☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בשורה טובה! פאר די וועלכע קאנען נישט פארן צו מירון

בשורה טובה! פאר די וועלכע קאנען נישט פארן צו מירון

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11483

ציבעלע-קיגל » מיטוואך מאי 10, 2017 2:56 pm

· #370493
בשורה טובה! פאר די וועלכע קאנען נישט פארן צו מירון
בשורה טובה! פאר די וועלעכע קאנען נישט פארן ל"ג בעומר קיין מירון

מען האט יעצט אנטדעקט דעם ציון פון ברודער פון ר' שמעון דא אין סטעטאן איילאנד.

ווי עס דערציילט א איד פון לעיקוואוד אז ר' שמעון איז איהם געקומען אין חלום און געזאגט אז מען קאן גיין דארט אויספועל'ן.

רב יונה לאנדאו גייט אראנגז'ירן באסעס

פועלט'ס אויס אלעס גוטס!

ליפא » מיטוואך מאי 10, 2017 3:09 pm

· #370496
לאנג איילענד. נישט סטעטען

ציבעלע-קיגל » מיטוואך מאי 10, 2017 3:24 pm

· #370497
ליפא
לאנג איילענד. נישט סטעטען


גערעכט, זיי מיר מוחל.

שלמה המלך » מיטוואך מאי 10, 2017 5:03 pm

· #370511
ליפא
לאנג איילענד. נישט סטעטען

די רעדסט פון ר' ישעי'לעס ברודער - ער רעדט פון ר' שמעון'ס ברודער

שיינער » מיטוואך מאי 10, 2017 5:42 pm

· #370519
עטס זענטס ערענסט אדער עטס מאכטס סתם לצנות?

וואלווי » מיטוואך מאי 10, 2017 6:02 pm

· #370520
שיינער
עטס זענטס ערענסט אדער עטס מאכטס סתם לצנות?


ערענסטע ליצנות.

מאך נישט קאליע! תוכחה אחת דוחה מאה ליצנות.

וואלווי » מיטוואך מאי 10, 2017 6:05 pm

· #370521
ציבעלע-קיגל


ווי עס דערציילט א איד פון לעיקוואוד אז רב שמעון איז איהם געקומען אין חלום און געזאגט אז מען קאן גיין דארט אויספועל'ן.



אט אזוי! ווי די מבינים האבן געזאגט ביי די מעשה מיט די דיבוק פון בצרי, אז ווען דאס פאסירט אין פאנאביז'ער ישיבה אנשטאטס ביי א ספרד'ישער יודענע וואלט עס בעסער געפלויגען.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 10, 2017 9:01 pm

· #370546
וואלווי
שיינער
עטס זענטס ערענסט אדער עטס מאכטס סתם לצנות?


ערענסטע ליצנות.

מאך נישט קאליע! תוכחה אחת דוחה מאה ליצנות.

וואלווי: נישט ביי א יעדע זאך ארבעט דער דבר והיפוכו. ביי מאלטיפליקעישן, למשל ארבעט עס יא.און אפשר ביי פאעטרי אויכעט, פון מאל צו מאל. אבער ביי מוסר ארבעט עס נישט...ליצנות אחד דוחה מאה תוכחות איז אמת. אבער די פארקערטע איז ליידער נישט...! אבער מ'דארף וויסן די דעפינישן פון ליצנות. ליצנות מיינט נישט זאגן א גוט ווערטל אדער א דזשאוק. ליצנות מיינט אפ שפעטן. סארקאזם. סיניסיזם (זיין א ציניק/ער). די בעסטע ראיה איז, וואס רש"י הק' זאגט אין פ' תולדות. אויפ'ן פסוק ..."ואלה תולדות יצחק בן אברהם. אברהם הוליד את יצחק"...אז די אייבישטער האט געמאכט די קלסתר פנים פון יצחק אויסזעהן אזוי ווי אברהם. און אלע האבן געזאגט אז..."אברהם הוליד את יצחק"... ווייל די ליצני הדור האבן געזאגט אז..."מאבימלך נתעברה שרה"...!

וואלווי » מיטוואך מאי 10, 2017 11:40 pm

· #370577
העי, דאנט בי סאו סיריעס.

את"ל ע"פ פשט ביסטו גערעכט. אבער איך רעד ע"פ דרש. וע"פ רמז א"ל אז תוכחה אחת דוחה מאה ליצנות, אז ווען ווען איינער רעדט סארקאסטיק אדער סתם קאמעדי ובדחנות טאמער ריקט זיך אריין איין ערענסטע מחשבה סיי אין די זאגער אדער שרייבער, סיי אין די ליינער אויסהערער, כגון בכי האי גונא ווען איינער פרעגט צו די מיינסט עס ערענסט איז עס א בחינה פון תוכחה אחת דוחה מאה ליצנות. איט ספוילס דע פאן, אפילו אמאל איין מחשבה זרה...

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 11, 2017 1:09 am

· #370605
די לעצטע פאר יאר איז געווארן א געפארעכץ ל"ג בעומר צום ציון פון מרנ"ץ מ'באבוב. יעצט הער איך אז ער איז געקומען צו איינעם אין חלום אז טאמער קען מען נישט קומען צו זיין קבר האט ער א ברידער אין בארא פארק ווי מ'קען אויך פוילען

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:03 am

· #370609
ליפא
לאנג איילענד. נישט סטעטען


ענדערש סטעטן איילענד
אין לאנג איילענד האט דאך הילערי געוואונען, פוי! אין סטעטן איילענד האט פוטין געוואונען (ליידער) מיט 57 פראצענט, ווייל די אלע איטאליענער קריסטן וואוינען דאך דאהי, הגם ״כוסעין״ האט געוואונען צוויי מאל סטעטן איילענד, ווי אויך האבן מיר געהאט די זכי׳ אז אבאמא האט אונז באזוכט נאך דעם שרעקליכן ״האריקעין קאטרינא״ דעמאלטס האב איך מיך דערזעהן פנים אל פנים מיטן שטן אליינס...ימח שמו דער מוסלימנער שחור...! פעך! א גרויל...

שטייסטע????