☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לענדער נישט צו באזוכען

לענדער נישט צו באזוכען

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1142

פיקציע » דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:51 pm

· #26235
לענדער נישט צו באזוכען
רייזע + אפרוה (טרעוועל + לעיזשאר) מאגאזין האט לעצטענס ארויסגעשטעלט 'די וועלט'ס מערסט מסוכנ'דיגע לענדער' ליסטע ווען עס קומט צו באזוכן. די ליסטע אנטהאלט אינפארמאציע איבער די לענדער, די סיבה וואס עס ציעט באזוכער, די סכנה וואס עס הערשט אין די ספעציפישע ערטער, און א ענדגילטע באשלוס אנווייזונג צו מען זאל דארט באזוכען אדער נישט.

מיר האבן אראפגעברענגט א טייל דערפון אין א אידישע איבערזעצונג.

די ערשטע אויף די ליסטע איז
פאקיסטאן

אטראקציע: במשך צענדליגע יארן, האבן באזוכער אדוואנטואירט צו באזוכן די קאראקהארעם געגענט, צו פאנגען ווילדע שוויינען, קריכען די פעלזען אין די הינדו קאש, און פארשען די ארכיטעקט אנטיקן פון די אינדוס טאל (=וואלי).

ווארענונג: די רייזע ווארענונג רעקאמענדירט זיך צוריקצוהאלטן פון יעדע אומוויכטיגע נסיעה צוליב טעראר אקטיוויטעטן. אל-קאידא און טאליבאנע אנוועזנהייט איז א פאטענציאלע סכנה ספעציעל פאר אמעריקאנע.
אום 2008 אליין, זענען געווען מער ווי 60 זעלבסטמארד אויפרייסן אומברעגענדיג מער ווי 1,000 מענטשן. פאקיסטאנע באוואפענטע קרעפטן קעמפן מיט מיליטאנטן אויף די צפון מעריב פראנטן און אויף נאך ערטער. פארשידענע אנדערע געגענטער זענען פארשפארט צו אויסלענדישע.

למעשה, גיין אדער נישט? די סטעיט דעפארטמענט ווארענונג איז אין קראפט: פלאנט נישט קיין רייזע, כאטש נישט יעצט (ווען די לופט איז אנגעצויגן). פארט, טוט די פאקיסטאנע טוריזים אנטוויקלונג קערפערשאפט אין איסלאמבאד צושטעלן א ליסטע פון טוריזם אפעראציעס.



2
סודאן

אטראקציע: טונק דיינע פערשטן און די צונויפגוס פון די בלויע נילוס און די ווייסע נילוס, וועל זיך א הויקער אדער צוויי אין די קעמעל מארקעט אין קארטום (חרטום), באזוך ביי די מיראו פיראמידן.

ווארענונג: די אנגייענדע שחיטה און הונגער אין דארפור און די לעצטערע שולד קלאגעס קעגן דעם סודאנער פרעזידענט איבער קריג פארברעכן גיבט א שטיקל באגריף אויף וואס מען קען ערווארטן דא. אין 2008 זענען צוויי אמעריקאנע אמבעסאדע ארבעטער אומגעברענגט געווארן פארענדיג אין קארטום. אין די לעצטערע יארן, זענען אמעריקאנער און אייראפאער געווען קרבנות פון רויבעריי און קאר גניבות. די סטעיט דעפארטמענט ווארענט איבער סיי וועלכע רייזע קיין סודאן.

למעשה, גיין אדער נישט? ערענסט? (מיט דעם אלעם, די אלע סכנות האלט נישט אפ 'רעידאן טראוועל & טורס אין אמדורמאן פון אנגיין.)


3
דזשארדזשיע

אטראקציע: דזשארדזשיע איז פארשטיפט צווישן טערקיי און רוסלאנד, עס ווערט באטיטעלד אז די פלאץ ווי די אלפען טרעפן זיך מיט די מיטלענדישער ים (=מעדיטרעניען), צושטעלענדיג אלעסדינג פון וויינעריי טורס ביז העלי-סקי'ינג (ווי מען ווערט ארויפגעפירט צו שפיץ בארג מיט א העליקאפטער צו סקיען).

ווארענונג: אלס רעזולטאט פון די פינעף-טאגיגע קריג נאכפאלגענדיג די רוסישע אינוואזיע אום אגוסט 2008, זענען פילע אומאויפגעריסענע שעלס געבליבן און די געוועזענע קריג זאנע ארום גארי. אמעריקאנע בירגער ווערן אנגעוויזן נישט צו רייזן אין די אפגעשיידטע ראיאנען פון דרום אסישיע און זיך צו האלטן אין נאנטע פארבינדונגען מיט די אמעריקאנע אמבעסאדע. פאליטישע דעמאנסטראציעס קענען זיין זייער היציג.

למעשה, גיין אדער נישט? אויב די רוסישע-דזשארדזשיע באציאונגען פארבעסערן זיך (אדער אומווייניגסטענס די רוסישע טאנקען וועלן נישט שיסן ביי די גרעניץ), איז א רייזע אהין זיכער א אפציע.
צו גיין פארבינדט אייך מיט 'דזארדזיע טרעוועל' א טעבליסי באזירטע טור אפעראטאר.


4
לבנון

אטראקציע: די הויכפונקטן פון די ספעקטאלן וואס ווערן געזען נעמט אריין די פארצייטישע רוימישע טעמפלען פון באלבעק (בעלבכ), די אכטע-יאר-הונדרעט אומעייאד חרבנות פון אנדזשער (ענג'ר), און די וויינעריי אין די בעקאא (בקאע) טאלן.

ווארענונג: לבנון אקופירט א הייסע פלאץ צווישן מדינת ישראל און סיריע, און די סטעיט דעפארטמערטמענט רופט אמעריקאנער צוריקצוהאלטן אלע רייזעס אהין. חיזבאללא מיליטאנטן שטעלן אויף אפטער ראודבלאקס, גוואלדטאטן און טריפאלי האט שוין געמאנט איבער 30 לעבנס זינט אגוסט 2008.
אל-קאיידא איז אנוועזענד אין לאנד. לאנד מינעס און אומאויפגעריסענע וואפן זענען פארשפרייט אין דרום לאנד. די אמעריקאנע אמבעסאדע קען נישט פארזיכערן הילף אויב מען דארף איינעם עוועקואירן.

למעשה, גיין אדער נישט? בעירוט'ס צוריקער אלס פאריז פון מיטל מזרח איז פארקריפעלט געווארן צוליב די קריג מיט מדינת ישראל אין 2006. מ'וועט מוזן אפשטופען דעם באזוך ביז עס ווערט צוריק א פארזיכערטע פלאץ, אינאיינעם מיט די גאנצע געגענט. אויב פילט איר אנדערש, אויב, קענט איר גיין מיט די בעירוט קאמפאני 'וויילד דיסקאווערי'.


5
צפון קאריע

אטראקציע: די דעמאקראטישער מענטשענ'ס רעפובליק פון קארעא וועט אייך ערלויבן באזוכן ביי די 'וויקטאריעס פאדערלענד ליבערעישאן וואר מוזיאם' (=זיגרייכע פאטערלאנד באפרייאונג קריג מוזיאם), רעוועלוציע מארטירער בית הקברות, דער מאנומענט פאר די פארטיי פונדאציע, און די פארכאפטע אמעריקאנע נעווי שיף USS Pueblo. אויסער דעם, קענט איר שלאפן אין די טראדיציאנאלע סטיל (אויף די פאדלאגע) ביי די 'פאלק האטעל' אין קיסאנג.

ווארענונג: באזוכער דארפן אריין און ארויספליען דורך טשיינע, דאס מיינט אז עס פארלאנגט זיך צוויי וויזעס. פארברעכן איז זעלט, אבער דאס מיינט נישט אז מען קען דארט טון וואס עס גלוסט. אויסלענדישע בירגער'ס באוועגונגען און געשפרעכן ווערן נאכגעקוקט, ספעציעל איבער רעליגיעזע און פאליטישע אקטיוויטעטן, און עס איז דארט נישטא קיין אמעריקענער דיפלאמאטישע אנוועזענהייט.
צפון קארעא איז נישט אויף די סטעיט דעפארטמענט ווארענונג ליסטע, אבער די רעגירונג האט ארויפגעשטעלט האנדל סאנקציעס איבער איר.

למעשה, גיין אדער נישט? אויב זענט איר שוין געווען אויף יעדע אנדערע פלאץ איר האט שוין נישט ווי צו באזוכן, דאן נעמט א בילעט צו צפון קארעא דורך קאריאו טורס אין בעידזינג. אויב נישט, בלייב פארזיכטיג.



6
סיריע

אטראקציע: סיריע פארמאגט איינס פון די מערסט וויכטיגע איסלאמישע מעטשעטן, די אומעייאד מעטשעט אין אלטשטאט דמשק. מען קען אויך באזוכן בעדואינער לאגערן אין מדבר, און רומישע חרבנות ביי די פאלמירא (תדמור) קוועלער.

ווארענונג: פאר איבער 30 יאר איז סיריע באטיטעלט דורך אמעריקא אלס א לאנד וואס שטיצט טעראר. אין די לעצטע צענדליגע יאר איז דארט פארגעקומען עטליכע קאר באמבע אויפרייסן, א אטעקע אויף די אמעריקאנער אמבעסאדע, און ווילדע אנטי-מערב דעמאנסטראציעס.
די אנהייב פו די סירישע רעוועלוציע און די רעגירונג פריוון עס צו דערשטיקן, האט בלויז פארערגערט די אטמאספער אין לאנד פון ווי הונדערטער פרובירן זיך ארויסצוזען.

למעשה, גיין אדער נישט? נישט אין די נאנטע צוקונפט.
די מיט אדווענטוארישע אייגענשאפטן קענען רייזן מיט די דמשק-באזירטע 'נואעפיר טרעוועל & טורס'.



א אנגענעמע רייזע און א געזונטן זומער.

משה געציל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:01 pm

· #26240
יישר כח פאר דיין ארבעט, אבער צווישען פיר אויגען לאמיך דיר זאגען אז איך האב ממילא נישט געטראכט פון פארען אויף וואקאציע אויף קיין איין פון די אנגעגעבענע פלעצער, אפגעזען וואס די סוטאציע איז דארט.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:44 pm

· #26287
איז נישט מדינת ישראל בשעת די אינטיפאדא, געווען אויף די ליסטע פון די סטעיט דעפארטמענט צווישן די לענדער ווי עס איז נישט ראטזאם צו פארן ?

דער עולם איז געפארן געהעריג.

ניו יארק » דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:16 pm

· #26454
געלייקט נאך פארן ליינען, אז איינער נעמט די מי איבערצוזעצן אזא לאנגע ארטיקל, קומט זיך א לייק, יעצט לאמיר גיין ליינען

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:19 pm

· #26455
נוי יארק
געלייקט נאך פארן ליינען, אז איינער נעמט די מי איבערצוזעצן אזא לאנגע ארטיקל, קומט זיך א לייק, יעצט לאמיר גיין ליינען

ממש די זעלבע געטון א רגע צוריק!

ניו יארק » דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:38 pm

· #26462
איך זיך מאה שערים... גוגעל מעפס איז נאר אריין מיט פאליצייאישע שוץ, זיי האבן מורא געהאט פאר אייער.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:48 pm

· #62986
קאנגא איז אויך נישט גוט צו באזוכן די טעג.

שמואל הלוי » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:50 pm

· #62989
וואס טוט זיך מיט דזשו-לענד? מעג מען באזוכן דארט?

ווייס ווי שניי » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 1:23 pm

· #62997
טשולענט עסט מען שבת

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 6:06 pm

· #63877
ווייס ווי שניי
טשולענט עסט מען שבת

אנאליסטן זאגן אז מ'זאל זייער אויפפאסן ווען מ'פארט אהין, ס'דא קראנטע ריפארטס אז ס'דא אסאך עקספלאוסיווס דארט.

town1 » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 6:39 pm

· #63888
וואס איז מיט איראן?

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:50 pm

· #63920
איראן איז נישט קיין פראבלעם צו פארן, חוץ אויב דו ביסט א איד.

מומחה » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:53 pm

· #63922
געפילטע פיש
איראן איז נישט קיין פראבלעם צו פארן, חוץ אויב דו ביסט א איד.

זיי לאזן אריין אידן אויך, ס'ווענדט זיך אין אין די פאליטישע מיינונגען, און צו וועלכע פראקציע מען באלאנגט

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:56 pm

· #63925
זיי לאזן אריין אידן, אבער די טשענסעס פון אנקומען אין א איראנע תפיסה אלס "שפיאן" פאר מדינת ישראל זענען סאך העכער פאר א איד.

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:56 pm

· #63926
מומחה
געפילטע פיש
איראן איז נישט קיין פראבלעם צו פארן, חוץ אויב דו ביסט א איד.

זיי לאזן אריין אידן אויך, ס'ווענדט זיך אין אין די פאליטישע מיינונגען, און צו וועלכע פראקציע מען באלאנגט


צום ביישפיל: קאווע שטיבל האט א דעלעגאט דארטן, וד"ל...

חסידישער דראמער נאה » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:10 pm

· #65317
פארוואס איז דשארדשיע נישט גיט? מיין גערלפרענד איז פון דארטן.. איך בין דארט געוועזען שוין דריי מאל און איך האב אלעס מאל זייער הנאה געהאט.

אגב איך וואוין היינט אין פראנקרייך אין דא איז פארהאנען מער קריים ווי אין דשארדשיע.

בויטשיק » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:14 pm

· #65321
העי העי העי. ביסטו טאקע יואלי נאה? איז עס אמת אז אין ישיבה פלעגסטו מאכן חידושים אין ביה"כ און נאכדעם געקומען ווייזן פארן ראש ישיבה וואס האט זיך פעסמאקעוועט דערמיט?

אברעמעל » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:16 pm

· #65323
איי יואלי יואלי, דו קענסט נאך אידיש? ווער האט געגלייבט אז 2012 וועסטו נאך שרייבן אין מאמע לשוון, דערמאנסט מיר אלטע צייטן..

בוטשיק האקט..
אה געדענסקט אים אויך? (רעדסט פון טאש..)

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:23 pm

· #65329
יואלי!!... ווער האט זיך געגלייבט!! מיר האבן אמאל געהאקט שטיקער, געדענקסט נאך?
פארצייל אביסל דיין געשיכטע,
כ'האב הנאה אז דו רופסט זיך "חסידישער" דראמער...
גם כי יזקין, הא?

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:24 pm

· #65330
קען איך דיר באזוכן אין פראנקרייך?
(בתנאי אז מאכסט נישט קיין גילוי....)

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:28 pm

· #65333
חסידישער דראמער נאה
אגב איך וואוין היינט אין פראנקרייך אין דא איז פארהאנען מער קריים ווי אין דשארדשיע.

פראנקרייך איז דאך א מקום מוכן לפורעניות.
די שנאת ישראל דארט איז דאך שרעקליך.

אברעמעל » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:03 pm

· #65348
שמעקעדיג
כ'האב הנאה אז דו רופסט זיך "חסידישער" דראמער...

ער האט זיך אלץ געריפן אזוי, עיין בספר הפנים.

לעמיל » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:07 pm

· #65352
איך האב געמיינט אז נאר און צימעס טוישט מען די ניק....

חסידישער דראמער נאה » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 7:32 pm

· #65383
בויטשיק עס איז נישט גענוי. אמת איך פלעג זיך פארמעסטן מיט אבררהם שור פין צייט צו צייט און יא איך האב איינצעלע מאל געשריבן חדישים אין מיין העפט אין מיין פריוואטע אפיס אדער ווייז נאון עז ביהכ"ס אבער מאך נישט איהער געטריבן...

יא איך בין יואלי נאה... יא איך רעד נאך יידוש.... אין יא איך ווייס ווער די ביסט ווייל נאר איינער פלעגט מיך רופען יואליש.

איך פריי זיך שטארק זיך צו טרעפן מיט ענק אין פארום.

בנוגע אז איך רוף זיך נאך חסידישער דראמער... דא אין פראנקרייך בין איך שטארק באקאנט אין אפילי אז מיין בענד איז כולו פימעל אנלי אחוץ מיר דאך ווייסען כמעט אלע דריי זאכן וועגן מיר. 1 אז איך בין פראם אמעריקע. 2 אז איי גרו אפ חסידיש. 3 אז איך פלעג דראמען פאר נארה דשוינס.

מיין היים איז אפען... קענסט קומען.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 7:36 pm

· #65385
דשארדזשיע? מיינסט גרוזיע? הא?

וועלקאם יולי

חסידישער דראמער נאה » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 11:52 am

· #65588
טענק יאו זר זהב.

יא דאס איז גרוזיע. א תיקן טעות פונעם בלאגער. ער שרייבט אז דאס לאנד געפונט זיך צווישען די אלפען בערג.... דאס איז נישט אמת.. עס געפונט זיך ביי די קאווקאז בערג.. די אלפען איז ביי די גרענעטצן פון שוווייטץ, איטאליע, און פראנקרייך. מיין שטאט ווי איך געפון זיך איז טאקע דארט. איך בין א שעה א האלב פון דזניווא אין שווייטץ און צוויי אהאלב שעה פון מילאן אין איטאליע. זאט עס איז מיין בירטסדעי די וואך גיי איך מיט א גרופע פראנדען און פראנדינעס, פון פארשידענע מדינות, שוין לאז מיך נישט רעדען מלשינות סקיאינג אויף מאונט בלאנק, די העכסטע בארג אין די פראנצויזישען אלפעס. טאקע העכער פון וואס איך בין געווינט אבער טאמער קום איך ארויס בלויז מיט א ספרענט ענקעל איז דאס שוין קאנסידערד אן סאקסעס.

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:06 pm

· #65604
העי מאכסט מיר דשעלעס... זאג יואל קענסט מיר שיקן עפעס א ווידעא קליפ פון דיין בענד?

פיקציע » דינסטאג אפריל 16, 2013 1:38 pm

· #105387
דרייט זיך נאך דראמער נאה דא אין שטיבל, אדער איז ער ברוגז געווארן אויף אונז אווי שלום דין?

איך זאג דיר » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:30 am

· #106124
צו יואלי, ביסטו אפשר א ברודער פון אהרן נאה יעק'ל מילער'ס איידעם?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 8:52 pm

· #106497
איינס פון די לענדער וואס איך גיי בלי"נ נישט באזוכן איז מדינת ישראל. אאפס... דער רבי שליט"א פארט נעקסטע וואך אי"ה אהין מיט א פאר פליגערס און (לכה"פ) צוויי "יוקאנס".
אוי... ס'איז שוין אכט אזייגער. ד'ער וועקער האט נישט געקלינגען?