☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » סעמינאר געזוכט

סעמינאר געזוכט

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11434

ישראל גלויבער » זונטאג אפריל 16, 2017 4:02 pm

· #368567
סעמינאר געזוכט
וועלכע סעמינאר הייסט היינט די טאפ אין די חרדישע וועלט?
[אויסער מאנטשעסטער סעם - וואס מיין טאכטער האט אויסגעקרויזט פון די ליסט]

קל וחומר » זונטאג אפריל 16, 2017 4:44 pm

· #368574
Re: סעמינאר געזוכט
די באקאנטע הארווארד אוניווערסיטי האט יעצט געעפנט אן אפטיילונג ספיציעל פאר חרדישע מיידלעך וואס ווילן קריגן א טאפ עדוקיישאן על טהרת הקודש.
(הונטער די קוליסן שמועסט מען בשם די הויכע פענסטער אז דאס איז דירעקטע תוצאה פון די השתדלות מצד עסקנים אין סקווירא וואס האבן גאר נאנטע פארבינדונגען מיטן טראמפ אדמיניסטראציע, ווי אויך מיט קושנער, אזוי אויך מיט פרעזידענט טראמפ יר"ה זעלבסט, און האבן געפועלט די זאך לבקשת הציבור. כך שמעתי)

ישראל גלויבער » זונטאג אפריל 16, 2017 4:48 pm

· #368575
קל וחומר
די באקאנטע הארווארד אוניווערסיטי האט יעצט געעפנט אן אפטיילונג ספיציעל פאר חרדישע מיידלעך וואס ווילן קריגן א טאפ עדוקיישאן על טהרת הקודש.

דו מיינסט ערנסט, אדער מאכסט סתם שפאס
שיק א לינק

ישראל גלויבער » מיטוואך אפריל 19, 2017 2:29 am

· #368589
איינער האט עפעס אינפארמאציע וועגן לאנדאן סעם?

שבת אחים » מיטוואך אפריל 19, 2017 2:32 am

· #368590
ישראל גלויבער
איינער האט עפעס אינפארמאציע וועגן לאנדאן סעם?


מנעמט נאר אן מיידלעך וואס קענען מנשה׳ס שפיל אויסעווענדיג, אזויווי ר׳ מאיר שפירא האט נאר אריינגענומען בחורים וואס האבן געקענט א בבא אויסענווענדיג.

שבת אחים » מיטוואך אפריל 19, 2017 2:35 am

· #368591
ער זוכט יעצט א סעמינאר אזויווי איך זוך יעצט א טשיקן צו שלאגן כפרות...

שבת אחים » מיטוואך אפריל 19, 2017 2:37 am

· #368592
ישראל גלויבער
איינער האט עפעס אינפארמאציע וועגן לאנדאן סעם?


מ׳לאזט נישט אריין דארט קיין פופצן יעריגע קטנים ווי דו, איז זוך דיר א צווייטע מקום צו טראללן...

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 19, 2017 2:40 am

· #368593
ר' ישראל, איר וואוינט אין ברוקלין אדער אין קאנאדא?

שבת אחים » מיטוואך אפריל 19, 2017 2:49 am

· #368594
אפשר איז ער איז א בחור וואס עסט טעג, כמיין ער עסט יאהרן, ער עסט אויף יענעמס יאהרן. מאנטיג אין מאנרא, דאנערשטיג אין קראונהייטס, ניטל איז ער פארמיטאג אין סקווירא, נאכמיטאג אין לעיקוואד, פורים אין פאפא, לג בעומר אין בעיסוואטער, הושענא רבא אין אומאן, פסח נאכמיטאג אין פעטערבורג, שושן פורים נאכמיטאג אין מנשה׳ס הויזן. אינטערשטע שורה ווען ער גייט אויס פאר ליידיקייט איז ער ליידער אין ק״ש... 😉

ישראל גלויבער » מיטוואך אפריל 19, 2017 11:57 pm

· #368658
רויטע וואנצעס
ר' ישראל, איר וואוינט אין ברוקלין אדער אין קאנאדא?

איך וואוין אין קאנאדע, מיין שווער וואוינט אין ווילי, און כ'האב געמאכט א ברית דעם יו''ט ביי מיין שווער.