berlbalagulehשבת אחים: ווען דער ראדיאאקטיווער רויעך אדער שטויב וועט ח"ו אנקומען קיין ארץ ישראל און סטעטן איילענד, וועסטו זאגן,...אהא...די דייטשן זענען סוכ"ס נישט אזעלכע פיינע מענטשן ווי איך האב געמיינט"... זיי זענען אבער אייביג זייער העפליך געווען. אפילו ביי די טויערן פון די אוישוויץ גאז קאמערן האבן זיי (אין געוויסע סצענעס) געגעבן זייף און א האנטוך פאר זייערע קרבנות מיט א שמייכל...! נאכמער. ביי די טויערן פון אוישוויץ האט א קאפעליע פון אידישע העפטלינגען (אינמעיטס, בלע"ז) געשפילט שיינע ניגונים...!
א פערזענליכע ווענדונג צו ר' שבת אחים: ביטע טשוכע דיך אויס פון דיין קינדישע נאאיווקייט. די וועלט איז נישט קיין סאציאליסטישע יוטאפיע. (גן עדן. פאר די ניי-אויפגעקלערטע וועלכע האבן נישט געלערנט ענגליש ווילאנג זיי זענען געווען אין חדר/ישיבה.) וואו מ'דארף נישט דאווענען און האלטן שבת אדער עסן כשר'ס. א געשמאקע העם סענדוויטש אנגעשמירט מיט מאיאנעיז און א שטיקל אמעריקען טשיעז איז (מסתמא) טאקע זייער געשמאק. אבער דאס איז נישט די אייציגסטע זאך אין לעבן. ס'זענען פארהאן שלעכטע גויים (און אידן) וועלכע חלומ'ען שטענדיג פון אונטערדריקן אדער ח"ו אויסהרג'נען מיליאנען אנדערע מענטשן...!
אויף ענגליש (איך קען דאך נישט קיין ענגליש וועל איך עס שרייבן אין אידיש) זאגט מען... "וועיק אפ, ענד סמעלל דהע קאפפי"...!
די וועלט איז נישט סאושליסט???
ס׳וואלט געפאסט פאר סענדער דייטש צושרייבן אזאנס
איבער דרייסיג געלונגענע פארגעשריטנע לענדער אויף די וועלט זענען סאושליסטיק געשטימט! האלטס זיך פאר א ״גרויסע חכם״ וואס קען שפראכן וואלסטו שוין געמעגט טראכטן פאר זיך אליינס און נישט נאכזאגן ווארט ביי ווארט ״אמעריקעס פראפעגאנדא״ וואס באשטייט פון ״אפענע שקרים״...!
נישט לאנג צוריק איז דיין גאלדענע ״אמעריקא״ געוועהן נומבער 1 פלאץ צו וואוינען אויף די וועלט, היינט עס איז ניטאמאל פון די ״טאפ 10״...! ווייסט ווער זענען די ערשטע 10??? אלע סאושליסט לענדער וואס די טעהנסט אז ס׳עקזיסטירט נישט...
כהאב דיר געבעטן א פארלעסליכע מקור צו דיינע ״נערישע קלעימס״ אז די דייטשען בויען ״נייע אויווענס״ צו פארברענען אידן, געסטו מיר א גאנצע ״נערישע-אומשכל׳דיגע-שקרים"????
ביסט געוועהן אין דייטשלאנד לעצטענס???
קענסט אידן וואס וואיונען דארט???
איך בין דארט געוועהן מעהר ווי איינמאל, איך האב א גיטע חבר א חבדסקר, א שליח וואס וואוינט אין דיזלדארף שוין א שיינע פאר יאהר מיט א משפחה מיט קינדער וואס גייען מיט פיאות און ציצית אפענערהייט, לויט אים האט ער נאך ״קיינמאל״ נישט עקספירענסט אנטסמיטיזים דארט... נאר פונקט פארקערט!!!
ביסט איינגערעדט! פשוט און גראד דו חלמסט אויף כח!