☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #11442

אשכול אן א טיטל #11442

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11442

— » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:03 am

· #368730

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:08 am

· #368733
מ'דארף נאכגיין ווער דער בעה"ב פונ'ם הונט איז. און איהם שטארק באשטראפן. אויסער א ציווילע לאו-סוט. אין גאנץ נ.י. סיטי איז דא א געזעץ וואס הייסט ..."ליעש-לאו"... וואס לויט דעם געזעץ טאר מען נישט לאזן א הונט ארומלויפן פריי אפילו ער אטאקירט נישט קיינעם. מ'ווערט באשטראפט פאר עובר זיין דעם געזעץ אליין...!

אייער שפייז » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:17 am

· #368736
berlbalaguleh
מ'דארף נאכגיין ווער דער בעה"ב פונ'ם הונט איז. און איהם שטארק באשטראפן. אויסער א ציווילע לאו-סוט. אין גאנץ נ.י. סיטי איז דא א געזעץ וואס הייסט ..."ליעש-לאו"... וואס לויט דעם געזעץ טאר מען נישט לאזן א הונט ארומלויפן פריי אפילו ער אטאקירט נישט קיינעם. מ'ווערט באשטראפט פאר עובר זיין דעם געזעץ אליין...!

די פליס האט אויפגעפיקט די הינט

Sent from my LGLS450 using Tapatalk

איסר האטלקי » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:01 am

· #368745
лпم iοوԴ
דעילי נוס

<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/news/national/dog-attacks-toddler-rockland-county-street-graphic-article-1.3083189">http://www.nydailynews.com/news/nationa ... -1.3083189</a>

דער ווידעאו איז א פחד נורא! דאס קינד וואלט געקענט גע'הרג'ט ווערן זיבן מאל פון דעם ווילדן הונט!

בן אדם » פרייטאג אפריל 21, 2017 3:22 am

· #368754
!!BEHIND EACH DOG THERE'S AN OWNER

Chasidishmashpia » פרייטאג אפריל 21, 2017 6:30 am

· #368756
פחד נורא

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 21, 2017 7:09 am

· #368757
א שוידער, ה"י. איך האף דאס קינד זאל זיך אויסקורירן גרינגערהייט. דאס קען אים איבערלאזן טראומאטייזט פאר'ן לעבן.

איז דער הונט געווארן אנגערייצט דורך איימיצן? אדער האט ער עס געטון מדעת (?) עצמו?

יואליש » פרייטאג אפריל 21, 2017 10:58 am

· #368772
איז א פיטבול לעגאל אין ניו יארק? און איז דא ספעציעלע געזעצן פאר דעם. איימיצער זאגט מיר אז ס'האט א דין ווי א ביקס לגבי negligence. דאס הייסט די האר קען ווערן אמגעקלאגט קרימינאל.

יואליש » פרייטאג אפריל 21, 2017 11:02 am

· #368773
כ'זעה אז צווי חדשים צוריק האט די פאסט באהאנדעלט די שאלה פון א פארבאט. ס'איז אימלעגאל אין די "פראזשעקס" האוזינג.

<a class="postlink" href="http://nypost.com/2017/02/21/recent-pit-bull-attack-reignites-debate-over-notorious-dogs/amp/">http://nypost.com/2017/02/21/recent-pit ... -dogs/amp/</a>

כלבאשבוע » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:39 pm

· #368777
בין איך דער איינציגסטער וואס פילט אז רעיגען באטטעליאן זענען נערישע חדר יונגלעך וואס ניצען זייער פלאטפארם אנע שכל?

נעם למשל די מעשה, סאיז שרעקליך יא, אבער צום בעסטן איז עס א דאמעסטיק פארקומעניש מיט וואס די לאקאלע אינסטאנצן דארפן זיך קימערן, פארוואס דארף מען דא אריינדרייען אידישקייט כאילו סליגט דא א שמעק פון אנטיסעמיטיזם? מדרייט אן א קאשע, מאיז עס מפרסם על כל פני תבל פון מאנסי ביז טשעלסי קלינטאן אז יעדער פאלנער גוי זאל נעמען א שטעלונג צו דער הונט איז א שונא ישראל אדער נישט

השם ישמרנו פון די דעמעדזש וואס כלל ישראל וועט נאך האבן אויסצושטיין חלילה פון די חברה קלים ופוחזים

יואליש » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:08 pm

· #368780
ווי זעהסטו אז מ'מישט אנטיסעמיטיזם? כ'מיין אז OJPAC וועלכע וויינט מיט קראקידיל טרערן יעדעס מאל א מידיא נייעס דערמאנט אן ארעסטאנט'ס ארטאדאקסישע אפיליאציע (ווייל ס'איז נישט נוגע צו די נייעס) איז דא עקזפאוזט אלס היפיקריטן ביים טוויטן די קינד'ס רעליגיע.

כלבאשבוע » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:59 pm

· #368783
יא דאס מיין איך טאקע, OJPAC האט געשריבן Pit bull attacks Orthodox Jewish toddler

רעיגען באטטעליאן האט דאס ארויסגעטוויט פאר זייערע 35 טויזענט פאלאוערס וואס האבן זעראו שייכות מיט מאנסי און מענטשן ווינדערן זיך טאקע דארטן און ביי טשעלסיס טוויט אין די קאמענטס וואס עפעס קומט אריין אין די געשיכטע די אידישקייט פונעם יונגל

ווייל אזוי » פרייטאג אפריל 21, 2017 2:08 pm

· #368784
יוסי געשטעטנער אויף א מעסעדזש וואס איז ארומגעפארן זאגט אז ער האט געוואלט אז ס'זאל אנקומען צו די נייעס האט ער גענוצט זיין OJPAC אקאונט האט ער געמוזט אינטערשטרייכן אז ס'איז געווען א אידיש קינד.
און אויך לייגט ער צו אז די פראבלעם איז אויך געווען אז ס'איז א אידיש קינד ווייל ביי אונז אידן איז נישט אזוי פאפולער סאושעל מידיע און ממילא האט נישט פאליס מורא געהאט אז ס'גייט ווערן אן איבערקערעניש.

קל וחומר » פרייטאג אפריל 21, 2017 2:17 pm

· #368785
berlbalaguleh
מ'דארף נאכגיין ווער דער בעה"ב פונ'ם הונט איז. און איהם שטארק באשטראפן. אויסער א ציווילע לאו-סוט. אין גאנץ נ.י. סיטי איז דא א געזעץ וואס הייסט ..."ליעש-לאו"... וואס לויט דעם געזעץ טאר מען נישט לאזן א הונט ארומלויפן פריי אפילו ער אטאקירט נישט קיינעם. מ'ווערט באשטראפט פאר עובר זיין דעם געזעץ אליין...!

ס'איז נישט געשען אינעם סיטי.

כלבאשבוע » פרייטאג אפריל 21, 2017 2:21 pm

· #368786
ווייל אזוי
יוסי געשטעטנער אויף א מעסעדזש וואס איז ארומגעפארן זאגט אז ער האט געוואלט אז ס'זאל אנקומען צו די נייעס האט ער גענוצט זיין OJPAC אקאונט האט ער געמוזט אינטערשטרייכן אז ס'איז געווען א אידיש קינד.
און אויך לייגט ער צו אז די פראבלעם איז אויך געווען אז ס'איז א אידיש קינד ווייל ביי אונז אידן איז נישט אזוי פאפולער סאושעל מידיע און ממילא האט נישט פאליס מורא געהאט אז ס'גייט ווערן אן איבערקערעניש.


דאס לייגן אוף OJPAC מאכט סענס הגם שרייבן אז סאיז א איד האט נישט אויסגעפעלט, אבער די עיקר קשיא איז ווי קומט דאס צו רעיגען באטטעליאן?

נאר וואס דען, אז מאיז א חדר יונגעל קען מען זיך נישט איינהאלטן, נעבעך

יודישע שרייבער » מאנטאג אפריל 24, 2017 2:42 pm

· #368913
лпم iοوԴ
טשעלסי קלינטאן לאזט זיך הערן פאר אירע 1.6 מיליאן פאלוערס

<a class="postlink" href="https://twitter.com/ChelseaClinton/status/855256583189790720">https://twitter.com/ChelseaClinton/stat ... 3189790720</a>

דאס מיינט אז זי פלאנט צו לויפן...
אויף וועלכע פאזיציע ווייס איך נישט.