אמעריקע שיסט אויף סיריע'ס אסאד
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11421
אמעריקע שיסט אויף סיריע'ס אסאד
ברעיקינג! אמעריקע האט ארויסגעשאסן 50 מיסעלס אויף סיריע
@ליפא כ'וויל פארשטיין פארוואס דאס האט אויסגעפעלט? איז אמעריקע וועלטס פאליציי? איז דאס א חלק פון 'אמעריקע פירסט'?
Re: אמעריקע שיסט אויף סיריע'ס אסאד
זעהט אויס אז טראמפ האט געטוישט זיין פאליסי בנוגע די זאכן.
למעשה דארף מען זיין זייער קאלטבלוטיג ווען מען האט די מעגליכקייט צי ראטעווען אומשילידיגע מענטשן, און זיך נישט אריימישן ווייל סאיז נישט מיין דאגה.
אבער דאז פארשטיי איך נישט וואס טראמפ זאגט אז עס איז פאר אמעריקאנע זיכערהייט. פארוואס?
איך קלער אז טראמפ האט חרטה פארן געווינען די וואלן, און היות פוטין האט דאך אים געהאלפן געווינען וויל ער זיך נוקם זיין אין פוטין. ער קען אבער נישט שיסן אויף רוסלאנד, שיסט ער אויף פוטינ'ס פריינט אסאד.
Just a theory
Re: אמעריקע שיסט אויף סיריע'ס אסאד
אבאמא האט זיך שטארק באנארישט פארן מאכן רויטע ליניעס און אויך פארן נישט אויספירן וואס ער האט געזאגט בשעת די ליניע איז צוטרעיטן געווארן.
לגבי די יעצטיגע אטאקע איז אבער נישט געוועין קיין שום רויטע ליניע (פארשטייט זיך עקסקלאדיט מענטשליכקייט) און סטראשע אקעיגן אסאד איז איך פארשטיי נישט וואס די געיעג איז געוועין צו אזוי שנעל אטאקירן.
די אטאקע פאר זיך אויב וואלט עס געוועין אויף א קליינע פארנעם (די ישראלישע נייעס פארציילט אז עס זענען דא אסאך טויטע און פארוואונדעטע) וואלט לכאורה גוט געוועין איך האלט אז עס איז אביסל צו א שטאקע קלאפ וואס איז געקומען אן קיין שום התראה ביידע צוזאמען מאכן עס אויסקוקן מער ווי א אגרעסיוו שריט פון א באלי ווי א אויסגערעכנטע אקציע אלץ סטראשע וכדומה.
למעשה time will tell מיר וועלן ווארטן און זעין וואס פוטין גייט דא טוהן.
לגבי ליפא'ס טעאריע איין זאך איז זיכער ווען נישט די אלע אינוועסטיגעישענס וכו' וואלט דאך טראמפ און פוטין געארבעט האנט ביי האנט וואלט דאך אזא אטאקע לכאורה נישט פארגעקומען איז אויב האלסטו אז די אטאקע איז א גוטע זאך דעמאלט דארפסטו באדאנקען די דעמאקראטן.
ווער האט געהאט א הו״א אז די ריפובליקאנער וועלן נישט גיין אין מלחמה אריין אין די ערשטע 100 טעג??? די ריפובליקאנער האלטן בשיטה אז אמעריקא איז בעה״ב אויף די וועלט! אויב בלייבן זיי אויפן בענקל גייט אמעריקא יעדע צווייטע חודש באמבעדירן אנדערע לענדר מיט אלע מיני גערעכטע און פאלשע אויסריידן, דאס איז זייער האבי ליידער- גאונס און מלחמה! און ווי אויך זייער פרנסה.... נאכדעם וואונדערן זיך מענטשען פארוואס סאיז דא אזא ארגאנזאציע ווי אייסעס... וואס מעהר אמעריקע מישט אין די גרויסע טאפ דרעק אלץ מעהר וועלן זיי זיין באקאקט און שטינקען פון צואה!
Re: אמעריקע שיסט אויף סיריע'ס אסאד
שבת אחיםווער האט געהאט א הו״א אז די ריפובליקאנער וועלן נישט גיין אין מלחמה אריין אין די ערשטע 100 טעג??? די ריפובליקאנער האלטן בשיטה אז אמעריקא איז בעה״ב אויף די וועלט! אויב בלייבן זיי אויפן בענקל גייט אמעריקא יעדע צווייטע חודש באמבעדירן אנדערע לענדר מיט אלע מיני גערעכטע און פאלשע אויסריידן, דאס איז זייער האבי ליידער- גאונס און מלחמה! און ווי אויך זייער פרנסה.... נאכדעם וואונדערן זיך מענטשען פארוואס סאיז דא אזא ארגאנזאציע ווי אייסעס... וואס מעהר אמעריקע מישט אין די גרויסע טאפ דרעק אלץ מעהר וועלן זיי זיין באקאקט און שטינקען פון צואה!
אינטערסאנט דאס איז די ערשטע מאל וואס אי זעי די אגריעסט מיט טראמפ (2013)
📎 IMG_20170406_230814.jpg📎 IMG_20170406_230700.jpg📎 IMG_20170406_230753.jpgRe: אמעריקע שיסט אויף סיריע'ס אסאד
און נתניהו האט זיך שוין געלאזט הערן.
JUST IN: PM Netanyahu says 'In words & actions alike, Trump's message is loud & clear chemical weapons won't be tolerated'.
ער דארף נאך היבש צוקומען צו די רוסן איך פארשטיי נישט פארוואס ער טוהט אזאנס ער גייט נאך זיין די ערשטע קרבן אויב אסאד מאכט אפ זיך נוקם צו זיין.
אסאד נוקם זיין
LOL
טיפיקל טראמפ אריינצושלעפן די וועלט אין א דריטע וועלט מלחמה... די חילוק איז נאר אז דאס מאל איז האלב אמעריקע אויף די פאשיסטישע זייט. 😢
@שבת אחים,
כבין נישט די גרויסע טראמפ חסיד אבער אפילו פון א ליבעראלע פוינט אף וויו קען מען דאך נישט שטיין אין די זייט ווען א מאנסטער שעכט אויס אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער, אונז ווייסמיר ליידער זייער גוט וואס דאס מיינט ווען די וועלט שווייגט בשעת סקומט פאר א שוידערליכע האלאקאוסט
גר ותושבאבאמא האט זיך שטארק באנארישט פארן מאכן רויטע ליניעס און אויך פארן נישט אויספירן וואס ער האט געזאגט בשעת די ליניע איז צוטרעיטן געווארן.
לגבי די יעצטיגע אטאקע איז אבער נישט געוועין קיין שום רויטע ליניע (פארשטייט זיך עקסקלאדיט מענטשליכקייט) און סטראשע אקעיגן אסאד איז איך פארשטיי נישט וואס די געיעג איז געוועין צו אזוי שנעל אטאקירן.
דזשאסט פאר יור אינפא., אבאמא'ס נארישקייט דיד די טריק ווי מ'זאגט. עס האט נישט פאסירט נאך א כעמישע אטאקע מצד אסאד כל זמן דער "שוואכלינג" אבאמא איז געווען אויפן בענקל.
(בכלל איז דער נאראטיוו אז אבאמא האט אראפ געבעקט פון די רויטע ליניע נישט הונדערט פראצענט אקוראט. רוסלאנד האט אינטערווענירט און גענומען אחריות אז עס וועט מער נישט פאסירן. פאר איינעם וואס איז נישט קיין מלחמה ליבהאבער נאר ער וויל פאר יעדן פרייז זיכער מאכן אז די און די עולה קומט נישט פאר, איז דאס פונקט גוט).
דעת תורהגר ותושבאבאמא האט זיך שטארק באנארישט פארן מאכן רויטע ליניעס און אויך פארן נישט אויספירן וואס ער האט געזאגט בשעת די ליניע איז צוטרעיטן געווארן.
לגבי די יעצטיגע אטאקע איז אבער נישט געוועין קיין שום רויטע ליניע (פארשטייט זיך עקסקלאדיט מענטשליכקייט) און סטראשע אקעיגן אסאד איז איך פארשטיי נישט וואס די געיעג איז געוועין צו אזוי שנעל אטאקירן.
דזשאסט פאר יור אינפא., אבאמא'ס נארישקייט דיד די טריק ווי מ'זאגט. עס האט נישט פאסירט נאך א כעמישע אטאקע מצד אסאד כל זמן דער "שוואכלינג" אבאמא איז געווען אויפן בענקל.
נישט ריכטיג. געשען מער ווי נאך איין כעמישע אטאקע מצד אסאד בשעת אבאמא איז געווען אויפן בענקל.
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Use_of_chemical_weapons_in_the_Syrian_civil_war">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Use_of_ ... _civil_war</a>
כלבאשבוע@שבת אחים,
כבין נישט די גרויסע טראמפ חסיד אבער אפילו פון א ליבעראלע פוינט אף וויו קען מען דאך נישט שטיין אין די זייט ווען א מאנסטער שעכט אויס אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער, אונז ווייסמיר ליידער זייער גוט וואס דאס מיינט ווען די וועלט שווייגט בשעת סקומט פאר א שוידערליכע האלאקאוסט
פארוואס ווערט עס דווקא שוידערליך ווען ס'קומט צו גאז. פארוואס איז פייער מער א אויסגעהאלטענע וועג פון שחיטה אזוי אז די וועלט זאל זיצן שטיל.
קורקלענדפארוואס ווערט עס דווקא שוידערליך ווען ס'קומט צו גאז. פארוואס איז פייער מער א אויסגעהאלטענע וועג פון שחיטה אזוי אז די וועלט זאל זיצן שטיל.
גערעכט, ביידע זענען שוידערליך אבער מהאט עסטעבלישט אינטערנעשאנעל געזעצן אז unconventional weapons איז נישט געזעצליך אפילו אין מלחמה און מקען נישט דערלאזן ווען איינער ברעכט דאס איין מאל נאכן צווייטן
אינטערעסאנט אז סה״כ אפאר שעה צוריק האט הילערי קלינטאן דערקלערט אז אמעריקא זאל באמבאדירן אסאד
Hillary Clinton: US should 'take out' Assad's air fields
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2017/04/06/politics/hillary-clinton-syria-assad/index.html">http://www.cnn.com/2017/04/06/politics/ ... index.html</a>
(CNN)Hillary Clinton called on the United States to take out Syrian leader Bashar al-Assad's Air Force on Thursday, days after a chemical attack killed more than 70 people in the war-torn country.
"Assad has an air force, and that air force is the cause of most of these civilian deaths as we have seen over the years and as we saw again in the last few days," Clinton said in a speech at the "Women in the World" summit in New York City. "And I really believe that we should have and still should take out his air fields and prevent him from being able to use them to bomb innocent people and drop sarin gas on them."
ברעקינג! אלץ נקמה אקט פון פוטין. האט רוסלאנד אראפ גענומען קול מבשר אפפליין. רופער וואס רופן אריין באקומען א מעסעדש ״דו טו נעטווארק דיפעלקוטיס יור קאל קענאט בי קאמפליעטעד״ אויך ווארענט רוסלאנד אז די קומעדיגע שריט וועט זיין צו פאלאזירן דער איד און דער בלאט. אם ה׳ לא ישמר עיר שוא שקד שומר.
Re: אמעריקע שיסט אויף סיריע'ס אסאד
דעת תורה
דזשאסט פאר יור אינפא., אבאמא'ס נארישקייט דיד די טריק ווי מ'זאגט. עס האט נישט פאסירט נאך א כעמישע אטאקע מצד אסאד כל זמן דער "שוואכלינג" אבאמא איז געווען אויפן בענקל.
(בכלל איז דער נאראטיוו אז אבאמא האט אראפ געבעקט פון די רויטע ליניע נישט הונדערט פראצענט אקוראט. רוסלאנד האט אינטערווענירט און גענומען אחריות אז עס וועט מער נישט פאסירן. פאר איינעם וואס איז נישט קיין מלחמה ליבהאבער נאר ער וויל פאר יעדן פרייז זיכער מאכן אז די און די עולה קומט נישט פאר, איז דאס פונקט גוט).
די תנאי אז אבאמא זאל זיך נישט אריין מישן אין די מלחמה איז געוועין אז מוועט אויסליידיגן די זאפאסן פון די כאמיקעלס פון סיריע אבער ווי די האסט געזעין צוויי טעיג צוריק זענען זיי נאך איבער געבליבען מיט היבש אביסל, די אנאליסטן זאגן אז אבאמא און קערי האבן בשעת מעשה געוויסט אז עס בלייבט איבער און זיי האבן זיך נישט געקשנט דעראויף און דאס איז די ריכטיגע חורבן.
די שטיצער פון אבאמא קענען ענטפערן אז די כעמישע וואפן וואס אסאד האט גענוצט איז א אנדערע מין כעמישע וואפן פון וועלכע די דיעל מיט אבאמא איז געווען, אבער דאס אליינס איז די גרעסטע לצנות, אז די גאנצע אזוי-גערופענע גרויסע געלונגענע שלום דיעל וואס אונזער גרויסע פיעס-מעקער און נאבעל פרייז געווינער באראק אבאמא האט געמאכט איז געווען נאר איבער איין מין כעמישע וואפן, אבער בשעת מעשה האט מען אים געלאזט זיך האלטן מיט די אנדערע מיני כעמישע וואפן.
דאס איז חוץ המעשה אז אסאד האט זיך נישט געהאלטן צום דיעל און אויך געהאלטן ביי זיך פון די כעמישע וואפן וואס ער האט געדארפט שיקן קיין רוסלאנד [איין מינוט, פארוואס האט אבאמא בכלל מסכים געווען און געוואלט דעם דיעל, אז רוסלאנד זאל רייכער ווערן מיט נאך און נאך זאפאסען פון כעמישע וואפן, תיקו, איי איז דער פוטין גוט].
כלבאשבוע@שבת אחים,
כבין נישט די גרויסע טראמפ חסיד אבער אפילו פון א ליבעראלע פוינט אף וויו קען מען דאך נישט שטיין אין די זייט ווען א מאנסטער שעכט אויס אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער, אונז ווייסמיר ליידער זייער גוט וואס דאס מיינט ווען די וועלט שווייגט בשעת סקומט פאר א שוידערליכע האלאקאוסט
אמת. אבער סדארף נישט זיין אמעריקע וואס האקט אייביג צוריק, זאלן אלע פארגעשריטנע לענדער זיך פאראייניגן און מחליט זיין בכובד ראש וואס צוטוהן, פארוואס איז דעס אמעריקעס פראבלעם מעהר ווי א צווייטע לאנד ??? טראמפ און אמעריקע אליינס זענען נישט די טאטע פון די וועלט און אויב יא זאלן זיי נישט וויינען ווען א 9/11 קומט צוגיין, אדער אז אזא ארגאנזאציע ווי אייסעס ווערט געבוירן. טראמפ וואס ער טוט נאר האט ער קודם אינזינען זיך און זיין איגאו, ער איז דער לעצטער מענטש אויף די וועלט צו מחליט זיין ווען און וועם צו אטאקירן, כך נראה לי.
.
@שבת אחים איך עגרי מיט דיין אפיניען זייער אסאך מאל. אבער דאס מאל, דא מי ע פעיווער! ווער ס׳האט די מעגליכקייט אין קען אפשטעלן א האלאקאסט ברויך עס טוהן. ס׳ברענט א פייער, ווער ס׳האט נאר אביסל וואסער ברויך פראבירן צו פארלעשן.
די קעניג פין אמעריקע@שבת אחים איך עגרי מיט דיין אפיניען זייער אסאך מאל. אבער דאס מאל, דא מי ע פעיווער! ווער ס׳האט די מעגליכקייט אין קען אפשטעלן א האלאקאסט ברויך עס טוהן. ס׳ברענט א פייער, ווער ס׳האט נאר אביסל וואסער ברויך פראבירן צו פארלעשן.
איה״נ, איך האב נישט געזאגט אז אמעריקע זאל שטיין אין די זייט, איך זאג אמעריקע זאל צאמנעמען אלע לענדער און ארבעטן צוזאמען, סאיז נישט פאר
אונזער אינטערעס צוזיין די פאליס פון די וועלט, מיר האבן נאר געליטן פון דעם, דעס בעיקפייערט אויף אונז און יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אפילו די ערגסטע קומט פאר די אנדערע זייט וועלט און מהארגעט קליינע קינדער איז די הלכה חיך קודמים... אמעריקע פארדינט גארנישט מיט דאמינירן די וועלט מילטעריש און די אמעריקאנע ארמיי וואלט נישט געדארפט זיין די ״וועלט׳ס שטעקן״, נאכדערצו אז מלעבט אין א צייט ווען די נוקעאלער קודס ליגט אין די הענט פון א קליין קינד וואס פאר זיין איגאו קען ער נאך ח״ו חרוב מאכן האלב פון אונזער פלאנעט ערד... די יעצטיגע פראבלעם אין סוריא איז אסאך א גרעסערע פראבלעם פאר כינע אדער דייטשלאנד ווי פאר אמעריקא, זיי זענען אסאך נענטער ווי אונז.
ביי די צווייטע וועלטס קריג איז אמעריקע געוועהן א חלק פון די אליאירטע בייצוקומען די פאשיסטן, זיי האבן נישט גע׳עקט אליינס!
דעס גייט זיך נישט ענדיגן ביים גיסן אביסל וואסער און פארלעשן די פייער-דעס קען אונז אריינשלעפן אין נאך אומזיסטיגע מיטל-איסט מלחמות וואס איז קלאר נישט פאר אונזער בענעפיט, אונז האבן שוין ליידער מקריב געוועהן צענדליגער טויזענטער יונגע סאלדאדטן פאר די צוועק...
איי געס אז די פרעזידענט האט נישט געהאט קיין צייט צו ווארטן ביז די גאנצע וועלט קראצט זיך אויס. קודם האט ער געשאסן. דערנאך האט ער אפעלירט צום 'וועלט' אז מען זאל איהם העלפן. און דערווייל זיצט די וועלט מיט איינגעלייגטע הענט. האט ער געדארפט ווארטן ביז גאנץ כעלם ווערט פארברענט?
Re: אמעריקע שיסט אויף סיריע'ס אסאד
ברעיקינג נייעס! יוען גענעראל סעקרעטאר האט אפעלירט פאר איינגעהאלטענקייט פון אלע צדדים!!!!
פרטים לא יבואו
קורקלענדאיי געס אז די פרעזידענט האט נישט געהאט קיין צייט צו ווארטן ביז די גאנצע וועלט קראצט זיך אויס. קודם האט ער געשאסן. דערנאך האט ער אפעלירט צום 'וועלט' אז מען זאל איהם העלפן. און דערווייל זיצט די וועלט מיט איינגעלייגטע הענט. האט ער געדארפט ווארטן ביז גאנץ כעלם ווערט פארברענט?
כאילו ער געט א גרויסע שיט פאר די מענטשען פון סוריא, ווען ער וואלט קודם געגעבן א שיט פאר די אמעריקאנע וואלט איך אים אפשר געגלייבט אז זיינע כוונת זענען אפשר גוט, דערווייל איז ער א אפערטוניסט וואס נוצט אויס יעדעמס שוואכקייטן פאר זיין איגאו און פאוער.
אמעריקע דארף נישט זיין די ערשטע וואס שיסט אויף סוריא, מ׳דארף טראכטן וועגן די קאנסעקווענצן, מיר האבן שויו געזעהן און געשפירט וואס דעס מיינט! זאגסט עס נאך אזוי איבער ״קודם האט ער געשאסן״! אוואדי! ער טראכט דען עפעס פאר ער טוט??? וואס שיסט ער? מ׳האט אטאקירט אמעריקע? אונז זענען אין געפאר??? וואס האט עס מיט אונז??? טראמפס איגאו? ער נוצט פשוט אויס די גלעגענהייט צו געינען רעקעגנישאון און פאוער זינט זיין פאפיוליערטי איז אזוי נידריג ווי 34 פראצענט, וואס איז די נידריגסטע אין היסטאריע פאר א אמעריקאנע פרעזידענט זאל זיין אזוי אומפאפיולער אין די ערשטע הונדרעט טעג פון זיין פרעזידענטסי, אלזא האפט ער אז די מלחמה וועט אים אביסל ארויפלייגן אויף די מאפע.
און אוואדי גייען אנדערע לענדער נישט העלפן אין מלחמה, זיי פרייען זיך אז אמעריקע טוט די שמוציגע ארבעט פון די גאנצע וועלט, זיי האלטן נישט ביים באצאלן דערפאר און שטעלן זייערע מענטשען אין געפאר... אמעריקא האט צוגעוואוינט אז אונז זענען די פאליס פון די וועלט, און אז טראמפ שיסט די ערשטע מינוט פארן רעדן צו אנדערע לענדער קאנפארמירט ער דעס פאר די גאנצע וועלט!
צו ער האט געטאן ריכטיג אדער נישט וועט מען זעהן מיט די צייט.
Re: אמעריקע שיסט אויף סיריע'ס אסאד
למעשה ווערט באריכטעד אז פליגערס זענען וואטער ארויס פון יענעם לופטפעלד צו באמבערדירן די מורדים.
📎 IMG-20170409-WA0002.jpg
ליפא: דאס איז גוטע פראפאגאנדע. אבער אונז זעה מיר איין אז דיבורים לחוד. ומעשים לחוד. אדער אזוי ווי דער פארשטארבענער פרעמיער פון מדינת ישראל אריק שרון האט געזאגט..."מה שרואים מפה, לא רואים משם"...!
📎 IMG-20170409-WA0006.jpg