☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?

שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11403

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך מערץ 29, 2017 6:48 pm

· #367494
איך מיין אז דאס ברענגט ארויס ווי אזוי די שטריימל מאכערס פיהלן. זיי קוקען אהן די זאך פאר א ביליגע זאך וואס ברענגט נישט קיין רווחים. שטריימלעך איז א זאך וואס קאמפעטישען האט שטארק באגרובען די אינדוסטרי. פרייזען זענען אסאך ביליגער פון פאר 15 יאר צוריק בשעת ווען פרייזן פון די רויע מאטריאל איז נאר ארויף. די עד ווי א שטריימל קוילערט זיך אראפ טרעפ איז פונקט ווי א שטריימל מאכער קוקט אהן די שטריימל.

טמיר » מיטוואך מערץ 29, 2017 7:52 pm

· #367502
Re: שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?
די קעניג פין אמעריקע
איך מיין אז דאס ברענגט ארויס ווי אזוי די שטריימל מאכערס פיהלן. זיי קוקען אהן די זאך פאר א ביליגע זאך וואס ברענגט נישט קיין רווחים. שטריימלעך איז א זאך וואס קאמפעטישען האט שטארק באגרובען די אינדוסטרי. פרייזען זענען אסאך ביליגער פון פאר 15 יאר צוריק בשעת ווען פרייזן פון די רויע מאטריאל איז נאר ארויף. די עד ווי א שטריימל קוילערט זיך אראפ טרעפ איז פונקט ווי א שטריימל מאכער קוקט אהן די שטריימל.

אינטערעסאנט אז אלע פאפולערע שטריימל מאכערס זענען שיינע נגידים...

יודישע שרייבער » מיטוואך מערץ 29, 2017 8:02 pm

· #367504
די קעניג פין אמעריקע
איך מיין אז דאס ברענגט ארויס ווי אזוי די שטריימל מאכערס פיהלן. זיי קוקען אהן די זאך פאר א ביליגע זאך {1}וואס ברענגט נישט קיין רווחים. {2} שטריימלעך איז א זאך וואס קאמפעטישען האט שטארק באגרובען די אינדוסטרי. {3} פרייזען זענען אסאך ביליגער פון פאר 15 יאר צוריק בשעת ווען פרייזן פון די רויע מאטריאל איז נאר ארויף. די עד ווי א שטריימל קוילערט זיך אראפ טרעפ איז פונקט ווי א שטריימל מאכער קוקט אהן די שטריימל.

האללא?! ביסט אויף דער וועלט?
זיי [די שטריימל מאכער'ס] קוקן עס אפשר אן פאר ביליגע זאך? קאן זיין.
זיי באצאלן היינט צוטאגס פאר די וויידלעך טייערער ווי אמאל? אמת.
אבער!
1- עס ברענגט שוין איינמאל פראפיט פאר זיי.
2- עס האט זיי בכלל נישט אינטער געברענגט, עס האלט זיי פשוט אביסל אין די ראמען, ווען נישט קאמפעטישן וואלטן זיי געבעטן נאך אסאך טייערער ווי זיי בעטן היינט...
3- סך הכל בערך 10 יאר צוריק האט א 3,500 דאלערדיגע שטריימל געווען די טייערסטע און היינט באקומסטו עס נישט פאר אינטער 5,500/6,000.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 29, 2017 8:08 pm

· #367506
טמיר: ייש"כ. ווייל כ'האב פונקט געוואלט רעדן צו די אנפיהרערס פון תומכי שבת אז מ'זאלל זעהן צו ערלעדיגן עפעס א לייטישן ארדער פון פסח פראדוקטן פאר די שטריימל מאכערס. נאך וואס כ'האב געהערט אז זיי מוטשענען זיך זייער שטארק מיט שטייגענדע פרייזן פאר רוי מאטעריאל און שטארקע קאמפעטישן. כמעט אזוי ווי די גראסעריס אין אונזער היימישע געגנט...!

נ.ב.: ווארטס נאר ביז בינגא וועט זיך נעמען פארקויפן שטריימלעך. געמאכט פון עכט פאליעסטער...!

שבת אחים » מיטוואך מערץ 29, 2017 8:54 pm

· #367514
טמיר
די קעניג פין אמעריקע
איך מיין אז דאס ברענגט ארויס ווי אזוי די שטריימל מאכערס פיהלן. זיי קוקען אהן די זאך פאר א ביליגע זאך וואס ברענגט נישט קיין רווחים. שטריימלעך איז א זאך וואס קאמפעטישען האט שטארק באגרובען די אינדוסטרי. פרייזען זענען אסאך ביליגער פון פאר 15 יאר צוריק בשעת ווען פרייזן פון די רויע מאטריאל איז נאר ארויף. די עד ווי א שטריימל קוילערט זיך אראפ טרעפ איז פונקט ווי א שטריימל מאכער קוקט אהן די שטריימל.

אינטערעסאנט אז אלע פאפולערע שטריימל מאכערס זענען שיינע נגידים...


איך קען איינע פון די שטריימל מאכערס, ער האט שוין אפאר מאל געקויפט פון דושינסקי און פון אנדערע דעוועלעפערס אזא 15-10 דירות פאר אינוועסטמענט אויפאיינמאל, פאר קעש, נאך פארן בויען.

די זעלבע איז מיט די בעל בתים פון ״גאלדען פלאו״ מילך, זיי זענען אויך גרויסע אינוועסטירער אין ריעל עסטיעט און א גיטע קליענט פון ראבסקי נישט קיין וואונדער אז חלב ישראל איז דאפאלט טייערער ווי חלב סתם, סדארף דאך בלייבן מיליאנען פאר די בעל בתים פון גאלדען פלאו צו קויפן ריעל עסטיעט.

עטץ פארשטייסט וואס דא האנדלט זיך? אדער נאכנישט?

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך מערץ 29, 2017 11:21 pm

· #367523
די אלע שטריימלעך וואס גייען פאר אינטער $1500 מאכן זיי נישט קיין פעני. און רוב שטריימלעך גייען פאר די פרייז. נאר די פאר גרויסע וואס פארקויפען גענוג פון די 6-7 טויזענט זיי מאכן גרויס געלט. זיי ברויכען אבער מאלן וואסער מיט די $1500 שטריימלעך נאר כדי צו בלייבען רעליווענט אין די מארקעט. די אלע קלענערע שטריימעל מאכערס קענען דאס נישט דערהייבן. גאר אסאך פון זיי האבן נישט קיין ברויט צו עסן.

ליפא » מיטוואך מערץ 29, 2017 11:37 pm

· #367525
ברויט האבן זיי, זיי האבן נאר נישט פוטער

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:30 am

· #367529
ליפא
ברויט האבן זיי, זיי האבן נאר נישט פוטער


כקען אסאך מענטשען וואס האבן אסאך איבריגע פוטער וואס זיי דארפן נישט. זיי ווילן נאר עס נישט שעירן מיט אנדערע, ווייל זיי טעהנן אז זיי האבן עס ערליך געגנבט, זיי רופן זיך ריפובליקאנער.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:41 am

· #367532
@אנאנים די ביסט דאך אליין מסביר די חילוק. ביי א טייערע זייגער דארף דער סוחר קאנווינסען די פאטענציאלע קאסטומער צו קויפן די זייגער אנשטאטס א טייערע קאר אדער א לוקזיריעסע וועקעישאן. טאמער איז דא איינער וואס האט געמאכט א גוטע דיעל און ארויס מיט א שיינע אפוטיקע און יעצט וויל ער זיך רעווארדן, דארף ער זיין קאנווינסט אז די זייגער איז די בעסטע טשויס. אדער וויל די סוחר מארקעטן זיינע זייגערס פאר עשירים, מוזן זיינע עדס זיין קלאסיש.

אנדערש איז אבער ביי א שטריימל ווי די קונה וויל עס סייווי קויפן און ארימע פונקט ווי רייכע קויפן זיך שיינע שטריימלעך ובפרט ווען די עד איז פאר א סעיל, וואס דעמאלטס אפעלירט ער נאכמער צו די שוואכערע פארדינער, ממילא איז עס בכלל נישט קיין צושטעל צו א טייערע זייגער כאטשיג א שטריימל איז אויך טייער.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:59 am

· #367540
כהעניך ועוד, ס'איז זייער נישט קלאסיש. מ'קען צולייגען, אז די בילדער פון די שטריימלעך איז ניטאמאל נוגע, ערשטענס פון א בילד זעהט מען קיין קוואליטי, אלע שטריימלעך זעהן אויס די זעלבע פאר דער link ליינער, ועוד, לייג א דגוש אויף דיין לוגו, נישט אויף א שטריימל בילד.

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 2:31 am

· #367543
פארוואס זארגט מען זיך אזוי פאר די שטריימל מאכערס, ווייל איך בין א פלאמבער גיט קיינער נישט קיין דעממ אויף מיין עד? עקסיוזמי!!!

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 2:32 am

· #367544
שבת אחים

איך קען איינע פון די שטריימל מאכערס, ער האט שוין אפאר מאל געקויפט פון דושינסקי און פון אנדערע דעוועלעפערס אזא 15-10 דירות פאר אינוועסטמענט אויפאיינמאל, פאר קעש, נאך פארן בויען.

די זעלבע איז מיט די בעל בתים פון ״גאלדען פלאו״ מילך, זיי זענען אויך גרויסע אינוועסטירער אין ריעל עסטיעט און א גיטע קליענט פון ראבסקי נישט קיין וואונדער אז חלב ישראל איז דאפאלט טייערער ווי חלב סתם, סדארף דאך בלייבן מיליאנען פאר די בעל בתים פון גאלדען פלאו צו קויפן ריעל עסטיעט.

עטץ פארשטייסט וואס דא האנדלט זיך? אדער נאכנישט?

פארפאלען, מ'זעמער אין גלות 😞

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 8:28 am

· #367549
אביסל פאקטען וועגען שטריימל מאכען.

די היינטיגע שיינע שטריימעל איז פיל מאל שווערער צו מאכען ווי אמאהל, עס פאדערט גאר אסאך שעות פין מאן'ס ארבעט מער ווי אמאהל.

די שטריימל פין דרייסיג יאר צוריק איז באשטאנען פין צוויי אדער דריי שורות פין אמת'ע שפיצען ארום דער קאפעל.

דער היינטיגער איז פאלשע אייגענע צוזאמען געשטעלט שפיצען, און טאקע נאר איין שורה ארום דער קאפעל, אבער יעדעס שפיץ איז צוזאמען געשטעלט פין שטיקלעך "האר", אפשר צענליגער שטיקלעך האר, וואס א מענטש דארף וועלען פין א גרויסע ריזיגע באקס, כדי די קאליר זאל האבען א פנים, און נישט נאר דארף ער וועלען פאר דער שפיץ קליינע האר וואס זאל שטימען מיט דער שפיץ, דארף ער מאכען לערך צוואנציג אזעלכע שפיצען וואס האבען דער זעלבע קאליר, כדי דער שטריימל זאל האבען דער זעלבער סארט שפיצען.

משא"כ דער ביליגער שטריימל, דארט מאכט דער סוחר זיין געלט, ווייל עס פאדערט ווייניגער ארבעט, א חילוק פון אפאר שעה ביז הונדרעט שעה.

דער טייערע שטריימל ברענגט (תיקון ייש"כ געוואלדיג) ווייניגער געלט ווי דער ביליגער שטריימל.

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:01 am

· #367550
התחיל בפאקטן וסיים בלכאורה?

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:25 am

· #367553
בן אדם
פארוואס זארגט מען זיך אזוי פאר די שטריימל מאכערס, ווייל איך בין א פלאמבער גיט קיינער נישט קיין דעממ אויף מיין עד? עקסיוזמי!!!

אפשר טאקע מאך א עד וואו דו ראללס'ט אראפ די שטיגן.

תורה ומדע » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:43 am

· #367556
אישתישבי
אביסל פאקטען וועגען שטריימל מאכען.

די היינטיגע שיינע שטריימעל איז פיל מאל שווערער צו מאכען ווי אמאהל, עס פאדערט גאר אסאך שעות פין מאן'ס ארבעט מער ווי אמאהל.

די שטריימל פין דרייסיג יאר צוריק איז באשטאנען פין צוויי אדער דריי שורות פין אמת'ע שפיצען ארום דער קאפעל.

דער היינטיגער איז פאלשע אייגענע צוזאמען געשטעלט שפיצען, און טאקע נאר איין שורה ארום דער קאפעל, אבער יעדעס שפיץ איז צוזאמען געשטעלט פין שטיקלעך "האר", אפשר צענליגער שטיקלעך האר, וואס א מענטש דארף וועלען פין א גרויסע ריזיגע באקס, כדי די קאליר זאל האבען א פנים, און נישט נאר דארף ער וועלען פאר דער שפיץ קליינע האר וואס זאל שטימען מיט דער שפיץ, דארף ער מאכען לערך צוואנציג אזעלכע שפיצען וואס האבען דער זעלבע קאליר, כדי דער שטריימל זאל האבען דער זעלבער סארט שפיצען.

משא"כ דער ביליגער שטריימל, דארט מאכט דער סוחר זיין געלט, ווייל עס פאדערט ווייניגער ארבעט, א חילוק פון אפאר שעה ביז הונדרעט שעה.

דער טייערע שטריימל ברענגט לכאורה ווייניגער געלט ווי דער ביליגער שטריימל.

דאס איז דאך דער בראך. מען האט גענומען א לבוש און מ'האט איהם אינגאנצען איבערגעדרייט. א שטריימעל ארגינעל קומט נישט מער ווי 4 אינטשעס הויך, איז פון איין אייננציגען שפיצען, און איז געמאכט זיך צו האלטען צעהנדליקער יאהרען, זענען געקומען די נייע געבארענע חסידי וויליאמסבורג און מחדש געווען א נייער לבוש וואס רופט זיך דער "נוא שטריימעל" . ס'איז נישט קיין שטריימעל און נישט קיין ספאדיק, נאר א נייער בריאה פארן מאדערנער חסיד.
מארקעטינג איז פשוט, פאר די רביס, די גרויסע צדיקים טוט מען אהן א 7 אינטשעדיגען בעער, און די חסידים שוטים טאנצען נאך...
עס איז כדאי צו דערמאנען און צו באדאנקען דער באבאווער רבי רב"ץ שליטא פאר דעם וואס ער לאזט זיך נישט, און טראגט נאך אן ארגינעלער שטריימעל.

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 11:13 am

· #367567
תורה ומדע

עס איז כדאי צו דערמאנען און צו באדאנקען דער באבאווער רבי רב"ץ שליטא פאר דעם וואס ער לאזט זיך נישט, און טראגט נאך אן ארגינעלער שטריימעל.

זיין שטריימל קאסט פילפאכיג טייערער פון די היינטיגע שטריימלעך.

יודישע שרייבער » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 11:20 am

· #367568
תורה ומדע
דאס איז דאך דער בראך. מען האט גענומען א לבוש און מ'האט איהם אינגאנצען איבערגעדרייט. א שטריימעל ארגינעל קומט נישט מער ווי 4 אינטשעס הויך,
@תורה ומדע פארוואס האסטו צוגעלייגט 2 אינטשעס צום ארגינעלען שטריימל??? 😂

תורה ומדע
עס איז כדאי צו דערמאנען און צו באדאנקען דער באבאווער רבי רב"ץ שליטא פאר דעם וואס ער לאזט זיך נישט, און טראגט נאך אן ארגינעלער שטריימעל.
הייסט ער טוט עס בשיטה? אזא צדיק איז ער? אדער ער האט זיך פשוט ליב און ער גלייכט מער די אלטע סטייל פון די היינטיגע!
איך האב נישט געזען ביי די בעקיטשעס וכו' וכו' וכו' זאל ער בלייבן צוריק געשטאנען אדער שפארעדיג...
---
@קורקלענד האקט.

תורה ומדע » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:05 pm

· #367572
קורקלענד
תורה ומדע

עס איז כדאי צו דערמאנען און צו באדאנקען דער באבאווער רבי רב"ץ שליטא פאר דעם וואס ער לאזט זיך נישט, און טראגט נאך אן ארגינעלער שטריימעל.

זיין שטריימל קאסט פילפאכיג טייערער פון די היינטיגע שטריימלעך.

פרייז איז נישט דא דער נידון. דער פראבלעם איז אז מ'נעמט א לבוש וואס דארף קלאמפיש אריינשטעלען דעם חסיד אין אן אמאהליגען רוח, און מאנכע יחידים פארדרייען דאס ביז עס איז נישט צום דערקענען, און מאניפיולירען דאס גאנצע עולם-גולם'דיגער ציבור.

תורה ומדע » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:07 pm

· #367573
יודישע שרייבער
תורה ומדע
דאס איז דאך דער בראך. מען האט גענומען א לבוש און מ'האט איהם אינגאנצען איבערגעדרייט. א שטריימעל ארגינעל קומט נישט מער ווי 4 אינטשעס הויך,
@תורה ומדע פארוואס האסטו צוגעלייגט 2 אינטשעס צום ארגינעלען שטריימל??? 😂

תורה ומדע
עס איז כדאי צו דערמאנען און צו באדאנקען דער באבאווער רבי רב"ץ שליטא פאר דעם וואס ער לאזט זיך נישט, און טראגט נאך אן ארגינעלער שטריימעל.
הייסט ער טוט עס בשיטה? אזא צדיק איז ער? אדער ער האט זיך פשוט ליב און ער גלייכט מער די אלטע סטייל פון די היינטיגע!
איך האב נישט געזען ביי די בעקיטשעס וכו' וכו' וכו' זאל ער בלייבן צוריק געשטאנען אדער שפארעדיג...
---
@קורקלענד האקט.

א חסידישער לבוש וואס מען גייט דערין ווייל מען איז נישט משנה די מלבושים קומט צו בלייבען אין איהר ארגינעלער פארמאט.

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:23 pm

· #367584
ביידע. סיי די היינטיגע שטריימלעך און סיי די אמאליגע זעהן אויס ווי שטריימלעך. די האנטיגע זעהן טאקע אויס אנדערש אבער קיינער וועט זיך נישט טועה זיין און מיינען אז ס'איז א ספאדיק אדער א שטאפענע הוט. ווי אויך בין איך נישט זיכער פארוואס ס'זאל זיין עפעס א סיבה זיך צו האלטן דוקה צו א ספעציפישע סייז אדער הייעך. ס'איז נאכאלץ א שטריימל און ס'האלט נאך אלץ אן די מנהג פונעם לבוש. איינער וואס גייט א היינטיגע שטריימל זעהט ווייטער אויס ווי א חסיד. קיינער וועט זיך נישט טועה זיין צו ער איז א חסיד אדער אן ארטיסט פון די נארט פארן גיין מיט א היינטיגע שטריימל.
חסידות איז אוועקגעשטעלט געווארן מאיזה סיבה שהוא. (מ'וועט זעהן אין די וועקער מער אויף דעם.) אבער איין זאך איז זיכער אז אויב חסידות פארלאנגט א שטריימל. פארלאנגט עס זיכער נישט אז מען זאל איבערצאלן מיט צוויי צו פיר טויזנט דאלער דוקה צו גיין מיט א פארצייטישע סייז.
איך האף אז די עולם פארשטייט איצט בעסער וואס איך האב געמיינט.

תורה ומדע » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:37 pm

· #367587
אפשר, אבער דאס נייער סטייל שטריימעל סימבאלאזירט דער נייער חסיד וואס איז פארלוירען און ווייסט נישט פוקטליך וואס ער איז, ווער ער איז , אדער פארוואס ערגייט דערין. דער ארגינעלער שטריימעל רעפרעזענטירט דאס שטעטעל איד וואס איז געווען אדוק אין א רבין און חסידות, און מער תוכו כברו.

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:54 pm

· #367613
דער אמאליגער שטריימל איז געוועהן צוויי אינטשעס.

דערנאך איז עס געשטיגן אויף פיר פינף אינטשעס, מיט דריי שפיצען.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:56 pm

· #367614
וואס די באבובער קרובים זאגן האב׳ך שוין געהערט, און וואס זאגן די גערער מחותנים???

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 2:11 pm

· #367616
יודישע שרייבער
תורה ומדע
דאס איז דאך דער בראך. מען האט גענומען א לבוש און מ'האט איהם אינגאנצען איבערגעדרייט. א שטריימעל ארגינעל קומט נישט מער ווי 4 אינטשעס הויך,
@תורה ומדע פארוואס האסטו צוגעלייגט 2 אינטשעס צום ארגינעלען שטריימל??? 😂

תורה ומדע
עס איז כדאי צו דערמאנען און צו באדאנקען דער באבאווער רבי רב"ץ שליטא פאר דעם וואס ער לאזט זיך נישט, און טראגט נאך אן ארגינעלער שטריימעל.
הייסט ער טוט עס בשיטה? אזא צדיק איז ער? אדער ער האט זיך פשוט ליב און ער גלייכט מער די אלטע סטייל פון די היינטיגע!
איך האב נישט געזען ביי די בעקיטשעס וכו' וכו' וכו' זאל ער בלייבן צוריק געשטאנען אדער שפארעדיג...
---
@קורקלענד האקט.

ווי ס׳קומט איהם קרעדיט קומט איהם קרעדיט. אז ער פארט נישט מיט מיט וויליאמסבורג סטייל שטריימלעך ווייל ער וויל די חסידים זיינע זאלען ווייניגער ליגן אין סטייל תינופת. קומט איהם קרעדיט. מיש דאס נישט מיט אנדערע פראבלעמן וואס ער פארמאגט.

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 5:03 pm

· #367638
שבת אחים
וואס די באבובער קרובים זאגן האב׳ך שוין געהערט, און וואס זאגן די גערער מחותנים???


שבת אחים
מיט דער פילסטע כבוד, ביסט א טראל

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 5:35 pm

· #367641
אישתישבי
שבת אחים
וואס די באבובער קרובים זאגן האב׳ך שוין געהערט, און וואס זאגן די גערער מחותנים???


שבת אחים
מיט דער פילסטע כבוד, ביסט א טראל


האלטס כבין ערגער ווי עפעס א ניק אישתישבי וואס שרייבט בלבולים און אויפגעמאכטע מעשיות אויף זיינע בר-פלגתא׳ס????
(עיין ערך זונות פרייטיגס צונאכטס-אטאקע-וואס ער האט ארויסגזויגט פון זיין טאכעס...)

😛

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 5:43 pm

· #367642
טראל אלערט

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 5:53 pm

· #367646
די לייק איז פארן ״ענדליך כאפן וואס א טראלל מיינט״!- מזל טוב!!!

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 31, 2017 12:07 am

· #367711
הערט שוין אויף!!!!

דער אשכול דערמאנט מיר ווידעראמאל פון פליקער'ס ביבער ארטיקל, לייענט און האט הנאה:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8443">viewtopic.php?f=4&t=8443</a><!-- l -->

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 31, 2017 1:11 am

· #367720
מאכטס ענק נישט נעריש, אמאליגע שטריימלעך - היינטיגע שטריימלעך. ס'איז אלץ אזוי געווען, די שטריימל סייז האט זיך געהאלטן אין איין טוישן. מיין נייע שטריימל איז העכער פון מיין חתן שטריימל און מיין חתן שטריימל איז געווען העכער פון רב"ץ'ס שטריימל און רב"ץ'ס שטריימל איז העכער פון זיין טאטע'ס שטריימל און זיינס איז געווען העכער פון צאנז'ער רב'ס שטריימל און צאנז'ער רב'ס שטריימל איז געווען העכער פון בעל שם טוב'ס שטריימל. אלזא, וואס ווילסטי, זאל מען נאכפארשן וויזוי די ערשטע שטריימל האט אויסגעקוקט און דאס נאכמאכן גענוי אויף די האר?
איך האב אויך נישט ליב צו הויכע שטריימלעך אבער ווען איך בין לעצטענס געגאנגען קויפן א שטריימל האב איך נישט געמאכט קיין גרויס עסק דערפון. די סוחר האט מיר געזאגט אז אלע שטריימלעך קומען היינט הויך, האב איך שלום געמאכט מיט'ן מצב און פערטיג. גלייב מיר אז רב"ץ ברענגט אן מער צייט ווי מיר מיט'ן מעסטן פינקטליך וויפול אינטשעס די הייעך איז און טאמער די קאפעל שטעקט זיך גענוג ארויס. די זעלבע איז מיט שלמה שמש מיט זיין טיעפע טשולענט טאפ, אנשטאטס נעמען א היט פונקט ווי יעדן מאכט ער זיך משוגע דערמיט אלץ ווייל ער וויל אויסקוקן פארצייטיש. ס'קומט מיר פאר ווי דער גור'ער וואס איז ארום געלאפן די גאנצע שטאט זוכן א שיך-בענדל גארטל אלץ ווייל ביי זיי מאכט מען נישט קיין עסק פון קיין גארטל.

תורה ומדע » פרייטאג מערץ 31, 2017 10:16 am

· #367758
די נייע שטריימליך זענען ארטיפישעל און א "פיעס אוו גארבעדזש" אין פארגלייך צו רב"צ 'ס שטריימיל, למבינים. משל למה"ד צו א גרענד פיענאו פון סטיינוועי ענד סאנס וואס קאסט און די שווערע הונדערטע טויזענטער דאללארען אין פארגלייך צו אן עלאקטראנישע אינסטראמענט- קיבאארד וואס האט פארשידענע מאדערנע פיטשיווקעס. פאר א לעימאן איז דאס עלאקאראנישע אסאך בעסער מיט מער פיטשערס וכדו', דער מבין ווידער וועט דיר זאגען אז דער קלאנג פונעם טייערער פיאנאו איז ווערט א יעדער פיאסטער, און דער עלקטראנישער איז האט א טעם פון קעננא טונע פיש, והמבין יבין.

טמיר » פרייטאג מערץ 31, 2017 10:42 am

· #367759
Re: שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?
אויב מען האט אריינגעביסן אין באבוב דא, קענט איר זיכער זיין אז די אשכול וועט זיך נאך ציען פאר קווייט א ווייל...
סאיז להפליא ווי די באבובע ווערן אזוי אבסעסט ווען עס קומט צי "זייער" רבי און "זייער" צד

קורקלענד » פרייטאג מערץ 31, 2017 11:38 am

· #367762
תורה ומדע
די נייע שטריימליך זענען ארטיפישעל און א "פיעס אוו גארבעדזש" אין פארגלייך צו רב"צ 'ס שטריימיל, למבינים. משל למה"ד צו א גרענד פיענאו פון סטיינוועי ענד סאנס וואס קאסט און די שווערע הונדערטע טויזענטער דאללארען אין פארגלייך צו אן עלאקטראנישע אינסטראמענט- קיבאארד וואס האט פארשידענע מאדערנע פיטשיווקעס. פאר א לעימאן איז דאס עלאקאראנישע אסאך בעסער מיט מער פיטשערס וכדו', דער מבין ווידער וועט דיר זאגען אז דער קלאנג פונעם טייערער פיאנאו איז ווערט א יעדער פיאסטער, און דער עלקטראנישער איז האט א טעם פון קעננא טונע פיש, והמבין יבין.

ווי ס'שטייט אין ספרים טאקע איז ביי חסידים אייביג געווען א ספעציעלע ענין צו טוהן וואס מער צו שאפן א פארצייטישע שטריימל. אפי' צומאל דארף מען זיך פאר'חובות'ן מיט שווערע געלטער איז עס אויך ווערט ווייל ס'קומט שפעטער צוריק דאפעלט. און די שכר אויף יענע וועלט איז אויך אין לשער. ווען איינער גייט א פארצייטישע שטריימל קען מען זעהן אויפן פנים זיינער אז ס'איז א עכטע תוכן כברו און מ'קען אין איין סעקונדע זעהן אויף איהם אז ער איז אן אמת'ע חסידישע איד אויפן זעלבן קו פונעם בעל שם ותלמידיו. און אז ער פארשטייט די אמת און טיעפקייט פון לעבן אויפן היינטיגן וועלט בתורת חסידות האמיתי.

תורה ומדע » פרייטאג מערץ 31, 2017 12:32 pm

· #367776
פרייז איז נישט די נקודה דא. די שאלה איז זענען מיר, און וועלען מיר זיין, אוטענטיש אדער נאכגעמאכט. פיריעד.
א לייכטער, האט איהר געזילבערט אדער פון זילבר?

קורקלענד » פרייטאג מערץ 31, 2017 12:38 pm

· #367779
טרעוועל קענדעלס.

איך האב טאקע נישט גערעדט בעיקר וועגן די פרייז. איך האב מער געלייגט א דגיש אויפן חלק אז מ'זעהט טאקע אויטענטישקייט.

חסיד פון ליטא » מאנטאג מערץ 5, 2018 7:57 pm

· #396863
Re: שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?
א פרייע עד פאר בינגאו.

דער דאס » מאנטאג מערץ 5, 2018 10:36 pm

· #396874
berlbalaguleh
טמיר: ייש"כ. ווייל כ'האב פונקט געוואלט רעדן צו די אנפיהרערס פון תומכי שבת אז מ'זאלל זעהן צו ערלעדיגן עפעס א לייטישן ארדער פון פסח פראדוקטן פאר די שטריימל מאכערס. נאך וואס כ'האב געהערט אז זיי מוטשענען זיך זייער שטארק מיט שטייגענדע פרייזן פאר רוי מאטעריאל און שטארקע קאמפעטישן. כמעט אזוי ווי די גראסעריס אין אונזער היימישע געגנט...!

נ.ב.: ווארטס נאר ביז בינגא וועט זיך נעמען פארקויפן שטריימלעך. געמאכט פון עכט פאליעסטער...!


חכם עדיף מנביא..

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 5, 2018 10:52 pm

· #396877
תורה ומדע
פרייז איז נישט די נקודה דא. די שאלה איז זענען מיר, און וועלען מיר זיין, אוטענטיש אדער נאכגעמאכט. פיריעד.
א לייכטער, האט איהר געזילבערט אדער פון זילבר?

כ'אב קיינמאל נישט געהערט פון אזא מצוה פון זיין אוטענטיש, וואס איז דאס? אן עשה אדער לא תעשה? דאורייתא אדער דרבנן? אין וועלכע חלק שו"ע שטייט עס? גייט דא אויך אן די הלכה אז מדארף נישט אוועקגעבן מער פון א פיפטל פון די געלט פאר א מצוה?

אז מ'רעדט שוין פון לייכטערס .איך האב נישט איינס, ביי אונז צינדט מען מיט טרעוועל לעכט. דאס איז די מערסטע אויטענטיש וואס נאר שייך, אזויווי אלע אויטענטישע מענטשן וואס געבן נישט אויס זייער געלט אויף נארישקייטן.

בד"ו, דיין בעקישע איז פון זיידן אדער פאליעסטער? דאכצעך מיר אז דער בעש"ט האט נישט געוואוסט פון קיין פאליעסטער צו זאגן.

נקודת-אמת » דינסטאג מערץ 6, 2018 4:45 am

· #396886
דער דאס
berlbalaguleh
טמיר: ייש"כ. ווייל כ'האב פונקט געוואלט רעדן צו די אנפיהרערס פון תומכי שבת אז מ'זאלל זעהן צו ערלעדיגן עפעס א לייטישן ארדער פון פסח פראדוקטן פאר די שטריימל מאכערס. נאך וואס כ'האב געהערט אז זיי מוטשענען זיך זייער שטארק מיט שטייגענדע פרייזן פאר רוי מאטעריאל און שטארקע קאמפעטישן. כמעט אזוי ווי די גראסעריס אין אונזער היימישע געגנט...!

נ.ב.: ווארטס נאר ביז בינגא וועט זיך נעמען פארקויפן שטריימלעך. געמאכט פון עכט פאליעסטער...!


חכם עדיף מנביא..

איך האב מורא אז אונזער מנהיג ר' בערל האט פראצענטן אין די שטריימל סעיל.
(אדער אז דער מענעדזשער פון בינגא איז א מעמבער דא אין שטיבל, ודוחק לומר כן.)

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 6, 2018 1:45 pm

· #396916
נקודת אמת: פארוואס לערנסטו נישט פשוט פשט...די גמ' זאגט דאך...,משחרב ביהמ"ק ניתנה נבואה לשוטים...!

ס'נאר א שאד אז איך קען נישט נוצן מיין נבואה צו טרעפן די ריכטיגע נומערן פון די גרויסע לאטערי...!

מי אני » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 9:57 pm

· #445031
Re: שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?
שמעון וואלף
@אנאנים די ביסט דאך אליין מסביר די חילוק. ביי א טייערע זייגער דארף דער סוחר קאנווינסען די פאטענציאלע קאסטומער צו קויפן די זייגער אנשטאטס א טייערע קאר אדער א לוקזיריעסע וועקעישאן. טאמער איז דא איינער וואס האט געמאכט א גוטע דיעל און ארויס מיט א שיינע אפוטיקע און יעצט וויל ער זיך רעווארדן, דארף ער זיין קאנווינסט אז די זייגער איז די בעסטע טשויס. אדער וויל די סוחר מארקעטן זיינע זייגערס פאר עשירים, מוזן זיינע עדס זיין קלאסיש.

אנדערש איז אבער ביי א שטריימל ווי די קונה וויל עס סייווי קויפן און ארימע פונקט ווי רייכע קויפן זיך שיינע שטריימלעך ובפרט ווען די עד איז פאר א סעיל, וואס דעמאלטס אפעלירט ער נאכמער צו די שוואכערע פארדינער, ממילא איז עס בכלל נישט קיין צושטעל צו א טייערע זייגער כאטשיג א שטריימל איז אויך טייער.
צו צונעמען דעם ענין אביסל מער און טיפער ‏(לאור וואס כ׳האב געשריבן דא) קען מען אפשר זאגן אז בעצם וואלטן די שטריימל פירמעס געדארפט דאס מארקעטן אלס א לוקסוס אייטעם, ענליך צו טייערע דעזיינער קליידער וכנ״ל. אין אנדערע ווערטער, די טייערע קוואליטעט שטריימלעך וואטן געדארפט זיין וועבלען גודס, וואס הגם די פרייז גייט ארויף גייט פארט די דימענד אויך ארויף, אנדערש ווי די אלגעמיינע געזעץ פון דימענד [וואס לויטעט אז ווען די פרייז גייט ארויף גייט די דימענד אראפ]. דאס איז ווייל בעצם איז א (טייערערע) שטריימל א נארמאל גוד, וואס ווען מ׳האט מער אינקאם קויפט מען מער דערפון, וממילא ביי אזא סארט גוד וואס איז א שטאטוס סימבאל איז ווי מער די פרייז גייט ארויף (וממילא די שטאטוס דערפון), איז פאר די מיט טאקע העכערע אינקאמס גייט אויך ארויף די דימענד דערפאר.

אבער, אפילו די סארט שטריימלעך זענען למעשה פאר אונזער סאסייעטי געווארן אן עסענטשעל/סטעיפל און עס האט נישט קיין סאבסיטוט דערפאר (דאס איז די מציאות); עס איז נישט (מער) קיין לוקסוס אייטעם. קומט אויס אז מ׳קען אפשר טענה׳ן אז די שטריימל איז (געווארן) א גיפפען גוד - א זאך וואס די דימענד גייט אויך ארויף ווען די פרייז גייט ארויף, אבער מכח׳ן זיין גאר א שטארקע אינפעריאר גוד וואס אין אלגעמיין וואלט די דימענד דערפאר געדארפט אראפגיין ווען די אינקאם גייט ארויף. מ׳קען דאס זאגן וויבאלד עס איז שוין (אויך) עפעס וואס (אסאך) וואלטן זיך געוואונטשן דאס דייקא בכלל נישט צו קויפן, און דעריבער קען מען עס (אויך) אנקוקען ווי א שטארקע אינפעריאר גוד. פון דארט ווערט דאס א גיפפען גוד ווייל מ׳״מוז״ דאס קויפן און מ׳האט נישט קיין סאבסיטוט דערפאר, און עס נעמט אויף א חלק ניכר פונ׳ם בודזשעט פונ׳ם מענטש (כידוע 😞 ).

יעצט, אם כנים אנחנו בזה איז דא א מקצה לקצה׳דיגן equally valid פערספעקטיוו פארוואס די שטריימל זאל מיט׳ן שטייגן פונ׳ם פרייז דאך די דימענד ארויפגיין - פאר די עשירים מכח׳ן זיין א וועבלען גוד און פאר די נישט-פארמעגליכע מכח׳ן זיין א גיפפען גוד ככל הנ״ל. יעצט, ביידע די דעמאגראפיקס קויפן די שטריימל אין די (מער-ווייניגער) זעלבע פרייז רעינדזש.

ווי באקאנט איז אדווערטייזינג מער אפעקטיוו ווען עס רעדט צום סאבקאנשעס ווי איידער צום ראציאנאלן קאנשעסנעס. און לכאורה איז די הנחה פשוטה פון מארקעטינג אז מ׳זאל אדווערטייזן לרוחם פון די מערהייט פון די קאנסומער דעמאגראפיק, וואס איז כולל סיי די עניים און סיי די עשירים וואס זענען ביי דעם אין די זעלבע פרייז רעינדזש; זה מכח ווייל דאס איז פאר אים א וועבלען גוד וזה מכח ווייל דאס איז פאר אים א גיפפען גוד וככל הנ״ל. איז דעריבער וויבאלד דאס מערהייט פון די דעמאגראפיק פון קונים [די טארגעט] זענען די נישט-פארמעגליכע זוכן די פירמעס (עכ״פ סאבקאנשעסלי) דאס צו אדווערטייזן לרוחם [דהיינו צו וואס די סאבקאנשעס פונ׳ם מערהייט קאנסומערס ווייסט]. דהיינו, דאס אפצושפיגלען ווי א מער נחוצ׳דיגע אינפעריאר (אולי תרתי משמע) אייטעם. אפשר.

דאס איז נוגע צו די אדווערטייזמענטס דערפאר בכלל, ולכאורה כ״ש ביי א סעיל וואס דעמאלטס זענען די נישט-פארמעגליכע לגמרי די טארגעט.

מי אני » מאנטאג מערץ 15, 2021 4:35 pm

· #468566
📎 FEAD752F-D788-471F-8A27-D1CAE26C5F2B.jpeg
שטיי איך און איך ליין דאס און צו מיין אנטריסונג/האַראַר אנערקען איך אז איך בין פון די וואס פארשטייען נישט!

עד שהקב״ה האיר עיני אז דער מאדעל וואס האט אָן אויף זיך דעם שטריימל אינעם בילד שטייט מיט א (בערך) 180° ענגעל צום בּאַאָבּאַכטער. אין רעידיענס [דעם יחס פונעם קוּרוו צום ליין וואס שאפט די קוּרוו] איז דאס π רעידיענס. יעצט, דעם שטריימל איז דאך אן עיגול [פון אויבן-אראפ אין 2D] וואס ביי דעם איז דאך ידוע אז יחס היקיפו לרחבו איז אויך π. יעצט, די ״ווער עס פארשטייט, פארשטייט״ איז דאך א סארט לאגישע טאָטאַלאַדזשי וואס קען באטראכט ווערן ווי ווייטער ״סירקולער״.

אָםם... דער וואס פארשטייט, פארשטייט... 😂

נעכטן [3/14] איז גראדע געווען פּיי דעי.

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 15, 2021 6:00 pm

· #468569
איך האב אייביג פארשטאנען אז די עדס אנהויב זענען טאקע געלאפן אויף די 'עלעגאנט' סטייל נאר מ'איז שוין אויסגעלאפן פון איידיעס און ס'איז שוין געקראכן פון די נאז מאכט מען היינט פארקערט. איך וואלט געזאגט אז דאס עצם שטריימל עדווערטעסמענט קריכן שוין אויף די אייער - א שטריימל איז א שטריימל, ס'האט זיך גארנישט געטוישט. ס'איז אן אנפארטשענעיט צורך. מ'העט עס מילא מוזן קויפן איז דיה לצרה בשעתה. מאך נישט קיין רעש ביי יעדע געלעגנהייט. ס'איז ווי א עומד על גבו. ס'שטייט אויפ'ן קאפ און ס'ווייזט אויף קטנות.

ישעיה » מאנטאג מערץ 15, 2021 6:11 pm

· #468570
דאס משכנע זיין אזוי פיל נארמאלע מענטשן צו באצאהלן און זאגאר אנטוהן דעם האריגע קרוין איז זעהט זיך אויס פון די זאכן וואס האבן זייער אייגענע כללים

אבער @מי אני, איך גלייב שווער אז אזא קאפ ווי דיינע איז נכלל געווען אין דער שטריימל גזירה, ביסט פטור מיין איך!