☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ערב פסח חלום

ערב פסח חלום

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11419

שלום בערגער » דינסטאג אפריל 4, 2017 11:25 pm

· #368130
ערב פסח חלום
ערב פסח רעווערי
[רעווערי איז א מין חלום]

די יויך יייכלט
זוגתי שמייכלט
באלד ס'מאכלט
אין מיין בויך.

קרבן פסח
א טעם האָט? ווייסעך
נאָר מאַך מיר פליישיגס
ס'זאָל גיין אַ רויך.

ווידער לחיים.
מער נישט מצרים.
כאָטש אלץ: ידיים
ידיי עשיו.

זאָל זיין דאָס מאָל
זולתי קול
און בכל כל
כדי תשב.