דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #11462
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11462
שלום, ביסט ממש אזוי ווי דער אריה"ק, וואס האט מער משיג געווען בחלום ווי בהקיץ.
דרימעל וויייטער!
דרימעל וויייטער!
אנאנים: דער גוי אין דיין חלום האט געמוזט זיין זייער אן אלטער גוי וועלכער האט מאריך ימים ונשים געווען. ווייל ר' ישעי'לה פון קרעסטיר איז נפטר געווארן אום ג' אייר תרפ"ה. און דער שייגעצ'ל וואלט שוין געדארפט זיין לכה"פ א בר מצוה בחור'ל ווען ר'איז געגאנגען צו ר' ישעיה'לה'ס טישן. וואלט ער שוין געדארפט צו זיין לכה"פ 105 יאר אלט. ס'ווענדט זיך ווען דו האסט געחלומ'ט.
מ'פארציילט אן ענליכע מעשה אויפ'ן טאשער רבי'ן זצוק"ל. אז אינדעהיים אין טאש, אונגארן האט נאך געלעבט די אלטע גוי'טע וואס זי געדענקט נאך ווען זי האט געזאגט מודה אני מיט'ן רעבי'ן ווען ער איז נאך געווען א קליין יונגל...אזוי האט זי פארציילט אויף אונגאריש...עין מאנדטאם א מוידעה אני'ט א טשאדא ראבבי וואלל מיקאר וואולט עדי קיטשי פיאה...!

גוט גוט. כ'האב הנאה געהאט פון דיין חלום,ר' שלום
הלוואי זאלן אלע חסידים נאר זיין ביזי מיט אזא קאריקטאור וואס האט געגעבן צו עסען פאר הונגעריגע אידן! וועם גייט אן צי סאיז בכלל אמת אדער נישט, די ״מוסר השכל״ דערפון איז דער עיקר! וואס ווילסטו חסידים זאלן זיין פארנומען מיט ״ראבינאוויטש״ צי מיט ״שומרים-קארטלעך״? ר׳ ישעילע קערעסטירער איז מיר זייער גיט...
@אנאנים פליז! אויך דאס ביסעלע טשולענט, קיגל, גאלע, הערינג, קישקע, וואס כ'האב געהאט ביי קידוש דעם שבת, און די ווייט-פיש מיט לאקס וואס יענער האט געברענגט ספעציעל צו מלוה מלכה לע"נ ר' ישעילע, דאס ווילסטו מיר אויך צונעמען?
מילא ווען דו קומסט אויף אז דער רבי האט קיינמאל נישט געהאקט אויף ציונות, החרשתי, אבער דאס???
מילא ווען דו קומסט אויף אז דער רבי האט קיינמאל נישט געהאקט אויף ציונות, החרשתי, אבער דאס???