☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בינגא

בינגא

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11411
בלאט: 1 2

פליקער » זונטאג אפריל 2, 2017 3:57 pm

· #367913
בינגא
היינט האט מיין משפחה דיסיידעט צו אפשטאטען מיין באזיך ביי די גרויסארטיגע געשעפט בינגא.

מיר האבן זיך געשטיפט צווישען די איילים ואיילות, געכאפט פון רעכטס און פון לינקס, עד מקום שידו מגעת, מכל טוב וטוב, הן דברים הנוגעים אל הגוף, הן דברים הנוגעים אל הנשמה, הן דברים שאינם צריכין לא לגוף ולא לנשמה, נאר ס'זאל שוין זיין, מיגוי שהותר לצורך, הותר נמי שלא לצורך, אידען גויים מענער פרויען, אלעס האט געשטיפט פוו אלע זייטען, קולות אויף הויכע טעינער ווי א קאנטינענטעל חתונה, די ערלים האלטען און איין איבערפילען די שעלפס, און שטיפן זיך דורך מיט א בהלה ווי ביי כפרה שלאגן.

אלע מענטשען מיט כאטש צוויי איבערגעפילטע וואגאנגען מיט אויסוואלען פון ציצית ביז אייער, פון טעפ ביז קעיז, פון בעיזעמעס ביז נאש, אלעס מיט א מייסטערהאפטע ארדענונג, צד השווה שבהם אלעס פאר שטוינענד ביליג.

עפעס א געפיעל האט מיך כסדר געשטיפט, כאפ נאך עפעס, פארברענג נישט קיין צייט, מיט יעדע זאך וואך איך זעקעל דא, כאפן אלע אנדערע גראסערי'ס א ריק, זיי וועלן זיך אראפ זעצען מיט זייערע סאפלייער'ס און אראפ ברענגען די פרייזען, און אזוי וועט זיין גוט פאר די אידען.

מיין קומען אהער קומט נאך א רייע וויכוחים, יעדע שלעשידעס, יעדע מקוה שמיעס, אלעס דרייט זיך איבער בינגא, מעג מען יא, אדער מעג מען נישט, איז מען כפוי טובה פאר די לאקאלע גראסערי'ס אדער איז מען מקפח זייער פרנסה.

דאס איז אמאל זיכער אמת אז יעדער וואס טרעיט אריבער די שוועל פון בינגא טוט וויי פאר זיי, און איז איין ארדער ווייניגער פאר די לאקאלע. דאס איז אויך אמאל זיכער אז די פאקט אז ער נעמט איבער די מארקעט ווייל ער איז ביליג איז פונקט אזא עוולה ווי דער וואס נעמט איבער די מארקעט ווייל ער איז פענסי טייער, צו ווייל ער לאזט אויפשרייבן, צו ווייל ער איז סיי א הערליכע סטאר און אויך ביליג.

אבער פאר עפעס א סיבה שלאגט בינגא ווארצלען מיט מער ווייי טון די גראסערי'ס ווי די 24 שעה גראסערי'ס אדער די טייערע געשעפטען וואס האבן קנאקעדיגע קאמפיינען און מאכן שפירען קיל אהין צי גיין קויפן, און לכאורה איז די סיבה ווייל ער שלאגט כפרות אויך מיט די סאפלייער'ס, און גפן און מהדרין מיזן קניען און געבען ביליגערע פרייזן ווי און די לאקאלע, און דעריבער איז די ערד מער נישט פלאך, בינגא מאכט א בעסערן קאמפיין, ער האט א ניטש וואס קיינער האט נאך נישט דערליווערט עד הנה.

ווען בינגא וואלט געווען נאר א פסח סטאר החרשתי, ווייל איך האלט טאקע אויך אז עס איז נישט פער אז מען זאל שלאגען כפרות מיט דיין לאקאלע סטאר נאר פסח, ווייל דאס איז שוין יא עפעס א שטיקל משיג גבול, מען קען נישט געבען א בייס אריין פסח - כאפן און לויפן, אפילו מען ריפט דאס צדקה, עס איז פשוט נישט פער, אבער בינגא איז נישט און די כלל, בינגא איז הער טו סטעי. מטעם זה בין איך קיין מאל נישט געגאנגען צו די סעד ועזר'ס, כאטשיג איך בלעים נישט די וואס גייען יא. עס איז בערך אזא עוולה ווי די וואס פארקויפן קערידזשעס וכדומה פון בעסמענט'ס און קרויזען אויס די וואס ברויכען צאלן גרויסע רענט'ס און טעקס און זיין אפיציעל ביי די קאמפעני פארלאנגטע פרייזען, און דא קומט א משיג גבול וואס ברויך קיין שום דין וחשבון נישט געבען און גיבט פרייזען וואס די אפיציעלע געשעפטן קענען נישט געבען.

מיין מיינונג ווי שוין אויסגעשמיעסט, אז מען ברויך שטיצען ביליג, די צד ביליג וועגט איבער אלעס, זאלן זיך די גראסערי'ס ציזאמען נעמען און פארלאנגען אויך ביליגע פרייזען, זאלן זיי אויך טראכטען אמאל פון דעם קאנסומער, ווען יאר איין יאר אויס קאסט א פישקע מאקעראני'ס אכט טולער און קיינער קימערט זיך נישט, אדער א פעקל אמעריקען טשיז זיבעצן טולר, ואין פוצא פה, ער שבא בינגא און דעליווערט טשיז פאר אינטער 11 טולער, אדער פסח קעיק פאר 4 טולער, גייט מיר נישט גארנישט אן, איצט וויינט איר, ווי זענט איר געווען די אלע יארן וואס מיר האבן געוויינט.

אלעס לוינט זיך, איך וועלן שלעפן ווי א מויל אייזעל, איך וועל דילדען אלע שטיפערייען, אלעס כדי די אידיש בליט זאל אויפהערן פליסן, די אלע גרויסע קאמפעני'ס וואס האבן געלייגט א מאנאפאל אויף כשרע עסן מיזן ווערן אינטערגעבראכן.

אבער עפעס אינערלעך ציטערט מיר אז די בינגא וויץ וועט נישט אנהאלטן צו לאנג, עס וועט נישט לאנג נעמען און זיי וועלן אנטייל נעמען אינעם אינערליכען ראנג מיט גאלדען פלוי מהדרין און גפן, און אוחף א וועג ציריק ארויפשרויפן די פרייזן, על כן ברויך מען האלטן א וואכזאם אויג, און האלטן זייער פיס צום פייער, און קויפן נאר ווי לאנג זיי זענען ביליג, און גוט, און ווי נאר עס וועט זיך דערקענען אז זיי גייען ארויף זאל מען דאס פאבליצירן.

אבער ווילאנג זיי זענען בשיטה ביליג, און דעליווערן פאר ביליג וועלן מיר זיי שטיצען בכל תוקף, און איך זעי נישט פאר וואס זיי זאלן זיך ברויכן שלאגן מיט כולל גראסערי, עס איז דא געניג פלאץ פאר ביידע, און פאר נאך בדומה להם, עס דארף נאר זיין מענטשליכע פרייזן.

זאל מיר איינער מסביר זיין פארוואס א עפל ברויך קאסטן און א לאקאלע גראסער א דולר, אדער גאלד נאט פישקע פון אלמענדס זיבן א האלב דולר, אדער פארוואס גויאישע מילך 1:99 א גאלען, און גאלדען פלוי האלבע גאלאן צוויי מאל אזויפיל, איין טזשיז סנעק העז נא ביזנעס קאסען באלד פיר דולר וכו', טו העל וויט די פרייזן.

חצוצרות » זונטאג אפריל 2, 2017 4:09 pm

· #367914
😂

טמיר » זונטאג אפריל 2, 2017 4:32 pm

· #367915
Re: בינגא
וויפיל מען האט שוין דעבאטירט דא אין שטיבל "בינגאו", האט נאך קיינער נישט אראפגעלייגט אזא זאפטיגס און דברים של טעם ווי @פליקער. דער פליקט ווי עס ברויך צי זיין

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אפריל 2, 2017 4:41 pm

· #367917
שוין דא א אשכול וועגן בינגא. געניג אז זיי האבן איבערגענומען די מארקעט. זיי ברויכן נישט איבערנעמען די שטיבל דא.

קאצקע ציקער » זונטאג אפריל 2, 2017 4:55 pm

· #367919
אין א געוויסע זין גייט זייער מארקעט אזוי גיט וועגן סאשעל מידיא יעדער רעדט נאר וועגן איין זאך בינגא בינגא בינגא לויפט יעדער אהין זיי קענען אפילו באשטיין דו זאלסט האקן אויף זיי די עיקר איז אז דו זאלסט נאר רעדן פון איין זאך : בינגא!

סמבטיון » זונטאג אפריל 2, 2017 5:13 pm

· #367923
לויטן נאמען פונעם אשכול האב איך נישט געהאט בדעה עס צו עפענען , אבער אז סשטייט אינטער דעם 'פליקער' האט עס אן אנדערע דין, אין ב"ה עס האט זיך געלוינט..

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 2, 2017 5:15 pm

· #367924
Re: בינגא
בנוגע פרייזן וואס יעדער פרעגט, צו זיי גייען בלייבן ביליג אדער גייען זיי ארויפגיין, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט די מציאת אין ארץ ישראל, אז דארט האבן זיי געסטיקט צו זייער ביזנעס מאדעל און געבליבן גאר ביליג, ווארשיינליך וועלן זיי עס טון דא אויך, הגם אמעריקא איז נישט ארץ ישראל

Sent from my SM-N920P using Tapatalk

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אפריל 2, 2017 5:54 pm

· #367926
יעצט דא א קעסטל סעלטצער פאר $1.99

אישתישבי » זונטאג אפריל 2, 2017 6:10 pm

· #367931
פין דער בילד זעהט אויס ווי די שורות זענען אויסטערליש לאנג היינט.

קליינע גראסעריס האבען פארדינט דורך בינגא, ווייל די מענטשען וואס פלעגען גיין אלץ קיין כולל אדער גארמעט צו גאלדבערגס, און גייען קיין בינגא, און דארט קען מען דאך נישט קויפען אלעס, זענען משלים די קליינע זאכען ביי דער לאקאלע גראסערי, וואס ביז היינט האט ער דארט נישט אריין געטרויטען.

בדרך אגב, ווייסט איינער פארוואס בינגא האט נאר אלטע מילך?

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אפריל 2, 2017 6:30 pm

· #367934
אלטע מילך? איך האב דאס קיינמאל נישט געזעהן דארט

גר ותושב » זונטאג אפריל 2, 2017 6:38 pm

· #367936
Re: בינגא
די קעניג פין אמעריקע
אלטע מילך? איך האב דאס קיינמאל נישט געזעהן דארט

ווייל די וואונסט אין לעיקוואד

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אפריל 2, 2017 6:45 pm

· #367938
גר ותושב
די קעניג פין אמעריקע
אלטע מילך? איך האב דאס קיינמאל נישט געזעהן דארט

ווייל די וואונסט אין לעיקוואד

נו מ׳לאזט דאך נאך אריין אין בארא פארק חוץ לעיר׳ניקע. שטייט זיך מ׳ברויך עיזי פעס.

רויטע וואנצעס » זונטאג אפריל 2, 2017 6:49 pm

· #367939
קעניג פון אמעריקא איז וועלקאם אין גאנץ אמעריקא.

אפשר זאל מען בעטן בינגו זאל פארקויפן די וועקער, אזוי ווען די קעניג קומט צו בינגו פאר די אלטע מילך זאל ער אויך קענען אויפפיקען די וועקער. 😂

וואלווי » מאנטאג אפריל 3, 2017 12:35 am

· #367986
פון די אלע שמועסן וועגען בינגו און גפן קדם וכו' אויף קאווע שטיבל זענען רוב פוינטס גע'ארגיוט געווארן פון א אידילאגישע פאונט מ'מעג יא מ'מעג נישט גערעכט צו נישט גערעכט. עד שבא פליקער והכריע ביניהם אז דע באטאם ליין איז וויר דע באק סטאפס, אין ביי אונז אינדיווידיועלס דע באק סטאפס אין אונזער ליידיגער טייסטער ס'נישט דא קיין לחם לאכול רוב אידען ארבעטען מן הבוקר עד צאת הנשמה און מ'קען נאך אלס נישט דעקן דאס לעבן. אונז זעמער מחויב זיך אליינס אויס צו האלטן אן דארפן גנב'נען און שולדיג בלייבן די גאנצע וועלט און זאלן די בעלי בתים און זייערע אויפרייסערישע ניו עידזש מארקעטינג שלוחים זיך רייסן צווישען זיך, צו יא אויס געהאלטן צו נישט אויסגעהאלטן ווי אזוי זיי טוען עס, הו גיווס עי ****.....

קאצקע ציקער » מאנטאג אפריל 3, 2017 12:57 am

· #367993
שלום אזוי גיט ארויסגעברענגט די זאך!

קורקלענד » מאנטאג אפריל 3, 2017 1:59 am

· #367996
[ציטאט אראפגענומען]


אינטערעסאנט איז אז ווען איך האב געזעהן וועלטש'ס גויאישע גרעיפ דזשוס איז עס די זעלבע פרייז ווי קדם. און ווען מ'קוקט אויף די אינגרידיענטס זעהט מען אז ס'איז רוב וואסער מיט אביסל קאנסענטרעיט. אויב אזוי לייגט זיך עס טאקע נישט אויפן שכל אז 100% טרויבן זאפט זאל גיין פאר העלפט פרייז.

קאצקע ציקער » מאנטאג אפריל 3, 2017 3:59 am

· #367998
קדם איז אויך קאנסטירעטעד

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 3, 2017 8:45 am

· #368000
Re: בינגא
איך ווייס נישט וואס מ׳וויל מיט קדם. אין גויישע געשעפטען איז קדם אייביג פיהל ביליגער ווי ביי אידישער. ווען קדם פלעגט האבען אסאך קאמפעטישען, אפילו פון שוואכערע סחורה, זענען זיי געווען ביליגער. ביז זיי האבען געטראפען א בעסערע עצה וויאזוי צו האלטען זייער מאנאפאל.
די וועלטש׳ס גרעיפ דזשוס האט דער טעם פון די פראנצויזישע אויף וואס איך בין אויפגעוואקסען. ממילא פאר מיר איז דאס פונקט גוט. אמעריקאנער זענען טאקע צוגעוואוינט צו קדם וואס איז גאר אן אנדערע בחינה אין עבודת ה׳.

פליקער דיין סעלפי האסטו גענומען דארט פון אונטען מחשש גילוי? ווייל ווען יא, דריי נישט דיין פנים. יעצט זעט יעדער איינער ווי דו זעסט אויס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ציבעלע-קיגל » מאנטאג אפריל 3, 2017 10:03 am

· #368004
אין חדר האט מיין רבי געזאגט אז מען טאהר נישט שפילען בינגא, ווייל עס אאיז גוי'איש

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג אפריל 3, 2017 3:53 pm

· #368026
די גאנצע רעש איז אביסל איבערגעטריבן. אין גאנץ אמעריקע איז דא די פראבלעים אז די ריזן שלינגען איין די מאם ענד פאפ געשעפטן. אזוי טוט בינגא צו די מאם ענד פאפ גראסעריס. די זעלבע מיט וועלטש-מענישעוויטץ צו קדם וואס קדם איז קאנסידערט מאם ענד פאפ קעגן די ריזן.
ווער ווייסט צו ס׳וועט נישט קומען פעט מארק אדער שאפ רייט איין טאג און איינשלינגען בינגא. איי בינגא איז א ריז. ביז א יאר צוריק האט יעדער געמיינט אז ״קעי אר עם״ איז א ריז און מ׳קען זיך נישט שלאגן מיט זיי. יעדער איז א ריז נאר ביז ס׳קומט נאך א גרעסערע ריז!

איסר האטלקי » מאנטאג אפריל 3, 2017 4:33 pm

· #368028
שאפ רייט איז שוין דא, אין שאפ רייט איז היימישע פראדוקטן גאנץ טייער.

קורקלענד » מאנטאג אפריל 3, 2017 4:37 pm

· #368029
קאצקע ציקער
קדם איז אויך קאנסטירעטעד

קדם האט אויך קאנסענטרעיט. ס'איז אבער נישט געמאכט דורך אריינלייגן אביסל קאנסענטרעיט אין וואסער. אז די ווילסט בעסער פארשטיין ליין די אינגרידיענטס אויף אלע דריי.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 3, 2017 4:42 pm

· #368030
יעדער האט גאנצע חשבונות וויפל געלט יענער מאכט... אלעס פיין און וויואל, יעדער מיט אנדערע וויכוחים, פשטים, פלפולים און טענות אויף די גאנצע וועלט, איך האב א צווייטע קשיא צופרעגן חוץ ציילן יענעמס געלט
ווער האט נערווען צושטיין אזוי לאנג אין די ליין??? קוקטס אויף די בילד וואס פארא צאמלויפעניש דארט טוט זיך... די יו״ט איז נישט גענוג סטרעספול עס איט איז??? די שאפינג עקספירענס מוז אויך זיין מיט סטרעס?

נישט פאר מיינע נערווען, נאך א מזל מיין טאטע קויפט מיר ״האנט מצה״ און אלע אנדערע ״פארשידנע-גרינצייגן״, איך האב גאר שוואכע נערווען צושטיין אין די ליין און זיך קריגן מיט אלטע באבעס ווער סאיז נעקסט.

און וועגן די גרעיפ זשוס, קדם איז טאקע א קאפטיליסטישע גנב און קרוק, אבער פארפאלן זיין גרעיפ זשוס איז זייער גוט, איך האב עס בעסער ליעב פון וועלדזש, וועלדזש טעסט מעהר ווייניגער ווי איזריעלי פטל. דער גנב קדם האט מיר פארכאפט אין זיין פאסטקע אריין... א קאלטע גלאז קדם גרעיפ זשוס? זיכער! יא!!!........עני טיים...

אישתישבי » מאנטאג אפריל 3, 2017 11:59 pm

· #368066
בנוגע די ליין'ס אין בינגא,

גראדע איז כמעט קיינמאל נישטא מער ווי איין קאסטומער ביי א רעגיסטער, אן אויסנאם איז געוועהן דער זונטאג נאכמיטאג, וואס עס איז אנגעקומען א ריזיגע עולם.

קדם לייגט נישט אריין וואסער אין די זאפט, חוץ אין די נידעריגערע צוקער זאפט, וואס איז 45℅ וואסער.

די געווענליכע גרעיפזשוס איז צוגעלייגט פין קאנסטרעיט אז עס זאל זיין מער זיס.

החוקר » מיטוואך אפריל 5, 2017 10:02 pm

· #368201
Re: בינגא
איסר האטלקי
שאפ רייט איז שוין דא, אין שאפ רייט איז היימישע פראדוקטן גאנץ טייער.

פון ווי נעמסטו דאס? אפשר ברענגסט א ביישפיל?

יעלה ויבא » מיטוואך אפריל 5, 2017 11:11 pm

· #368208
Re: בינגא
...

Sent from my SM-J327P using Tapatalk

איסר האטלקי » מיטוואך אפריל 5, 2017 11:49 pm

· #368211
החוקר
איסר האטלקי
שאפ רייט איז שוין דא, אין שאפ רייט איז היימישע פראדוקטן גאנץ טייער.

פון ווי נעמסטו דאס? אפשר ברענגסט א ביישפיל?

איך קויף דארט פון צייט צו צייט, איין ביליגער פראדוקט איז פיש. פיר סלייסעס סעלמאן דיקע קומט מיר אויס פופצן-זעכצן טאלער. אויסער דעם אין די כשר'ע אייל איז אלעס זייער טייער בנוסף לזה וואס די פערטיגע עסן זענען נישט פריש וויבאלד זיי ליידיגן נישט אפ די שעלפס אפט.

איך ווייס גראדע נישט פאר וועמען זיי פארקויפן כשר'ס דארט, כמעט וואס קיין איד פאלט נישט אריין דארט.

קורקלענד » מיטוואך אפריל 5, 2017 11:57 pm

· #368213
יעלה: צו וועם פארגלייכ'סטו?

יעלה ויבא » פרייטאג אפריל 7, 2017 8:18 am

· #368333
Re: בינגא
צי קיינעם. קאפי פעיסט.

Sent from my SM-J327P using Tapatalk

החוקר » פרייטאג אפריל 14, 2017 10:08 am

· #368533
Re: בינגא
למעשה וויפיל בעט בינגא פאר אמעריקאנער האנט מצות? טאקע ביליג, אדער נאר ישראלישע איז ביליג.

פליקער » מוצ"ש אפריל 15, 2017 10:34 pm

· #368545
Re: בינגא
האב איך געכאפט א בילד פון מיין גראסערי, און איך פרעס זיך על שני דברים.
קודם כל ווי אזוי קען זיין אז אזא אייטעם ווי מאנדלען וואס איר גאנצע אינהאלט איז מאנדלען, און עס קאסט מער ווי צווי באטלעך גרעפ דזשוס.
אויך עסט מיר ווי אזוי קען זיין אז געזאלצענע און אימגעזאלצענע, האבן די זעלבע פרייז, וגם רויע אימגעזאלצענע פארשטינקענע פיפציג מאנדלעך קאסט אויך כמעט 7 טולר.

איין סך הכל מיר ווערן בארויבט.
נאר בינגא וועט ברענגען ארדענונג.

החוקר » מוצ"ש אפריל 15, 2017 10:40 pm

· #368546
Re: בינגא
דא קענסטו האבן א גאנצן פעקל פאר 40% ביליגער.
עס האט אויך אן השגחה.
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/dp/B018FS12SW">https://www.amazon.com/dp/B018FS12SW</a>

און ביי וואלמארט קענסטו האבן עטוואס א קלענערן פעקל פאר עטוואס ביליגער.

פליקער » מוצ"ש אפריל 15, 2017 10:58 pm

· #368547
Re: בינגא
החוקר
דא קענסטו האבן א גאנצן פעקל פאר 40% ביליגער.
עס האט אויך אן השגחה.
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/dp/B018FS12SW">https://www.amazon.com/dp/B018FS12SW</a>

און ביי וואלמארט קענסטו האבן עטוואס א קלענערן פעקל פאר עטוואס ביליגער.

איך זעי נישט קיין השגחה אויפן בילד

החוקר » מוצ"ש אפריל 15, 2017 11:44 pm

· #368548
Re: בינגא
פליקער
איך זעי נישט קיין השגחה אויפן בילד

איך האב נישט דעם פעקל מיט מיר, אבער אז די קוקסט גוט גאנץ אונטען לינקס וועסטו זען די השגחה. נאכמער א שנעלע זוך ביי די OK ווייזט אז עס איז כשר אונטער די שטרענגע השגחה פון די OK.

קלוגע יודל » מיטוואך אפריל 26, 2017 6:44 pm

· #369192
Re: בינגא
אין אן אנדערע אשכול האט יעלה װײסט געברענגט א בילד אז הרב יצחק שטיין גייט רעדן וועגן בינגא.
יעלה ויבא
נייע בית דין?


וויל איך וויסן איז איינער געוועהן ביי די פרשה? איבער געהערט די דרשה? אדער נאך געהערט גריסן פון די דרשה?

וואס האט ר' יצחק געזאגט?

איסר האטלקי » מיטוואך אפריל 26, 2017 6:47 pm

· #369193
ער מעג אנגיין מיט זיין געשפעט אזוי לאנג וואס ער פארמאכט נישט קיין אנדערע געשעפטן. אבער ער טאר נישט פארקויפן קיין פראדוקטן אויף וואס ער מאכט נישט קיין געלט.
נישטא קיין שום פראבלעם איינצוקויפן דארט אפילו אויב ער טוט נישט להלכה. אבער א מידת חסידות איז יא פארהאן אויב צוליב אים פארלירן אנדערע געלט.

אבי גערעדט » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:24 pm

· #385313
Re: בינגא


לעבן זאל די רעוואלוציע

קורקלענד » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:30 pm

· #385314
איצט שניידט ער שוין אריין אין די טאשן פון די מוסדות. איך מיין אז ס'שוין צייט פאר די רבנים צו אסר'ן בינגאו באצייטענס, איידער בינגאו העט אויפמאכן מוסדות פאר א צענטל די פרייז......

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:50 pm

· #385327
די געדרעג וועט זיין עפעס וואס בארא פארק האט נאכנישע געזען. שומרים וועט האלטן ארדענונג אויף 60 און שמירה אויף 61. מתעסקים וועט אויך האבן א מאביל אויב חלילה ס'מאכט זיך א פריצייטיגע טראגישע מיתה ביי די עופות. חסד של אמת מיט די וויקלי לינק וועלן קעיר נעמען פון די פיקטשערס. חברים וועט זיין ביי די האנט אויב שפארט איר איין איייערע טשיקנס אינעם טראנק בטעות.

באסעס וועלן פארן פון מאנרא, מאנסי, בעיסוואטער, זשערסי סיטי, בלומינבערג און סטעטן איילענד. ביטע מאכט זעכער צו ברענגן עקסטערע דרייסיג צענט אויב אייערע טשיקענס דארפן א באקס.

החוקר » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:52 pm

· #385328
Re: בינגא
📎 804726165_9899.jpg
מחיל אל חיל. אזוי וועט מען אביסל נידערן די גזלנישע פרייזן.
יעצט דארף נאר בינגא עפענען א מוסד...

יעלה ויבא » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:23 pm

· #385345
Re: בינגא
What's next?

lead, follow, or get out of the way!

שמעון וואלף » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:27 pm

· #385355
.
📎 IMG-20170925-WA0018.jpg

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:39 pm

· #385357
היי יאר עפען איך מיין אייגען בינגא האולסעיל ביזנעס. איך גיי שלאגען איין כפרה פאר מיין גאנץ הויזגעזונד כמבואר בהלכה

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:40 pm

· #385358
איך פארקויף 1.80 עכטע געלט פאר בלויז 2.50 צו כפרה שלאגן.

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:50 pm

· #385359
געבעטשטע געלט לכבוד די הייליגע טעג פונ'ם רויטען אליינס!!

כ'האף דיין עמעזאן גויטע לייגט נישט ארויף איר הענט אויף דעם.

מוזיק עקספערט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:42 am

· #385365
Re: בינגא
בד"ו בינגא איז געגאנגן שותפות מיט נייע ארוינישע מצה בעקעריי אין ניו זשערזי, צו קענען ברענגען פיינע פרישע מצות אויף פסח פאר א שפאט ביליגע פרייז

Sent from my 5056N using Tapatalk

שמעון וואלף » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:21 am

· #385369
גארנישט געהערט איבער די בעקערי. איז עס באשריבן ערגעץ אין שטיבל?

תנחום » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:31 am

· #385370
רויטע וואנצעס
איך פארקויף 1.80 עכטע געלט פאר בלויז 2.50 צו כפרה שלאגן.

כ׳בענק מיך נאך די רויטע גרייצערס...

מוזיק עקספערט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:55 am

· #385372
שמעון וואלף
גארנישט געהערט איבער די בעקערי. איז עס באשריבן ערגעץ אין שטיבל?

נישט וואס איך ווייס, איך האב נישט געזען אז איינער זאל דא רעדן דערפון האב איך עס געשריבן, ארי ווייס (איינער פון די שותפים פון בינגא) האט געשלאסן שותפות מיט ארוינישע מצה בעקעריי אין ניו זשערזי סוף זימער.

שמעון וואלף » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:21 am

· #385375
וואס איז דאס "ארונישע מצה בעקערי אין ניו זשערסי"? האבן זיי געעפענט א בעקערי אין נ. ז. בנוסף צו די עקזעסטירענדע בעקערייען אין וומ"ס און ק"י?
בלאט: 1 2