☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » וויליאמסבורגער קול קורא פארדאמט אלע חרדישע צייטונגען

וויליאמסבורגער קול קורא פארדאמט אלע חרדישע צייטונגען

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1147

ידען » דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:36 pm

· #26355
וויליאמסבורגער קול קורא פארדאמט אלע חרדישע צייטונגען
נאך די הצלחה וואס די עסקנים רעדן זיך איין אז זיי האבן געהאט האבעך היינט געזעהן א נייע קול קורא וואס אסרט אלע צייטונגען, אפי׳ די כשרע.
📎 K.JPG

נח געציל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:49 pm

· #26359
גארנישט ראנג מיט מנהלי ישיבות צו 'בעטן' עלטערן זאלן נישט 'געבן' פאר די קינדער קיין צייטונגען צו ליינען. ס'איז א שאד אנצופילן יונגע קעפ מיט שטותים.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:55 pm

· #26362
ווי שוין ארויסגעברענגט אין פריערדיגע אשכולות, איז שוין צייט אז פאר יעדן איסור זאל מיטקומען אויך עפעס א היתר אדער א אויסוועג.

אז עס געפעלט דיר נישט די צייטונג, גיב ארויס א בעסערס, און דאן פארלאנג מען זאל יענץ קויפן.

אסר'ן האט אויך א שיעור. מ'קען פלאצן.

אפילו די הייליגע תורה, יעדע זאך וואס איז גע'אסר'ט איז דא עפעס א היתר כנגדו, ווי רש"י ברענגט פר' כי תצא. ולא תהא כהנת כפונדקית.

אוי, אנחנו מחמירים בני מחמירים, ואין לנו על מי להשען.......

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:16 pm

· #26379
איך זעה נישטא אן איסור, און גערעכט זענען זיי אזוי ווי נח געציל שרייבט שוין.

יאסל » פרייטאג יולי 20, 2012 12:03 am

· #26537
נאר מיך שיינט דער בריוול צו זיין די ארבעט פון א געזונטן לץ אויף דעם חשבון פון די מנהלי המוסדות?

און יאנקל'ס ליסטע פון די פראבלעמען מיט דער קול קורא איז נאר א באשטעטיגונג צו מיינע פארדאכטן...

zurich » פרייטאג יולי 20, 2012 12:19 am

· #26541
10 4 ענדליך האבן זיי זיך שוין אויסגעלערנט,אויב אסערן אסערט מען אלעס ווייל די בלאט איז נאך סאך ערגער ווי די געזוירופענע טריפנה שטערן! און יא מען מעג בעטן טאטעס זיי זאלן נישט לאזן די קינדער ליינען די אלע צייטונגען,און איך פארשטיי עס אויך,
אבער גיין משוגה מאכן און סטראשענען די שטערן וואט די העק!! ווילסט עס נישט קויפן קויף עס נישט וואס מאכסטו משוגא די מענטשהייט,ס'גייען שוין פאר פאר א יאר צייט די פריימעריס און די שטערן האט נישט געשריבן קיין ווארט פון דעים,אבער קול מבשר מעג די בלאט מעג די איד מעג ,אבער די שטערן טאר נישט!!!

קרעקער » פרייטאג יולי 20, 2012 11:12 am

· #26601
יא סאיז טאקע געשריבען געווארען דורך א לץ
איינס פין די אינטערגעשריבענע מנהלים זאגט מיר אז סיז די זעלבע אמת זיין תחימה ווי אויף די איסיר קעגען די שטערען
ביידע מאל האט (עפעס א לץ) גענימען זיין חתימה אן זיין רשות

די פראבלעם איז אבער אז די ליצים זייען אן א חורבען

קלאר » פרייטאג יולי 20, 2012 11:50 am

· #26613
יאסל
נאר מיך שיינט דער בריוול צו זיין די ארבעט פון א געזונטן לץ אויף דעם חשבון פון די מנהלי המוסדות?

און יאנקל'ס ליסטע פון די פראבלעמען מיט דער קול קורא איז נאר א באשטעטיגונג צו מיינע פארדאכטן...


זענען געווען מענטשן וואס האבען געהאלטן אז דאס איז א עכטע בריוו?

קרעקער » פרייטאג יולי 20, 2012 5:04 pm

· #26695
מיין שואגער זאגט מיר אז סהענגט אין שטאט אין שולן

הדד בן בדד » זונטאג יולי 22, 2012 12:37 am

· #26776
דער קול קורא איז שקר וכזב, אן קיין ספק. איינער פון די מנהלים וואס איז דא גע'חתמ'עט איז שוין לאנג נישט קיין מנהל אין יענעם תלמוד תורה (אין קיין אנדערע אויך נישט).

נאר וואס דען? גארנישט. אזא פנים האבן אלע קול קורא'ס. (אקעי, נאר 99 פון הונדערט)