☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א מיידל געלעבט יארן ווי א מאלפע

א מיידל געלעבט יארן ווי א מאלפע

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11423

קומזיץ » פרייטאג אפריל 7, 2017 5:20 pm

· #368363
א מיידל געלעבט יארן ווי א מאלפע
אין אינדיע איז געשעהן גאר א אינטערסאנטע פאסירונג , מען האט געטראפן א קינד און וואלד זי האט געוואינט צווישן מאלפעס און זיי האבן איר אדאפטירט ווי א מיטגליד פון די פאמיליע אויף אזוי ווייט אז ווען מען האט איר געוואלט אוועקנעמען פון זיי האבן זיי נישט געלאזט און אטאקירט די מענטשען ,
זי האט זיך אויפגעפירט ווי זיי געקראכן אויף אלע פיר און געגעסן פון די ערד מיט די מויל אן נוצען די הענט און מורא געהאט צו קומען און קאנטאקט מיט מענטשן
די מאלפעס האבן איר אויסגעלערנט צו כאפן לעבעדיגע באשעפענישן פייגלעך און מייזלעך אזוי האט זי געהאט וואס צו עסן .
ס'איז אינטערסאנט אז א מענטש קען זיך צוגעוואנען צו לעבן אן די מינימאלע באדערפענישן ווי קליידער און ריינע געזינטע עסן און בלייבן לעבן , אבער עס איז נישט די ערשטע מאל אזא זאך פאסירט , מ'האט שוין געטראפן אמאל קינדער וואס האבען געלעבט מיט וועלף און ציגעלעך ,
א קליינע מוסר השכל פון דעם איז ,אז א חינוך פון קליינוואז אן קען ממש טוישן א מענטש אויף א אויסטערלישע פארנעם, דא איז געוועהן א נארמאלע קינד וואס ווען זי וואקסט אויף ביי א נארמאלע משפחה וואלט סי געוועהן א נארמאל קינד גערעדט, געגעסן, אנגעטהון , און קיינער וואלט נישט געגלייבט אז זי קען אמאל זיך אויפפיהרען ממש ווי א חיה ,
אבער וויבאלד דאס איז געוועהן איר חינוך דאס האט זי געזעהן ביי אנדערע ארום איר האט זי זיך אויפגעפירט אזוי אפילו ס'איז קעגן איר נאטור ,
איז דארף מען וויסן ווי א שטארקע השפעה עלטערן האבן אויף א קינד און אויסניצן אויף גיטס

שמעון וואלף » פרייטאג אפריל 7, 2017 5:46 pm

· #368364
כ'האב טאקע אויך באגעגענט די נייעס היינט אינדערפרי אויף איינע פון די זייטלעך, אבער די מוסר השכל איז מיר נישט בייגעפאלן.
שכח קומזיץ פאר די געשאנק.

פערינא » פרייטאג אפריל 7, 2017 6:26 pm

· #368370
פארוואס האבן זיי איר נישט דארט געלאזט? זיי ווילן אויך מאכן פון תימנ'ער סאטמערע חסידים?

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 7, 2017 6:35 pm

· #368375
נישט צו פארגלייכן. אבער די רעזולטאטן זענען די זעלבע...!

פערינא » פרייטאג אפריל 7, 2017 6:50 pm

· #368378
איז זי נישט אין גן עדן פארן עסן פונעם עץ הדת? וואס פעלט איר מיט די מאנקיס?

קל וחומר » פרייטאג אפריל 7, 2017 7:00 pm

· #368379
Re: א מיידל געלעבט יארן ווי א מאלפע
טאמער וויל זי האבן קינדער ברויך זי צוקומען צו מענטשן

יצחק וואלד » מוצ"ש אפריל 8, 2017 9:53 pm

· #368384
די מעשה שיינט ווי א באבע מעשה, שטעלט זיך ארויס עס איז. היינט איז באריכטעט דאס קינד איז נישט אויפגעצויגן געווארן מיט די מאלפעס, ס'איז איבערגעלאזט געווארן דורך די עלטערן עטליכע טאג נאר און איז געווען א דיסעבלד קינד. בכלל מיט די מאלפעס געווען נאר ביי זייט פון ראוד.

טמיר » מוצ"ש אפריל 8, 2017 11:51 pm

· #368396
Re: א מיידל געלעבט יארן ווי א מאלפע
אזא מעשה איז באשריבן געווארן אין א לענגערע פארזעצונג אין די שטערן אפאר יאר צוריק. איך האב נאכגעקוקט די מעשה אויף די וועב, און עס איז מסתם אמת.
עס איז געווען מיט א 5 יעריג מיידל אין קאלאמביע. די שטערן האט עס נאר באשריבן אלס א יונגל (@אנאנים אלערט)
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Marina_Chapman">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Marina_Chapman</a>
<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/femail/article-2301552/Marina-Chapman-story-Kidnapped-dumped-jungle-raised-monkeys.html">http://www.dailymail.co.uk/femail/artic ... nkeys.html</a>

נאסוידער רב » זונטאג אפריל 9, 2017 1:27 pm

· #368424
זיי שרייבן אז ס'איז מסתמא נישט אמת
<a class="postlink" href="https://www.washingtonpost.com/news/animalia/wp/2017/04/08/indian-girl-may-not-have-been-raised-by-monkeys-new-reports-suggest/?utm_term=.2fb9b7de45a9">https://www.washingtonpost.com/news/ani ... b9b7de45a9</a>

בן אדם » זונטאג אפריל 9, 2017 2:37 pm

· #368425
איך ווייס נישט פארוואס ס'זאל נישט זיין אמת, פעלען דען מענטשען היינט צוטאגס וואס זענען אויפגעוואקסן ווי מאלפעס ציווישן מענטשן? אגב, מ'קען ארויס נעמען נאך א געוואלדיגע מוסר השכל, אז בהמות זענען נישט קיין ראסיסטן. כ'האב עס נאכגעזאגט פאר מיין רב און ער האט שטארק הנאה געהאט.

קינד_אן_קייט » מאנטאג אפריל 10, 2017 4:07 pm

· #368476
ס׳דא א שטוינענדע דערציילונג פון דוד זריצקי מיטן נאמען ״תינוק יהודי״ וועגן א קינד וואס איז אויפגעוואקסן אין אוממענטשליכע אומשטענדן און האט כמעט גענצליך פארלוירן דעם צורת אדם.

בלויע רעקל » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 7:39 pm

· #368514
יעצט האט אן אינדיאנער זיך געמאלדן, אז די גאנצע מעשה מיט די מאנקיס איז אויפגעבלאזן. עס שטעלט זיך ארויס א שרעקליכע מציאות. די מיידל איז זיינס א קרובה א קינד מיט ספעציעלע געברויכן, וואס די משפחה האט ווארשיינליך פארלאזט אין א וואלד, זי איז געווען דארט פאר א קליין שטיקל צייט.

שוין. מען וועט דארפן זוכן אן אנדערע מוסר השכל.