☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בית המדרש הגדול מאנהעטן אין פלאמען

בית המדרש הגדול מאנהעטן אין פלאמען

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11492

שושן פורים » זונטאג מאי 14, 2017 7:48 pm

· #370930
בית המדרש הגדול מאנהעטן אין פלאמען
א שריפה האט נארוואס אויסגעבראכן אינעם היסטארישן ביהמ"ד הגדול אין לאוער איסט סייד, דער שוהל פארנעמט א בכבודיג ארט אין די אידישע היסטאריע פון ניו יארק זייענדיג דעם מקום וואו ניו יארקס איינציגסטע רב הראשי ר' יעקב יוסף ז"ל האט משמש געווען ברבנות.

חבל על דאבדין

איסר האטלקי » זונטאג מאי 14, 2017 7:51 pm

· #370931
פאר וועמען געהער דער שול היינט צוטאגס?

איסר האטלקי » מאנטאג מאי 15, 2017 2:38 pm

· #371088
..

מיש-נייעס » מאנטאג מאי 15, 2017 5:43 pm

· #371120
אוי א שטיק היסטאריע פארוואנדלט געווארן אין רויעך

סמבטיון » דינסטאג מאי 16, 2017 11:40 am

· #371232
האט מען דעדאווענט אין די שול לעצטענס?

היכי דמי » דינסטאג מאי 16, 2017 12:01 pm

· #371236
ניין. די שוהל איז שוין פארמאכט פון 2013 צוליב די שוואכקייט פון די בנין.

שכנים זאגן אז פאריגע וואך איז שוין געווען א קליינע פייער אין די בנין, אויף סורוועילענס ווידיאו זעהט מען 3 מענטשן גייען אוועק פונעם סצענע ווי נאר עס האט אויפגעפלאמט.

65th » דינסטאג מאי 16, 2017 6:52 pm

· #371294
Re: בית המדרש הגדול מאנהעטן אין פלאמען
יעצט דארף מען בעטען אין דאווענן אז מע זאל נישט חלילה טרעפן אדער חאפען ווער האט גימאכט די הבדלה ...


Sent from my iPhone using Tapatalk

פעינטער » מיטוואך מאי 17, 2017 9:40 am

· #371360
מאנהעטן - פאליציי האבן ארעסטירט און אנגעקלאגט א פערצן-יעריגער פארן אינטערצינדן די פייער די וואך וואס האט פארניכטעט די היסטארישע 167-יעריגע בית המדרש הגדול.
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2017/05/17/teen-arrested-and-charged-with-torching-synagogue/">http://nypost.com/2017/05/17/teen-arres ... synagogue/</a>