☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שרייען אויף שטום-לשון

שרייען אויף שטום-לשון

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11465

ארי נוהם » דינסטאג מאי 2, 2017 10:25 pm

· #369735
שרייען אויף שטום-לשון
האט איר שוין אמאל געזען
א מענטש שרייען
אויף שטום-לשון


האט איר שוין אמאל געזען
א מענטש לאכן
פון גרויס צער


האט איר שוין אמאל געזען
א מענטש טאנצן
ווי פון פאראליז


האט איר שוין אמאל געזען
א מענטש רעדן און רעדן
ווייל ער האט נישט וואס צו זאגן


האט איר שוין אמאל געזען
א מענטש וואס גלייבט
צוליב אי-יכולת צו גלייבן


האט איר שוין אמאל געזען
א מענטש זיך עלטערן
ווי א קליין קינד


---
האט איר שוין אמאל געזען
א מענטש שרייבן פאעזיע
אן קיין ווערטער

וואלווי » דינסטאג מאי 2, 2017 10:39 pm

· #369736
האט איר שוין אמאל געזען א לייב ברומען אזוי שטילערהייט?

תורה ומדע » דינסטאג מאי 2, 2017 11:21 pm

· #369739
האט איהר שוין געזעהן
א מענש לערנען און לערנען
אהן זיך אויסלערנען לערנען

האט איהר שוין געזעהן
א מענש דענקען און חקרן׳נען
אהן קיין אהנונג פון חכמה און עמקות, נאר עקשן׳נען

האט איהר שוין געזעהן
א בעל תפילה זיך גארגלען
מיט א שטימע א הייזיריקען
אהן קיין רגש צום הארצען

האט איהר שוין געזעהן א רב א דרשן
פלאפלען וועגען טכנולוגי דעם הארשען
אהנע סאלושען

מפוזרי » מיטוואך מאי 3, 2017 9:25 am

· #369767
Re: שרייען אויף שטום-לשון
יא, איך האב עס שוין ליידער צוגעזען.

אברך משי » מיטוואך מאי 3, 2017 2:06 pm

· #369790
געזען האב איך אבער,
הרב בערל טאובער,
מיט א שטארקע אידעלאגיע,
קעגן טעכנעלאגיע,
פלאם פייערדיגע דרשות,
אסאך דברים קשות,
ווי שעדליך זי-איז,
כאטש ס'מוז נישט שטימען מיט מציאות,

וואלווי » מיטוואך מאי 3, 2017 5:48 pm

· #369806
אברך משי
געזען האב איך אבער,
הרב בערל טאובער,
מיט א שטארקע אידעלאגיע,
קעגן טעכנעלאגיע,
פלאם פייערדיגע דרשות,
אסאך דברים קשות,
ווי שעדליך זי-איז,
כאטש ס'מוז נישט שטימען מיט מציאות,


הערצו טייערער יונגערמאן דער זיידענער,
געזען האסטו אן אזוי געריפענער ראבינער,
שלעפעט זיך מיט אן אידילאגיע גאר א שוואכער,
צום פראקטישען טעכנעלאגישען לעבן א קעגנער,
דרשות האלט ער קענען נישט זיין מער ליידיגער,
אסאך דברים קשות מיט דעם ביסטו א גערעכטער,
שערדליכקייטען מאלט ער אפ ווי מער שרעקעדיגער,
נאך אלעס דארפן אבער פאקטען זיין נאר אמת'ער,

אברך משי » מיטוואך מאי 3, 2017 10:02 pm

· #369832
@וואלווי @וואלווי,
הער מיך גוט צו,
בעליוו איט אר נאט,
איך בין מיט דיר אויף איין בלאט,
אפשר נישט אזוי ווייט ווי דער וועקער,
צו זאגן אז ער איז א פשוטער בעקער,
אולי בלויז א האלבע רויבער,
אנצוהאלטן מסורת בית טויבער,
צו זיין א פה מפיק פערל,
יעדער זאל זאגן ווי גוט זאגט רבי בערל,
און כאפן א פחד און אציטער,
פון די טעכנעלאגישע כלים ווי ביטער...

😂 😂 😂