דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #11435
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11435
אויף איינע פון די איזראעלי נייעס זייטלעך איז געשטאנען אז ער איז געווען א תלמיד פון רב שטיינמאן. ס'איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי ער האט זיך באצויגן צו אים, האט ער אים טאקע קאנסידערט אלץ 'רבי'? פלעגט ער בכלל אמאל נאכזאגן פון אים אבער רעדן וועגן זיין גדלות?
לכאורה איז ער געווען זיין תלמיד פון ווען ער איז נאך געווען כשר...
ער איז געווען דער עלטערער בחור אין מונטרה און ס׳איז מעגליך אז ער האט געהאט א השפעה אויף הרב רוזנבלום.
איך געדענק פון איידער הרב שטיינמן איז געווארען דער אחד יחיד ומיוחד און מ׳האט נאך נישט געשטעלט קיין היימישע ווידערשטאנד אנטקעגען איהם, האט מען געזאגט אז ער האט זיך גענומען צום לערנען אין מונטרה און הגם ער האט אייביג געשמ׳ט אלס א בעל כשרון און ערליכער, זיין גענצליכע איבערגעגעבענקייט צום לערנען האט זיך אנגעהויבען אין מונטרה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בד"ה
אזויווי דער סדר איז ביי אונז פרובירט דער מיני ביאגראפיע אפצומאלן דעם ראש ישיבה אלץ א לוחם און מנהיג אבער אין ריעליטי איז זיין הנהגה אינדרויסן פון הרבצת התורה געווען לימיטעד, מילד גערעדט
ער האט נישט ארויסגעוויזן א הבנה צום דור און פון אפשר טויזענטער תלמידים איז געבליבן יחידים וואס זענען געווען מקושר מיט אים
ער איז געווען פרוש מעניני עוה״ז און האט פארדעם גרינג געשטיצט יעדן צווייטן איסור וואס עסקנים האבן אים אונטערגעברענגט אבער סליגט אין דעם שוואכע מנהיגות
ביי כינוסים האט מען חוץ מוסר נישט געהערט פון אים קיין רעיונות אדער א ברייטע הבנה אין השקפה וואס זאל רילעיטן צום דור
פסקים להלכה?
ביים עירוב האבן די אוסרים קאפיטילירט נאכדעם וואס די מערכה איז דורכגעפאלן און נישט מפני השלום וכו
די ישיבה אליין איז שוין צופאלן פאר א שיינע פאר יאר און כאטש עטליכע תלמידים האבן פרובירט אין די לעצטע יארן אים צו פארוואנדלן אין א שטיקל רבי האט עס נישט אויפגעכאפט
בקיצור, רב ראזענבלום ז״ל איז געווען א אויסגעארבעטער איד וואס איז געזעצן און געלערנט און משפיע געווען תורה ומוסר אויף זיינע תלמידי הישיבה אבער דאס מאכט אים נאך נישט קיין מנהיג ווען סקומט צו עניני הכלל

גראדע אין לעיקוואוד איז ער יא געווען אן אטאריטעט. מענטשען האבען איהם געפרעגט און געהארכט אין ענייני הכלל, פארשטייט זיך מיט א דגש אויף עניני ׳קדושה׳ וכדו׳. ווען ב.מ.ג. האט זיך געשלאגען אויף דער פירערשאפט פון דער חדר, האט ער זיך אריינגעמישט לטובת המנהל קעגען די ישיבה. מאנכע האבען געטענה׳ט אז א געוויסע געביידע ווערט גענוצט אלס א בית בושת און ער האט זיך אריינגעלייגט לעובי המערכה. ועוד.
איך זאג נישט אז ער איז געווען כרוחי, אבער א ווארט האט ער זיכער געהאט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך זאג נישט אז ער איז געווען כרוחי, אבער א ווארט האט ער זיכער געהאט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטגראדע אין לעיקוואוד איז ער יא געווען אן אטאריטעט. מענטשען האבען איהם געפרעגט און געהארכט אין ענייני הכלל, פארשטייט זיך מיט א דגש אויף עניני ׳קדושה׳ וכדו׳. ווען ב.מ.ג. האט זיך געשלאגען אויף דער פירערשאפט פון דער חדר, האט ער זיך אריינגעמישט לטובת המנהל קעגען די ישיבה. מאנכע האבען געטענה׳ט אז א געוויסע געביידע ווערט גענוצט אלס א בית בושת און ער האט זיך אריינגעלייגט לעובי המערכה. ועוד.
איך זאג נישט אז ער איז געווען כרוחי, אבער א ווארט האט ער זיכער געהאט.
דאן איז ער געווען מנהיג/ממנהיגי לעיקוואד, נישט מנהיג הדור ווי געוויסע ווילן אים אראפמאלעווען, וכדברי @כלבאשבוע.
כלבאשבועער האט נישט ארויסגעוויזן א הבנה צום דור און פון אפשר טויזענטער תלמידים איז געבליבן יחידים וואס זענען געווען מקושר מיט אים
די ישיבה אליין איז שוין צופאלן פאר א שיינע פאר יאר און כאטש עטליכע תלמידים האבן פרובירט אין די לעצטע יארן אים צו פארוואנדלן אין א שטיקל רבי האט עס נישט אויפגעכאפט
בקיצור, רב ראזענבלום ז״ל איז געווען א אויסגעארבעטער איד וואס איז געזעצן און געלערנט און משפיע געווען תורה ומוסר אויף זיינע תלמידי הישיבה אבער דאס מאכט אים נאך נישט קיין מנהיג ווען סקומט צו עניני הכלל
אזוי ווי די טויזענטע תלמידים קענען מעיד זיין אז ער האט רוב שנתיו נישט געהאט קיין פערזענליכע שייכות מיט זיינע תלמידים, די איינציגסטע זאך פערזענליך איז געווען די "זרוק מרה בתלמידים" און שמאל דוחה ווען ס'האט אויסגעפעלט. ער איז טאקע געווען א זעלטענע דערהויבענע יוד און אליינס געווען אן עקסעמפעל פון תורה וקדושה פאר זיינע תלמידים מיט א קאך אין א ברען, און כסדר געשטאפט דברי מוסר מיט ריינע השקפה ובמיוחד די ענין פון חשיבות התורה.
אבער "א געטרייע טאטע פאר די תלמידים" ווי מאנכע פרובירן עס אפצומאלען אין די לעצטע פאר יאר, מאן דכר שמיה.
פארוואס שרייב איך דאס, נישט ח"ו צו קריטיקירן אן אדם גדול. נאר כדי צו טוהן א גוטע זאך לעילוי נשמתו און דוקא ממנו ילמדו וכו' אז מ'זאל זיך נישט נער'ן. איינער קען זען די גרעסטע גאון, א מתמיד עצום, מיט א ריינע דעת תורה, אבער קיין קאנעקשען צו תלמידים ווערט נישט פון דעם. וויפול מוסר און דברי כבושין מען וועט דרש'נען קומט עס נישט צו צו א רבי וואס ווייזט ארויס פערזענליכע אהבה צו תלמידים, און דוקא פון דארט קען מען די בעסטע משפיע זיין.
פערזענליך גייט עס מיר נישט אן, אבער פוק חזי ווי ס׳האלט. ווען ער גייט דען א ווייסע בעקיטשע און זיין חשיבות איז אויסזאגען תהלים און בויען א שטעטל, ווערט מען ווילד פאר׳ן נישט וויינען און באקלאגען א גאנץ שבעה.
יעצט וואס ער איז נאר א ראש ישיבה קען מען זיין שוחרי אמת ווען דער גוף איז נאך נישט קאלט, און מבקר זיין יעדער שטיק חשיבות. ווען ער האט דען א דערפעל אין בוקאווינא פון פיהר אותיות, איז ער שוין א געהאלפענען. א שאד.
איך האב איהם נישט געקענט, נאר איך האב איין מאל אין לעבען געשבת׳ט אין בארא פארק, אין דער 16אוו געגענט, און איך האב געדאווענט שבת אין שערי ישר. פאר די וואס ווייסען, איז דער שבת מנין א נוסח אשכנז׳דיגע ווי א געהעריגע ליטווישע ישיביש׳ע מנין, דוכט זיך ס׳האט עפעס א שייכות מיט׳ן מיר׳ער מנין. ער האט דארט געדאווענט כאחד העם, נישט ביים מזרח און נישט אלס בעלעבאס. איך ווייס נישט צו דאס איז געווען זייער אפמאך אויפ׳ן בנין צו אן עניוות זיינער אבער עכ"פ כך ראיתי.

ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב איהם נישט געקענט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק די ביזט דאך יא א בן תורה וואלסט געמעגט וויסען דאס וואס שטייט און גמ' למד לשונך לומר איני יודע שמא תתבדה ותאחז.
ווער נישט נאחז אין א סבך וואס איז דיר נישט באקאנט...
ליטוואק פון בודאפעסטווען ער האט דען א דערפעל אין בוקאווינא פון פיהר אותיות, איז ער שוין א געהאלפענען. א שאד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יא יא, ס'דא רבי'לעך פון בוקאווינא דערפלעך אין אויך אנדערע מקומות וואס האבן מער אויפגעטון ווי שרי התורה
ליטוואק פון בודאפעסטפערזענליך גייט עס מיר נישט אן, אבער פוק חזי ווי ס׳האלט. ווען ער גייט דען א ווייסע בעקיטשע און זיין חשיבות איז אויסזאגען תהלים און בויען א שטעטל, ווערט מען ווילד פאר׳ן נישט וויינען און באקלאגען א גאנץ שבעה.
יעצט וואס ער איז נאר א ראש ישיבה קען מען זיין שוחרי אמת ווען דער גוף איז נאך נישט קאלט, און מבקר זיין יעדער שטיק חשיבות. ווען ער האט דען א דערפעל אין בוקאווינא פון פיהר אותיות, איז ער שוין א געהאלפענען. א שאד.
איך האב איהם נישט געקענט, נאר איך האב איין מאל אין לעבען געשבת׳ט אין בארא פארק, אין דער 16אוו געגענט, און איך האב געדאווענט שבת אין שערי ישר. פאר די וואס ווייסען, איז דער שבת מנין א נוסח אשכנז׳דיגע ווי א געהעריגע ליטווישע ישיביש׳ע מנין, דוכט זיך ס׳האט עפעס א שייכות מיט׳ן מיר׳ער מנין. ער האט דארט געדאווענט כאחד העם, נישט ביים מזרח און נישט אלס בעלעבאס. איך ווייס נישט צו דאס איז געווען זייער אפמאך אויפ׳ן בנין צו אן עניוות זיינער אבער עכ"פ כך ראיתי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך פלעג נישט דאווענען דארט.
וואלווי
אזוי ווי די טויזענטע תלמידים קענען מעיד זיין אז ער האט רוב שנתיו נישט געהאט קיין פערזענליכע שייכות מיט זיינע תלמידים, די איינציגסטע זאך פערזענליך איז געווען די "זרוק מרה בתלמידים" און שמאל דוחה ווען ס'האט אויסגעפעלט. ער איז טאקע געווען א זעלטענע דערהויבענע יוד און אליינס געווען אן עקסעמפעל פון תורה וקדושה פאר זיינע תלמידים מיט א קאך אין א ברען, און כסדר געשטאפט דברי מוסר מיט ריינע השקפה ובמיוחד די ענין פון חשיבות התורה.
אבער "א געטרייע טאטע פאר די תלמידים" ווי מאנכע פרובירן עס אפצומאלען אין די לעצטע פאר יאר, מאן דכר שמיה.
פארוואס שרייב איך דאס, נישט ח"ו צו קריטיקירן אן אדם גדול. נאר כדי צו טוהן א גוטע זאך לעילוי נשמתו און דוקא ממנו ילמדו וכו' אז מ'זאל זיך נישט נער'ן. איינער קען זען די גרעסטע גאון, א מתמיד עצום, מיט א ריינע דעת תורה, אבער קיין קאנעקשען צו תלמידים ווערט נישט פון דעם. וויפול מוסר און דברי כבושין מען וועט דרש'נען קומט עס נישט צו צו א רבי וואס ווייזט ארויס פערזענליכע אהבה צו תלמידים, און דוקא פון דארט קען מען די בעסטע משפיע זיין.
וואלווי, זייער גוט געזאגט. ס'האט ספיציעל ארויסגעוויזן ווען יוסל מייער האט פרובירט אוועק צו גנבענען די ישיבה און ער האט געשריגן חי וקים און קיינער האט איהם נישט אנגעקוקט אפי' ער האט תלמידים גרויסע עשירים האט קיינער קיין רויטע גרייצער נישט געגעבן אחוץ איינער
ווען דער פריעדמאן פון נחמת ישראל איז ארומגעלאפן נעמען חתימות קעגן ליפא שמעלצערס קאנצערט וואס איז שפעטער געווארן געקענסעלט איז ער געקומען צו די ראש ישיבה און ער האט נישט געוואלט אונטער חתמענען ווילאנג ער טרעפט זיך נישט מיט ליפא למעשה איז ליפא אראפ געקומען צו איהם און ליפא האט צוגעזאגט נישט צו מאכן די קאנצערט אויב די ראש ישיבה איז וויליג צו לערנען מיט איהם ער האט טאקע געלערענט מיט איהם איין מאל א וואך פאר א שטיק צייט
אינטרעסאנט אז כלבאשבוע האט מער נאמנות ביי דיר...
כ'בין דארט געוועהן בשעת מעשה ווען פריעדמאן האט געבעטן א חתימה און די ר"י האט איהם נישט געוואלט געבן ערי'ז געוועהן רויט פון בושה ס'יז געוועהן א שטארקע סורפרייז ערי'ז צוגעגאנגן נאך מנחה און ביהמ"ד יעדער האט עס מיטגעהאלטן

שמעון וואלףאויף איינע פון די איזראעלי נייעס זייטלעך איז געשטאנען אז ער איז געווען א תלמיד פון רב שטיינמאן. ס'איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי ער האט זיך באצויגן צו אים, האט ער אים טאקע קאנסידערט אלץ 'רבי'? פלעגט ער בכלל אמאל נאכזאגן פון אים אבער רעדן וועגן זיין גדלות?
שמעון וואלף: לויט די יארן שטימט עס נישט. זיי זענען טאקע געווען אין די שווייץ בערך אין די זעלבע צייט. און הרב שטיינמאן שליט"א ה' יאריך ימיו ושנותיו (חוץ די וועלכע האבן געטרונקען די מים הרעים. די פארסמ'טע וואסערן און זיי זאגן פארקערט. עפרא לפומייהו.) נאר הרב שטיינמאן איז עלטער פון איהם להבחל"ח מיט בערך צען יאר. הרב שטיינמאן און זיינע חברים זענען געווען צוערשט אין פאריז. אנטלויפנדיג צוזאמען פון די ליטא. און ביידע האבן געלערנט ביי הרב קאפלמאן ז"ל. נאר אפשר איז הרב ראזנבלום ז"ל געווען א תלמיד חבר ביי הרב ארון יודא לייב שטיינמאן שליט"א...!
נ.ב.: ס'איז דא אלטע פיקטשערס פון הרב שטיינמאן מיט זיינע חברים אין פאריז ארויסקומענדיג פון די ליטא. וואו ער איז גאנץ מאדערן געקליידעט. אן א בארד. כמנהג בחורי ישיבות ליטא...נאר שפעטער האט ער זיך מקבל געווען נישט צו צו רירן זיין בארד...!
[ציטאט אראפגענומען]
שקויעך פאר די לינק.. כווייס נישט פארוואס אבער ווען איך הער ליפא רעדן האלט איך מיר און איין פארעכטען מיין שנאלץ....
ליטוואק פון בודאפעסט: מ'דארף נישט גיין זוכן א שטעטל אין בוקאווינע מיט 4 אותיות. און אפילו מיט 5. נאר פון די עולם הישיבות אין די לעצטע יארן. מ'קען זאגן אויף הרב ראזנבלום ז"ל אז ער איז נישט געווען אזא ראש ישיבה ווי הרב געלדצעהלער ז"ל. וועלכער האט ארויסגעוויזן א שטארקע אהבה און איבערגעגעבנקייט צו זיינע תלמידים. און געארבעט אויף אויפהייבן די שוואכערע תלמידים אויך...!
האסט מיר נישט פארשטאנען. שוין.
הרב שטיינמן איז נישט געווען אין פאריז. נאך פאר׳ן קריג איז ער אנטלויפען קיין שווייץ פון די פוילישע מיליטער צוזאמען מיט להבחל"ח הרב משה סולובייציק זצ"ל. די בילד ווי ער שטייט לעבען סאטמארער רב איז פון א טיפיקל ליטווישע בחור, אן א בארד מיט א קורץ רעקעל. נישט עפעס מאדערנער ווי סיי וועמען פון זיין תקופה.
הרב שטיינמן האט נישט געטראפען הרב קופלמן, וואס איז געווען אין סיביר ביים קריג, און איז דערנאך געפארען קיין אמעריקא ווען הרב שטיינמן איז געפארען קיין א"י. הרב קופלמן איז געפארען קיין שווייץ נאך דעם וואס די שווייצער מוקירי תורה האבען ארויס געווארפען הרב סולובייציק אין די כ׳ יארען.

ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז אבער דא אנ'נאדער בילד וואו הרב שטיינמאן שטייט צוזאמען מיט זיינע חברים. און די קעפשאן זאגט אז דאס איז געווען אין פאריז, פראנקרייך...!
מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך. אין די שווערע תקופה וואס תלמידי שערי יושר גייען איצטער דורך, ווערט אויפגענומען די גאר פרייליכע נייעס, וגילו ברעדה, אז די בארימטע פאזנע רב שליט"א פון פלעטבוש ומצודתו פרוסה במערבא, ראש כולל ש"ס אידן, חבר ועד סיום הש"ס שע"י עוז והדר, נעתר לבקשת די טריביון רעדאקטאר, און פארציילט פאר אירע 18,000+ ליינער, זיינע נאנטע באציאונגען מיטן ראש הישיבה זצ"ל, זייענדיג פון די שענסטע רבנים יוצאי שערי יושר.
[ציטאט אראפגענומען]
איך געדענק אז ער האט געלערנט מיט אים, זיי האבן געהאט א שיעור איינמאל א וואך.
ליפא האט דעמאלטס פארקויפט אז ער ווערט א בעל תשובה, אין די היימישע צייטונגען (די צייטונג) איז אפילו געווען עדס פון פאפולערע זינגערס אים מחזק צו זיין אויף זיין וועג צו אידישקייט אדאנק הרב ראזנבלום וואס האט מקרב געווען.....
איך גלייב שווערליך דעם פראנץ יאזעף טיפש אז די מעשה איז פארגעקומען פונקט ווי ער פארציילט עס.