☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #11495

אשכול אן א טיטל #11495

88 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11495
בלאט: 1 2

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 17, 2017 4:41 pm

· #371436
איינער האט דא געזאגט א ׳פאקט׳ אז אבאמא האט געטוהן די זעלבע זאך ווי טראמפ, און ביזדערווייל לאזט עס זיך אויס א בוידעם. דו האסט נישט קיין אהנונג פארוואס אדער צו מ׳האט אינוועסטיגירט דער איי. ער. עס., נאר חששות. און ביל קלינטאן האט געטראפען לארעטטא לינטש און מסתמא געדרוקט אויף עפעס. הייסט׳ס דער ׳פאקט׳ איז נאך איינער פון די רעפובליקאנער סארט.

מאניקע לעווינסקי האט גארנישט געטוהן מיט אבאמא, לויט ווי איך ווייס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כלבאשבוע » מיטוואך מאי 17, 2017 4:52 pm

· #371442
אבאמא האט געטון ערגערס

FLASHBACK: Obama Administration Accused Of Repeatedly Leaking Israeli Military Secrets
<a class="postlink" href="http://www.breitbart.com/jerusalem/2017/05/17/flashback-obama-administration-accused-repeatedly-leaking-israeli-military-secrets/">http://www.breitbart.com/jerusalem/2017 ... y-secrets/</a>

קורקלענד » מיטוואך מאי 17, 2017 4:59 pm

· #371444
דא האסטו איינע וואס ענדלט צו דאס וואס מ'באשולדיגט טראמפ מיט.
ביי די איי.אר.עס. האט מען 'דעסטרויד עווידענס' אלע הארד דרייווס זענען צומאלן געווארן אינמיטן פון די אינוועסטיגאציע.

א ספק מעמא וואס קאומי (וואס איז דא שטארקע נוגע בדבר) האט געשריבן פאר זיך טראגט א שוואכערע געוויכט ווי די מעשה פון קלינטאן אויפן טארמעק.

איינער האט דא געזאגט אז אובאמא האט עפעס געטוען מיט מאניקע לעווינסקי? איך האב דיר געוואלט ווייזן אז אפי' די מידיא וועט זיצן אויף וויכטיגע 'פאקטן' וואס זיי וואלטן ווען געדארפט דריקן וועלן זיי זיך צוריקהאלטן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 17, 2017 5:00 pm

· #371445
דער ענגלישע שפראך האט אסאך ווערטער. רוב ווערטער האבען נישט דער זעלבע מיין ווי די אנדערע ווערטער, אפילו די וואס הייבען אן מיט אן a און ענדיגען מיט א d.

אזוי אויך האבען אסאך מענטשען נעמען, יעדער אנדערש ווי דער צווייטע. אמאל האט מען שתח יוסף בן שמעון, אבער דאס איז נאר אמאל.

טראמפ האט מער ווייניגער admitted מודה געווען אז ער האט אוועק געגעבען סודות.

דער אבאמא אדמיניסטרעישען האט מען באשולדיגט accused אז זיי האבען ארויס געלאזט אינפארמאציא.

א למדן׳ס אויג קען זע׳ען א חילוק צווישען אבאמא און זיין אדמיניסטראציע, און באשולדיגט מיט מודה זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » מיטוואך מאי 17, 2017 5:06 pm

· #371449
וואו האט טראמפ מודה געווען? ער האט זיך הכל געזאגט אז ס'איז לעגאל. אדרבה אלע אנוועזנדע (אפי' רוסלאנד) האבן עס געלייקענט אויף רעקארד.

ס'גייט נאך טיעפער אויב די רעגירונג'ס איינגעשטעלטע האבן נישט קיין שום פראבלעם צו ליעקן סיי וואס צו דזשורנאליסטן וואס האבן נישט קיין שום קליערענס צו קלאסיפיקאציע מיינסטו טאקע אז רוסלאנד דארף ווארטן אויף טראמפ ביי א מיטינג עס ארויס צו ליעקן?

אין באמת גערעדט פארוואס האלטסטו אז טראמפ האט עס געטון?

קורקלענד » מיטוואך מאי 17, 2017 5:10 pm

· #371450
ליטוואק פון בודאפעסט
דו האסט נישט קיין אהנונג פארוואס אדער צו מ׳האט אינוועסטיגירט דער איי. ער. עס., נאר חששות.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די איי.אר.עס. האט קלאר מודה געווען אין די אומרעכטן וואס זיי זענען באגאנגען. אז ס'איז נישט געווען קיין אינוועסטיגאציע איז עס אליינס גענוג א פראבלעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 17, 2017 5:15 pm

· #371452
בקיצור, דיין ׳פאקט׳ אז ער האט עפעס געטוהן, לאזט זיך אויס אז דעמאלס איז געווען א פראבלעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 17, 2017 5:17 pm

· #371453
און ווער זאגט דיר אז ס׳איז נישט געווען קיין אינוועסטיגעישען? דו שטעלסט צו השערות צו פאקטען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 17, 2017 5:17 pm

· #371454
און ווער זאגט דיר אז ס׳איז נישט געווען קיין אינוועסטיגעישען? דו שטעלסט צו השערות צו פאקטען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » מיטוואך מאי 17, 2017 5:19 pm

· #371455
ליטוואק פון בודאפעסט
בקיצור, דיין ׳פאקט׳ אז ער האט עפעס געטוהן, לאזט זיך אויס אז דעמאלס איז געווען א פראבלעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ניין. ביטע לייען איבער.
די פאקט איז אז זיי האבן געטוהן עפעס וואס טאר נישט פאסירן און וואלט נישט געטארט פארשוויגן ווערן. ס'איז געווען קרימינאל. זיי האבן אפי'מודה געווען.

איצט די פראבלעם איז אז ס'גארנישט געווארן דערפון.

איך האף אז איצט פארשטייסטו שוין.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 17, 2017 5:23 pm

· #371457
און ארום און ארום. פאר א גוט יאר, וואס האט אבאמא געטוהן? וואס האט אבאמא געטוהן? וואס האט אבאמא געטוהן?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » מיטוואך מאי 17, 2017 5:31 pm

· #371458
ליטוואק פון בודאפעסט
און ארום און ארום. פאר א גוט יאר, וואס האט אבאמא געטוהן? וואס האט אבאמא געטוהן? וואס האט אבאמא געטוהן?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווייערטעפט טראמפ!
באמת גערעדט. זיין אדמיניסטראציע האט שפיאנירט פאליטישאנס פון זיינע אפאזיציע.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 17, 2017 5:34 pm

· #371459
אקעי, סא יעצט ביסטו מודה אז ער האט נישט געטוהן די אלע זאכען וואס טראמפ ווערט יעצט באשולדיגט?

אוודאי נישט, וועסט זאגען אז ער האט געטוהן, דערנאך מודה זיין אז ער האט נישט געטוהן, און דערנאך לייקענען די הודאה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » מיטוואך מאי 17, 2017 5:55 pm

· #371462
ליטוואק פון בודאפעסט
אקעי, סא יעצט ביסטו מודה אז ער האט נישט געטוהן די אלע זאכען וואס טראמפ ווערט יעצט באשולדיגט?

אוודאי נישט, וועסט זאגען אז ער האט געטוהן, דערנאך מודה זיין אז ער האט נישט געטוהן, און דערנאך לייקענען די הודאה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

באשולדיגט איז אובאמא געווארן אויף ענליכס. אבער די עסטאבלישמענט האט נישט צוגעלאזט קיין אינוועסטיגאציעס. פעיפער טרעילס זענען פארניכטעט געווארן און גארנישט. ווידעראום דא ווערט טראמפ באשולדיגט. אלע 'פאקטן' וואס זענען לעת עתה אפיר געקומען זענען גאר שוואך. אבער ס'רירדערט א וועלט. און ליטוואק שרייט אז די מידיא געט יעדן די זעלבע טריטמענט.

ביידע זענען גאנץ אייניג באשולדיגט געווארן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 17, 2017 7:32 pm

· #371465
אקעי, מ׳איז ארום געגאנגען. האסט א לינק אז מ׳האט איהם באשולדיגט? האסט א ראיה אז מ׳האט נישט געפארשט דער איי. ער. עס.?

ביזדערווייל האט מען מענטשען וואס זאגען אז טראמפ האט געליעקט, און קיין שום מענטש וואס זאגט אפילו ענליכס אויף אבאמא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » מיטוואך מאי 17, 2017 9:23 pm

· #371481
די מעמא פון קאומי האסטו יא געזען ?

ניין

נאר וואס דו גלייבסט די מידיע

און נישט נאר מ'גלייבט מ'ווערט נאך אנגעהעצט פון זייערע שרייערייען

ביי איי אר עס איז עס די זעלבע מידיע וואס האט דאס געזאגט
(איך ווייס דו גייסט מיר יעצט אנכאפן ביים קנאק און זיך מאכן פאר א ליטוואק און בעטן די פעיפער'ס פון דאמאלט ווי א נודניק אבער איך גיי מיך נישט וואוסענדיג מאכן דעס אלעס איז געווען אפען אין יענער צייט )

נאר די מידיע האט דאס נישט אזוי באשמירט און מינערמייזט די זאך די מערסטע וואס זיי האבן געקענט פון אימפיטשען פאר אזא זאך מאן דכר שמי'

דאס מיינט אז די מידיע קאנטראלט די שוואכע ברעין'ס פון אמעריקא

קורקלענד » מיטוואך מאי 17, 2017 11:16 pm

· #371495
און אז קאומי האט יא געשריבן די מעמאו איז עס זיכער אמת?
און אז ס'איז אמת איז טאקע צוגעגאנגען אזויווי​ער האט געשריבן?
און אז ס'איז צוגעגאנגען אזויווי ער האט עס געשריבן פאלט עס אריין אין אבסטראקציע פון יוסטיץ?

ווען קאומי האט זיך נישט צוטוען געמאכט פון די ליעקער'ס און האט נישט געלאקערט נאך זיי אויפן פארלאנג פונעם ווייסן הויז איז נישט אבסטראקציע? אין פאקט מיין איך אז ס'איז אפי' ארגער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 18, 2017 6:16 am

· #371511
אקעי, א סך הכל. מ'האט געשריבן אז אבאמא האט געטוהן די זעלבע זאך וואס טראמפ האט מער-ווייניגער מודה געווען דערצו, אדער אז אן עד ראיה האט גע'טענה'ט ער האט געטוהן. איך האב געבעטן אויפווייזונגען און די תשובה איז געווען ווי פאלגענד:

א. מ'האט נישט געפארשט די איי.אר.עס.
ב. ביל קלינטאן האט גערעדט מיט לינטש.
ג. די מידיא האט געשוויגן וועגן לעווינסקי.

הייסט עס מ'האט ניטאמאל באשולדיגט אבאמא אין קיין איין מעשה. אפשר האט מען געפארשט די איי.אר.עס. אפשר נישט, קיין שמץ ראיה איז נישט דא. מ'האט גע'טענה'ט אויף אבאמא אדמיניסטרעישן מענטשן, נישט אבאמא. און די קלינטאנס האבן גארנישט מיט אבאמא.

און ענק גייען ווייטער מיט ענקער ספין. ס'איז זייער סימפעל, ווען האט איינער באשולדיגט​ אבאמא, נישט זיין ווייב צו זיין הונט, נאר אבאמא, מיט'ן פראבירן פארשווייגן אן עף. בי. איי. פארשונג?

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 7:24 am

· #371516
מ'האט אויך געשריבן אויבן אז היות ס'איז נישטא מיט וועם צו רעדן ווייל דער עולם ווערט געפיטערט דורך די מידיע און מ'האט צוגעברענגט 'דוגמאות' פעסט צו שטעלן דעס דערפאר לוינט זיך נישט אריין נו גיין אין די דעטאלן

יו גאט די פוינט ?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 18, 2017 7:44 am

· #371519
בקיצור, האסט מיר געסטראשעט אז איך 'מוז' ענטפערן דיינע ראיות, און קיין ראיה האסטו נישט אויף מיר צו פארענטפערן און איך האב שוין גארנישט וואס איך 'מוז' טוהן. זייער פיין.

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 18, 2017 7:59 am

· #371521
אן אינטרעסאנטער ארטיקל וואס האט מיר איצט דערמאנט אז קאומי האט שוין טעסטיפייד פאר קאנגרעס און סענאט מיטן צוזאג אז די ווייסע הויז אדער טראמפ האבן קיינמאל נישט פרובירט אפצוהאלטן אדער שטערן זיינע אינוועסטיגאציעס אין סיי וועלכע וועג.

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:26 am

· #371538
ליטוואק פון בודאפעסט
בקיצור, האסט מיר געסטראשעט אז איך 'מוז' ענטפערן דיינע ראיות, און קיין ראיה האסטו נישט אויף מיר צו פארענטפערן און איך האב שוין גארנישט וואס איך 'מוז' טוהן. זייער פיין.


ווי זעהסטו א סטראשע ?

אויסשמועסן א פוינט איז שוין א סטראשע

יאפ נאר @i'm back פארשטייט צו דיר

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 18, 2017 3:34 pm

· #371604
גאנצל
ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר הערען, ווען האט אבאמא געבעטען פון דער עפ.בי.איי. אז זיי זאלען אפלאזען אן אינוועסטיגעישען? ווען האט אבאמא געסטראשעט מיט טעיפס? ווען האט אבאמא ארויסגעלאזט עמפינדליכע אינפארמאציא פון א צווייטע לאנד? ועוד ועוד

ס׳איז נישט דא אזא זאך ווי ׳דער מידיא׳. רעפארטערס זענען מענטשען וואס פארשען פאקטען. ווען פאקטען זענען קעגען טרעמפ, זאל ער פיהרען א מערכה מיט פאקטען, א זאך וואס ער טוט טאקע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אבאמא האט דעסרויט אן אינוועסטיגעשן אויף די אר איי עס ער האט ניטאמאל געלאזט אנהייבן די אינוועסטעגעישן

ווען קלינטאן האט גערעדט מיט'ן אטערני זשענעראל לינטש האט ער גערעדט פון זיינע אייניקלעך אמת ??? איז דעס נישט די זעלבע זאך ?
מ'וואלט פונקט אזוי געקענט מאכן א ויצעקו דו האסט געהערט וואס דא טוט זיך ? מ'רעדט מיט'ן אטוירני זשענעראל און אהער און אהין מ'האט עס נאר נישט געמאכט ווייל די מידיע איז נישט אינטערסירט געווען

ווען דו וועסט מיר דעס פארענטפערן וועל איך זעהן אז דו מיינסט צו רעדן פון אמת וועל איך דיר צו ווייזן די אנדערע זאכן

ווילאנג דו ביסט דא סתם צו שיסן איז מיר גוט אזוי אויך הצלחה



Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 3:37 pm

· #371606
נאכ'ן שיס האסטו באקומען א סטראשע

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 18, 2017 3:54 pm

· #371607
למעשה האט ליטוואק נאכאלץ נישט אנערקענט אז די מידיא ארבייט מיט ספעציעלע אינטערעסע און אגענדע'ס. לויט איהם זענען זיי געזעצן אויף די מאניקע לעווינסקי מעשה ווייל זיי האבן מורה געהאט אז אויב זיי וועלן עס דריקן וועט קיינער נישט קויפן זייערע צייטונגען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 18, 2017 5:01 pm

· #371612
קענסט ווייטער דרייען די נושא, אבער איך בלייב ביים אנהייב. האסט באשולדיגט אבאמא אין די זעלבע זאך ווי טראמפ, און גארנישט אפיר געברענגט

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 18, 2017 5:08 pm

· #371614
דיר איז נישט גענוג געווען אז מ'קען אובאמא באשולדיגן אויף די זעלבע זאכן. ווייל דאס האט מען דיר געוויזן. דו ווילסט נאר איך זאל דיר ווייזן אז די מידיא האט איהם באשולדיגט אזויווי זיי באשולדיגן איצט טראמפ. אויף דעם האב איך דיר געוויזן אז די מידיא איז נישט אינטערסירט יא אדער נישט צו באשולדיגן באזירט אויף אקטועלע פאקטן נאר ס'ווענדט זיך אין זייערע אייגענע אינטערעסן און אגענדע'ס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 18, 2017 5:12 pm

· #371615
אקעי, און צום צווייטן מאל ארום דער צירקעל. ווען האט מען אבאמא באשולדיגט מיט'ן ארויסגעבען איזראעילי סודות? ווען האט מען איהם באשולדיגט מיט'ן אפשטעלען אן אינוועסטיגעישען?

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 18, 2017 5:18 pm

· #371617
איר כאפט נאכאלץ נישט. איך גיי נאך איינמאל פרובירן. איר פרעגט וואו מ'האט אויך באשולדיגט אובאמא. איך פרעג פארוואס איז ער נישט באשולדיגט געווארן ווען ער האט געטוהן ענליכס? אין אנדערע ווערטער פארוואס האט מ נישט אפיר געהאלטן אובאמא פונקט ווי טראמפ.

ווען איר וועט פרעגן וואו האט מ געקענט באשולדיגן אובאמא. אדער ווען האב איך געקענט חושש זיין אויף אובאמא די זעלבע אדער ענליכס באזירט אויף די זעלבע פאקטן. דאן וועל איך אייך קענען ענטפערן.

א ספעקולאציע ארטיקל פון נ.י.טיימס וואס רעדט פון ספיקות איז נישט קיין פאקט. ס'בלייבט א ספעקולאציע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 18, 2017 7:40 pm

· #371640
און ווידער ארום. קיינער אינדערוועלט האט נישט געזאגט אז ער ווייסט אז אבאמא האט עס געטוהן, דעריבער האט מען נאר געשמועסט אז מ'האט טענות אויף די איי.אר.עס. מעשה, אן קיין באשולדיגען. דער מידיא האט פונקטליכע פאקטן באריכטעט.

יעצט זאגט איינער אז אבאמא האט עס געטוהן, און די מידיא האט ווייטער באריכטעט אט דער פאקט אז איינער באשולדיגט איהם. ווייל, אנדערש ווי די רעכטע וויקטים מענטאליטעט, דער מידיא באריכטעט מעשיות וואס פאסירן.

און וויבאלד, ווי שוין אויפגעוויזן, האט קיינער נישט אנגעקלאגט אבאמא'ן מיט קיין אומגעזעצליכע מעשיות, נאר קאנספיראציעס פון זעלבסט-באקרוינטע דרייקעפ, ווי העניטטי לימבאו און סעוועדזש, דעריבער איז נישט דא וואס צו באריכטען.

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 18, 2017 10:06 pm

· #371674
פארוואס זענען העניטי, לימבאו וכל כת דיליהם מער קאנספיראציע וואו סי.ען.ען. עם.עס.עם.בי.סי. וכל כת דיליהם? ווייל ערשטע דערמאנטע זענען אויפריכטיג אז זיי זענען איין זייטיג און די צווייטע דערמאנטע שרייען אז זיי זענען נוטראל און אביעקטיוו?

ביטע ענטפער קלאר. האלטסטו אז דאס וואס די רעכטע רופן 'מעין סטריעם מידיא' זענען אביעקטיוו און נוטראל? אדער זענען זיי געבויגן צו איין זייט איבער די אנדערע?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 18, 2017 10:37 pm

· #371679
איך ווארט נאך אויף א תשובה. ווען און ווער האט באשולדיגט אבאמא מיט׳ן פארמאכען א פארשונג וואס די מידיא האט נישט באריכטעט? ווען און ווער האט באשולדיגט אבאמא מיט׳ן ליעקען פארבארגענע זאכען פון איזרא׳על?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גר ותושב » דאנערשטאג מאי 18, 2017 10:45 pm

· #371682
📎 IMG_20170518_170134.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 18, 2017 10:55 pm

· #371685
אה! דאס האט קיינער באשולדיגט טראמפ. זעסט אז דער מידיא איז בייעסט אויף רעכטס!

קורקלענד » פרייטאג מאי 19, 2017 1:41 am

· #371732
קורקלענד
פארוואס זענען העניטי, לימבאו וכל כת דיליהם מער קאנספיראציע וואו סי.ען.ען. עם.עס.עם.בי.סי. וכל כת דיליהם? ווייל ערשטע דערמאנטע זענען אויפריכטיג אז זיי זענען איין זייטיג און די צווייטע דערמאנטע שרייען אז זיי זענען נוטראל און אביעקטיוו?

ביטע ענטפער קלאר. האלטסטו אז דאס וואס די רעכטע רופן 'מעין סטריעם מידיא' זענען אביעקטיוו און נוטראל? אדער זענען זיי געבויגן צו איין זייט איבער די אנדערע?


איינמאל איך זעה וואו איר שטייט אויף דעם קען איך אייך ענטפערן אויף אייערס.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 7:19 am

· #371736
און ווייטער ארום די צירקעל. האסט געשאסען א סטעיטמענט וואס איז נקי מחשש אמת, און דו ווארטסט אויף גאר א צווייטע אויפווייזונג.

טאמער דו פארשטייסט טאקע נישט, סי.ען.ען. פארציילט מעשיות, זיי טענה'ן זיי ווייסען. די רעכטע פרעדיגערס טענה'ן ניטאמאל אז זיי ווייסען, נאר אז אזוי טייטשען זיי. די רעכטע האבן געווענליך א פראבלעם מיט דעם, אבער פאקטען און מיינונגען זענען צוויי ערליי זאכען.

גר ותושב » פרייטאג מאי 19, 2017 12:00 pm

· #371769
דער עולם איז זייער פארנומען מיט main stream media

דא האט איר די פונקטליכע גדר וואס איז fake news און וואס איז fox news

קוקטס און האטס הנאה.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/D9P_d8KB68k">https://youtu.be/D9P_d8KB68k</a>

קורקלענד » פרייטאג מאי 19, 2017 1:26 pm

· #371800
אנטשולדיגט אבער דאס באלאנגט אין די ליצנות אשכול. ס'איז אבי געהאקט.

איך האלט גראדע פון פאקס די זעלבע וואס איך האלט פון די אנדערע. איך האלט אז זיי זענען פונקט אזוי איינזייטיג געטריבן דורך אגענדעס. און וועלן ציקירן אובאמא פאר זאכן וואס זיי וואלטן נישט ביי טראמפ. זיי זענען פונקט אזוי בייעסד.
בלאט: 1 2