☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » בלומען אויף יו"ט

בלומען אויף יו"ט

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11430

קינד_אן_קייט » מאנטאג אפריל 10, 2017 4:58 pm

· #368479
בלומען אויף יו"ט
כ'האב מיר באגעגענט מיט א ווארט פון הילדה הלא הנשכחת אננא פראנק הי"ד ווי זי ברענגט ארויס אז ליידער איז חרטה שטערקער ווי הודאה, ובלשונה:

Dead people receive more flowers than the living because regret is stronger than gratitude

ואולי, קען מען זאגן לפי"ז אז דאס איז טאקע דער ענין פון חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים ביים ליל הסדר און לפיכך אנחנו חייבים להודות, השתא הכא - יעצט זענען מיר נאך דא, זענען מיר דאך נאך בכח אויסצודרוקן שבח והודאה און פארלויפן דעם וועג פאר חרטה.

הנה כי כן יבורך גבר, א רעכטדענקיגער מענטש ניצט טאקע אויס די געלעגנהייט ביי אזא נאכט צו דאנקען זיין ווייב, זיינע קינדער און משפחה על כל הטוב, ולזאת יקרא חיים, דאס הייסט געלעבט.

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 10, 2017 5:29 pm

· #368480
זייער שיין.
פסח ביים סדר איז אויף מיין טיש נישטא קיין פלאץ פאר בלומען. די דזשולערי אדער דאסטער דארף טון די דזשאב. ווי דער שו"ע פסק'נט במה משמחן, מיט קליידער און צירונגען. אבער די אנדערע צייטן אין יאר קויפט מען שיינע בלומען.
אבער דיין פוינט בלייבט שטארק נאנ-דע-לעס. פוד פאר טהאט!