☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הגר"ג אדלשטיין נעמט איבער די טיטל מרן

הגר"ג אדלשטיין נעמט איבער די טיטל מרן

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11398

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 28, 2017 11:43 am

· #367179
הגר"ג אדלשטיין נעמט איבער די טיטל מרן
אין די ליטווישע גאס איז ענשטאנען א פראגע איבער די המשך קיום פינעם ישיבת כנסת יצחק אין חדרה
די שאלה איז נולד געווארן דערנאך וואס די מנהל הישיבה האט תומך געווען אין די אנגייענדע הפגנות פינעם פלג הירושלמי

די שאלה איז די ערשטער אנצופרעגן אינעם מרן וואס קומט אין די רייע נאך הגראיל שטינמן, דערנאך וואס ר שטינמן איז נישט אזוי בקו הבריאות
די ענטפער פינעם נייעם מרן איז געווען אז די ישיבה איז מחוייב צו ווערן צושפליטערט, און אויף קומענדיגער זמן צוברעכט מען די ישיבה.

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג מערץ 28, 2017 11:57 am

· #367183
מאך חוזק פון יעדער וואס גייט נישט און שפאן מיט די שיטה!

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 28, 2017 3:05 pm

· #367291
די קעניג פין אמעריקע
מאך חוזק פון ..


חוזק?
דאס איז די הוראה וואס רב אדלשטיין האט ארויסגעגעבן
און דאס גיין פרעגן די הלכה ביי רב אדלשטיין איז אין אנדערע ווערטער אים איבערגעגעבן דעם מרן פאזיציע פאר די נעקסטע פאר יאר.

איסר האטלקי » דינסטאג מערץ 28, 2017 3:11 pm

· #367295
טוישט קעפל צו הגר"ג, ער הייסט נישט הגרי"ג.

איש את רעהו » פרייטאג אפריל 28, 2017 5:35 am

· #369350
מיט עטליכע יאר צוריק האט שוין די מכתיר גדו"י כ"ק הגה"צ חו"פ היתד נאמן שליט"א געגעבן די שרעקעדיגע הכתרה טיטל פאר די נייעם רב שטינמן פינעם נעקסטר
גענעראציע📎 41.jpg


עטליכע וואכן צוריק איז געקומען נאך א שטאפעל אינעם הכתרה פראצעדור מיטן אראנדזשירען א וויזיט פון א שליח פון טראמפ יר"ה ביים יורש פינעם טיטול 'מרן'



יעצט איז שוין געקומען די שפיץ פינעם הכתרה פראסעס ווען פילע אינגעלייט האבן אלס הכנה צום נייעם זמן אין כולל צוגעהערט דברי הדרכה פינעם 'מרן' און 'ראש הישיבה'📎 הכתרה.jpg📎 הכתרת.jpg📎 הכתררה.jpg

א איבערבליק אינעם מהלך פינעם הכתרה פראצעדור📎 בירור דברים בענין הנהגת הדור ע''י רבי גרשון אדלשטיין.pdf

@ליטוואק פון בודאפעסט עס איז זייער נישט שיין אזוי צו ממציא זיין די גדו"י פאר די נייע דורות.
📎 בירור דברים בענין הנהגת הדור ע''י רבי גרשון אדלשטיין.pdf

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 28, 2017 7:30 am

· #369351
לעכערליכע טענות. אויב "מרן" מיינט אז ער פירט די כלל, דהיינו, דר'עולם פרעגט אים וואס צו טוהן, איז ער די מרן. נישט נוגע וואס די מיטלען אנצוקומען דערצו זענען געווען. ס'איז ווי די "not my President" קאמפיין...
אגב, ער מאכט חוזק פון חסידים, אבער למעשה די אדמורות סיסטעם איז נאך בעסער, ווייל ס'דא א ריזיגע אויסווייל.

איסר האטלקי » מוצ"ש אפריל 29, 2017 11:17 pm

· #369404
ווי איך האב באמערקט לייגן זיי גרויס לחץ פון אלע זייטן אז זיין גדולת זאל גרויס ווערן ווי שנעלער. די ענגלישע משפחה און בקהילה האבן ביידע געהאט לענגערע באשרייבונגען אינעם פסח אויסגאבע איבער דעם נייעם מרן הגר"ג. געווענליך ימים טובים לייגן זיי אלס חסידישע רבי'ס, וואס פאר זיי ליטוואקעס זאל עס זיין אינטערעסאנט. משא"כ דעם יום טוב. אלא מאי איז עפעס געלעגן אונטער דעם.

איש את רעהו » זונטאג אפריל 30, 2017 1:16 am

· #369410
ראי"ל שטינמן לעבט נאך
וואס ברענט זיי אזוי שנעל אים צו ערקלערן מרן ?

איסר האטלקי » זונטאג אפריל 30, 2017 3:07 pm

· #369471
איש את רעהו
ראי"ל שטינמן לעבט נאך
וואס ברענט זיי אזוי שנעל אים צו ערקלערן מרן ?

היינט איז ער דא, מארגן קען ער שוין זיין אין ישיבה של מעלה, כ'מיין צו זאגן אין גיוס של מעלה.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 1, 2017 4:26 am

· #369584
איסר האטלקי
ווי איך האב באמערקט לייגן זיי גרויס לחץ פון אלע זייטן אז זיין גדולת זאל גרויס ווערן ווי שנעלער. די ענגלישע משפחה און בקהילה האבן ביידע געהאט לענגערע באשרייבונגען אינעם פסח אויסגאבע איבער דעם נייעם מרן הגר"ג. געווענליך ימים טובים לייגן זיי אלס חסידישע רבי'ס, וואס פאר זיי ליטוואקעס זאל עס זיין אינטערעסאנט. משא"כ דעם יום טוב. אלא מאי איז עפעס געלעגן אונטער דעם.

איסר האיטלקי: פארקערט. ער ווייזט דאך נאך ארויס גרויס עניוות. מ'זעהט ווי ער גייט צו צום מייק. ס'איז ממש כאילו כפאו שד. אדער בבחינת במקום שאין איש. דאס מאכט דאך איהם נאך פיהל גרעסער. נאכדעם זאגן זיי אז די חסידים זענען עובדי עבודה זרה. זיי זענען נאך פיהל גרעסערע עובדי עבודה זרה. זאלל נאר א בעל תפילה פרובירן נישט צו ווארטן מיט קריאת שמע אדער שמונה עשרה אויף זייער'ס א ..."גדול"...איז אחת דתו...!

איש את רעהו » מיטוואך מאי 10, 2017 9:55 pm

· #370559
לפני כחודשיים התקבלה ברכתו של מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן להקמת הוועד.

היום נכנסו הגאון רבי משה הלל הירש, חבר מועצת גדולי התורה, והגאון רבי מאיר קסלר רבה של מודיעין עילית וחבר ועד החינוך מטעם מועצת גדולי התורה, למעונו של הגרי"ג אדלשטיין לקבל את הדרכתו למהלך החדש.

בכינוס היסוד שייערך למנהלים ישתתפו מרנן הגרמ"ה הירש, הגר"ד כהן, המשגיח הגר"ד סגל, והגר"מ קסלר, לצד מנהלי ת"תים ורשתות חינוך.

מרנן שר התורה הגר"ח קנייבסקי והגרי"ג אדלשטיין שיגרו מכתבים מיוחדים שיוקראו בכינוס.