☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » בעטן טעקס פאר סערוויס

בעטן טעקס פאר סערוויס

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11491

Easy Shopping » זונטאג מאי 14, 2017 11:59 am

· #370863
בעטן טעקס פאר סערוויס
מיט עטליכע וואכען צוריק האט מיין פריזער געמאכט פראבלעמען האב איך גערופען א מיקאניק, ער געבט מיר א פרייז פון 135 ביים באצאלען בעהט ער 146 זאגענדיג אז מען דארף קאלעקטען טעקס

ווי שוין ערווענט אין אן אנדערע אשכול טוט עמעזאן אויך פארעכטען אפלייענסעס און זיי טוען נישט קאלעקטען סעילס טעקס
<a class="postlink" href="http://amzn.to/2pjP6FV">http://amzn.to/2pjP6FV</a>
מיין שאלה איז פארוואס דארף עמעזאן נישט קאלעקטאן טעקס?

בן אדם » זונטאג מאי 14, 2017 12:35 pm

· #370866
מיין שאלה איז פארוואס האט ער נישט קודם געזאגט אז ס'איז פלוס טעקס.

אישתישבי » זונטאג מאי 14, 2017 12:41 pm

· #370867
נאר פראפיציענאלע סערוויס פארלאנגט נישט טעקס.

צ.ב.ש. א לויער א בוכהאלטער וכדומה.

די גדרים פין פראפיציענאלע סערוויס זענען שטארק דעבאטירט.

טמיר » זונטאג מאי 14, 2017 1:41 pm

· #370875
Re: בעטן טעקס פאר סערוויס
עס האט נישט מיט פראפעסיאנאל. עס האט צי טון אויב די ארבעט גייט אריין אין א חפצא, למשל פארעכטן עפעס, רייניגען א הויז וכדומה, משא"כ אן ארבעט וואס ווערט נישט נתפס אין א חפצא, ווי קאנסאלטינג, אפרעיזעל, גרעיפיקס אין א דיגיטעל פארמאט, מארקעטינג וכדומה

berlbalaguleh » זונטאג מאי 14, 2017 2:14 pm

· #370886
און אויסער דעם, איז עמעזאן א נאציאנאלע אי-מעיל קאמפעני, און זיי קאלעקטן נישט קייין סטעיט סעילס טעקס, אין מערסטע פאללן...!

וואלווי » זונטאג מאי 14, 2017 5:48 pm

· #370923
berlbalaguleh
און אויסער דעם, איז עמעזאן א נאציאנאלע אי-מעיל קאמפעני, און זיי קאלעקטן נישט קייין סטעיט סעילס טעקס, אין מערסטע פאללן...!


דעס אז אנליין ביזנעסער קאלעקטען יא אדער נישט טעקס האט צו טוהן צו זיי האבן א פרעזענס אין די שטאט ווי זיי דעליווערען זייער סערוויס דעמאלטס דארפען זיי קאלעקטען טעקס ליגעלי. בעצם, אז א ניו יארקער איינוואנער קויפט א לייטער אין א געז סטעשען אין ניו דזשערסי דארף ער ליגעלי צאלן ניו יארקער סעילס טעקס רעיט פאר ניו יורק נאר זיי קענען דאס נישט אויף ווייזען אבער בעצם דארף מען דאס דערקלערן דאכצעך אויפ'ן טעקס ריטורן. ווייל די כלל איז אז בנוגע צו קאמערס זענען א יעדע פון די פופציג סטעיטס א מדינה פאר זיך, וואס דאס זענען זיי בעצם אייגענע מדינות.

דאס איז געווען די סיבה פארוואס ס'האט זיך אויף געהערט די אינטערנעט ציגערעטלעך ביזנעס ווייל די סטעיטס האבן געמאכט א קרעקדאון אויף די נישט געצאלטע טעקסעס וואס דער קונה האט אליינס געדארפט דערקלערן אבער דא אוט אף סטעיט מוכר וואס האט נישט געהאט קיין פרעזענס אין די קונה'ס שטאט איז נישט געווען מחויב דאס צו קאלעקטען.

דא רעדט ער פון וואס גייט אריין אין דין סערוויסעס המחויבים בסעילס טעקס נאכדעם וואס עס איז שוין דא א פרעזענס פונ'ם בעל הסערוויס באותו מקום.

קורקלענד » זונטאג מאי 14, 2017 7:18 pm

· #370926