☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #11476

אשכול אן א טיטל #11476

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11476

— » מאנטאג מאי 8, 2017 11:23 am

· #370236

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איש את רעהו » מאנטאג מאי 8, 2017 11:26 am

· #370237
לואי פון פארשעי ?

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מאי 8, 2017 11:55 am

· #370245
וואס איז געווען די צוועק פונעם וויזיט?

גאנצל » מאנטאג מאי 8, 2017 12:18 pm

· #370254
וואס איז פשט פון דעם ?

איש את רעהו » מאנטאג מאי 8, 2017 12:30 pm

· #370256
גאנצל
וואס איז פשט פון דעם ?

מוטה פראנק

לא פעם ראשונה בהיסטוריה שרבנים נפגשים עם האפיפיור בכדי לפעול פעולות טובות לעם היהודי בתפוצות
מעבר לכך שכבר בחז״ל מצאנו כמה וכמה תנאים שזה היה עיסוקם להיפגש ברומי עם האויבים שבאומות בכדי להשפיע באמצעותם לטובת כלל ישראל, הרי שכך גם נהגו רבים מרבני ישראל במהלך הדורות להיפגש עם ראשי הנצרות בכדי להשפיע באמצעותם טובות לעם ישראל בתפוצות.
רק בשנים האחרונות אנחנו עדים לכך על מפגשים של הרב הראשי לישראל הרב דוד לאו כמו גם רבה הראשי של ארגנטינה הרב יצחק סאקה עם האפיפיור, והאפיפיור גם החזיר ביקור גומלים בבית הכנסת ברומא יחד עם הרבה רבנים של העם היהודי.
עשרות רבנים מרבני וועידת אירופה נפגשו עם האפיפיור בוותיקן בחודש אייר תשע״ד בכדי להשפיע עליו שידבר נגד האנטישמיות בעולם.
יש גברת מפורסמת בארץ ישראל בשם רבקה רביץ והיא משמשת יועצת לנשיא מדינת ישראל ולפני כמה חודשים היא הוזמנה יחד עם הנשיא לבקר אצל האפיפיור בוותיקן, היא התייעצה עם רבנים שהורו לה שהיות שהפגישות עם האפיפיור בוותיקן מתקיימת בחדרי אירוח אישיים של האפיפיור ולא בבתי תיפלה שלו לכן אין איסור להיפגש אתו שם.

נולד מאוחר » מאנטאג מאי 8, 2017 12:37 pm

· #370259
איז עס נישט ביהרג ועל יעבר ? קל וחמור פון שייטלעך.

תורה ומדע » מאנטאג מאי 8, 2017 1:13 pm

· #370265
ר שלמה'לע זצ"ל דרייט זיך איבער אין קבר אז מען זינגט זיינער א ניגון אין אזא מקום טומאה

כלבאשבוע » מאנטאג מאי 8, 2017 1:48 pm

· #370267
תורה ומדע
ר שלמה'לע זצ"ל דרייט זיך איבער אין קבר אז מען זינגט זיינער א ניגון אין אזא מקום טומאה


ר׳ שלמה דרייט זיך גארנישט איבער, ער פלעגט אליין גיין צו קריסטליכע קאנווענשאנס צו פארשפרייטן לאוו און אידישקייט

כלבאשבוע » מאנטאג מאי 8, 2017 2:48 pm

· #370275

תורה ומדע » מאנטאג מאי 8, 2017 3:42 pm

· #370282
אבער יעצט איז ער דאך שוין אופן עולם האמת. מהנה זיין ע״ז איז א גאר א גרויסער פראבלעם להלכה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 8, 2017 4:35 pm

· #370288
דער שפראך פון דער איד איז נישט קיין הלכה.

מהנה זיין דער פויפסט איז נישט ׳מהנה זיין עבו"ז׳.

אז ס׳איז דא א טענה אויף דער באזוך איז עס אלס בזיון פאר אידען אז מ׳גייט חנפ׳נן אזא איינער וואס בוקט זיך צום צלם. היינט האט מען געדאווענט ביי סליחות (עכ"פ די וואס האבען גענוצט אן אומצענזארירטע סידור) ׳צמת בקצפך שוחחי לתלוי׳, און זיי גייען מפרסם זיין אז מ׳טוט אזא זאך. אז מ׳דארף גייען, גיי שטילעהייט, פונקט ווי אנדערע פלעצער וואס מ׳דארף גייען. דאס זיך בארימען און אויסשרייען הויך, כאילו א כבוד איז עס, דאס איז נישט אויסגיהאלטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » מאנטאג מאי 8, 2017 5:56 pm

· #370299
אקעי, וואס טוט מען יעצט?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 8, 2017 9:07 pm

· #370316
ער איז דאך געווען א יעקע, ביי זיי איז נישט דא קיין חכמות, אלס ביז׳ן סוף

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 8, 2017 9:46 pm

· #370318
כלבא שבוע: ייש"כ פאר דעם קליפ. ס'איז א הערליכע, רירנדע סצענע. און דער פויפסט שליט"א לאויש"ט זינגט מיט דעם ניגון מיט די אידן.

ס'וועט נאך באלד אפירקומען עפעס אן עקספערט וועלכער וועט מברר זיין אז דער פויפסט שטאמט גאר פון ספרדי'שע אידן. ער איז דאך געבוירן אין ארגענטינע. און זיין בעסטער חבר איז דאך געווען א איד. א קאפל האט ער דאך שוין. און לשון קודש און תנ"ך קען ער מסתמא אויך. האמיר א פארטיגע מעשה פון רבי שמעון הגדול. און פון אידישן פויפסט. אוואו זענען די שרייבערס פון דאס אידישע ליכט? א מעשה אין פארזעצונגען....!

ס'איז נאר דא איין קליינער פראבלעם. אונזער פארלוירענער ברודער וועלכער וואוינט אין וואטיקאן האט א "סאופט ספאט" אין זיין הארץ פאר די נעבעכ'דיגע, אונטערדריקטע פאלעסטינער באפעלקערונג...! אייביג ווען די פיהרערס פון מדינת ישראל קומען צו איהם אויף א באזוך און ביי א יעדע אנדערע געלעגנהייט זאגט ער זיי מוסר און ער דריקט אויס זיין הארצווייטאג און רחמנות אויף די אומשולדיגע שעפעלעך וועלכע וויללן סך הכל אן אייגן שטיקל ערד וואס זיי זאללן קענען אנרופן זייער מדינה...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 8, 2017 9:52 pm

· #370320
איך האב ערשט געקוקט די ווידיאו, נאכ׳ן הערען שמועסען אין גאס דערוועגען.

נאך איינער פרעגט די קשיא׳ס? ער האט נישט בעסער וואס צו טוהן ווי שטייען אין א קרייז פון וויינעדיגע אידעלעך? ער איז אוועילעבעל פאר יעדעם צו באזוכען צו מאכען א גערודער? איין גלח שטייט אונטער איהם זיך (איהם) אונטערצוהאלטען און יר שאקעלט צו מוזיק? נאך א פרעזידענט אדער קעניג אין דער וועלט לאזט זיך פאר אזעלכע שטותים?

לדעתי איז עס א פורים שפיל, ולא יותר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 8, 2017 9:59 pm

· #370321
תורה ומדע
אבער יעצט איז ער דאך שוין אופן עולם האמת. מהנה זיין ע״ז איז א גאר א גרויסער פראבלעם להלכה.

מ'איז נישט געגאנגען צו א בית עבודה זרה. דארט אין צימער איז נישט געווען קיין שום צלם אדער פסל. חוץ דעם פויפסט'ס קייטל אליין...!

שבת אחים » מאנטאג מאי 8, 2017 9:59 pm

· #370322
די היינטיגע פויפסט גייט אריין אין א צווייטע קאטאגריע ווי אמאליגע פויפסטן וואס זענען געוווהן ביטערע ״שונאי ישראלים״ און אפילו בארעכטיגט רציחה אפענערהייט און שטילערהייט. אבער ביי אונזער פאלל איז דער היינטיגער פופסט פראנסיס א געוואלדיגע ״אוהב ישראל״ און א ״אוהב הבריות״ ער האט גאר נאנטע פריינד אידן, ער איז א מענשטליכע מענטש, גארנישט ראונג אז אידן רבנים זענען אים געגעאנגען אפגעבען דעם כבוד וואס קומט זיך אים, אידן מיט קריסטן דארפן זיך נישט שלאגן! און דעס מיינט נאכנישט אז מיר אגריען מיט זייער גלויבן אדער וואס.

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 9, 2017 1:03 am

· #370330
שבת אחים
די היינטיגע פויפסט גייט אריין אין א צווייטע קאטאגריע ווי אמאליגע פויפסטן וואס זענען געוווהן ביטערע ״שונאי ישראלים״ און אפילו בארעכטיגט רציחה אפענערהייט און שטילערהייט. אבער ביי אונזער פאלל איז דער היינטיגער פופסט פראנסיס א געוואלדיגע ״אוהב ישראל״ און א ״אוהב הבריות״ ער האט גאר נאנטע פריינד אידן, ער איז א מענשטליכע מענטש, גארנישט ראונג אז אידן רבנים זענען אים געגעאנגען אפגעבען דעם כבוד וואס קומט זיך אים, אידן מיט קריסטן דארפן זיך נישט שלאגן! און דעס מיינט נאכנישט אז מיר אגריען מיט זייער גלויבן אדער וואס.


איך הער דיין פאינט אבער איך וויל פארשטיין פארוואס די האלטסט אז ס'קומט זיך אים אז אידן זאלן אים גיין גיבן כבוד

שבת אחים » דינסטאג מאי 9, 2017 4:25 am

· #370337
וואס הייסט?
פארן זיין א מענטשליכע שלומ'דיגע נארמאלע מענטש, ער וואלט דאך פונקט אזוי געקענט זיין א פארביסענע אנטיסעמיט ווי זיינע פארגייער, ניין....? אלע אנדערע רעליגעס גייען אויך צו אים און מאכן ענליכע צערעמאניעס מיט זינגעריי און טאנצעריי, און אידן מוזן עס נאכטוהן אלץ PR. מיינט נאכנישט אז אידן האבן געטוישט זייער גענצליכע בליק אויף די "קריסטליכע גלויבן" זעלבסט. גארנישט מיט רעליגע צו טהן! פשוט, פויפסט פראנסיס איז א פיינע נארמאלע מענטש א אוהב ורודף שלום און פארדעם קומט זיך אים טאקע די כבוד...

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג מאי 9, 2017 8:47 am

· #370341
איך ווארט נאר צו זען צו די פאר רבנים וואס האבן ארויס געשטעלט א פאשקעוויל קעגן די בעלזער פארן זיך טרעפן מיט ביבי וועלן יעצט טוהן די זעלבע צו רעביי גלוק! אדער זיי האבן מורא פון איינער וואס האט א לעלאא מיט אפישיעל פלעטס. (אפשר דארף מען צושטעלן פארן בעלזער אויך א לעלאא מיט קאאל פלעטס? דאן וועלן די רבנים האבן ריספעקט פאר איהם אויך)

לעיקוואד » דינסטאג מאי 9, 2017 11:21 am

· #370360
лпم iοوԴ
היסטארי

זייער אינטרעסאנט. מקור?

בן אדם » דינסטאג מאי 9, 2017 1:15 pm

· #370379
און איך וויל וויסן פון ווי 'די מקור' האט גענומען 'זייער מקור'

65th » דינסטאג מאי 9, 2017 2:20 pm

· #370383
לא תשכח
א פאהר מאהל אין היסטוריה ווען יודען זענן גיוועהן אין א עת צרה אין בלית ברירה אלס לעצטע מיטל האבן יודען זיך גיבעטן ביי די קאטויליש קירכע צי הילף אין דער ענפער איז אימער גיוועהן די זעלבע ווי צב״ש ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבען יודן גיוויינט אז אומשולדיגע יודן ווערן גיפייניגט האט דער קארדינל ימ״שו גיענפערט :
״ עס גיבט זיך נישט קיין אומשולדיג יודע״
נישט צי פארשטיין אז מע גייט זיך טרעפן מיט זיי איברהויפט אז זיי האבן נישט קיין שום כח אדער קאנטראל אויף גארנישט
ווי אזוי האט סטאלין גיפרעגט?
וויפיל מיליטערישע דיוויזיוס האט דער פויפסט?


Sent from my iPhone using Tapatalk

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 9, 2017 2:35 pm

· #370385
א באנדע בהמות. טאמער זינגען זיי ווען ונקיתי דמם לא נקיתי, וואלט איך זיי שוין מוחל געוועהן.

און ווער איז דער בהמה וואס טאנצט דארט ווי פאר א רבי?

איך וויל נאר פרעגען, ווער גייט זיין דער ערשטער רבי וואס גייט אנטוהן אזא חאלאט ווי דער פויפבסט? און ווער גייט אנטוהן א געבלימטע חאלאט?

פליקער » דינסטאג מאי 9, 2017 6:05 pm

· #370396
עס איז פארהאן די באוויסטע מעשה מיטן זין פון רבינו שלמה בן אדרת באוויסט אלס דער רשב"א וואס זיין זין איז געווארן געפאנגען און דער רשב"א האט יארן געקלאגט נאך אים ווייל ער איז געווען גאר א געראטען קינד.

יארן זענען פארלאפען און דער רשב"א איז אויסגעקליבען געווארן צי גיין צים פויפסט אפשפרעכן א גזירה, און ער איז געגאנגען און האט זיך אויסגערעט דאס הארץ, און פאטער און זין האבן זיך דערקענט.
📎 1.jpg 📎 2J.jpg 📎 3j.jpg 📎 4j.jpg

פליקער » דינסטאג מאי 9, 2017 7:08 pm

· #370398
איך ברענג נישט די מעשה וויל איך האלט אז די עסקנים האבן ריכטיג געהאנדעלט, איך האלט אז זיי האבן מחלל געווען שם שמים, געטוען א עוולה וואס זיי קענען נישט מתקן זיין.

וואס איז דאס זינגען אורך ימים, וועלכע ביטערע גזירה ווילן זיי אפשפרעכן, זענען זיי געגאנגען דורך שמיעסן וואס די קריסטען געבען זיך אנייצע מיט מענערישע ראפירינגען, ווייל לעצטענס האבן זיי געמאכט דערין פיל פארשריט, וואס פאר א לעקציעס האבן זיי געזיכט צו לערנען ביים פויפסט?.

וואס איז געווען אזוי דרינגענד אז זיי האבן עס נישט געקענט ארלידעגן אן צוויי געטאר'ס מיט שטרויבלדיגע שפילער'ס?

תנחום » דינסטאג מאי 9, 2017 9:07 pm

· #370405
אזוי האט זיך עס אנגעפאנגען, קודם איז מען געשטאנען אויף פארענטשעס געטאנצן און געקלאטש פאר א בשר ודם מיט א גאלדענע בעקישע מיט א שיינע שטריימל פון דארט איז עס אריבער צו טאנצן און זינגען פאר א בשר ודם מיט א ווייסן אויבערראק מיט ירושלמי קאפל. רבותי! ס'מיז זיך אפשטעלן! ענדערש וועמיר א פארביטערטע מתנגד. @ליטוואק, האסט פלאץ אין קאר?
וַיָּמִירוּ אֶת-כְּבוֹדָם; בְּתַבְנִית שׁוֹר, אֹכֵל עֵשֶׂב.

שבת אחים » מיטוואך מאי 10, 2017 1:30 am

· #370438
פליקער
איך ברענג נישט די מעשה וויל איך האלט אז די עסקנים האבן ריכטיג געהאנדעלט, איך האלט אז זיי האבן מחלל געווען שם שמים, געטוען א עוולה וואס זיי קענען נישט מתקן זיין.

וואס איז דאס זינגען אורך ימים, וועלכע ביטערע גזירה ווילן זיי אפשפרעכן, זענען זיי געגאנגען דורך שמיעסן וואס די קריסטען געבען זיך אנייצע מיט מענערישע ראפירינגען, ווייל לעצטענס האבן זיי געמאכט דערין פיל פארשריט, וואס פאר א לעקציעס האבן זיי געזיכט צו לערנען ביים פויפסט״?.

וואס איז געווען אזוי דרינגענד אז זיי האבן עס נישט געקענט ארלידעגן אן צוויי געטאר'ס מיט שטרויבלדיגע שפילער'ס?


אזא גרויסע עוולה ממש אז מקען עס נישט מתקן זיין? אפילו מיט גלגל שלג??? אפשר זאגן תיקון הכללי און פערציג מאל שיר השירים אהין און צוריקצווועגס? אויך נישט? אפשר וועט מען געבן א קנס פאר ראביי גלאוק ער וועט מוזן שרייבן דריי א האלב טויזנט מאל ״איך וועל מעהר נישט באזוכן דעם פויבסט״!

מחלל געוועהן שם שמים? מיינסט מקדש געוועהן שם שמים, זיי האבן געוויזן פאר די וועלט אז די צוויי רעליגעס וואס האלטן אנדערש קענען קא-עקזעסטירן אין הארמאניע! הער אויף מיט די איינגעבאקענע שנאה צו א וויואלע מענטש, פיינעלי סאיז שוין דא איין גוי א קריסטליכע פירער וואס האט באמת ליעב אידן האבן ענק אים אויך פיינט...! וועגן דעם און וועגן יענץ... און וועגן די האליקאוסט וואס ער איז סאום-האו שולדיג... נאכדעם זאגן זיי אז יעדע גוי איז א אנטיסמיט, כווייס נישט צו יעדע גוי איז א אנטיסמיט, אבער איין זאך איז קלאר 95 פראצענט חסידים זענען ראסיסיטן וואס האבן פיינט יעדעם חוץ זייערע רביס און חסידותן, מיט אלע אנדערע וואס זענען נישט פונקט ווי זיי האבן זיי חשבונות פון דא ביז מאסקווע...


אה די גרעסטע ראי׳ אז מ׳האט מחלל שם שמים געוועהן איז ווייל מ׳האט געזינגען אורך ימים! נעקסטע מאל גייען זיי זינגן דיין סאטמארע הקפה ניגון וואס ענק האבן געזידלט אויף יעדען רבין חוץ ר׳ יואליש, ״וכל קרני רשעים״ וכו׳ שייגעץ ארויס! שיקסע!!! דעס האט ענקער רבי אויפגעוואקסן. א דור פון ראדיקאלע עקסטרעימע פראטעסטירער ווי יואלי ציממערמאן וואס ווייסן נישט ווי איין און ווי אויס!

אה און די צוויי גיטארס איז נאך די גרעסטע עוולה פון אלעס! אויף דעם באקומט מען זיכער כרות בידי שמים...

וואס זיי האבן זיך אויסצולערנען ביים פויפסט פרעגסטו????
אלע מידות טובת וואס מ׳האט קיינמאל נישט געזעהן ביי ענקערע רביים און פירערס, מענשטליכקייט! אמת! גמילות חסידים, דעס קען מען זיך אויסלערנען ביים פויפסט! און ביי ענק וואס האט מען אויסגלערענט צוזיין א מחוצף פאר א יעדעם וואס האלט נישט ווי ענק??? דעס האט ענק ר׳ יואליש אויסגעלערנט הייסט עס!??

די באזוך פון פרומע אידן ביים פויפסט פראנסיס איז געוועהן די גרעסטע ״קידוש השם״ וואס סאיז נאר מעגליך אין די וועלט!

#ערשט_קלאסיגע _טיפשות

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 10, 2017 6:22 am

· #370452
דאס אז מ׳האט געוויזען אז די צוויי רעליגיעז קענען צוזאמען עגזיסטירען איז גאר דער חילול ה׳, כאילו אידישקייט איז נאך א רעליגיע און זיי זענען פונקט אזוי גערעכט ווי אונז. דאס איז פארשוועכט דער אמת אז אחד הוא אלקינו און קיחן אנדערע האט ער נישט מיט זיך, נישט קיין ווייב נישט קיין זוהן גארנישט, נאר ער אליינס. פאר דעם זאגען מיר אחד, און דער הו"א אנדערש איז א חלק פון דער מרכבה הטמאה וואס אויף דעם דאווענען מיר ׳להעביר גילולים מן הארץ, לתקן עולם במלכות ש-די׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » מיטוואך מאי 10, 2017 10:58 am

· #370475
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס אז מ׳האט געוויזען אז די צוויי רעליגיעז קענען צוזאמען עגזיסטירען איז גאר דער חילול ה׳, כאילו אידישקייט איז נאך א רעליגיע און זיי זענען פונקט אזוי גערעכט ווי אונז. דאס איז פארשוועכט דער אמת אז אחד הוא אלקינו און קיחן אנדערע האט ער נישט מיט זיך, נישט קיין ווייב נישט קיין זוהן גארנישט, נאר ער אליינס. פאר דעם זאגען מיר אחד, און דער הו"א אנדערש איז א חלק פון דער מרכבה הטמאה וואס אויף דעם דאווענען מיר ׳להעביר גילולים מן הארץ, לתקן עולם במלכות ש-די׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


וואס האט גייען באזוכן דעם פויפסט מיט געבן גערעכט פאר זיין רעליגע??? ער איז א גרויסע פיגור און אלע רעליגעס קומען צו אים, דעס מיינט נאכנישט אז מגעט אים גערעכט...

פון דעי מעשה מיטן פובסט איז מיר נאכמאל געדרינגען געווארן אז ״ארגאנייזט רעליגע״ איז א קענסער!!!

פיינעלי האבן מיר שוין נאך טויזנטער יאהרן פון רשעות און אכזריות מצד די קריסטן א נארמאלע מענטש איז מען אים געגעאנגען אפגעבן די כבוד וואס קומט זיך אים, קומען ענק אלע וויינען אז וואס????? מ׳האט געזינגען די ניגון, יענע ניגון, א גיטאר? היל״ת!


#בהמות
#קליינע קינדער
#ארגאנייזט רעליגע איז נישט מעהר ווי טפשות, שנאה און HATE

איש את רעהו » מיטוואך מאי 10, 2017 1:38 pm

· #370484
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס אז מ׳האט געוויזען אז די צוויי רעליגיעז קענען צוזאמען עגזיסטירען איז גאר דער חילול ה׳, כאילו אידישקייט איז נאך א רעליגיע און זיי זענען פונקט אזוי גערעכט ווי אונז. דאס איז פארשוועכט דער אמת אז אחד הוא אלקינו און קיין אנדערע האט ער נישט מיט זיך, נישט קיין ווייב נישט קיין זוהן גארנישט, נאר ער אליינס. פאר דעם זאגען מיר אחד, און דער הו"א אנדערש איז א חלק פון דער מרכבה הטמאה וואס אויף דעם דאווענען מיר ׳להעביר גילולים מן הארץ, לתקן עולם במלכות ש-די׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk



פסק'נען מיט הרגשים און פילינג'ס די נידון,
בפרט ווען יענע האבן אנגעפרעגט אין א דע"ת, קוקט נישט אויס ווי די קומסט פון די ליטא.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 10, 2017 2:25 pm

· #370488
איך גלויב נישט איך דארף איבערחזר׳ן נאכאמאל. דער חשיבות פונ׳ם פויבסט איז נישט צוליעס עפעס אנדערש נאר זיין רעליגיע, און דער כבוד וואס ער נעמט איז אלס א פארטרעטער פון זיין רעליגיע, ופשוט.

ווען עפעס א רבי א הגר\טייטעלבוים\רוקח\האלבערשטאם קומט צו פארען, געבען איהם די לאקאלע רבנים אביסל כבוד. פארוואס? ער איז דאך א גארנישט בן גארנישט, וואס האט גארנישט געלערנט און גארנישט ריכטיג אויפגעטוהן אין זיין לעבען. וואס קומט זיך איהם כבוד? נאר האמת יורה דרכו, אז וויבאלד יעדער פון די כאראקטערען האבען הונדרעטער בהמות אונטער איהם וואס גלויבען אויף תולה ארץ אין די אלע איינרעדענישן זייערע, דעריבער איז מען מכבד א ציבור אידען דערמיט. דער כבוד פון א מענטש איז א כבוד צו וואס ער פארטרעט. אן ע"ה קען אמאל עומד זיין אין א שטארקע נסיון און באקומען א גריסערע ג"ע ווי דער ת"ח וואס האט נישט עומד געווען בנסיון. פון דעסטעוועגען פאדערט דער תורה כבוד ת"ח און נישט כבוד ע"ה, ווייל דער כבוד איז צו דער תורה וואס ער פארטרעט, נישט צום מענטש אליינס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ציבעלע-קיגל » מיטוואך מאי 10, 2017 2:47 pm

· #370491
שוין, נעקסטער יאהר גייען שוין גיין אפאר רעבנים מיט אפאר הונדערט חסידים, אן אוודאי מיט מזמרים און שירה, אוודאי מיט'ן קאלפיק.

און דערנאך גייט דער פון קול מבשר מאכען אן אינטערוויאו... צום ערשטען מאהל א טיש אין וואטיקאן.

און נאךדעם גייען זיי טרעפען אן אלטען פארקאלאכטען איד וואס גייט זאגען אז ער געדענקט אז פאר די מלחמה איז האט דער ******* רבי געפירט א טיש און געפראוועט א שבת אין וואטיקאן און דער פויפבסט איז געקומען און געגסען שריים...

לאמיר זעהן ווער גייט זיין דער ערשטער... עס קומט... עס קומט...

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 10, 2017 9:09 pm

· #370547
ליטוואק פון בודאפעסט
איך גלויב נישט איך דארף איבערחזר׳ן נאכאמאל. דער חשיבות פונ׳ם פויבסט איז נישט צוליעס עפעס אנדערש נאר זיין רעליגיע, און דער כבוד וואס ער נעמט איז אלס א פארטרעטער פון זיין רעליגיע, ופשוט.

ווען עפעס א רבי א הגר\טייטעלבוים\רוקח\האלבערשטאם קומט צו פארען, געבען איהם די לאקאלע רבנים אביסל כבוד. פארוואס? ער איז דאך א גארנישט בן גארנישט, וואס האט גארנישט געלערנט און גארנישט ריכטיג אויפגעטוהן אין זיין לעבען. וואס קומט זיך איהם כבוד? נאר האמת יורה דרכו, אז וויבאלד יעדער פון די כאראקטערען האבען הונדרעטער בהמות אונטער איהם וואס גלויבען אויף תולה ארץ אין די אלע איינרעדענישן זייערע, דעריבער איז מען מכבד א ציבור אידען דערמיט. דער כבוד פון א מענטש איז א כבוד צו וואס ער פארטרעט. אן ע"ה קען אמאל עומד זיין אין א שטארקע נסיון און באקומען א גריסערע ג"ע ווי דער ת"ח וואס האט נישט עומד געווען בנסיון. פון דעסטעוועגען פאדערט דער תורה כבוד ת"ח און נישט כבוד ע"ה, ווייל דער כבוד איז צו דער תורה וואס ער פארטרעט, נישט צום מענטש אליינס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: אלס ליטוואק גלייבסטו דאך נישט אין קיין חסיד'ישע רבי'ס. אבער דער חסיד'ישער רבי האט געקענט לערנען. דער הייליגער שר שלום מ'בעלזא זי"ע. האט געטייטשט דעם פסוק.."אלף למטה"... אז אויב טויזנט אידן זאגן אפילו צו א שטעקן אז דאס איז אונזער רבי/מנהיג, באקומט ער כוחות מן השמים...! איך גיי דיך נישט איבעררעדן דו זאלסט זיך שמד'ן און ווערן א חסיד. אבער איך גלייב. איך האב א רעכט צו גלייבן אין דברי אמת פון צדיקי אמת...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 10, 2017 9:14 pm

· #370549
איך רעד פון איינער וואס גלויבט נישט אין דער אלף למטה תורה, פארוואס פיהרט ער זיך מיט כבוד צום בשר ודגים וואס באווייזט זיך אין שטאט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:16 am

· #370610
ליטוואק פון בודאפעסט
איך רעד פון איינער וואס גלויבט נישט אין דער אלף למטה תורה, פארוואס פיהרט ער זיך מיט כבוד צום בשר ודגים וואס באווייזט זיך אין שטאט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מכבד זיין איינעם האט מיט גלייבן צוטוהן? זייט ווען??? איך האב נישט באקומען קיין שום נוטיפיקעישאון פון קיינעם אז כיבוד האט צוטוהן מיט רעליגע ?? סאיז א נייע זאך?? ווען האט זיך אנגעפאנגען צווישן מנחה און מעריב? אדער צווישן זעקס און זיבן? וואו האט זיך עס אנגעפאנעגען צווישן קאסוב און קיטוב אדער צווישן קאסוב און וויזניץ?


האללאו? איך גלייב נישט און איך געב אפ כבוד פאר יעדער איינער וואס פירט זיך אויף מענטשליך און זארגט זיך נישט נאר פאר זיך און זיינע קינדער נאר פאר די ארומיגע אויך, אט אזעליכע מענטשען פארדינען רעספעקט לדעתי צי סאיז ר׳ אליעזר האגער, צי די דאלא לאמא, צי די פויפסט, בערני סענדארס, עליזעבעט ווארען וכו׳ אפגעזעהן וועלכע געטשקע זיי דינען און פון וועלכע רעליגע אדער דינאמענאציע זיי זענען, א גיטע וואוילע מענטש קען זיין א קריסט און א מוסלימענער, און די זעלבע פארקערט, סאיז דא ווייניג שלעכטע ביטערע אידן??? סאיז דא איבעראל גיטע און שלעכטע און מ׳דארף קענען קלויבן די גיטע און זיי אפגעבן די כבוד וואס קומט זיך זיי פארן זיין מענטשליך אין א גרידי עקעלדיגע קעפטעליסטישע סעלפיש סאסייעטי.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 11, 2017 6:26 am

· #370637
דאס איז נישט אמת. א פלעינער מענטש, וואס פיהרט זיך אויף שיין צו אנדערע, באקומט גארנישט קיין אנערקענונג. נאר א פיהרער צו א חשוב׳ער מענטש, וואס פיהרט זיך אויך אויף איידעל, באקומט פון דיר אנערקענונג. קוק די משלים ווטס דו ברענגסט.
בערני סאנדערס׳ חשיבות איז זיין טעטיגקייטען אין פאליטיק, א לעגיטימיר זאך. משא"כ דער פויבסט, וואס זיין חשיבות באשטייט פון טינופת מיט טומאה, קומט נישט די אנערקענונג בלויז פאר׳ן זייענדיגע א פערזענליכע וואוילע מענטש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 11, 2017 10:56 am

· #370661
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז נישט אמת. א פלעינער מענטש, וואס פיהרט זיך אויף שיין צו אנדערע, באקומט גארנישט קיין אנערקענונג. נאר א פיהרער צו א חשוב׳ער מענטש, וואס פיהרט זיך אויך אויף איידעל, באקומט פון דיר אנערקענונג. קוק די משלים ווטס דו ברענגסט.
בערני סאנדערס׳ חשיבות איז זיין טעטיגקייטען אין פאליטיק, א לעגיטימיר זאך. משא"כ דער פויבסט, וואס זיין חשיבות באשטייט פון טינופת מיט טומאה, קומט נישט די אנערקענונג בלויז פאר׳ן זייענדיגע א פערזענליכע וואוילע מענטש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ביסט גערעכט אז ״אין מלך בלא עם״ אבער אין די פאלל איז א אויסנאם ווייל דער פויבסט האט ״יחוס עצמו״- נישט נאר ער איז דער גרעסטער ״רעליגעזע פירער״ אין דער וועלט דערצי איז ער אויך א ״כלי״ פארזוך.

די זעלבע איז מיט בערני סענדארס, ער וואלט געקענט זיין נאך א סענעטאר וואס קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט, סה״כ פארטרעט ער גאר א קליינע סטעיט פון 600,000 מענשטען (אין סטעטן איילענד אליינס וואוינען 100,000 מעהר מענטשען ווי אין ווערמאנט), וואס מאכט אים אזוי פאפיולער??? זיין אויטענטישקייט, זיינע אויפטוהן, זיינע פאליסיס, זיינע לייסטונגען!.

אין די גרעסטע ראי׳ צודעם איז אז די פריערדיגע פויפסט ראזינגער איז נישט געוועהן האלב אזוי פאפיולער ווי די היינטיגע פויבסט פראנסיס טאקע ווייל ער איז געוועהן א שטיק דרעק און א שלעכטע מענטש.

כלבאשבוע » דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:46 pm

· #370710
ציבעלע-קיגל
שוין, נעקסטער יאהר גייען שוין גיין אפאר רעבנים מיט אפאר הונדערט חסידים, אן אוודאי מיט מזמרים און שירה, אוודאי מיט'ן קאלפיק.

און דערנאך גייט דער פון קול מבשר מאכען אן אינטערוויאו... צום ערשטען מאהל א טיש אין וואטיקאן.

און נאךדעם גייען זיי טרעפען אן אלטען פארקאלאכטען איד וואס גייט זאגען אז ער געדענקט אז פאר די מלחמה איז האט דער ******* רבי געפירט א טיש און געפראוועט א שבת אין וואטיקאן און דער פויפבסט איז געקומען און געגסען שריים...

לאמיר זעהן ווער גייט זיין דער ערשטער... עס קומט... עס קומט...


די שטריימל איז גרייט
📎 White Shtreimel Top_2.JPG

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 11, 2017 9:21 pm

· #370735
כלבא שבוע: ווער ווייסט די ענטפער אויף די שאלה...פארוואס האט דער פויבסט נישט קיין שטריימל...?!
ענטפער: ווייל ער איז נאך א בחור. אבער ער האט ווייסע זאקן און א ווייסע בעקישע. און א תולדות אהרון קאפל...!

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 12, 2017 12:18 am

· #370748
שבת אחים,
ליטוואק איז מסביר איין נקודה. אז די כבוד וואס מען האט געגעבן פאר'ן פויפסט איז נישט צוליב זיין וואוילקייט אדער גוטע מדות, נאר צוליב זיין דער ראש פון א טמא'נע רעליגיע.

קיינער מאכט נישט אוועק זיינע גוטע מעשים אלס מענטש, דאס פארדינט זיכער א נאבעל פרייז, און ער וועט זיכער באקומען זיין שכר אין הימל, אין הקב"ה מקפח שכר כל ברי', און וועט מעגליך פאררעכנט ווערן אלס איינער פון די חסידי אומות העולם; דער התנגדות אקעגן דעם יעצטיגן באזוך איז נישט אקעגן זיין פערזענליכקייט, נאר אקעגן די כח הטומאה פון זיין שטעלע.

איי אפשר האט מען געוואלט אויפטון וויכטיגע זאכן? אבער לכה"פ דאס זינגען כי אורך ימים, הייליגע ווערטער פאר א מענטש מיט'ן שקץ תשקצנו צלם אויפן האלז, איז שוין צופיל, און איז א עוולה גדולה, און א בחינה פון מעוות לא יוכל לתקון, בפרט נאכדעם וואס ס'איז מפורסם געווארן בכל קצווי תבל.