115
יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
נישט אז כ'האב א פראבלעם דערמיט . ס'איז נאר סתם אינטרעסאנט אנצוצייכענען אז דער וואס האט געמאכט די גראמען פאר די נאר אידיש-ניגון פון יואלי לעבאוויטש'נס נייע סידי 'פעסטערייזזד' איז דער צום אלעמען באקאנטן אטעאיסט 'שאולי גראססמאן'.. ס'איז גראדע א קאפשטיק פון א גראם. פארט איז אבער אינטערעסאנט צו הערן וואס דער'עולם האט צוזאגן דערצו.
עס צו מאכן נאך מער אינטערעסאנט. ביניך נייגעריג. צו אויב האלטן מיר יעצט נאכן גרויסן איבערקערעניש וואס שאולי מיט פערי האבן געמאכט מיטן ארויסקומען בפרהסיה ביים 'ברייט געדעקטן' אינטערוויאו מיט דר. פיל. צו וואלט יואלי נאכאלץ איינגעשטעלט און גענוצט זיינע גראמען...?
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
זייט ווען איז שואלי גראססמאן א כופר און אטעאיסט? נעם אין אכט אז מען רעדט דא פון עכטע לעבעדיגע מענשען. שוין, דערווייל ברים זיך אונטער מישע מישע מישעניכנעס אדר..., איין מינוט, ווער האט געמאכט דער ניגון??
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
שאולי גראסמאן? לעבעדיגע מענטש? זיין שלכטע פערפארמענס ביי דר. פיל האט ביי מיר אפגעשאקעלט אלע ספיקות אויב אזעלכע מענטשן האבן א בעסער לעבן. ער זעט דאך אויס ה׳ ירחם. נאך פורים וועל איך ברענגען אן ערשט האנטיגן אפשאצונג איבער דעם צובראכענעם איד, פון זיינס א גאר נאנטער פריינט.
ער איז אן אטעאיסט? ער ווייסט בכלל וואס דאס מיינט?
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
ידעןשאולי גראסמאן? לעבעדיגע מענטש? זיין שלכטע פערפארמענס ביי דר. פיל האט ביי מיר אפגעשאקעלט אלע ספיקות אויב אזעלכע מענטשן האבן א בעסער לעבן. ער זעט דאך אויס ה׳ ירחם. נאך פורים וועל איך ברענגען אן ערשט האנטיגן אפשאצונג איבער דעם צובראכענעם איד, פון זיינס א גאר נאנטער פריינט.
ער איז אן אטעאיסט? ער ווייסט בכלל וואס דאס מיינט?
קודם כל בארעדט מען דא יואלי לעבאוויטש אויך. ס'איז כדי גוט דורכצוליינען אט די דברות קודש טאקע פון יואלי'ן אליין...
[ציטאט אראפגענומען]
האסט פארשטאנען?
יעצט וועגן שואלי, איך האב זיך באקענט מיט איהם אביסל אין טוראו קאלעדש און מיין אפשאצונג פון איהם איז אז ער איז א גאר טאלאנטפולע פיינער מענטש. איך האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם קיין איין אטעאיסטיש ווארט. אויף דר. פיל האט ער אויך נישט גערעדט קיין כפירה,, ממילא איהם אנצורופן א כופר און אן אטעאיסט איז סתם אן עלילת דם. איך וואלט געבעטן די הנהלה אראפצונעמען דאס גאנצע אשקול אבער דא צענזורירט מען נישט ווייל מען טראסט אז אידן קענען זיך אויפירן מענטשליך אפילו ווען דער רבי גייט ארויס פון קלאס שמיסן אין די האלל..
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
ידעןשאולי גראסמאן? לעבעדיגע מענטש? זיין שלכטע פערפארמענס ביי דר. פיל האט ביי מיר אפגעשאקעלט אלע ספיקות אויב אזעלכע מענטשן האבן א בעסער לעבן. ער זעט דאך אויס ה׳ ירחם. נאך פורים וועל איך ברענגען אן ערשט האנטיגן אפשאצונג איבער דעם צובראכענעם איד, פון זיינס א גאר נאנטער פריינט.
ער איז אן אטעאיסט? ער ווייסט בכלל וואס דאס מיינט?
יא, גאר נאנטע פריינד בארעדן זייערס א נאנטן חבר. עס שטימט 100% איך קען קוים ווארטן מיט שפאנונג וואסערע פריש געבאקענע סחורה דו וועסט דא ארויסליפערן "נאך פורים."
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
קען זיין דעמאלטס איז ער נאכנישט געווען . אבער היינט האב איך געהערט פון זיינע ארומיגע אז ער איז אפיציעל א אטעאיסט, און גלייבט אין גארנישט. דאס איז שוין חוץ פונוואס ער האלט זיך טאקע זייער קלוג געריבן און געלערנט, אין פרידנס צייט וואלט איך געזאגט אז ס'איז יתכן אז ער איז טאקע אזוי. אבער נאכן הערן אז ער איז אן אטעאיסט גלויב איך נישט אז דער פארמאגט צופיהל שכל אין זיין גלגולת. כ'ווייס נישט וואס דער יצמח דא האט אריינגעשווענדערט דעם ציטאט פון יואלי לעבאוויטשנ'ס אינטערוויאו. כ'קום דא קיינעם נישט פארהאלטן פארוואס ער האט אזי און אזאנס געטוהן?! כ'בין פשוט נייגעריג וואס מענטשן זאגן דערצו. און וויאזוי יואלי רעאגירט צו דעם. דעטס אלל!
נאכאמאל. כ'קען נישט גראססמאנען פערזענליך. אבער פון זיינע ארומיגע הער איך אז ער האלט זיך אלץ אומגלויביגער. פינטל.
איין זאך איז זיכער: ס'איז דא צוויי וועגן וויזוי צו האנדלען נאכן ווערן אנטוישט פון אונזער קאמיוניטי.
1) גיין אפטוהן עבירות פאר זיך. און פארגעסן פונעם פארגאנגנהייט.
2) זיך גיין נוקם זיין און 'וועגן אלטע ווייטאגן, גיין אנברענגען און אנשאפן פרישע ווייטאגן פאר אנדערע! גיין באשמוצן זיין געוועזענע סביבה. קרובים. פאמיליע. אאוו.
אזא איינער איז קודם כל זיכער נישט קיין סאו קאולד "פיינער מענטש" און קלאר א דעפרעסטע אנגעזעצטע פארשוין, וואס האט דערווייל נישט געטראפן סיפוק אין זיין נייע לעבנס שטייגער.
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
ס'גייט דוך אויך אן אויב דער טראמפייטער שפילער אויף ר' יוסף משה כהנא'ס טעיפ איז א כופר בעיקר?
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
אן נעמען א שטעלונג. אויב דרייט ער זיך מיט אן אשת איש ברבים הייסט ער נישט קיין מומר להכעיס? בזמן שבית המקדש וואלט אים נישט געקומען חנק?
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
חנק פאר זיך דרייען מיט אן אשת איש ברבים? שוואך געלערנט! פאר זיך דרייען מיט אן אשת איש ביחידות, איז מלקות אויף דעם איסור ייחוד. חוצמזה, ווי האט ער זיך געדרייט מיט אן אשת איש ברבים? ער איז זיכער מיט זי נאנט בנפש, און ס'איז קלאר ווי די טאג אז ער פרובירט זי צו העלפן, אבער פון דא ביז צו ערקלערן א יוד, (וואס איז דיינע א פריינד - לויט ווי דו זעלבסט האסט איינגעמאלדן) א בועל אשת איש איז א ווייטע וועג.
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
שלמה'לה. ס'איז צום גלויבן אז איר האט נאך נישט געזען די אלע בילדער וואס דרייען אויפן ברייטן געוועב פון די צוויי.
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
ברויןשלמה'לה. ס'איז צום גלויבן אז איר האט נאך נישט געזען די אלע בילדער וואס דרייען אויפן ברייטן געוועב פון די צוויי.
נישט אלע זעהט מען אויפן אלגעמיינער געוועב. ווער עס קען זעהן זיין ספר הפנים דארט איז דא פיל ארגער
גייען ארויס אין טריפה'נע רעסטוראנס ווי אדם הראשון פארן חטא
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
שלמה_דייןער איז זיכער מיט זי נאנט בנפש, און ס'איז קלאר ווי די טאג אז ער פרובירט זי צו העלפן, אבער פון דא ביז צו ערקלערן א יוד א בועל אשת איש איז א ווייטע וועג.
וואו פאסט פאר א דיין צו זיין אזוי נעאיוו.
ס'איז קיין ספק נישט אז ביידע פון זיי האבן א דין פרוץ, עלול אויף אלעס. פשוט.
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
לחייב איש בחנק בבית דין הגדול צריכים עדים והתראה תוכד"ד, ואפי' אי לא בעינן כמחב"ש בעי משיראו כמנאפים ממש, יעויין גמ' מכות סו"פ כיצד העדים, וכמו כן צריך דרישה וחקירה. אבל מה שברור כאן הוא שאם בעלה של החולנית הנזכרת היה מקנא לה בפני שנים, בימים כתיקונם חיש מהר היה לנו מעמד "מים המאררים" בבית מקדשינו ותפארתינו, ונוסרו כל הנשים ולא תעשינה כזמתכינה. כל מי שיש לו גישה לאינטרנט, ועדיין אין דברי אלה ברורים לו כשמש בצהריים, אפשר לומר עליו שהוא "אפגעהיטענער יונגערמאן", ומעביר עיניו מראות שוא.
כאמור, בפריץ עסקינן שאנו מתבייש במעלליו, ולהיפך הוא מתגאה מאוד במעשיו, ואף גם כדי להיראות כמבוגר ולא כבחור השמח בילדותו, הוא מתיימר להיות "מדען" ו"אינטלקטואל" - כל מי שמכיר את התחומים ש'שאולי' מתיימר להתמצא בהן, יבחין שאין לו כל שבריר הבנה ורוחב אינטלקטואלי, יש לו כח ריטוריקה - הוא פום ממלל רברבן - והוא לץ גדול, וגם מדברי נבלה אינו נופל, וממילא דבריו מושכין את לבם של שולי עדתינו החרדית - אומללים חסרי דעת שממורמרים על אורח חייהם היהודי ועל חבל נחלתם הכללי, ושאולי הזה שר"י מרווה צמאונם בדברי בלע על כל דבר קדוש, כלה ולא חמל את כל נאות יעקב, גם שלח ידו בקדושי א-ל להטיח דברים כלפי מעלה בתדירות וליצנותא כלפי שמיא ממש בצורה מסמרת שערות ראש, ובדברי לעג על תורה שבכתב ותושבע"פ. אוי להם לעינים שניזונו מדבריו האוויליים ומעלבונה של תורת ה' תמימה, וכמו שאחז"ל שאני מינות דמשכי.
אין לו לא מורא שמים ולא מורא בשר ודם, איש שמכריז בשער בת רבים שהוא כבן עזאי בשוקי טבריה לכל מי שרוצה להמרות את אמונתו באלוקיו בנזיד עדשים, אכול ונשתה כי מחר נמות. האיש יש לו דין מסית ומדיח בכתביו ובססטותים שלו, והוא מעורר תנועה שלילית די גדולה בין כל הדוגלים בו ורואים בו כ'גבור'.
ולאיש אשר אלה לו, אינני רואה איך העיז יואלי לעבאוויטש לקחת ממנו מפרי עטו, עט ששפך דיו רב לחלל שמו של הקב"ה בפרהסיא ישתמש בו קודש או אפילו חול? אין זה מברך אלא מנאץ, ברור שלקחת ממנו דברי שיר ותוללות הוא בגדר "מחזק ידי עוברי עבירה" והעושה כן אומר לשאולי "אחינו אתה" - ולא כמתנה עמו שאל ימשיך בדרכיו אלא שגם באשר הוא שם אחינו הוא - והעושה כן עתיד ליתן את הדין.
מי שדעתו נוטה אחרת, מזומן להרצות דבריו כאן באשכול, ואם ייראו דבריו מדברי, ארכין ראשי ואודה לו.
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
אנאנים, אמשיך לכתוב בלשוה"ק, ששפת אידיש כבדה עלי קצת, אני מדברו בשופי, אבל להקליד באידיש לא הורגלתי.
אכן לא פקר שאולי מתוך הכרה עמוקה שהדת היהודית איננה עומדת בכור המבחן ח"ו, אלא מפני שנתגדל ברוח מצוייה שלא הלמתו, ומאחר שקערתו נהפכה על פיה בכמה תחומים, ולא יכל לעמוד בדרישות הציבור אליה השתייך, הוא יצא לטייל לרוח היום. אינני חושב שעל זה בלבד ראוי הוא לכינוי "שר"י" [אליו הוא מייחל...]. גם ביצאו לעולם החופשי נפתחו לו שערי דעה וראה שהוא יכול להביע דעה בכל דבר שנתיירא לומר בו דעה עד הנה, וכך נעשה הוא לכעין 'מבקר' בכל נושא באידישקייט.
אבל זה שהוא עומד במרדו לכתוב על ה' ועל תורתו בדברי לעג וקלס, הוא כתב למשל "שמי שרוצה לקרוא קריאה מהנה ומצחיקה, יפתח ספר חומש בראשית ותיחיל לקרוא", נו, זה לא דו שיח אינטלקטואלי בנושא ביקורת המקרא, שמי שדברים אלה מפריעים לו אכן זכותו לדון בהם עד שידו מגעת, ולמצוא מרגוע ומענה לקושיותיו. אבל מי שלא חשב רגע ברצינות, ומיד מפני שלא יכל לעמוד בתנאים הקשים שבאורח חייו בקהילתו, מפני כך נתחייבה ספר התורה לישרף על המוקד? אם הוא רואה את עצמו כאחראי לדאוג שכאו"א ידע שיש אנשים שאינם חתים רגע קט מלעבור על אי אחת מכל מצוות ה' אשר לא תיעשנה, והוא עומד וצווח ומלגלג על שומרי התורה והמצווה, ומסייע בידי מי שחפץ לפשוט מעליו אדרת שמירת המצוות, האין לראות בו כסכנה ליהדות? האין זה מצדיק כינוי "שר"י"? הלא אמרו ז"ל גדול המחטיאו יותר מההורגו.
יתר על כן, אף אם הוא לא נהנה מחייו החרדים, אם מפני שהרגיש בהם כלוא או משועבד באופן בלתי מוצדק או מחמיר מדאי, ואכן יתכן שזו אשמת הקהילה שלא התנהגו במתינות כלפי אנשים שכמותו, ולא ראו הסכנה שבנקיטת עמדה קשה נגדו, מכל מקום, האם זה מצדיק לקום על טלוויזיה ולקצץ נטיעותיה של קריה נאמנה, ולפרסם עדות שקר על עדות שלמות בישראל, עדות שלא חטאו לו ולא לאחד ממכריו?? הוא העיד דברים חמורים וגורפים, אשר אין ספק שאם נבדוק מדן ועד באר שבע נמצא אי אלו שמתאימים לתמונה ששאולי תיאר, אבל זעיר שם וזעיר שם, אין חולק או תוהה שרוב דבריו נאמרו בכעס ונקמנות, בזדון לנקום בכמה עדות שהוא וחבריו וחברותיו השתייכו אליהן, ובמקום להצביא על כמה עדות ספורות - ויבז בעיניו לשלוח ידיו בהם לבדו - על כן יצא חוצץ כולו נגד כל שארית ישראל, בו בזמן אשר גם הוא יודע שרוב האנשים החרדים אל דבר ה' אינם נכנסים לתיאור שהוא הניח.
הוא בזדון טישטש גבולות הקהילות החרדיות ועשה א"ע כאילו אינו יודע שלא הרי בעלזער חיידר כהרי חדר רגיל בלייקוואוד, ולא הרי אורח החיים בוויליאמסבורג כהרי היהודים היושבים בערי הפרזות, ולמען בריתו עם "אהובתו" הנשואה עדיין, שבאמת איננה בריאה וצריכה טיפול נמרץ - כאשר יבחין כל המביט עליה כמו רגע, הוא מכר את כולנו והבאיש את ריחינו בפני יושב הארץ. נו, אני לא רואה למה הוא לא יצפה לגינוי חריף על מעשיו האלה מכל היהדות החרדית, עד אשר יחזור ברבים מדבריו הבוטים הגורפים והמוגזמים על יהדות החרדית.
לסיכום: יש כאן תרתי לריעותא - א' שהוא בגדר מסית ומדיח ולא סתם איש שירד מהפסים. ב' שהוא הלך להתראיין בטלוויזיה בצורה פוגענית לכלל ישראל וליהדות החרדית בשקרים וכזבים ואי דיוקים זדוניים. לאור שני בעיות אלה, לדעתי מגיע לו גינוי חריף עד אשר יפסיק להרבות תעמולה נגדינו, ונגד תורתינו הקדושה. [השני בלתי אפשרי לצפות ממנו, לכאורה.]
אין זה קשור ל'מעלות' שבאמת אם אפשר לקחת מגוי אפשר לקחת מיהודי שאינו שותו"מ. הנקודה כאן היא שתומכים בידי איש שחורק שיניו עלינו ומבקש לעקור אותנו בכל טצדקי.
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
אם לא דיברתי ברור, אני אומר שאף לו יהא כדבריך שאין כ"כ בעיה בהשתמשות בכופר לצורך דבר זה, נראה שכאן יש סיבה נוספת שלא לקבלו כאחד מן החבורה, והגיע העת שחבריו יגידו לו "הלנו אתה אם לצרינו?" אם אתה חברינו, ואנו חבריך, אם אף אם אתה בז לתורתנו ולאמונתנו, נא אל תעשה זאת לנגד עינינו, וכבד אותנו ודתנו, ועשה מה שלבך חפץ. הנהגתו עתה הוא כילד וכעגל לא לומד.
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
אנאנים, דו ביזט א קונצן מאכער מיט דיין געוואלדיגע פעדער, און אני הקטן דשאן דוא אנערקען עס.
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
קודם כל ישבב מוז איך דיר אפגעבן א גרויסן און ברייטען 👍 ! דיין שפראך איז צום באוואונדערן.
איצטער צום נושא. איך שטעל מיך דא גענצליך אויף ישבב'ס זייט איך דעם דעבאטע. איך האב נישט קיין פראבלעם אויב לעבאוויטש נעמט א שפילער א גוי, אן אטעאיסט, א מנובל, א שגץ. אבער צו נעמען איינער משלנו וואס איז אפגעפארן און זידט און שוימט אנטקעגן אונזער לעבנסשטייגער איז עפעס אנדערש. דאס נעמען פון אים זיין קונסט פאר א דיסק וועלכער איז געוואנדען פארן היימישען מארקעט שיקט א מעסעדזש צו גראסמאן: דו קענסט טון וואס דו ווילסט, אונז באשמוצען און בארעדן, און מיר וועלן נאך אלץ דיך קענען און זיין נאענטע חבירים מיט דיר.
על אחת כמה וכמה, ווען גראסמאן שרייבט די ליריקס. דאס איז שוין גאר אן ערנסטער פראבלעם צוליב די כפירה וואס גראסמאן קען אריינמישן אינצווישען די שורות וועלכער קענען שטארק שעדיגן אידישע נשמות רח"ל.און לגבי וואס אנאנים זאגט אז לעבאוויטש אינדטעפעצירט מיט גראסמאן - אפשר איז עס גאר פארקערט? אז טאקע ווייל אזעלכע ווי לעבאוויטש האבן נישט קיין פראבלעם צו נעמען גראסמאן צו שרייבן די ליריקס, וועגן דעם קענען זיי די רבנים נישט דערליידן?
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
ס'איז אביסעל אמת, אז און אונזער קליינער חדר זענען אסאך טאלאנטען נישט עפרישיעטעט און לפעמים אויך אפגעפרעגט.
אפילו זיין טאטע זז"ג, אדמו"ר מניקלשבורג, איז א דורך גאאאאאר א שווער לעבן אלץ א דאנק ווייל זיינע טאלאנטען האבן אים געצויגען צו זיין א משפיע.
אבער ווילאנג יואלי לעבאוויטש גייט מיט א קאפעל האט נישט קיין פשט צו נעמען סחורה פון א בועל אשת איש ודר עמה בפרהסיא. און יא, פאר די וואס האבן שוין אביסעל געלערנט ווייסען אז בית דין וואלט אים זיכער מעניש געווען אפילו בלא עדים על סמך רינון דלא פסק, ועכ"פ הוראת שעה למען ישמעו ויראו.
ווי אנטי סיסטעם איך בין, האב איך נאך א אידישע געפיל פון זיך גרוילען מיט די אזויגערופענע "נאנט מיר איר בנפש...."
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
[ציטאט אראפגענומען]
גוט געזאגט, אנאנים. לעצם הענין, ווייס איך נישט צי יואלי ל. האט יא אדער נישט געמעגט נעמען מאטעריאל פון שאולי ג. (וועמען איך קען נישט; אלעס וואס איך ווייס וועגן אים קומט פון אנדערע מענטשן).
אבער מענין לענין ברענגט אנאנים ארויס א וויכטיגע נקודה. אין אונזער לאגער איז דאס איינקעשן א טאלאנט גאר א פראבלעם. דאס הייסט אז דער יעניגער, וואס פרואווט מאכן פרנסה ווי א איד און מענטש (אנשטאט אריינקריכן לכתחילה אין דער פארקריפלטער פרנסה סיסטעם פון אונזער מחנה), איז גאר א צווייטראנגיגער מענטש.
ס'האט מיר א יונגערמאן וואס מאכט זיין פרנסה דורך ניצן זיינע ארטיסטישע טאלאנטן דערציילט, אז ער האט זיך אמאל באשטעלט א בעקיטשע ביי איינעם פון די היימישע קלאודינג געשעפטן. דער מענעדזשער האט געבעטן פון יענעם רשות צו לאזן די בעקיטשע אין געשעפט פאר א פאר טעג, כדי ער זאל עס אויפהענגען מיט א צעטל אויף דעם מיט יענעמס נאמען. דער מענעדזשער האט געפילט אז ס'וועט זיין א גוטער אדווערטייזמענט פאר אים.
ווען מיין חבר האט צום ערשטן מאל אנגעטאן די בעקיטשע דעם פאלגנדן שבת, האט ער אין טאש געטראפן א צעטל מיט שטעכווערטער און קללות. ס'האט דעם יונגערמאן שרעקליך וויי געטאן. ווי דאס רוב ארטיסטן, איז מיין חבר א מענטש מיט די געפילן מער אנטוויקלט ווי ביים דורכשניטליכן מענטש, און ער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס א פרעמדער מענטש וועמען ער האט גארנישט געטאן זאל אים אזוי האסן.
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
איפוך, אלו שיש להם גישה ויחס וקשר איתו והם מסתובבים בחוג שלו ובאים במגע ומשא איתו, להם דיקא יש לאל ידם להציב גבול ולומר עד פה תבוא, ולומר לשאולי הרף, אנו חפצים לקרבך, אבל אך בזאת ניאות לעשות כן, אם תפסיק להבאישנו בפני יושב הארץ. זו דרישה נורמלית ומוצדקת.
משל למה הדבר דומה, הרי שהיה איש אחד זועם וקובל על אבי מורי, והיה ההוא דורש ומכריז בשווקים וברחובות ותחת כל עץ רענן בגנותו של אבי מורי, ומפרסם דבריו בצורה בוטה ושלילית. הנה, באופן שההוא אינו חבר שלי, הייתי שוטמו על מנהגו זה, לא מפני עצם העובדה שהוא טוען נגד אבי, אלא מפני שהוא מבזה ומבייש את אבי בשער בת רבים. באופן כזה לא הייתי מדבר עמו מטוב ועד רע, והייתי מתרחק ממנו כמלוא עיני, עד אשר ישוב ויבקש סליחת אבי. ואולם, אם הייתי חברו, הייתי מתחנן לו שיפסיק לבייש את אבי, ועד שהוא מבטיח לי שהוא יפסיק לפרסם טענותיו ובזיונותיו על אבי ברבים, אהיה מוכרח לימנע מלהראות לו פנים מסבירות. כך הייתי משתמש עם יחסי הטוב עם ההוא, כדי למנוע ממנו להמשיך בפעולותיו השליליות נגד אבי מורי.
ואם בכבוד אבי מורי כך, מדוע לא יהא הדבר כן כשמדובר בכבוד אלוקי ותורתו הקדושה??
לדעתי זוהי הנקודה כאן: לרוב האנשים בתחום המוסיקה ו'ארט' יש טענות רבות על היהדות השמרנית ומנהיגיה, בטענה שהרבה מהמנהיגים ממהרים לשפוט בשבט פיהם, מורח ודאין, וכן הרבה מהעסקנים הם באמת שפלי נפש אכזרים שאוהבים לרקוד על דמי אחיהם, ואכן יש מקום לטענותיהם. הם נידונו ברותחין על כל צעד ושעל, ובכמה מהעובדות לא היה שום צדק לענשם. כך היא דרכה של עולם, ולא כל קול קורא יוצא בצדק, וכבר אמרו ז"ל "קללת חכם אפי' על חנם היא באה".... ומובן מאוד למה כמה מהם נוטרים איבה לקהילות ונוהג החיים שהשתייכו אליהם בילדותם. נו נו, אי משום הא לא איריא.
אבל נראה לי שמשם ועד לתמוך בבן בליעל כשאולי והשגל היושבת לימינו, יש מרחק רב מאוד. כי אם שאולי ג' היה נעצר בזה, והיה מסתפק לשפוך קיטונות של שופכין על רק החסידות ואדמוריה ורבניה, לא הייתי יכול לצפות ממנו שיפסיק, ואני מבין ללבו שמרוב שיחו וכעסו דיבר עד הנה, מחמת הרדיפות שסבלו הוא ובני חוגו, ולדעתם כל זה הגיע אליהם על חנם.
- לדעתי לא היה כל זה ממש על חינם, שמשום מה, הרבה מהמוכשרים המאוכזבים דימו בנפשם שיש להם "פאסטן" ביהדות, כבעלי דעה ומטיפי מוסר שמחליטים לעצמם. והעובדה שיש להם הרבה מעריצים ומקשיבים לקולם רימה אותם לחשוב שדעה שלהם העצמאית יש לה זכות, והפסיקו לצעוד בזרם הכלל. הרבנים שדואגים לרוחניות של קהילתם לא ראו כל זה בעין יפה, וסוף דבר זה בא חציו מיהירותם של מוכשרים שלא הכירו מקומם, וחציו מרבנים ועסקנים שאינם מוכנים לעשות 'פשרות' בצורת הלך חייהם. זיבורא ועקרבא, אבל זה צפוי, וכבר היה לעולמים, ולדעתי בכל זאת יש לרב יותר זכות דעה מאשר איש יודע נגן.
- חזרה לנושא -
ובכן, אם שאולי היה כ'קטלא', נו, באמת נישקשה. אבל הרי לא כן שאולי גרו'סמאן, לא נח רוחו בכמה פטומי מילי ומליצות עסיסיות, ובחידושי הגדרות צובטות על היהודים התמימים וה'שטעטל איד' שבא במקלו ותרמילו. לא ולא, שאולי ג' משתמש בכלי קודש כבלשאצר ומטיח דברים כלפי מעלה, ולשונו תיהלך בארץ. הוא כותב דברי עגבים לפלגשו שבנויים על נוסח "נקדישך ונעריצך"! אילו לא ראיתי לא האמנתי, ומי יתן ולא הייתי רואה. אינני קנאי, ממש לא, אבל לראות את זה היה לי כמביט אל אספסינוס בשעה שהכניס זונה לבית קה"ק, פרש ספר תורה ועבר עליה עבירה.
והנה, מדשתקי יואלי לעבאוויטש וחבריו, הרי איכא למימר דשמע מינה דניחא להו ח"ו. ואני מבין שיואלי לעבאוויטש - שהוא באמת איש נחמד ונעים ואינו חפץ בכל אלה - הוכנס כאן על כרחו למצב מסובך. מצד אחד הוא רוצה לקרב את שאולי, ובצדק, שהוא חברו שיצא לתרבות רעה מאכזבה. ויואלי לא רוצה להסתבך איתו הן מסיבות גשמיות והן מטעמים רוחניים. ואכן אם יש אנשים שיכולים לקרב את שאולי גרוסמאן חזרה לחיק היהדות, הרי הם ליפא ויואלי ושאר חבריו של שאולי מחוג המוסיקה! ואני חושב שיש כאן לפניהם משימה קשה ביותר, ואינני מראה אצבע מאשימה על מי שלא יעמוד במשימה קשה זו. לא כל אחד שמשימה כזו נופל לפניו מצליח בה. אבל לדעתי הדלה, כאן המקום וזהו הזמן שחבריו יעצרו ועמדו על מעמדם ויאמרו לו - "אנא המנע מלבזות קדוש ה' אשר אהבנו, למען ידידותינו ולמען נוכל להמשיך לקרב אותך בלי לבגוד באמונת אלוקינו ובכבודו. אנא אל תשימנו במצב שיכריח אותנו לברור לנו את כבוד אלוקינו ולנטוש את ידידותינו אתך."
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
קודם, ישבב ה"סופר" (במלוא מובן המילה), עס איז ממש א תענוג צו לייענען דיינע ווערטער. איי וויש ("איך וואונטש זיך?" נע. "הלואי," אקעי.) אידיש זאל זיך לאזן אזוי שיין שרייבן.
אנאנים איך ווייס נישט פארוואס דו דינגסט זיך דא אזוי. יא, מ'קען פארשטיין ווען איינער איז אנגעווייטאגט אויפ'ן חרדישן סיסטעם און ווען איינער שפירט זיך נעבעך בא'עולה'ט אז ער קען נישט דא געהעריג אויסגעבן זיינע טאלאנטן (אפילו פארגעס ביטע נישט אז עס גייט אויך פארקערט; אין די גויאישע וועלט צווישן אזויפיל מיליאנען איז טויזנט מאל שווערער צו זיין אמת'דיג טאלאנטפול ווייל עס איז דא אזוי פיל און דו מוזט זיין סופער-ספעשל ארויסצושטארן), אבער דאס איז דאך דא "נישט" די רעדע. מ'קען נישט איינעם פארטיידיגן אז "ער טוט נאר דאס", ווען יענער אליין שרייט בפני כל העם ועדה, "ניין, איך טו אויך יענץ." אויב ער מאכט חוזק פון אלעם הייליגן, אויב ער ניצט די זעלבע חוזק פונעם ויואל משה ווי פונעם חומש, וואס נאך דארף מען טאן צו פארדינען קריטיזים? ביז וועלכן שטאפל דארף ער אנקומען אז מען זאל אים אויפהערן "פרובירן צו פארשטיין" און פארטיידיגן?
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
גוטע נייעס. קאווע שטיבל שטייט שוין אויף די אייגענע פיס.
אז איך בין נישט אין קאווע שטיבל א טאג צוויי באמערק איך אז איך האב גאר אסאך פארפאסט.
אזוי שטילערהייט האט זיך דא אריינגעכאפט איינער מיט א גאר גוטער פעדער, און טראצדעם וואס איך בין גאר שטארק דערפאר אז מען זאל זיך באנוצן דייקא אויף דער אידישער שפראך ווייל דאס איז וואס מיר היימישע אידן ליינען גרינג און געשמאק, מוז איך זאגן אז דער פענע וואס אונזער פרישער 'סופר' האט, איז ווערד צו פארקוקן אלעס!
איך האב נאכנישט רעכט אפגעליינט דעם עצם נושא, אבער איך וויל זיך אפשטעלן אויף די ווערטער פון חברינו ר' אנאנים וואס האט אויפגעברענגט א וויכטיגע נקודה איבער דעם וואס ביי אונז ווערט א טאלאנט נישט ריכטיג אנערקענט און ארויפגעקוקט.
דאס איז באמת א נושא וואס מען דארף באזונדער דורכאקערן.
אנאנים בארירט אז די ארטיסטן בתוכנו ווערן נישט בלויז נישט אנערקענט נאר אויך אראפגעקוקט, וויל איך צולייגן אז דער פראבלעם איז נישט נאר ביי ארטיסטן. איך קען אומצאליגע אידן וואס זייער גאונות און קלוגשאפט שטייגן איבער פי כמה פון זייערע חברים וואס האבן אבער א מזל אז זיי זענען געבוירן ביי א רבניש הויז, און דעריבער האבן זיי א שאנס צו וואקסן אפילו זיי שטרענגען זיך נישט אן.
א איד וואס איז נישט געבוירן ביי א רב אדער רבי האט גאר ווייניג מעגליכקייט אז די וועלט זאל פון אים הנאה האבן, ווייל ער האט נישט די מעגליכקייט צו וואקסן און מען געט אים נישט די פלעגונג וואס מען וואלט אים געברויכט צושטעלן, און דעריבער אדער פאלט ער אוועק און ווערט א 'אויפגעקלערטער' אדער ווערט זיין רייץ צו אויסנוצן זיינע כשרונות פארוואסערט און פארלאשן.
איך קען צופיל אזעלכע אידן, און זיכער זענט איר אלע באקאנט מיט אזעלכע נשמות וואס מיר 'אלע' וואלטן פון זיי הנאה געהאט אויף גאר א גרויסן פארנעם, אבער ווייל מען האט נישט אין זיי איינגעזען, זענען זיי געבליבן אינדרויסן און מיר זענען די וואס האבן פארלוירן.
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
אודה לכל המגיבים בעידוד ומחמאות, מרבית הכותבים כאן מפתיעים בכושר הבעתם באידיש, באמת תענוג לקרוא.
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
שרגא.
אנאנים, איך ווייס נישט פארוואס דו דינגסט זיך דא אזוי. יא, מ'קען פארשטיין ווען איינער איז אנגעווייטאגט אויפ'ן חרדישן סיסטעם און ווען איינער שפירט זיך נעבעך בא'עולה'ט אז ער קען נישט דא געהעריג אויסגעבן זיינע טאלאנטן (אפילו פארגעס ביטע נישט אז עס גייט אויך פארקערט; אין די גויאישע וועלט צווישן אזויפיל מיליאנען איז טויזנט מאל שווערער צו זיין אמת'דיג טאלאנטפול ווייל עס איז דא אזוי פיל און דו מוזט זיין סופער-ספעשל ארויסצושטארן), אבער דאס איז דאך דא "נישט" די רעדע. מ'קען נישט איינעם פארטיידיגן אז "ער טוט נאר דאס", ווען יענער אליין שרייט בפני כל העם ועדה, "ניין, איך טו אויך יענץ." אויב ער מאכט חוזק פון אלעם הייליגן, אויב ער ניצט די זעלבע חוזק פונעם ויואל משה ווי פונעם חומש, וואס נאך דארף מען טאן צו פארדינען קריטיזים? ביז וועלכן שטאפל דארף ער אנקומען אז מען זאל אים אויפהערן "פרובירן צו פארשטיין" און פארטיידיגן?
דעת שפתי שרגא ברור מללו
Re: יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים, ביסט מכובד צו עפענען דעם אשכול. ווער נאך קען עס אזוי שיין ארויסברענגען ווי דו?
איך האב טאקע אויסגעלאזט אז א דיין קען מען אביסל גרינגער ווערן און אויב האט מען די ריכטיגע כשרונות און בעיקר דעם ווילן, קען מען דורך דעם אמט אביסל מער דערגרייכן, אבער מניעות איז דא עד אין שיעור וערך. די שטיינער זענען אפטמאל אזוי שווער און די שטרויכלונגען זענען אומגעהויער און מען פאלט אום נאך איידער מען שטעלט די ריכטיגע טריט.
[ציטאט אראפגענומען]
איי, אויף זיין פנים זעט אויס ווי ס'האט אים געכאפט א חשבון הנפש..
איז דאס נישט זיין טאטע וואס לערענט מיט איהם דארט??
אסאך מאל וואונדערט זיך וואס פירט איינעם צו פארן צו אזאנע עקסטרעמען און האס פאר די סביבה וואס האט איהם אויפגעצויגן, דער ענטפער ליגט כמעט אלעמאל אין יענעמס פערזענליכן אויפברענג. אט למשל אזא טאלאטפולער יונגערמאן ווי שאולי וואונדערט זיך וואס טרייבט איהם. זעה איך איהם שרייבן
דא My father still goes with a beard, sthriemal, and black “shich n zucken” and was addicted to cocaine for years. He is now a drug rehabilitation therapist exclusively for frum people. Hundreds of frum people. ווערט מיר אלעס פארענטפערט. אויפוואקסן מיט א דראג עדיקטעט חסידישן טאטן איז נישט קיין פיקניק. אסאך פיין און ווייטאק בויט אויף אזא קינד.
כ'מיין זיין פאטער איז געווארן עדיקטעט הערשט נאכן דורכגיין א גט. כך שמעתי, און כ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת. אבער ס'איז א גרויסער טעות דאס וואס מ'זיכט מיט ליכט אלע תירוצים פון אונטער דער ערד. ווייל מ'קען דיר צייגן די זעלבע פעלער ווי זאכן האבן זיך אנדערש אויסגעשטעלט, און פעלער ווי ס'איז נישט דא קיין היימישע פיל-גוד אנגעבליכע סיבה און דאך האט פאסירט וואס האט פאסירט. כ'ווייס במפורש פון עטליכע ערליכע שטובער ווי די פאטער איז געווען און איז נאך אלס א דראג עדיקט. לא ראי זה כראי זה. הצד השווה שבהן אז מיר ווייסן דעם ענטפער דורך הערן א גאסיפ דא און א רומער דארט און מ'ציעט א מסקנה בשעת מקראצט זיך די פיס אין מקוה שבת אינדערפרי, אלעמאל א תירוץ וואס פאסט זיך אריין אינעם פון פריער אפגעמאכטע וועלט אויסקוק. ס'איז געניג צו באפרידיגן די וואס ווילן גלייבן אז איך בין נישט אזוי ווייל איך בין "נארמאל." דו וועלט איז אנגעטיילט און צוויי טיילן: נארמאלע און אומנארמאל. איך בין וואס איך בין ווייל כ'בין נארמאל, יענער וואס איז אנדערש פון מיר איז אזוי ווייל ער/זי איז אומנארמאל. בלייבט נאר איבער צו "טרעפן" מיט וואס גענוי יענער איז נישט נארמאל. אבער די פרעמיס בלייבט קאי וקיימא אלעמאל.
יואלישכ'מיין זיין פאטער איז געווארן עדיקטעט הערשט נאכן דורכגיין א גט. כך שמעתי, און כ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת. אבער ס'איז א גרויסער טעות דאס וואס מ'זיכט מיט ליכט אלע תירוצים פון אונטער דער ערד. ווייל מ'קען דיר צייגן די זעלבע פעלער ווי זאכן האבן זיך אנדערש אויסגעשטעלט, און פעלער ווי ס'איז נישט דא קיין היימישע פיל-גוד אנגעבליכע סיבה און דאך האט פאסירט וואס האט פאסירט. כ'ווייס במפורש פון עטליכע ערליכע שטובער ווי די פאטער איז געווען און איז נאך אלס א דראג עדיקט. לא ראי זה כראי זה. הצד השווה שבהן אז מיר ווייסן דעם ענטפער דורך הערן א גאסיפ דא און א רומער דארט און מ'ציעט א מסקנה בשעת מקראצט זיך די פיס אין מקוה שבת אינדערפרי, אלעמאל א תירוץ וואס פאסט זיך אריין אינעם פון פריער אפגעמאכטע וועלט אויסקוק. ס'איז געניג צו באפרידיגן די וואס ווילן גלייבן אז איך בין נישט אזוי ווייל איך בין "נארמאל." דו וועלט איז אנגעטיילט און צוויי טיילן: נארמאלע און אומנארמאל. איך בין וואס איך בין ווייל כ'בין נארמאל, יענער וואס איז אנדערש פון מיר איז אזוי ווייל ער/זי איז אומנארמאל. בלייבט נאר איבער צו "טרעפן" מיט וואס גענוי יענער איז נישט נארמאל. אבער די פרעמיס בלייבט קאי וקיימא אלעמאל.
יואליש היקר כ'האב א שטיקל חלום אז מיר חרדים לדבר השם וועלן איין טאג זיין זוכה צו פירן א דיסקוסיע אן דערמאנען די מקוה מיט די ווייקן פוס קראצן והמסתעף, ס'איז מיר פשוט עפעס א אומגעשמאקע דעסטראקציע. צום ענין, זיכער איז דא אלע מיני מענטשן נארמאלע אמאל אויך וואס באשליסן אויף א לעבנסשטייגער ראדיקאל צו זייער עבר און איך דארף נישט קיין הסברים. איז אבער איינער וואס דו טרעפסט איהם מלא בלינדע שנאה אן א ראציאנאלע בליק אויף וואס איז יא גוט און וואס נישט אין די געמיינדע פון ווי ער שטאמט, איז דאס בדרך כלל פון א איינגעגעסענע ווייטאק פון קינדווייז אויס דוק ותשכח. א געטרייער טאטע מאמע צו א קינד ער זעט בחוש אז זיי האבן איהם ליב און זיין היים איז פאר איהם א היים נישט א תפיסה וועט דאס קינד נישט גרינג נעמען א מעסער און אריינשטעכן שארף אין טאטנס הארץ.
כ'האב נאכנישט געטראפן די "מיני מענטשן נארמאלע אמאל אויך וואס באשליסן אויף א לעבנסשטייגער ראדיקאל צו זייער עבר און איך דארף נישט קיין הסברים." וויפיל איך זעה האט מען עס אלעמאל אנגעשמירט אין די "מלא בלינדע שנאה אן א ראציאנאלע בליק אויף וואס איז יא גוט און וואס נישט אין די געמיינדע פון ווי ער שטאמט" קאטאגאריע. דוק ותשכח.
יואליש, האסט א פונקט אבער פארפעל נישט צו הערן תמליונ'ס פונקט. ווער נישט אזוי עקסטרעם אויף די אנדערע זייט.
יא, מ'קען אפט הערן געבן אלע מיני נארישע תירוצים צו יענעמ'ס פארקראכנקייט, אבער דאס מיינט נאך נישט אז עס איז נישטא ווען עס איז נישט אמת. איך עגרי מיט תמליון אז "אבער איינער וואס דו טרעפסט איהם מלא בלינדע שנאה אן א ראציאנאלע בליק ..., איז דאס בדרך כלל פון א איינגעגעסענע ווייטאק פון קינדווייז אויס."
א מענטש קען ווערן צוגעצויגן צו די פרייע וועלט, א מענטש קען באקומען אן אפענעם קאפ, אבער דאס מיינט נישט אז זיין נאטירליכע מאראל און אלע געווענליכע נאטורן פליען ארויס פון הארץ. ער מעג גיין אן א קאפל, אבער א געזונטער מענטש וויל געוענליך דאך נישט דערשטעכן זיין טאטן. און געווענליך אויב זעסטו איינעם וואס איז אזוי דערביטערט און נאר אויסן צו פארשעמען זיין קאמוניטי, ליגט עפעס מער ווי סתם אוועקגעפאלן פון אידישקייט.
איך בין איבערצייגט (לאגיש און אויך ווי ווייט איך זע במציאות) אז א קינד וואס וואקסט אויף אין א געזונטע, רואיגע שטוב און דער טאטע געט אים גענוג ליבשאפט, אפילו אויב זאל דאס קינד אוועקפאלן, וועט עס זיין מיט א גרעניץ, און זיכער וועט ער ווייטער נישט טון עפעס צו פארשעמען ברבים זיין טאטן און די קאמוניטי. (נאר עס איז צומאל שווער פאר אזעלכע פרומע אידן צו אנערקענען אז אפילו דאס קינד וואקסט נישט ארונטער גענוי ווי ער וואלט געוואלט, אז ער דארף אים ווייטער בלייבן גלעטן, אפשר נאך מער, און נישט אנהייבן אים דערווייטערן מיט נאכאנאנדע שטעכערייען און דערנידערונגען.)
אמת. כ'עגרי מיט דיין און תמליון'ס נקודה, מיט א קאוויעט. צומאל איז די פראצעס פון איבערלאזן אזא שווערע מיטמאכעניש אז דארט אליין קען זיך שאפן אן אנגעגעסענקייט. דאס הייסט, אפי' אויב ביז אהין איז אלעס געווען געזינט און ליבליך, אויב אבער טיילט מען אים אויסגעבראטענע צרות אויפן וועג ארויס, בלייבט איבער א גאר ביטער טעם אין מויל.
דרך אגב, כ'בין נישט דער גרויסער נאכפאלגער פון חתן דנן, אבער ווי ווייט איך האב באמערקט זעה איך נישט קיין באזונדערע אנגעגעסענקייט. חוץ אז כ'ווייס נישט אלעס.
יואלישאמת. כ'עגרי מיט דיין און תמליון'ס נקודה, מיט א קאוויעט. צומאל איז די פראצעס פון איבערלאזן אזא שווערע מיטמאכעניש אז דארט אליין קען זיך שאפן אן אנגעגעסענקייט. דאס הייסט, אפי' אויב ביז אהין איז אלעס געווען געזינט און ליבליך, אויב אבער טיילט מען אים אויסגעבראטענע צרות אויפן וועג ארויס, בלייבט איבער א גאר ביטער טעם אין מויל.
דרך אגב, כ'בין נישט דער גרויסער נאכפאלגער פון חתן דנן, אבער ווי ווייט איך האב באמערקט זעה איך נישט קיין באזונדערע אנגעגעסענקייט. חוץ אז כ'ווייס נישט אלעס.
אמת, גערעכט, דאס האב איך געזאגט אז ס'אזא שאד די עלטערן ווייסן נישט די גרויסע שאדן וואס זייער שנאה קען אין יענע צייטן גורם זיין און אויב עפעס קען העלפן נאר אהבה.
נאר איז דען גרינג זיי צו פאראורטיילן? ווען די צעשאסענע עלטערן זעען דעם רויטן העמדל מיט דעם געשניטענעם בארד, זיי שפירן אז עס איז די ערגסטע צרה ברוחניות, און אויך בושות בגשמיות, ווי קענען זיי זיך איינהאלטן פון ארויסווייזן זייערע געפילן? נאר למעשה וואלט מען זיי געדארפט ערקלערן אז מיט די אלע אקטן קענען זיי נאר ערגער מאכן.
שרגאאיך בין איבערצייגט (לאגיש און אויך ווי ווייט איך זע במציאות) אז א קינד וואס וואקסט אויף אין א געזונטע, רואיגע שטוב און דער טאטע געט אים גענוג ליבשאפט, אפילו אויב זאל דאס קינד אוועקפאלן, וועט עס זיין מיט א גרעניץ, און זיכער וועט ער ווייטער נישט טון עפעס צו פארשעמען ברבים זיין טאטן און די קאמוניטי
עס איז נאך מער, געווענליך פאסירט עס נישט ביי קינדער פון געזינטע שטיבער, ווי עס איז דא געהעריגע שלום בית און א פארשטענדעניש צווישען מאן און ווייב,
עס איז אלץ דא יוצא מן הכלל אבער דאס געווענליך די מציאות,
וכאן הבן שואל
אפשר ווייסט איינער א תירוץ צו דער הארבער קשיא.
וואס איז פשט אז די אלע (או קעי כמעט אלע) וואס וועלען האלטען אז שאול גראסמאן איז א שר"י און א שייגעץ און מען טאר מיט אים נישט האבען א מגע משא, און זענען גרייט צו זאגען אז ער איז א בועל אשת איש ברבים, וועלען האלטען אז בנוגע נ. וו. דארף מען האבען עדות אויף כמכחול בשפופרת, אהן דעם טאר מען נישט גלייבען און עס איז לשון הרע און וואס נישט, און פארקערט די וואס האלטען אז בנוגע נ. וו. און לאו דוקא אים, נאר בכלל אלע באשולדיגטע מאלעסטערס, טאר מען נישט אננעמען אז זיי האבען בועל געווען עריות, כאטש עס איז א רינון דלא פסיק וכו'.
מה הפשט?????
איך וויל בעטען מען זאל נאר שרייבען תשובות וואס מען האלט עס איז אמת, אויב נישט איז בעסער אז מען בלייבט מיט דער קשיא.
לאמיר פראבירען קלארער צו ווערען און די נושא, אבער קודם א שאלה:
עס איז דא א מחלוקה איבער די סטאטוס און אידשקייט כלפי שאול גראסמאן? שאול גראסמאן אליינס האלט זיך פאר שתו"צ?
איך האב נישט געוויסט אז עס איז דא אזא מחלוקה, אדרבה, אפשר זאגסטע בקיצור נמרץ ביידע זייטען?
בעיקר וויל איך הערן די מיינוג פינעם צד השני, די וואס דו האסט נישט אויסגערעכנט און דיין פריערדיגע תגובה, ווייסטע וואס זיי מסביר ביידע זייטען, אזוי וועט זיין גערינגער פאר יעדעם וואס איז נישט באהאווענט און די נושא, ייש"כ
א איד פרעגט דאך צוריק מיט א קשיא
וואס איז פשט אז די אלע (או קעי כמעט אלע) וואס וועלען האלטען אז שאול גראסמאן איז א רחמנות און נעבעך גארנישט שולדיג אין זיין פאלגן זיין יצר, וועלען האלטן אז מ'דארף גיין בכל חומר הדין לגבי יעדער וואס ווערט באשולדיגט אין עבירות, כאטש ס'איז נישטא קיין געהעריגע ראיות דערויף??
מה הפשט?????
קאווע טרינקער..ווי אנטי סיסטעם איך בין, האב איך נאך א אידישע געפיל פון זיך גרוילען מיט די אזויגערופענע "נאנט מיר איר בנפש...."
פיין געזאגט!
פריינדליךלאמיר פראבירען קלארער צו ווערען און די נושא, אבער קודם א שאלה:
עס איז דא א מחלוקה איבער די סטאטוס אין אידישקייט כלפי שאול גראסמאן? שאול גראסמאן אליינס האלט זיך פאר שתו"צ?
וואס א נפק"מ וואס ער האלט זיך, זייט ווען איז דאס נוגע? מ'האט געפרעגט פארוואס דא שפרינגסטו צו גלייבן יעדע לשון הרע און דא ווילסטו פרוף.
פריינדליך
בעיקר וויל איך הערן די מיינונג פינעם צד השני, די וואס דו האסט נישט אויסגערעכנט און דיין פריערדיגע תגובה, ווייסטע וואס זיי מסביר ביידע זייטען, אזוי וועט זיין גערינגער פאר יעדעם וואס איז נישט באהאווענט און די נושא, ייש"כ
וועלכע צד השני. די צד וואס זאגט ביי ביידע אז קען זיין ס'יא אמת און קען זיין ס'נישט?
chasid
וואס איז פשט אז די אלע (או קעי כמעט אלע) וואס וועלן האלטן אז שאול גראסמאן איז א רחמנות און נעבעך גארנישט שולדיג אין זיין פאלגן זיין יצר, וועלען האלטן אז מ'דארף גיין בכל חומר הדין לגבי יעדער וואס ווערט באשולדיגט אין עבירות, כאטש ס'איז נישטא קיין געהעריגע ראיות דערויף??
וואס האט הוידל מיט בוידל? ביידע קענען זיין רחמנות'ן, מיט גרויסע יצר הרע'ס, איינעם קלאגט מען אן פארן טשעפען א 12 יעריג מיידל, דעם צווייטן נישט.