☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אינטערסאנטע עפיזאדן וואס איז ווערט צו באצייכענען לדעתי

אינטערסאנטע עפיזאדן וואס איז ווערט צו באצייכענען לדעתי

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11432

שבת אחים » פרייטאג אפריל 14, 2017 1:40 am

· #368528
אינטערסאנטע עפיזאדן וואס איז ווערט צו באצייכענען לדעתי
אסאך מאל האב איך עפעס א געדאנק, א לעבעדיגע ערשיינונג וואס פון מיין פערספעקטיוו און פון מיין קוק ווינקל איז עס ווערט צו באצייכענען און אראפשרייבן. איך האב אבער אייביג א פראבלעם אז איך טרעף נישט די ריכטיגע אשכול, ווי אויך שרייב איך זייער אפען און גראב, איך בין בטבע זייער גראפיק און Blunt און איך וועל זאגן מיינע מיינוגען אפילו ס׳שמעקט נישט פאר יעדעם איינעם, אבער אויב לדעתי איז עס ריכטיג וועל איך פונקטליך זאגן וואס איך האלט לויט די אמת און די מציאות אפילו ס׳שטימט נישט פונקטליך מיט יעדעמ׳ס אגענדע. דאס איז מיין נאטור, ביי מיר איז נישטא קיין בול שיט, אלזא וועל איך מיך דערוואגן צוזאגן מיינע ״בויך קרעמפן״ אפען און גראב ווילאנג סהאט לדעתי א דעקונג פון ווארהייט און סאיז ריכטיג לויט מיין סברא.

פון די אנדערע זייט האב איך בעצם נישט ליב צומאכן מענטשען פילן אומבאקוועם, איך זוך נישט צו באלעסטיגן קיינעמס גלייבונגען ווילאנג זיי נעמען אן אז איך האב אויך רעכט צו מיין מיינונג פונקט ווי זיי מיט זייער מיינוגען. און ווער סקען מיך קען מעיד זיין אז מיינע קוים פערציג יאהר וואס איך לעב אויף דער וועלט האב איך דירעקט קיינעם נישט וויי געטוהן, איך האב אין מיין לעבן נישט געשלאגן קיין מענטש! אין מיין לעבן נישט... קיינעם! אפילו אלץ קינד! איך האב אין מיין לעבן קיינעם נישט פראבירט וויי צוטוהן דירעקט, נאר למעשה דארף איך זיין אויפריכטיג איך שרייב דא זאכן וואס רעגן אויף מענטשען און ס׳טוט זיי וויי, אסאך מענטשען זענען אין צער פון מיין דראסטישע טויש אין לעבן, איך פארשטיי דעס, פאר אפאר יאהר צוריק וואלט איך צוריסן אזא מענטש וואס וואגט אזוי צורעדן ווי מיר, ווען מיין עקס וואלט אפגעפארן מיט צעהן יאר צוריק וואלט איך מיך מסתמא געזעצט שבעה און איך וואלט געוויינט יעדע נאכט, טאקע פארדעם פארשטיי איך איר צער, ווי אויך פארשטיי איך אירע עלטערן און די גאנצע משפחה וואס איז צושאסן אויף שברי שברים אז זייער באליבטע איידעם/שוואגער פון יאהרן לאנג איז געפארן סאוט, איך פארשטיי א יעדעם איינעם, שטייצעך חוץ ריפובליקאנער און טראמפ פענס 🙂 .

די זעלבע איז דא אין קאווע שטיבל, איך פארשטיי פון ווי ענק קומען, טאקע דערפאר ווייל איך בין אמאל געוועהן ענק... מיט אכט יאהר צוריק האב איך געאפפרט פאר דריי בחורים וואס האבן געארבעט אין מיין ביזנעס און זיי האבן נישט געלייגט קיין תפילין זיי צובאצאלן יעדען איינציגער טאג פופציג דאללער אז זיי זאלן אנטוהן תפילין און זאגן קרי״ש, און אלע פון זיי אפילו זיי זענען געוועהן פארחלשט פאר א טאללער, צוויי פון זיי זענען איזרעליס וואס קומען פון זייער ארימע שטיבער און זיי וואלטן געטוהן אסאך זאכן פאר געלט, ספעציעל אזא גרינגע זאך וואס נעמט א מינוט, למעשה האבן זיי מיך אפגעזאגט, איך האב עס נישט געקענט באוואונדערן, איך בין געליגן ביינאכט אין בעט פארקלאצט פאר שעות, וויאזוי קען עס זיין? אזוי צוגיין אקעגן די תורה? , נישט אפילו וועלן לייגן תפילין וואס נעמט פינף מינוט א וואך פאר א פלוצלימדיגע אומגעראכטענע 300 דאללער אין געהאלט העכערונג ??? כהאב עס נישט געקענט באגרייפן, למה? פארוואס האבן זיי אזוי פיינט די זאך?
פון דארט און ווייטער האב איך מיט זיי געטענהט שעות אויף שעות, פארברענט גאנצע נעכט מיט זיי, געזיצן שעות און געמאכט ריסערוטש אויף די אינטערנעט צו קענען פארענטפערן זייערע קשיות ביז איך בין אנגענומען צו די מסקנה אז זיי זענען למעשה גערעכט און איך האב געלעבט אלע יאהרן אין א טעות... און זייט דעמאלטס בין איך געווארן מעהר און מעהר ליבעראל וואס מעהר כהאב געליינט און געפארשט, הגם איך בין אייביג געוועהן א פייערדיגע דעמקראט און געהאלטן אז זיי זענען גערעכט מיט אלע זייערע אישוס חוץ די ענוויירמענט וואס כהאב געהאלטן אז זיי טרייבן אביסלע איבער, האב איך נאכאלץ געהאלטן אז סאיז וויכטיג. היינט האלט איך אז סאיז קריטיש וויכטיג.

אלזא צו איינשפארן ווייטאג פאר די שוואכע הערצער וואס קענען נישט אראפשלינגען דעם ״בייסיגען אמת״ בין איך אויפגעקומען מיט א פשוטע פשרה איך מאך מיר א ווינקל ווי איך קען מיך אויסגרעפעצן אלע מיינע געדאנקן מיט מיינע לינקע אידילאגיעס און ווער סוויל נישט הערן וואס איך האב צופארציילן קען סקיפן דעם אשכול געזונטערהייט, איך וועל צו קיינעם נישט האבן קיין טענות און מענות און איר האט מיין צוזאג אז איך וועל קיינעם נישט רופן צו דין תורה אדער צום גוישן געריכט ווי אלע רבנים און עליטס שליכטן זייערע געפעכטן וויאזוי צו צוטיילן דעם הייליגען טאטי׳ס מיליאנען פון די שווייץ (נוסח ר׳ מענדלע מדעש-ויזניץ), אדער דעם טאטענס שלמים אין די שווייצער בענק (נוסח הברך משה)...

למשל איך בין שולדיג א ענטפער פאר אונזער באליבטע ר׳ בערל ווי ער טעהנט אין א דערנעבעדיגן אשכול אז אין נאמען פון אנטי-רעליגע האבן די באלעשוויקן געהארגט מיליאנען מענטשען, און איך האב אים געוואלט ענטפערן ווייל ער איז נישט גערעכט מיט דעם און ער לערנט נישט גיט אפ פשוטע היסטאריע וואס יעדער ווייסט פארוואס די באלשעוויקן האבן באמת געהארגט און סהאט גאנץ ווייניג געהאט מיט רעליגע צוטהן, למעשה האב איך אים נישט געוואלט ענטפערן אין יענע אשכול ווייל יעדע צווייטע מאל באפאלט מען מיר מיט די טענה אז איך חזר אן יעדע אשכול מיט אלע מיינע ליבעראלע בויך וויי, אלזא וועל איך פון היינט אן און ווייטער אויב האב איך א הערה וועל איך מערצעשעם ענטפערן אין אט די דאזיגע נייע געבוירנע אשכול און ציטירן א לינק פון יענע אשכול און ווער סאיז נישט נייגעריג אין מיינע בויך תורות זאל גיין ווייטער קאפ אין וואנט און קען אויסלאזן מיינע תורות לאקשן.

סמיינט נישט אז יעדע זאך וואס איך וועל שרייבן דא איז ריין קאנטריווערסיול, איך גיי דא שרייבן וואס איך האלט אז סאיז ווערט צו באצייכענען און וואס איך זעה דורך מיט מיינע אויגן גלעזער ותו לא, אפילו למשל א קליינע אינטערסאנטע שמועס וואס כהאב לעצטענס געהאט מיט מיין זיבן יעריגע טאכטער וואס איך האלט סאיז ווערט צו באצייכענען וואס זי זאגט און די וועג וויאזוי זי טראכט.

די אשכול קען האבן אביסלע גארפישע קאנטענט! זייט געווארנט.

אז די הנהלה וויל עס פלאצירן אין צימעס בין איך אויך מסכים.

והנה
עפיזאד 1

אפאר וואכן צוריק ווען כהאב אויפגעפיקט מיינע קינדערלעך, האט מיין קליינע זיבן יעריגע טאכטער זיך גענומען רעדן צו מיר נאר אין ענגליש, וואס געווענטליך וועט זי רעדן ״בלויז אידיש״, צו מיין וואונדער, פרעג איך איר

שבת:
פון ווי קענסטו ענגליש? לערנסט עס שוין אין סקול?

מיין טאכטער:
ניין איך לערן נאכנישט קיין ענגליש!

שבת:
פון ווי האסטו פלוצלינג זיך אויסגעלערנט ענגליש?

טאכטער, אביסל מיט א העכערן טאן.
וואס הייסט? דער אייבישטער האט מיך אויסגעלערענט צורעדן ענגליש!

שבת:
און פארוואס האט דער אייבישטער פונקט דיך אויסגלערענט אידיש מיט ענגליש און נישט פראנצויזיש?

טאכטער:
וואס איז פראנצויזש?

שבת:
א אנדערע שפראך וואס מיליאנען מענשטען רעדן אין פראנקרייך און איבער די וועלט.

טאכטער:
אה, דו מיינסט אזויווי טשייניז?

שבת
יא! פארוואס עפעס פונקט אידש און ענגליש קענסטו? אפשר ווייל פונקט די שפראכן הערסטו פון דיין פופצן יעריגע שוועסטער רעדן, דיין מאמע, דיינע מומעס, דיין באבע, און דורכדעם לערנסטו זיך אויס ענגליש?

טאכטער, טראכט אביסל און ענטפערט:
דער אייבישטער מאכט אלעס! ער האט מיך געמאכט קענען אידיש און ענגליש ווייל ער ווייסט אז א איד דארף קענען נאר אידש און ענגליש...

שבת
אמת!

צוקער זיס! 😂

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 14, 2017 9:24 am

· #368532
אזוי "סאוט" צו גיין?.... שרייבן חול המועד אזא אריכות?

בכל אופן, אז די גייסט מיטן אמת, + דיינע גוטע מידות, קענען אונז זיין זיכער אז די סוף וועט זיין גוט....

א זיס טאכטער'ל.

וואלווי » פרייטאג אפריל 14, 2017 6:15 pm

· #368540
ס'איז א דבר האבד געדאנקען וואס זענען ווערט צו באצייכענען און מ'פארצייכנט נישט איז א דבר האבד.

(דיסקלעימער: געטייפט מיט די לינקע פינקי)

בן אדם » פרייטאג אפריל 14, 2017 7:24 pm

· #368542
וואלווי


(דיסקלעימער: געטייפט מיט די לינקע פינקי)

דו ביסט דאך א געלינקטער, ניין?

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:00 pm

· #368707
איך וויל וויסן אויב די גאנצע וועלט איז משוגע און איך בין נארמאל? אדער צי איך בין משוגע און די גאנצע וועלט איז נארמאל?
איין זאך איז זיכער, איך פיט נישט אריין אין ענקער סאסייעטי, אלעס קוקט מיר אויס פאלש!!! ווי איז דער ״אמת״ ווי?????
איך ווארט אויף א תשובה! אבער שוין!

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:07 pm

· #368710
דעס איז אויך אן אינטערסאנטער עפיזאד ווערט צו באצייכענען?

א שנעלע תשובה:

ווי אזוי די ווילסט עס זאגען, צו די ביסט נארמאל און די וועלט משוגע, אדער די משוגע און די וועלט נארמאל, איז נאכאלס אסאך בעסער ווי עטס זאלטס ביידע זיין נארמאל אדער ביידע משוגע, וואס דעמאלטס וואלט דער לעבן געווען זייער בארינג. אזוי האט עס חאטש א טעם!

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:09 pm

· #368711
נעה, רוב מענשטען אויף די וועלט פעלט א גיטע שראפל, ווייניג נארמאלע מענשטען, גיי ווייס צו איך בין יא נארמאל... איך טראכט כאטש, רוב מענשטען טראכטן בכלל נישט. שוין, אין אזא צייט זאגט מען אז די וועלט זאגט ״שיכור״ לייגט מען זיך שלאפן...

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:11 pm

· #368712
ווער בכלל איז סאסיעטי אז די דארפסט דארט אריין פיטען. מיין ווייב האלט מיך פאר אמאל, וועלעכע נאך משוגענער טוט אזא זאך ווי דיר? האביך איר גענפערט, איך! איך בין ווערד אליינס צו זיין מיין אייגענע משוגענער און איך דארף נישט חיזוק פון קיינעם.

דע העל וויט סאסייעטי.

כלבאשבוע » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:12 pm

· #368713
אוי וויי שבת, וואסי געשען? האסטעך דערשטיקט אויף א מצה?!

פרוביר די מאווי I DON'T FEEL AT HOME IN THIS WORLD ANYMORE

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:13 pm

· #368714
אז די וועלט זאגט שיכור, גייט מען כאפען א טרינק מספק...

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:22 pm

· #368717
כלבאשבוע
אוי וויי שבת, וואסי געשען? האסטעך דערשטיקט אויף א מצה?!



אויב וואלט ער זיך דערשטיקט אויף א מצה וואלט עם בן אדם שוין מזכיר געווען במקומו...

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:25 pm

· #368719
מ׳האט מיך היינט אפגעהאלטן אין נוארק עירפארט פאר צוויי שעה ווייל איך בין געוועהן אזויווי אייביג א ״אויבער חכם״ און גערעדט זאכן וואס מטאר נישט, וואס זיי האלטן אז מטאר נישט, בקיצור אייביג האב איך די מעשיות, ווייל איך בין א sucker for justice... עני וועי..

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:30 pm

· #368721
יעצט שבת, די ווילסט מער גאווערנמענט אדער לעס גאווערנמענט

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:30 pm

· #368722
כלבאשבוע
אוי וויי שבת, וואסי געשען? האסטעך דערשטיקט אויף א מצה?!

פרוביר די מאווי I DON'T FEEL AT HOME IN THIS WORLD ANYMORE


גיט גענטפערט! כהאב מיך געקוילערט פאר געלעכטער... פליק צוריק מיט הומאר! 😂 אדרבה! סאיז Funny.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:33 pm

· #368723
וואלווי
יעצט שבת, די ווילסט מער גאווערנמענט אדער לעס גאווערנמענט


נישט מעהר און נישט ווייניגער! איך וויל א נארמאלע גאווערמענט וואס קעירט פאר די מענשטען אזויווי אין שווייץ, בעלגיע, דייטשלאנד, האללאנד, שוועדן, דענמארק, איסלאנד, נארוואגיע, קאנאדא, אוסטראליע, ניו זילאנד, טשילע, וכו׳.

אמעריקע איז נאר ביזי מיט זייער פאוער און צו בעלבאטעווען יעדעם איינעם.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:40 pm

· #368724
שבת אחים: אנטשולדיג פארוואס איך האב נישט פריער געענטפערט/רעאגירט אויף דיין פתיחת האשכול. איך האב עס ערשט יעצט באמערקט.

איבער דיין מיינונג וועגן די באלשעוויקן אז זיי זענען געווען צדיקים און זיי האבן נישט געהרג'עט און פארשיקט קיין סיביר מענטשן וועלכע האבן געוואלט אנהאלטן זייער רעליגיע. נאר זיי האבן אויסגעראט קאונטער-רעוואלוציאנערן (עכט קומט עס געספעלט אן א "וואוו" נאר אזוי ווי איך ווייס אז אונז האבן צו טון מיט נעא, אדער פסעוודא, אינטעלעקטואלן און זיי וועללן אנהייבן פרעגן קשיות. און ס'וועט זיך טון וויכוחים אהין און צוריק. א זאך צו וואס איך האב נישט קיין נערוון. האביך עס געשריבן מיט א "וואוו" כדי צו פארשפארן די גאנצע טירחא.). איז אינטרעסאנט אז זיי האבן אויכעט געהאלטן אזוי ווי דו...! אפילו דער פאטער סטאלין האט אויכעט געהאלטן אז ער איז א פיינער מענטש. ער טשעפעט נישט א פליג אויפ'ן וואנט. ער האט נאר פיינט געהאט קולאקס. (אפילו דו וועסט נאכקוקן וואס דאס ווארט מיינט, האביך מורא אז דו וועסט נאכאלץ נישט קענען קיין פשט.). די זעלבע מיט דיינע באליבטע יעווסעקעס (פון די יעוורעיסקי סעקציא.) דער חשוב'ער, געעהרטער און הויכגעשעצטער לעוו בראנשטעין האט געוואלט נישט מער ווי אויסמענטשלען דאס אידישע פאלק און מאכן פון זיי מאדערנע מענטשן.

איבער דיין רירנדע באשרייבונג פון דעם דיאלאג מיט דיין 7 יעריגע טאכטער'ל. ווען דו וואלסט געהאט דעם קאפ ריכטיג ארויפגעלייגט אויף דיינע פלייצעס און דו וואלסט נישט געוואלט זוכן גליקן אין די גוי'אישע קולטור, וואלסטו נאך מסתמא געווען חתונה געהאט און געקענט ענדזשויען די נחת פון דיינע קינדער א יעדן טאג. נישט נאר ווען זיי קומען וויזיטן אנקל דעדדי לויט דעם הסכם וואס מ'האט אויסגעארבעט אין קאורט אדער אין בית דין...!שלום...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:49 pm

· #368725
וואלווי
דעס איז אויך אן אינטערסאנטער עפיזאד ווערט צו באצייכענען?

א שנעלע תשובה:

ווי אזוי די ווילסט עס זאגען, צו די ביסט נארמאל און די וועלט משוגע, אדער די משוגע און די וועלט נארמאל, איז נאכאלס אסאך בעסער ווי עטס זאלטס ביידע זיין נארמאל אדער ביידע משוגע, וואס דעמאלטס וואלט דער לעבן געווען זייער בארינג. אזוי האט עס חאטש א טעם!

יא: אבער מ'פארציילט א מעשה. אז ס'איז אמאל געווען א קעניג פון א גרויס לאנד וועלכער האט זיך אייביג באנוצט מיט שטערנזעהערס כדי צו וויסן וויאזוי צו פיהרן די מדינה.

איין טאג קומט זיין הויפט שטערנזעהער און ער זאגט צום קעניג אז ער האט ערשט יעצט געזעהן אין די שטערנס אז ווער ס'וועט עסן פון די ווייץ וואס וועט וואקסן אין די קומענדיגע יאהר וועט ווערן משוגע. פרעגט איהם דער קעניג...וואס איז די עצה...?! האט ער געזאגט אז מ'זאלל אוועקלייגן ווייטץ (אזוי ווי ביי יוסף הצדיק.) פון דעם יאר אין גרויסע מאגאזינען. און דער קעניג און זיין סוויטע וועללן עסן פון די ווייטץ...! האט איהם דער קעניג געענטפערט...אויב די גאנצע וועלט איז משוגע וויל איך נישט זיין נארמאל...!...!

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:57 pm

· #368727
העי, דע ווייץ איז ליגעל אין ניו יארק? ווי קען מען עס קויפען?

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:24 am

· #368738
וואלווי: דעי ווייטץ וואס דו האסט אינזין ספעללט מען א ביסל אנדערש...! אין קאלאראדא איז עס ליגל. ווען דו פארסט אהין, ברענג מיר אויך א ביסל. אפשר קענסטו טיילן פאר'ן עולם... 😂

שבת אחים » פרייטאג אפריל 21, 2017 9:06 am

· #368763
berlbalaguleh
שבת אחים: אנטשולדיג פארוואס איך האב נישט פריער געענטפערט/רעאגירט אויף דיין פתיחת האשכול. איך האב עס ערשט יעצט באמערקט.

איבער דיין רירנדע באשרייבונג פון דעם דיאלאג מיט דיין 7 יעריגע טאכטער'ל. ווען דו וואלסט געהאט דעם קאפ ריכטיג ארויפגעלייגט אויף דיינע פלייצעס און דו וואלסט נישט געוואלט זוכן גליקן אין די גוי'אישע קולטור, וואלסטו נאך מסתמא געווען חתונה געהאט און געקענט ענדזשויען די נחת פון דיינע קינדער א יעדן טאג. נישט נאר ווען זיי קומען וויזיטן אנקל דעדדי לויט דעם הסכם וואס מ'האט אויסגעארבעט אין קאורט אדער אין בית דין...!שלום...!


ר' בערל, I'm way ahead of you.

ווען איך האב מיך צוטיילט מיט מיין עקס האב איך מיך אויסגענומען אז איך קען זעהן מיינע קינדער דריי מאל א וואך, און רעדן צו זיי ווען אימער א טעלעפאן איז נישט מוקצה. כ'קען נישט א עקס-חסיד וואס איז גע'גט און זעהט זיינע קינדער דריי מאל א וואך! איך האלט מיט א יעדע נארישקייט פון זייער לעבן, פון קויפן נייע שיך ביז יעדע מאל א קינד גייט צום דאקטער. ס'גייט נישט דורך קיין 48 שעה וואס איך האב נישט געזעהן מיינע קינדער אדער גערעדט צו זיי אויפ'ן טעלעפאן. מיין טאטע איז געוועהן א גוטע טאטע, און ער האט נישט געהאט קיין צענטל אזויפיל שייכות ווי איך האב מיט מיינע קינדער.

ווען די פרומע ריכטערין, די רשע'נטע אסתר מארגענשטערן האט צוגענומען פון מיר מיינע קינדער פאר זיבן וואכן, האט מיין פופצן יעריגע טאכטער געשיקט א לאנגע בריוו צו איר, און מיט מיין טאכטערס רשות האב איך ארויפגעלייגט א קאפיע​ פון די בריוו אויף "סאושל מידיע". צווישן די זאכן וואס זי שרייבט דארט:

'איך וואלט אוועקגעגעבן אלעס אין די וועלט צו קענען זעהן מיין טאטע פאר אפאר מינוט!'

'ס'איז נישטא קיין זאך אויף די וועלט וואס איך האב אזוי שטארק ליב ווי מיין טאטע!'

'נישט זעהן מיין טאטע איז אזויווי צונעמען פון מיר oxygen צו אטעמען!'.

די קינדער'ס לאיערס (וואס די שטאט האט צוגעשטעלט) האט געזאגט אין קאורט אפאר מאל! (ס'איז אויף רעקארד): "אין די אלע יארן וואס איך ארבעט מיט גע'גט'ע קינדער האב איך נישט געזעהן אז קינדער זאלן אזוי ליעב האבן א טאטע און אזוי זיין צוגעבינדן צו אים"!

פון אלע מיינע פרומע חברים וואס זענען חתונה געהאט און וואוינען אינדערהיים צוזאמען מיט זייערע ווייבער קען איך קיינער נישט וואס איז אזוי נאנט מיט זייערע קינדער-און זיי אליינס זאגן מיר עס אייביג!

האסט געמיינט שבת אחים וואס האט רחמנות אויף יעדע קאץ אויף די גאס האט איבערגעלאזט זיינע קינדער? ראנג אדרעס!

טמיר » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:25 pm

· #368775
Re: אינטערסאנטע עפיזאדן וואס איז ווערט צו באצייכענען לדעתי
שבת אחים
איך וויל וויסן אויב די גאנצע וועלט איז משוגע און איך בין נארמאל? אדער צי איך בין משוגע און די גאנצע וועלט איז נארמאל?
איין זאך איז זיכער, איך פיט נישט אריין אין ענקער סאסייעטי, אלעס קוקט מיר אויס פאלש!!! ווי איז דער ״אמת״ ווי?????
איך ווארט אויף א תשובה! אבער שוין!

איך זיך און זיך דורכאויס דעם אשכול, און איך בין נישט מצליח צי טרעפן די בייסיגע אמת. איינער קען אפשר ארויס העלפן ?

שבת אחים » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:08 pm

· #368781
נאר א אנהויב, קוק דורך מיינע דריי טויזנט תגובות אין קאווע שטיבל ביטע (וועלכע מ'האט נישט פארמעקט) און נאכדעם רעד.
איך גיי דא שרייבן די נעקסטע דריי טויזנט תגובות, געב מיר צייט צו אטעמען.

קל וחומר » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:59 pm

· #368782
Re: אינטערסאנטע עפיזאדן וואס איז ווערט צו באצייכענען לדעתי
דאס מאכן דעם אנשטעל כאילו דו זוכסט דעם אמת, איז איינס פון דיינע גרעסטע שקרים.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 21, 2017 5:56 pm

· #368804
פון ווי ווייסטו אז סאיז אנשטעל?

שבת אחים » פרייטאג מאי 5, 2017 9:22 am

· #369999
לכבוד יואב׳ס אשכול פון תירוצים למעשה:

דעס זענען די תירוצים וואס איך בין צוגעוואוינט צוהערן:

מיינסט אז דו ביסט דער ערשטער צופרעגן די קשיות?

דער באשעפער איז נישט באנקראט!

גיי אוועק מיט דיינע שטותים!

כאילו דו ביסט דער גרעסטע חכם אויף דער וועלט!

דיין זיידע האט זיך מוסר נפש געוועהן פאר אידשקייט ביי די מלחמה און דו לאכסט פונדעם?

ער מיינט אז ער איז אויפגעקלערט אויב רעדט ער אויף גאט.

לאז דיך ארויס פון די אלע נערישקייטן!

ס׳האט נאר קאליע געלייגט דיין לעבן און דיינע קינדער...

דער אייבישטער האט דיך אויך ליעב! כבין זיכער!

ווי קומט צו דיר אזא קרומע קאפ?

וואס זענען נעבעך דיינע עלטערן שולדיג! נעבעך...

וועסטוך נאך איין טאג כאפן...

כמיין זאלסטוך גיין אויסשלאפן, כאפ א דרימל!

א מענטש קען דען אלעס פארשטיין???

הייסט עס דו ביסט געווארן א משומד!

מטאר נישט רעדן אזוי! דעס גרעניצט זיך מיט כפירה.

דעס זענען די היינטיגע אינגע דור! איי איי איי...

אלעס איז די אינטערנעט שולדיג!

טאקע וועגן אזא איינער ווי דיר האבן די רבנים גע׳אסרט די אינטערנעט!

ווען דו וואלסט וועין אויסגענוצט דיין קאפ צו לערנען, וואלסטו געקענט אויסוואקסן א מר ברב אשי.

בעט דעם רבש״ע ביי והערב נא אז דיין פארשטאפטע קאפ זאל זיך שוין עפענען און זאלסט שוין אנהייבן צופארשטיין!

און דיינע סייענטיסטן ווייסן יא וואס זיי רעדן?!

טוה מיר א טובה, רעדטס פאר פייער און פאר וואסער!

נעבעך!נעבעך! נעבעך! אזוי צורעדן???

אין די וועגן ווי דו גייסט איז דא גרויס טרעפיק.

אבי זיך געהארגט זיין לעבן, ווייל ער מיינט אז ער איז קלוגער פון יעדעם, נעבעך!

מוזט נישט רעדן אזוי, דער אייבישטער האט זיך זיינע וועגן.

דאס איז די גאנצע? די רמב״ם פרעגט שוין די אלע קשיות...

אז דו פארשטייסט נישט עפעס מיינט עס נאך גארנישט!

שוין! עד כאן! צו מיר רעדט נישט קיין אפיקורסות!

מוזט נישט זיין פארפרומט אבער אפיקורסת דארפסטו אויך נישט רעדן, טוה דיך אן א קורצע רעקל, א בען דאון און א טיי, און ווער א מאדערענער, און פארטיג!

ער האט געליינט אפאר ביכער און ער איז מיר געווארן א גאנצע פילאסאף!

אזא צוריקטער בהמה צוזיין ??? אזוי צורעדן?

פאקטיש איז אידישקייט די עלצטע גלויבן!

שויו! איך זעה שוין מיט וועמען איך האנדל דא.

די אלע וואס האבן גערעדט ווי דיר זענען נישט גיט אנגעקומען!

דו ביסט סתם א לץ!

קום צוריק! זיי נישט קיין נער!

וואס מיינסטו האט שוין א אפיקורס פון זיין לעבן?

וואו וואס ווען ? ס׳מאכט דיר בכלל סענס אז סייענטיסטן זאלן וויסן בעסער ווי די תורה?

און לאמיר שוין זאגן דו ביסט גערעכט, פארדעם דארפסטו מצער זיין דיין גאנצע משפחה?

דו פלעגסט אייביג רעדן אזוי סאך שטותים אדער נאר זייט דו דרייסט זיך מיט די אלע משוגעים?

ווען די וועסט זיין אין א עת צרה וועלן אלע דיינע קשיות שוין פלוצלינג נישט שווער זיין.

שוין געוועהן גרעסערע חכמים ווי דיר!

ווילסט אויסקוקן ווי די אלע לוזערס פון פוטסטעפס?

אויפדעם שטייט דאך שוין, מים גנבים ימתקו...

איך ווייס נאר וואס מיין טאטע האט מיך אויסגעלערנט!

און וואסערע שייכות האט דעס מיט וויזניץ?

סייענסטיסן קענען נישט איבערקלוגן דעם אייבערשטען!

אפילו איינשטיין האט געגלייבט אין גאט (זייט ווען???)

משיח דארף שוין קומען! שרעקליך!

ס׳דארף שוין קומען נאך א האליקאוסט אפשר אזוי וועלן ענק תשובה טוהן!

דו האלטס ביי גארנישט!

כקען נישט גלייבן אז די געסט נישט קיין ש*ט פאר דיינע קינדער!

מטאר זיך נישט דרייען מיט דיר, דו מאכסט יעדעם קאלט.

אנדערש נעם זיך דאס לעבן ווי איידער רעדן אזוי פראסט!

שומו שמים!

פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 1, 2020 7:17 am

· #450078
Re: אינטערסאנטע עפיזאדן וואס איז ווערט צו באצייכענען לדעתי
@שבת אחים (אין א זייער רואיגע טאן) די פלאנטסט נאך צו ארויסברענגען די בייסיגע אמת דא אינעם אשכול?

וויאזוי גייט עס דיר סתם אזוי אינעם לעבן?

שבת אחים » דינסטאג יוני 2, 2020 3:20 am

· #450241
פאליטיקאנט
@שבת אחים (אין א זייער רואיגע טאן) די פלאנטסט נאך צו ארויסברענגען די בייסיגע אמת דא אינעם אשכול?

וויאזוי גייט עס דיר סתם אזוי אינעם לעבן?


ס׳גייט מיר זייער נישט גוט ספעציעל זינט איך בין געווארן א פולשטענדיגע בעל תשובה...
איך עקספירענס דעם ״צדיק ורע לו״ במלוא מובן המילה!

ווילסט אריינשיקן א נדבה???
נישט מיט קיין מאדערענע עלקטעראנישע כלים וואס רופט זיך קוויקפע״י וכדומה נאר פרישע, גלאטע, געביגעלטע הונדערטער׳ס!!!

קענסט עפעס אריינווארפן?

פאליטיקאנט » דינסטאג יוני 2, 2020 3:55 am

· #450242
Re: אינטערסאנטע עפיזאדן וואס איז ווערט צו באצייכענען לדעתי
עס הערט זיך אינטערעסאנט אז די האלטסט זיך היינט א "פולשטענדיגע בעל תשובה".
ס'וואלט געווען אינטערעסאנט אפשר אז די קענסט אראפלייגן וואס האט געמאכט דעם טויש?!.

איך האב מיטלייד מיט דיר (די מערסטע וואס איז שייך צו זאגן אויף אן אנאנימער מענטש, אן וויסן דעטאלן פונעם סיטואַציע), גלאטע הונדערטערס קען איך נישט העלפן (איך קען צושטייער געבן א ביסל - אבער עלעקטראניש) אבער אין אנדערע תחומים גאנץ מעגליך אז איך קען העלפן......


ימלא ה' משאלות ליבך לטובה און זאלסט קיינמאל וויסן פון קיין צער....

במדבר » דינסטאג יוני 2, 2020 10:14 am

· #450260
שבת אחים
פאליטיקאנט
@שבת אחים (אין א זייער רואיגע טאן) די פלאנטסט נאך צו ארויסברענגען די בייסיגע אמת דא אינעם אשכול?

וויאזוי גייט עס דיר סתם אזוי אינעם לעבן?


ס׳גייט מיר זייער נישט גוט ספעציעל זינט איך בין געווארן א פולשטענדיגע בעל תשובה...


אה! אויך מיר א בעל תשובה... ס'גייט נישט האלבוועג'ס: שומר שבת... און ''אנטי-טראמפ''.

שבת אחים » דינסטאג יוני 2, 2020 12:29 pm

· #450280
פאליטיקאנט
עס הערט זיך אינטערעסאנט אז די האלטסט זיך היינט א "פולשטענדיגע בעל תשובה".
ס'וואלט געווען אינטערעסאנט אפשר אז די קענסט אראפלייגן וואס האט געמאכט דעם טויש?!.

איך האב מיטלייד מיט דיר (די מערסטע וואס איז שייך צו זאגן אויף אן אנאנימער מענטש, אן וויסן דעטאלן פונעם סיטואַציע), גלאטע הונדערטערס קען איך נישט העלפן (איך קען צושטייער געבן א ביסל - אבער עלעקטראניש) אבער אין אנדערע תחומים גאנץ מעגליך אז איך קען העלפן......


ימלא ה' משאלות ליבך לטובה און זאלסט קיינמאל וויסן פון קיין צער....


האהא.

כ׳ווערטל נאר מיט דיר. איך דארף גארנישט. איך בין דאך א stoic און א בודהיסט וואס איז א מסתפק במועט... 😂

שבת אחים » דינסטאג יוני 2, 2020 12:33 pm

· #450281
במדבר
שבת אחים
פאליטיקאנט
@שבת אחים (אין א זייער רואיגע טאן) די פלאנטסט נאך צו ארויסברענגען די בייסיגע אמת דא אינעם אשכול?

וויאזוי גייט עס דיר סתם אזוי אינעם לעבן?


ס׳גייט מיר זייער נישט גוט ספעציעל זינט איך בין געווארן א פולשטענדיגע בעל תשובה...


אה! אויך מיר א בעל תשובה... ס'גייט נישט האלבוועג'ס: שומר שבת... און ''אנטי-טראמפ''.


פרעגסט דאך זייער גוט, סאיז דאך ממש א אפענע סתירה? אלא מאי מוז זיין אז די גאנצע מעשה איז ווי א יאהר אויף פרעה...