☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » אנטקעגן די פחד פונעם נאכט

אנטקעגן די פחד פונעם נאכט

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11493

נהורא נפישא » מאנטאג מאי 15, 2017 2:55 pm

· #371089
אנטקעגן די פחד פונעם נאכט
אינעם עפל גארטן
אונטער בוים'ס אויסגעשטרעקטן ארעם
מיר זיצן און שפילן קארטן
צו די שיין פון די ליכט טורעם


און די רויעך עס שפרייזט
ווייט-קוקענדיגע אויגן פארגלייזט
עס הערשט א הארמאנישע גייסט
פאר צושלאגענע - א טרייסט
פאר דערשראקענע - דרייסט
ווי מיר וואלטן ווען געווען באוואכט
אנטקעגן די פחד פון די נאכט


און ליבשאפט אויפן וואלקן זי הענגט
די לבנה'ס שטראלן פארשפרייט
יעדענ'ס האריזאנט איז ברייט
מיט מאכט פון פרידליכקייט, קאמפף'ס גרייט
אט די פרינצעסן מיט פראכט זי גייט
מיט שטאלצקייט באקליידט
ווי זי וואלט ווען באוואכט
אנטקעגן פחד פונעם נאכט


א חלום א זיסן
כ'גיב אוועק מיין לעצטן ביסן
פון מויל הויעכע שמועסן
פערל ווערטער פליסן
פון א גן-עדן גערויך געניסן
געשמאקע פירות פונעם וויסן
עס האט מיר באוואכט
אנטקעגן פחד פונעם נאכט


אט איז זיך יעדער צוגאנגען
געבליבן בין איך אליין
צו די רוף פון די הימל קלאנגן
עס האט ביי מיר אן אנדער מיין
צעריסן צעווישן צוויי וועלטן
פארווארפן צעווישן הימל און ערד
אט דאס וואס איז זעלטען
האט ביי מיר א ווערט


א חלום, איך דערוועק זיך
צו די נאסקייט פון מארגן-טוי
די טעג פארלאפן גיך
מיין האר שוין יעצט גרוי
באוואפענען איך דארף פון דאסניי
כדי צו זיין באוואכט
די טעג גייען פארביי
צום אנקום פון די נאכט

מפוזרי » מאנטאג מאי 15, 2017 4:38 pm

· #371105
Re: אנטקעגן די פחד פונעם נאכט
מעכטיג!
עד אשר לא תחשך השמש והאור והירח והכוכבים ושבו העבים אחר הגשם, איז נאך דא צייט.

קומזיץ » מאנטאג מאי 15, 2017 11:13 pm

· #371185
הערליך!! שיינע פראזן , עס שפירט זיך ווי א פארצייטיש יודיש לידעלע אז עס ברומט זיך אונטער א תנועה'לה ביים ליינען