דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #11473
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11473
[ציטאט אראפגענומען]
סאיז קיינמאל נישט ראטזאם צוזאגן פאר א דאקטער אז מ׳וויל זיך נעמען דאס לעבן, אפילו לאמיר זאגן נאר פאר א וויץ, ווייל לעגאל דארפן זיי נאכדעם יענעם ריפארטן ווי מ׳שיקט זיי אין א ״בית המשוגעים״ אריין פאר אפאר וואכן אויס צופארשן צו סאיז טאקע ערנסט די מצב. אין די ספעציעל אפטיילונג פון די משוגעים הויז איז די טעמפרעטאור זייער נידריג און סאיז זייער קאלט דארט (ספעציעל געמאכט אז טאמער איינער וויל זיך יא נעמען דאס לעבן זאל עס זיין זייער שווער ווייל די בלוט פליסט נישט אזוי שנעל אין א קאלטע טעמפרעטאור), ווי אויך געבן זיי נישט קיין נארמאלע קליידונג און דאכענע מ׳זאל זיך נישט קענען דערשטיקען... איך קען א בעלזער אינגערמאן וואס האט געמאכט אזא וויץ מיט א דאקטער... פרעגט בעסער נישט...
ס'דא ארגענעזאציעס וואו זיך צו ווענדן. זיי זענען לכאורה געליסטעט אין די טעלעפאן ביכל ציווישן אלע אנדערע ארגענעזאציעס. און אלענפאלס קען מען זיך אייביג ווענדן צו חברה הצלה און זיי וועלן עס שוין פלאצירן ביי וועמען עס באלאנגט.
זיי זענען טאקע נישט אזוי באקאנט ווי אר.סי.סי.עס. אדער בוני עולם. מ'וואלט זיי אפשר געדארפט בעסער מארקעטן.
זיי זענען טאקע נישט אזוי באקאנט ווי אר.סי.סי.עס. אדער בוני עולם. מ'וואלט זיי אפשר געדארפט בעסער מארקעטן.
[ציטאט אראפגענומען]
די ביקור חולים'ס זענען באקאנט ווער עס איז בייהילפיג
רעליף און נאך זענען שדכנים צו גיטע פלעצער
אין עמערדזשענסי פאל איז דא ביי חברה הצלה טרענירטע אינגעלייט וואס קענען זיך אויס מיט די פעלער
איך האב עטליכע מאל בייגעוואוינט ווי חברה הצלה איז מסדר אינגעלייט עצהיו"ט
שבת אחים
סאיז קיינמאל נישט ראטזאם צוזאגן פאר א דאקטער אז מ׳וויל זיך נעמען דאס לעבן, אפילו לאמיר זאגן נאר פאר א וויץ, ווייל לעגאל דארפן זיי נאכדעם יענעם ריפארטן
... איך קען א בעלזער אינגערמאן וואס האט געמאכט אזא וויץ מיט א דאקטער... פרעגט בעסער נישט...
כ'האב אמאל מיטגעהאלטן אזא מעשה אין דארט האט די דאקטער (physical Dr.) פארשיקט די פאציענט ווייל ער האט גוט געקענט די פאציענט און ער האט עם נישט געוואלט זען אין א משוגעים הויז נאכדערצו אז יענער איז געווען חתונה געהאט מיט קינדער. למעשה איז יענער געווארן געפערליך צובראכן ממש ווי קיינמאל בעפאר, אבער וואונדער איבער וואונדער... די מחשבות זענען מיטאמאל פארשווינדן געווארן!! (די הסבר, ווייל זי האט געזען אז מיט סטראשענען אויף טויט האט זי נישט באקומען די אטענטשען וואס זי האט געמיינט זי גייט באקומען).
איש את רעהואין עמערדזשענסי פאל איז דא ביי חברה הצלה טרענירטע אינגעלייט וואס קענען זיך אויס מיט די פעלער
איך האב עטליכע מאל בייגעוואוינט ווי חברה הצלה איז מסדר אינגעלייט עצהיו"ט
אזוי? נישט געוואוסט!! 🙄
פרעג די קשיא אויף פיזישע פראבלעמען אויך. זענען הצלה יונגעלייט גרעסערע מומחים אין מעדיצין ווי די שלום בית קענערס?
איך הער אז הצלה אין לעיקוואוד האט א פסיכיאטרישע אפטיילונג, אבער איך ווייס נישט קיין פרטים.
לכאורה דארף דער לעזונג נישט זיין קיין אידישע. א גויישע זעלבסטמארד האטליין איז פונקט אזוי גוט. ביי יעדער בריק הענגט א טאוועל מיט א נומער אונטער די קעפעל Life is worth living. קלינגט אין זעט ישועות.
בשעת הלחץ זו הדחק, פון עצירות ושאר דוחקין, קען מען קוקען אין קורקלאנדס טלפון בוך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך הער אז הצלה אין לעיקוואוד האט א פסיכיאטרישע אפטיילונג, אבער איך ווייס נישט קיין פרטים.
לכאורה דארף דער לעזונג נישט זיין קיין אידישע. א גויישע זעלבסטמארד האטליין איז פונקט אזוי גוט. ביי יעדער בריק הענגט א טאוועל מיט א נומער אונטער די קעפעל Life is worth living. קלינגט אין זעט ישועות.
בשעת הלחץ זו הדחק, פון עצירות ושאר דוחקין, קען מען קוקען אין קורקלאנדס טלפון בוך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בשעת הלחץ זו הדחק של עצירות גייט מען נאכנישט דזשאמפן. מ'נעמט מינעראל אויל אדער או אנדער'ן לאקסאטיוו. און אלעס ווערט מסודר...!
ייש"כ פאר׳ן מיטטיילען אייער ערפארונג.
דוכט זיך האבען מיר שוין אמאל גע׳אישי׳ט דערוועגען, אזש ס׳איז געגאנגען א רויעך (תרתי משמע).
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דוכט זיך האבען מיר שוין אמאל גע׳אישי׳ט דערוועגען, אזש ס׳איז געגאנגען א רויעך (תרתי משמע).
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נישט ווייל איך כאפ שפעט, נאר ווייל איך מאך שבת פרי....
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך האב געמיינט די ארגענעזאציע ריליעף. איך האב נאר פארגעסן וויאזוי ס'הייסט און איך האב זיך פארגעשטעלט אז ס'איז געליסטעט אין די היימישע טעלעפאן ביכער.
[ציטאט אראפגענומען]
ריכטיג: ייש"כ דער קליפ שיקט א שטארקן מעסעדזש פאר עלטערן און א יעדן איינעם אז מ'זאלל זיין וואכזאם איבער די סימפטאמען פון דיפרעסיע. אפילו אויב מ'זעהט נישט קיין אויסערליכע סיבה פאר יענעם מענטש צו זיין דיפרעסס'ד. די מעשה מיט יענעם יונגערמאן וועלכער איז ממילא געווען אויף העווי מעדיקעישן. און ער האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט א ברודער אן עושר און ער איז געגאנגען צו זיין ברודער און ר'האט איהם געזאגט אז אויב ער געט איהם נישט קיין געלט צו קויפן א הויז וועט ער זיך הרג'נען, ח"ו. און זיין ברודער האטציך טאקע דערשראקן און איהם געגעבן געלט. ס'הייסט ער האטציך בארימט מיט דעם אלס חכמה. אבער צום סוף האט ער נעבעך יא געטון די מעשה. די אויסערליכע סיבות און טעמים זענען נישט אינטרעסאנט. זיין ווייב איז געווען אלערט צו דעם און זי האט געוואטשט אויף איהם. פון איהם גיין ארבעטן איז דאך אפגערעדט אז ער איז נישט געגאנגען. קוים שבת אין ביהמ"ד. אבער ווען זי האט געדארפט ארויסגיין פון שטוב פאר 2 שעה, דאמאלס האט ער זיך ל"ע אויפגעהאנגען...! ווייל די מענטשן ווען זיי ווילן דאס אדורכפיהרן וועט גארנישט העלפן. און זיי זוכן די פאסיגע צייט צו דעם. ה' ישמרנו...!
פאר איינער וואס מען האט מורא גיבט מען lithium
עס איז קלאר אז כהיום איז דא פיל מער פראפעסיאנאלע מענטל הילף אין אונזער קאמיונעטי, אבער דאס איז געקומען פון אונטן ארויף דהיינו פון פשוטע(?) מענטשן וואס זענען געווען גרייט צו אראפנעמען די פאלשע מאסקע פון פנים און אנרופן דאס קינד ביים נאמען, דאגעגן זעלבסטמארד איז נאך אפיציעל פארשלייערט אונטער מיסטעריעס, טראגעדיעס, עקסידענטס, געשעענישן, וכדו׳ סא דער פשוטער ענטפער אויף שלום׳ס שאלה איז נישט עכט, אבער מען קען זיין זיכער אז איינמאל מען וועט אראפנעמען דעם שלייער וועלן זיך יאווען ארגענעזאציעס ווי שוואמען נאך א רעגן
#כי היא חכמתכם ובינתכם...
#כי היא חכמתכם ובינתכם...
די סיבה פארוואס זעלבסטמארד איז פארשלייערט איז מער ווייל די משפחות פארלאנגן דאס און באצווינגן אונזערע עסקנים ארויסצושטעלן א מעשה וואס וועט זיין א כבוד פארן משפחה.
פון פעלער וואס איך האב מיטגעהאלטן וואלטן די משפחות נישט אפעלירט פאר הילף ווען זיי וואלטן געוויסט אז ס'גייט גיין פובליק.
אמאל איז עס אויך נישט געווען אזא אפטע ערשיינונג ווי היינט. אפי' ביי אינגערע בחורים אין יארן פון דרייצן צו אכצן איז עס געווארן אן אפטע ערשיינונג צו וואס הצלה רעספאנד היינט.
אפשר איז כדאי אז אונזער חבר @הצלה מאן זאל ארויפקומען דא מיט א טיעפערע בליק.
פון פעלער וואס איך האב מיטגעהאלטן וואלטן די משפחות נישט אפעלירט פאר הילף ווען זיי וואלטן געוויסט אז ס'גייט גיין פובליק.
אמאל איז עס אויך נישט געווען אזא אפטע ערשיינונג ווי היינט. אפי' ביי אינגערע בחורים אין יארן פון דרייצן צו אכצן איז עס געווארן אן אפטע ערשיינונג צו וואס הצלה רעספאנד היינט.
אפשר איז כדאי אז אונזער חבר @הצלה מאן זאל ארויפקומען דא מיט א טיעפערע בליק.
וואס ריליעף טוט און ווער זיי זענען ווייסט דערווייל קייינער נישט דא, דער עולם ווייסט פון עפעס א נומבער אין ביזנעס דירעקטערי וואס שיינט צו זיין בדרך אפשר די נומבער פון ריליעף, א סורטש אויפן אינטערנעט ברענגט נישט ארויף קיין שום געפינס אויף זיי, וווייסט איינער וואס דאס איז?
ס'איז א referral service, זיי האבן מענטשן וואס זענען באהאוונט וועלכע טעראפיסט אדער סקייעטריסט איז גוט פאר געוויסע פראבלעמען און זיי פראבירן צו העלפן מענטשן צו באקומען די בעסטע הילף לויט זייער סיטואציע.
אז מען שמועסט אין גאס, קאווע שטיבל, וואטסעפפ אז א געוויסע טויט איז געווען סועסייד איז די שלייער נאכנישט אראפ, עס וועט אראפגיין ווען די קרובים אל החלל וועלן דאס זאגן און אויפהייבן א וויי געשריי.
א סאך מאל וויללן די משפחה פארדעקן די אמת'ע אומשטענדן פון די מעשה נוראה, מפני כמה טעמים. אבער אין ליכט פון די שטארקע רושם וואס די קליפ וואס ריכטיג האט געלינקט דארף מען זיך בארעכענען און ענדערש גיין פאר סיי וועלכע הילף ס'איז מעגליך...!
[ציטאט אראפגענומען]
אינטערעסאנט. ווייל ווען איך האב געזוכט איז עס גלייך ארויפגעקומען. אפשר האסטו בכלל נישט פרובירט? אז די קענסט נישט וועל איך דיר העלפן. קליק דא!
טאמער קענסטו עס נאכאלץ נישט טרעפן קענסטו קליקן דא פאר א דירעקט לינק.
אויב ווייסטו נישט וויאזוי צו קליקן אויף א לינק דאן פרובירט <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.reliefhelp.org">www.reliefhelp.org</a><!-- w -->