☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » קול מבשר

קול מבשר

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1141
בלאט: 1 2

קרעקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:43 am

· #26086
קול מבשר
שוין דא אף די איד בלאט שטערען זמן בליץ
אינטעסאנט אויף קולמבשר איז נאכנישטא קיין אשכל

אויב קריטיקיסטי פליז קאנסטראקטעוו

וזה החלי
סגייט מיר אויף די נערווען פארוואס זאל אזא גיטע רעדיא נעץ האבען אזא פאכלוטשקעטען אינטערוויוער?
טרעפיק נייעס פאליטיק חינוך פינאנשאל אלעס קענ ער האבען גיטע פליסיגע רעדענער צי די זאך. פארוואס קען ער נושט טרעפען א נארמאלען אינטערויוער?
שטעל דיך פאר אויב א אינטערויוער אויף סי בי עס בלאזט זוך די נאז אדער גרעבטץט אינמיטען אן דע עיר / אויף קול מבשר האמער דאס טעגלעך
אוך רעד שוין נושט פין סתם נושט רעדען צי די זאך און פרעגען פארריקטע פראגעס נאר אפילו סתם רעדען קען ער נושט, ביישפיל נעכטען זאגט רעדט ער צי איינעם פין ירושלים הצלה וואס ועט איבערגעבען אלע טעכנעלאגיעס פין רב אלישיבס לויה // וואט דע העק קימט דא אריין דע וארט טעכנאלאגיע???

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:48 am

· #26089
לויט ווי איך האב פארשטאמען האט ער עטלייכע אינטערוויוערס, נישט אזוי?

קרעקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:54 am

· #26091
דו קליינע אינטעוויוס
הערשעל פרידמאן הענדל ברייער שמעון ראלניצקי יונה כהן זענען גיט

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:01 am

· #26095
וואס מיינט גוט? איך דענק אפאר יאר צוריק ווען איך פלעג נאך אויסהערן ק"מ האט הערשעל פר"מ אינטערוויואד יוסי גרין וועגן מוזיק און אלעס ארום. וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב געבלאשט אפאר מאל אינדערמיט איך האב געוואלט צוברעכן זאכן און איך האמיר געקאצקעט פאר געלעכטער אלעס אין איין צייט. וואס פארא מעראצישע קשיות דער מענטש האט געפרעגט יוסי גרין, הערשעל האט דאך מיט מוזיק גארנישט איינגעלייגט. און איך וואלטווען געוואלט שטעלן אפאר פראגעס פאר גרינ'ן, ס'האט מיר געבאדערט ווי ס'ממש ארויסגעווארפן צייט -- איך ווייס נישט וויזוי גרין האט אים געענטפערט אן אויסשיסן... ס'אזוי ווי איך זאל אינטערוויוען אן אסטראנאמער. ווייסט ער טאקע נישט ווי איין ווי אויס? האט ער נישט געקענט שאפן איינער וואס ליגט אין מוזזיק צו אינטעוויען גרין?

קרעקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:06 am

· #26098
בדרך כלל איז ער גיט אין פרעפעשאנאל ער האט א סענס אף הומאר
אין ער גרעבטץ נישט אין עסט נושט אינמיטען א אינטערויו אין זעכער בלאזט ער נושט זיין נאז אינמיטעען

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:07 am

· #26100
הערשל פריעדמאן מאכט שוין לאנג נישט די מוזיק אינטערוויאס.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:08 am

· #26102
נאך א מזל

chasid » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:31 pm

· #26165
הענדל ברייער קען נאר איין זאך "איך געב אייך איבער דאס ווארט" דאס מיינט ניט קיין אינטערוויא.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:07 pm

· #26307
הערשל איז דער וואס פרעגט די נייע בעלי מנגנים, וואס האט דיר געמאכט טראכטן אז דו קענסט זינגען..............?

שמואל הלוי » דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:18 pm

· #26312
יא

משכיל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:20 pm

· #26348
עס איז א וויקעל צו טפשות ווייל ער פארקויפט אן אגענדע, און מען לאזט נישט צו קיין שום אנדערע מיינונג, און נאך הערען א פאר יאהר די גובעלי גוק וואס איז פאסיג פאר קליינע קינדער ווערט מען א טיפש,

דאס זעלבע גייט פאר אלע היימישע אויסגאבען נאר דאס איז דאס ערגסטע און כמעט אלע אונזערע רבנים זיצען אויף דעם טאג און נאכט, ער מוז דאך וויסען וואס קומט פאר אויף די וועלט, י

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:07 pm

· #26370
איך הער אויס קאלמע וואסער איינס צוויי מאל א יאר אויב איז דא שווערע טרעפיק אויפן סעווענטין אין די זומער, און פאר דעם איז ער גוט.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:09 pm

· #26374
משולם שטיינפעלד
הערשל איז דער וואס פרעגט די נייע בעלי מנגנים, וואס האט דיר געמאכט טראכטן אז דו קענסט זינגען..............?

😂

zurich » דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:56 pm

· #26509
זר זהב
וואס מיינט גוט? איך דענק אפאר יאר צוריק ווען איך פלעג נאך אויסהערן ק"מ האט הערשעל פר"מ אינטערוויואד יוסי גרין וועגן מוזיק און אלעס ארום. וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב געבלאשט אפאר מאל אינדערמיט איך האב געוואלט צוברעכן זאכן און איך האמיר געקאצקעט פאר געלעכטער אלעס אין איין צייט. וואס פארא מעראצישע קשיות דער מענטש האט געפרעגט יוסי גרין, הערשעל האט דאך מיט מוזיק גארנישט איינגעלייגט. און איך וואלטווען געוואלט שטעלן אפאר פראגעס פאר גרינ'ן, ס'האט מיר געבאדערט ווי ס'ממש ארויסגעווארפן צייט -- איך ווייס נישט וויזוי גרין האט אים געענטפערט אן אויסשיסן... ס'אזוי ווי איך זאל אינטערוויוען אן אסטראנאמער. ווייסט ער טאקע נישט ווי איין ווי אויס? האט ער נישט געקענט שאפן איינער וואס ליגט אין מוזזיק צו אינטעוויען גרין?

OK האסטו געברענגט איין מעשה אבער די איבריגע איז ער פיינע נייעס,צום זאך,פרעגט גיטע קשות א געשמאקע מענטש ממש א מחיה צו הערן זיינע אינטערוויוס! פון די איבריגע וויל איך נישט רעדן קודם כל ר'ישראל לויט נישט,נאך דערצו אזוי ברבים,צווייטינס קאן זיין אז ער ליינט דא און ס'באדערט עים! הגם איך גלייב נישט אז ער ליינט דא, איך גלייב אז א יונגערמאן וואס רעדט אזוי אינטערן נאז,ער סאנט עפעס צו פרום צו קיקן דע טריפנה אינטערוועש!!

משה געציל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:20 pm

· #26513
ברעיקונג ניוס:
ר׳ זלמן ווידער האט נארוואס געלאזט רופן דעם אינטערוויוער פון קול מבשר, און אים געלאזט וויסן אז ער האט זיך אריינגעכאפט אין קאווע שטיבל און געזעהן אז דער עולם איז זייער אומצופרידן מיט זיין ווערק, ממילא זאל ער זיך שוין פאקן פעק און טרעפן א נייע פאסטן.
דער אינגערמאן, א טאטע פון קינדערלעך, זוכט יעצט וויכטיג א פאסטן צו שפייזען זיין געזונדל, איינער וואס ווייסט פון א פאסיגע פאסטן זאל ביטע איבערלאזן א מעסעדזש...
יא! יא! ב"ה וואספארא כח מיר קאווע שטיבל שרייבערס האבן, די הויך געשעצטע קול מבשר פארוואלטונג רעכנט זיך שטארק מיט אונזער מיינונג!





































נ.ב. די נייעס איז נישט אמת, אבער וואלט ווען געקענט זיין אמת.
פארוואס זאל מען נעמען א יחיד און צושמירן אזוי אין פאבליק? צוזאם שטעלן געלט פאר ער מאכט חתונה איז א בעסערע אפציע? איך מיין אז נישט. זייטס אזוי גוט, פאר איר שרייבט אויף א יחיד טראכטס צוויי מאל וואספארא אפעקטען אייערע ווערטער קען איבער לאזן.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:22 pm

· #26515
מ'רעדט דא פון יארן צוריק... און זעסט דאך אליינס אז מ'האט געשטעלט א צווייטן צו אינטרעוויען פאר טעיפס און פאר מוזיקעל פוגירן, און זיין דזשאב האט ער נישט פארלוירן....

פליז מ'דארף נישט אווער-ריעקטן.

zurich » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:51 pm

· #26532
משה געציל
ברעיקונג ניוס:
ר׳ זלמן ווידער האט נארוואס געלאזט רופן דעם אינטערוויוער פון קול מבשר, און אים געלאזט וויסן אז ער האט זיך אריינגעכאפט אין קאווע שטיבל און געזעהן אז דער עולם איז זייער אומצופרידן מיט זיין ווערק, ממילא זאל ער זיך שוין פאקן פעק און טרעפן א נייע פאסטן.
דער אינגערמאן, א טאטע פון קינדערלעך, זוכט יעצט וויכטיג א פאסטן צו שפייזען זיין געזונדל, איינער וואס ווייסט פון א פאסיגע פאסטן זאל ביטע איבערלאזן א מעסעדזש...
יא! יא! ב"ה וואספארא כח מיר קאווע שטיבל שרייבערס האבן, די הויך געשעצטע קול מבשר פארוואלטונג רעכנט זיך שטארק מיט אונזער מיינונג!












נ.ב. די נייעס איז נישט אמת, אבער וואלט ווען געקענט זיין אמת.
פארוואס זאל מען נעמען א יחיד און צושמירן אזוי אין פאבליק? צוזאם שטעלן געלט פאר ער מאכט חתונה איז א בעסערע אפציע? איך מיין אז נישט. זייטס אזוי גוט, פאר איר שרייבט אויף א יחיד טראכטס צוויי מאל וואספארא אפעקטען אייערע ווערטער קען איבער לאזן.

האסט נישט געניג ספעיס געמאכט צווישן איין פארעגראף אין די צווייטע מאך נאך אביסל

ברוין » מוצ"ש אוגוסט 4, 2012 11:38 pm

· #31621
אסאך האבן טענות אויף אים פארן נישט באריכטן די סיום הש"ס

שעפסעלע » מוצ"ש אוגוסט 4, 2012 11:43 pm

· #31622
קען זיין מ'האט טענות אז ער האט נישט געמאכט קיין גרויסע מצב, אבער געמאלדן האט ער עס יא, כהאב עס דירעקט נאכגעקוקט, און ער האט עס געמאלדן די ערשטע נייעס פאר דריי טאג אין א ציה

די סאטמארע זענען זיכער אויך ברוגז פארן עס מעלדן, ווייל אנדערע אידישע צייטונגען אין ניו יארק האבן עס בלויז דערמאנט, אז מען טאר נישט גיין.

אין אינטערסאנט, אז "די צייטונג" וואס פלעגט עס אמאל יא דעקן זייער פארווע, האט דאסמאל גארנישט געשריבן, און עס גענצליך איגנארירט.

אךשמח » מוצ"ש אוגוסט 4, 2012 11:47 pm

· #31623
און אסאך האבן טענות פארן עס יא באריכטן.

און וואס איז מיט די צייטונג וואס איך הער אז ער האט נישט דערמאנט א ווארט דערוועגן?

משכיל » מוצ"ש אוגוסט 4, 2012 11:52 pm

· #31625
וואס איז דער פשט אז קול מבשר האט גארנישט גערעדט וועגען די סיום הש"ס? אויב זיי ווילען רעפרעזענטירן אלע שיכטן, וואס איז מיט פאפא, ווישניץ, גור, בעלזא, באיאן, באבוב, קלויזענבורג ? אויב זיי רעדן נאר צו געוויסע קנאים, זאלן זיי דאס זאגן אפן.

זר זהב » מוצ"ש אוגוסט 4, 2012 11:56 pm

· #31626
ווייל זיי שרייבן נישט.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 5, 2012 12:30 am

· #31643
דרשו מאכט מיר קאפווייטאג. שוין יארן וואס איך לייהן וועגן זיי און איך האב נאך אלץ נישט קיין אהנוג מה זה ועל מה זה.
געט לאסט! מאך משוגע א צווייטן.

משה געציל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 12:36 am

· #31646
זר זהב
דרשו מאכט מיר קאפווייטאג. שוין יארן וואס איך לייהן וועגן זיי און איך האב נאך אלץ נישט קיין אהנוג מה זה ועל מה זה.
געט לאסט! מאך משוגע א צווייטן.

בארוהיגט אייך ר' זר, איך פערזענליך האב מיך פארהערט א גרויס חלק פון ש"ס דורך דרשו, איך בין זיי מורא'דיג דאנקבאר, אפגערעדט פונעם פאקט אז ווען נישט דרשו וואלט איך מיך נישט פארהערט, ווייס איך נישט צו איך וואלט בכלל איבערגע'חזר'ט געהעריג.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 1:23 pm

· #31765
משה געציל
זר זהב
דרשו מאכט מיר קאפווייטאג. שוין יארן וואס איך לייהן וועגן זיי און איך האב נאך אלץ נישט קיין אהנוג מה זה ועל מה זה.
געט לאסט! מאך משוגע א צווייטן.

בארוהיגט אייך ר' זר, איך פערזענליך האב מיך פארהערט א גרויס חלק פון ש"ס דורך דרשו, איך בין זיי מורא'דיג דאנקבאר, אפגערעדט פונעם פאקט אז ווען נישט דרשו וואלט איך מיך נישט פארהערט, ווייס איך נישט צו איך וואלט בכלל איבערגע'חזר'ט געהעריג.


שוין. האמיר שוין נאך איינעם ווען ר' זר קען מקנא זיין......

זר זהב » זונטאג אוגוסט 5, 2012 1:28 pm

· #31766
ווילאנג איך פארשטיי נישט דערצו ביניך נישט דזשעלעס. ווען איך זעה א רעקלאמע פון דרשו מיש איך שנעל אריבער פאר ס'קאסט מיר 2 טיילענאל'ס. -- זיי האבן אנגעהויבן מיט הלכה, געבן ארויס דיקע בענדער מיט 5 סימנים איטליכער באנד, גליונות, און יעצט ענדעגן זיי ש"ס פונקט ווען דער אגודה ענדיגט... און זיי האבן גארנישט מיט'ן דף היומי.... אויש וואו איז די עדוויל שפרינצע?

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 1:30 pm

· #31768
משה געציל
ברעיקינג ניוס:
ר׳ זלמן ווידער האט נארוואס געלאזט רופן דעם אינטערוויוער פון קול מבשר, און אים געלאזט וויסן אז ער האט זיך אריינגעכאפט אין קאווע שטיבל און געזעהן אז דער עולם איז זייער אומצופרידן מיט זיין ווערק, ממילא זאל ער זיך שוין פאקן פעק און טרעפן א נייע פאסטן.
דער אינגערמאן, א טאטע פון קינדערלעך, זוכט יעצט וויכטיג א פאסטן צו שפייזען זיין געזונדל, איינער וואס ווייסט פון א פאסיגע פאסטן זאל ביטע איבערלאזן א מעסעדזש...
יא! יא! ב"ה וואספארא כח מיר קאווע שטיבל שרייבערס האבן, די הויך געשעצטע קול מבשר פארוואלטונג רעכנט זיך שטארק מיט אונזער מיינונג!

-----------------------
נ.ב. די נייעס איז נישט אמת, אבער וואלט ווען געקענט זיין אמת.
פארוואס זאל מען נעמען א יחיד און צושמירן אזוי אין פאבליק? צוזאם שטעלן געלט פאר ער מאכט חתונה איז א בעסערע אפציע? איך מיין אז נישט. זייטס אזוי גוט, פאר איר שרייבט אויף א יחיד טראכטס צוויי מאל וואספארא אפעקטען אייערע ווערטער קען איבער לאזן.



אקעי, ווי זר שרייבט שוין, האסטו אביסל אווער-ריעקטעד.

קודם כל, עז פאר עז ווי קנאו דעם ר' זלמנ'יו, שיקט ער נישט אזוי אוועק פון איין טאג אויפן צווייטן... ער גיט קודם נאטיס, ער מאכט אויפמערקזאם... נאך אלעם איז ער דאך א גוטער אינטערוויוער, נאר ער האט עטליכע נישט ריכטיגע פרטים, מען קען דאס מתקן זיין.
צווייטנס, אויב האסטו נישט ליב א געוויסע זאך פון א קאמפאני, איז די איינציגסטע וועג אים צו אויפמערקזאם מאכן אז ער זאל פארבעסערן די סערוויס (אדער עסן אדער פראדוקט, וואטעווער), נישט זאגן ער זאל ליבערשט בלייבן מיטן שלעכטן סערוויס, און אזוי וועט דער ארבייטער קענען בלייבן דארט.
און חוץ מזה, א מענטש וואס רעדט און דרש'נט 24/7, האט נישט קיין צייט צו באזוכן קאווע שטיבל.....

משכיל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 3:47 pm

· #31793
די קנאים פילן זייער געטראפן אז ס'איז אזוי מעכטיג געלונגען דער סיום דא אין מעט לייף, מיט וועלכן איך טרעף מיך און רעד וועגן דעם ווערן זיי אויפגערעגט און ווילד, עס זעהט אויס אז זיי פירן שוין נישט די גאנצע וועלט, עס איז דא א גרויסע וועלט אהן זיי,

אז קול מבשר האט דאס נישט געהאט לייוו איז געווען וועגן גרויס פרעשער פון די קנאים, עס שטערט זייער שטארק זייער אגענדע

זיי זיינען אביסל שולדיג וואס זיי האבן אזויפיהל מסביר געווען פארוואס נישט צו גיין, און דאך איז געווען אזא עולם

zurich » זונטאג אוגוסט 5, 2012 10:25 pm

· #31937
משכיל
די קנאים פילן זייער געטראפן אז ס'איז אזוי מעכטיג געלונגען דער סיום דא אין מעט לייף, מיט וועלכן איך טרעף מיך און רעד וועגן דעם ווערן זיי אויפגערעגט און ווילד, עס זעהט אויס אז זיי פירן שוין נישט די גאנצע וועלט, עס איז דא א גרויסע וועלט אהן זיי,

אז קול מבשר האט דאס נישט געהאט לייוו איז געווען וועגן גרויס פרעשער פון די קנאים, עס שטערט זייער שטארק זייער אגענדע

זיי זיינען אביסל שולדיג וואס זיי האבן אזויפיהל מסביר געווען פארוואס נישט צו גיין, און דאך איז געווען אזא עולם

וואס זיי האבן טאקע געמיינט אז ס׳גייט נישט געלונגען?

זר זהב » זונטאג אוגוסט 5, 2012 10:30 pm

· #31940
ס'גארנישט קיין וויץ. איך ווייס פון דריי סאטמארע באמעס מחללי שבתות אוכלי נו"ט בפרסיה וואס זיי האבן געוואטשט דעם ווידיא פון די סיום, זיי האבן נישט געגלייבט וואס זיי זעהן, זיי האבן אנגעהויבן שעלטן זייערע עלטערן פאר די (קוואוט): "פאלשע סאטמארע חינוך וואס מ'האט זיי געגעבן".
זיי זיצן היינט יעדן טאג ביי א דף היומי שיעור צו די צער הכי גדול פון זייערע עלטערן.

town1 » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 7:38 pm

· #32251
פאר מיר איז זייער נישט אינטערסאנט קול מבשר

ל.רוזן » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:12 pm

· #32272
Re: קול מבשר
פאר מיר יא. נאר איך האב נישט קיין צייט

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 9:19 pm

· #32308
town1
פאר מיר איז זייער נישט אינטערסאנט קול מבשר


וואס נאך איז דיר נישט אינטערעסאנט?

יתרו » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:09 pm

· #71645
קול מבשר נאז איז היינט פארשטאפט, זעהט אויס אז ער איז פארקילט, האטס עם אינזין ביי רפאינו, בתוך שאר חולי ישראל,

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:28 pm

· #71653
זלמן בן?

יתרו » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:01 pm

· #71675
שמעקעדיג
זלמן בן?

שייגץ די ! "ר'" זלמן! ער איז עפעס דיין חבר אדער וואס?
שוין די עיקר איז שנשמע ונתבשר בשורות טובות

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:47 pm

· #71710
ווען איך בין מתפלל זאג איך קיינמאל נישט ר'. אפילו אויף א גדול וקדוש.
איך וועל דיר דאס מאל מוחל זיין אויף דיין אויסדרוק.

(בתקוה להבנת ציניזם)

דולה ומשקה » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:58 pm

· #155548
דער דא האט געזאגט אז איבער 500,000 פון קהל עדת הספרדים, האבען זיך באטייליגט ביי די לוי'...
א משוגעת אזוי צו זאגען

אפטעמיסט » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:02 am

· #156475
אנשטאט רעדן וועגן די אינטערוויוערס, פארוואס נישט דיסקוסטירן דער רשעות פון נישט ערלויבען צו איבערהיפן דער ערשטער עד?! וואס איז מיט אידיש צייט? סאיז עפעס הפקר???

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 11:34 pm

· #156708
ווען דו וועסט קענען איבערהיפן סיי וועלכע עד אויף די ראדיא און טעלעוויזיע און אינטערנעט, נישט נאר די ערשטע, וועסטו צוריקקומען מיט טענות איבער קול מבשר'ס ערשטע עד

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 12:00 am

· #156713
משולם שטיינפעלד
ווען דו וועסט קענען איבערהיפן סיי וועלכע עד אויף די ראדיא און טעלעוויזיע און אינטערנעט, נישט נאר די ערשטע, וועסטו צוריקקומען מיט טענות איבער קול מבשר'ס ערשטע עד

אויף אינטערנעט קען מען איבערהיפן גאר א סאך עדס נאך פינף סעקונדעס, און בכלל קען מען האבן עד בלאק טון מ'זעט נישט קיין עד פאר די אויגן. (יאך ווייס נישט וויאזטי א אינטערנעט עד זעט אויס..)
אויף טעלעוויזיע איז דא א זאך וואס הייסט DVR, און ווען מ'נוצט דאס קען מען פעסט פאורוועדן אלע עדס.
בלייבט איבער נאר ראדיא. נא ווער הערט נאך היינט ראדיא?
און בכלל קען מען טוישן סטאנציעס, משא"כ קול מבשר.

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 12:18 am

· #156717
איך פארשטיי דאס טאקע נישט, וויאזוי איז שייך צו פעסט פארווארדען א עד אויף טעלעוויזיע? ווערט דאס דען נישט געבראודקעסט לייוו?

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 2:06 am

· #156738
דעת תורה
איך פארשטיי דאס טאקע נישט, וויאזוי איז שייך צו פעסט פארווארדען א עד אויף טעלעוויזיע? ווערט דאס דען נישט געבראודקעסט לייוו?

@דעת תורה לאמיך דיר מסביר זיין בקיצור וויאזוי וואטשן טיווי גייט צו היינט ביי אן עוורידזש שגץ.
יעדע גוי האט זיך ליב זיינע צוויי דריי שאוס, צו איז עס ביג בענג טהעארי אדער צוויי און א האלב מענער וכדו', נא די שאוס שפילן כל מיני צייטן איינס דינסטאג אכטע אנאנדערע מאנטאג צענער און דער דריטער דאנערשטאג זיבן דרייסיג, און דזשאן סטוארט און דזשעי לענא שפילן ווען ער שלאפט, נו קען דאך נישט שגץ דינן האלטן קאפ פונקטליך צו זיין גרייט און זיין אויף צו קענען וואטשן אין די צייטן וואס זיינע שאוס שפילן. מה עשה הקב''ה?
ער האט אריינגעגעבן שכל אין איינעם'ס קאפ און יענער האט ערפינדען אזא זאך וואס הייסט DVR און דורך די מאשינקע קען מען אנשטעלן פונטקליך וועלכער שאוס זאלן ווערן רעקארדירט, און אזוי וואטשט מען עס אויף די אייגענע צייט און מ'קען נאכדערצו איבערהיפן אלע עדס, ווייל ס'דאך א רעקארדינג.
און איה''נ ווען מ'וואטשט לייוו שאוס אדער נייעס, ספארטס שפילן וכדומה קען מען נישט סקיפן עדס. אבער אפילו אזוי געבן זיך קלוגע יודן אן עצה, מ'עפנט די טעלעוויזיע ביים אנהייב פראגראם, נאכער מאכט מען pause און מ'לאזט עס באפערן פאר א פופצן צוואנציג מינוט, נאכדעם הייבט מען אן צו וואטשן און דעמאלטס קען מען פאורווערדן עדס ווייל מ'האלט דאך צוואנציג מינוט אונטערשטעליג. והמבין יבין

סאו וואט » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:33 am

· #156767
הענדל ברייער פון קול מבשר האט געהאט א לענגערע אונטערוויו מיט משה יוחנן פאלללמאן. דער באס רבי און טרעינער און וויליאמסבורג.
עפי"ר האט ער געהאקט אויף דו באס דרייוערס.
צו ווייסט איינער פארוואס קול מבשר האט געהאט פרעשור אראפצונעמען דעים אונטערוויו?

אגב דרעזנער האט געהאט אן אונטערווין מיט א 99 יעריגע חזן פון פלארידע, ס'וואלט כדי געוועהן עס אריינצולייגען און מילתא דבדיחותא. שמעו ותחי נפשכם.

שמו יגער » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 8:45 pm

· #156997
סאו וואט
הענדל ברייער פון קול מבשר האט געהאט א לענגערע אונטערוויו מיט משה יוחנן פאלללמאן. דער באס רבי און טרעינער און וויליאמסבורג.
עפי"ר האט ער געהאקט אויף דו באס דרייוערס.
צו ווייסט איינער פארוואס קול מבשר האט געהאט פרעשור אראפצונעמען דעים אונטערוויו?

אגב דרעזנער האט געהאט אן אונטערווין מיט א 99 יעריגע חזן פון פלארידע, ס'וואלט כדי געוועהן עס אריינצולייגען און מילתא דבדיחותא. שמעו ותחי נפשכם.

לויט ווי עס זעט מיר אויס אין איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע ביזנעסיס וואס האבן עדווירטייזט אויף קול מבשר די מעשה איז אזוי: ער האט א שטיקל פחד פון די עקסטרעמע חדר.......
דהיינו: סיי זיינע עדווירטייזמענטס אין סיי די נייעסליך מוז שטימען מיט זייער גאנג אויב נישט האט ער מורה (אין עס איז אפשר דא פון וואס) אפשר וועלן זיי נאך מאכן א שטורם אין רודערון אין עס קען אים שאטן פאר ביזנעס אז מען וועט שוין נישט אזוי שטארקזיינע עדווירטייזמען ביי אים וכדומה
ממילא מוז יעדע ווארט אויף די נייעס,אינטערוואיס און עדווירטייזמענטס גיין אין שפאן מיט די עקסטרעמע לאגער אדער די וואס זארגן זיך פאר אידישקייט (יענעמס פארשטייט זיך..) איז אסאך מאל דארף ער אראפנעמען עדס נייעס אין אינטערוואיס אין עס טוישן אדער אראפ פאר גוד

אחד העם » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:51 pm

· #157764
זאגט מיר איינער אז אויף קול מבשר, איז אן אינטערויאו מיט איינעם שעכטיר וועגן א קינה וואס א בחור האט פארפאסט אויף זיינע ספרים וואס זענען געגאנגען א גאנג ביי סענדי איינער קען עס ביטע ארויף שטעלן?

הירשל ציג » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 2:05 pm

· #157782
נתקבל באימייל
viewer (17).png

הירשל ציג » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 2:06 pm

· #157784
דף ב'
viewer (18).png

אחד העם » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 2:53 pm

· #157792
שכוח ר' הירשל, מקען נאך דן זיין אויף.דעם קינה, ועוד חזון למועד

hotel » זונטאג יאנואר 12, 2014 6:19 pm

· #175832
ק,מ קומט אריין און די ערשטע פלאץ לדעתי אין די אידישע מידיע וועלט יעצט ביי די שטארק טראגעדיע א]זייער פראפעסעניעל באריכטעט די נייעס און נאכפאלגענדע אנטוויקלונגען ב[נישט באריכטעט יעדע אומבאגרינדעטע שמועה
בלאט: 1 2