תורה ווירדן (וועקער 8)
שוין צייט אז טוביה גוטפארב זאל נתגלה ווערן און עס זאל זיין א ווינקל וואו מען קען דעבאטירן דעם נושא.
איך האף צו אריינלייגן אין ״וועקער 9״ א המשך ארטיקל.
איך בין נישט אין אריכות מוד אבער בקיצור איך ווייס אז די תורה איז אמת ווייל מיין שכל -נישט מיינע ווירדן נאר די שכל - זאגן מיר אז עס איז אמת מכח די פילע עדות אויף מתן תורה.
Re: תורה ווירדן (וועקער 8)
אוודאי איז די תורה געגעבן געווארן אין א שוין - עקזיסטירנדע מאראלישע פרעים ווארק. אז נישט האט דאך נישט קיין פשט צו באשווערן צו פאלגן די תורה. ער קען דאך פונקט אזוי עובר זיין די שבועה
איך האב עס נישט געליינט ביז היינט. ווען איך זע אן ארטיקל וואס רופט זיך עפעס מיט 'רבנים' און 'חזירים' אדער 'תורה ווירדן' דא אויף קאווע שטיבל אדער אין וועקער איז עס געווענליך נישט כפי מזג טבעי, און ענדיגט זיך ביי מיר מיט אנדריסונג. איך זוך נישט בטבע צו באשולדיגן יעדעם אין אלעס מיט וואס מיר זענען אויפגעוואקסן א שטייגער ווי די חוה פויגל ארטיקל...
זעענדיג דעם אשכול האב איך עס שנעל דורכגעליינט 'תורה ווירדן' און באמת הנאה געהאט! א ריכטיגער געדאנק וואס איז שיין אויסגעשמועסט געווארן. מיר ווארטן אויפן המשך!!
מיין שכל זאגט מיר אז תורה איז אמת און מחייב ווייל מיין זיידע האט אליין מיטגעהאלטן און געזעהן בהגלותך מלכינו על הר סיני ללמד לעמך תורה ומצות, די ידיעה מאכט מיך וויסן דעם אמת און די ידיעה איז מיר מחייב צו צושטעלן מיינע מאראלן צו די תורה.
Re: תורה ווירדן (וועקער 8)
דער שמועס איז פארקראכן, די גרונדן פארוואס צו גלייבן איז דא נישט נוגע.
אין אמת'ן איז דאס שוין א חקירה פון די פילאזאפן צי טוב איז אן ערך פאר זיך אדער ס'ווענדט זיך אין וואס גאט וויל וואס ווערט אויטאמאטיש פאררעכנט אלס טוב.
אבער למעשה רירט דער ארטיקל נישט אן די חקירה. ס'איז אן אנדערע פונקט, לאמיר זאגן אז מיר ווייסן יא וואס הייסט גוט, קען מען עס איינהאלטן בלויז מכח הסכמת החברה להתנהג לטובת הכלל אדער מוז מען צוקומען צו גאט'ס אויטאריטעט וואס איז עס מחייב.
פון דא: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/354736">viewtopic.php?p=354736#p354736</a><!-- l --> און ווייטער האט זיך אנטוויקלט א שמועס דערוועגן. און דא איז וואס איך שרייב דארט צום סוף: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/354846">viewtopic.php?p=354846#p354846</a><!-- l -->