☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז

עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11394

Easy Shopping » מאנטאג מערץ 27, 2017 2:24 pm

· #367015
עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז
עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז
פאר מער אינפארמאציע קליקט דא amzn.to/2oa5XLW

החוקר » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:06 pm

· #367019
עס לוינט נישט, פאר א דריי בעדרום אפארטמענט אין וויליאמסבורג/בארא פארק ווילן זיי $190 פאר די ארבייט, און זיי שאצן עס וועט דויערן 6-7 שעה, דאס איז איבער $25 א שעה. 2-2.5 מאל אזויפיל ווי א גויטע.

גר ותושב » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:02 pm

· #367080
Re: עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז
החוקר
עס לוינט נישט, פאר א דריי בעדרום אפארטמענט אין וויליאמסבורג/בארא פארק ווילן זיי $190 פאר די ארבייט, און זיי שאצן עס וועט דויערן 6-7 שעה, דאס איז איבער $25 א שעה. 2-2.5 מאל אזויפיל ווי א גויטע.

פאר א גויטע וועט עס לכאורה דויערן אסאך לענגער.

נאטירליך » דינסטאג מערץ 28, 2017 8:48 am

· #367135
אין די reveiws שטייט אז עס קומען אראפ 3-4 מענטשן.
עס איז דא איינער דא וואס האט זיי שוין גענוצט?

בן אדם » דינסטאג מערץ 28, 2017 8:50 am

· #367136
.

Easy Shopping » מיטוואך מערץ 29, 2017 7:45 pm

· #367501
זיי טוען אויך אנדערע סערוויסעס קליקט אויף Amazon Home Services
ווי צום ביישפיל
House Cleaning, Home Improvement, Assembly, Computer & Electronics, Yard & Outdoors, Smart Home Services an

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:26 pm

· #367608
באשטעלט פאר זונטאג בדיקת חמץ. א רעוויו וועט נאכפאלגן.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 2:13 pm

· #367617
מ׳קען דאס אויך ריטערנען בעפאר 30 טעג?

Easy Shopping » זונטאג אפריל 2, 2017 12:05 pm

· #367885

רויטע וואנצעס » זונטאג אפריל 2, 2017 12:34 pm

· #367889
גוט! זאג, א נעני וואס פעמפערט בעביס האבן זיי אויך?

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אפריל 2, 2017 3:21 pm

· #367910
רויטע די האסט א פלען בי אויך אויב זיי קומען נישט אהן?

איסר האטלקי » זונטאג אפריל 2, 2017 6:07 pm

· #367929
זייערע רעוויוס אנליין זענען גאנץ גוטע, 72 פראצענט געבן זיי פינף שטערנדלעך און שרייבן גאנץ כמעשה.

איסר האטלקי » זונטאג אפריל 2, 2017 6:08 pm

· #367930
נאטירליך
אין די reveiws שטייט אז עס קומען אראפ 3-4 מענטשן.
עס איז דא איינער דא וואס האט זיי שוין גענוצט?

ווי איך פארשטיי פון די רעוויוס ווענד זיך עס אין די גרויסקייט, פאר יעדע בעדרום בערך קומט נאך א מענטש, די צוויי בעדרום דירה שיקן זיי צוויי גויטעס.

רויטע וואנצעס » זונטאג אפריל 2, 2017 6:17 pm

· #367932
די קעניג פין אמעריקע
רויטע די האסט א פלען בי אויך אויב זיי קומען נישט אהן?


אויב זיי קומען נישט בין איך מבטל די חמץ אזוי ווי רבוה"ק האבן זיך געפירט.

נע, כ'נעם זיי נישט פאר עכט פסח'דיג, נאר פאר אזא לעצטע קלינאפ נאך א שטורעמישע וואך.

האמת אגיד כ'האב נאכנישט אנגעהויבן כלל פסח'דיג מאכן. געהאט א קינד ועוד מצבים וכו' וכדומה ודי למבין. מארגן וועט מען אנהייבן.

איך אויך » זונטאג אפריל 2, 2017 7:51 pm

· #367944
מז''ט.

מפוזרי » זונטאג אפריל 2, 2017 8:12 pm

· #367947
Re: עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז
"געהאט א קינד ועוד מצבים וכו' וכדומה ודי למבין."

געהאט א קינד - מז"ט. ועוד מצבים - איך הער. וכו' - איך הער נאך. וכדומה - איך קען נאך אלץ עפעס הערן. ודי למבין?? וואס נאך קען מען פארשטיין?

בן אדם » זונטאג אפריל 2, 2017 10:03 pm

· #367961
איך אויך
מז''ט.

זאל ס'קינד זיין געראטן אינ'ם טאטן

רויטע וואנצעס » זונטאג אפריל 2, 2017 10:20 pm

· #367967
אמן! יישר כח אויף די פילע ווינטשן. ביי אייך טייערע חברים אויף שמחות. (זע דעם וועקער 8 פאר אן אינסייד סקופ פונעם שמחה אונטערן קעפל "עזרת נשים, מזל טוב און ליבע")

Easy Shopping » זונטאג מאי 7, 2017 12:51 pm

· #370138
Summer savings: $30 off select home services
<a class="postlink" href="http://amzn.to/2pjP6FV">http://amzn.to/2pjP6FV</a>

קורקלענד » זונטאג מאי 7, 2017 2:38 pm

· #370146
איך ווארט נאך אויף די רעוויו פון רויטע.

Easy Shopping » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:20 pm

· #385304
עמעזאן וועט צוזאם שטעלען אייער סוכה ‏
<a class="postlink" href="http://amzn.to/2yBzvY8">http://amzn.to/2yBzvY8</a>

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:36 pm

· #385325
קורקלענד
איך ווארט נאך אויף די רעוויו פון רויטע.


זיי זענען קיינמאל נישט אנגעקומען. גערופן עמאזאן מיט טענות, אהער און אהין, זיי האבן פרובירט כאפן די קלינינג קאמפאני אבער קיינער האט נישט אויפגעהויבן. זעהט אויס מ'האט מיר געגנבעט די ער"פ עמעזאן קליניג לעדי.

קורקלענד » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:50 pm

· #385340
רויטע וואנצעס
קורקלענד
איך ווארט נאך אויף די רעוויו פון רויטע.


זיי זענען קיינמאל נישט אנגעקומען. גערופן עמאזאן מיט טענות, אהער און אהין, זיי האבן פרובירט כאפן די קלינינג קאמפאני אבער קיינער האט נישט אויפגעהויבן. זעהט אויס מ'האט מיר געגנבעט די ער"פ עמעזאן קליניג לעדי.


נאך א מזל אז איר האט געהאט א פלאן א' (אזויווי AA ארבעט במקום אא, אזוי אויך קען מען ניצן א במקום A).

Easy Shopping » פרייטאג מערץ 16, 2018 10:55 am

· #397615
Get $20 off House or Car Cleaning
<a class="postlink" href="http://amzn.to/2HFaeQE">http://amzn.to/2HFaeQE</a>

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 16, 2018 5:55 pm

· #397631
איך האב נישט געליינט אלע תגובות. אבער לויט'ן היינטיגן מצב, דארף מען מאכן אן הגה"ה...שטאטס עמעזאן דארף מע שרייבן..."בינגא"... זיי זענען געווארן די אידישע..."עמעזאן"...וואלמארט"... און סיערס.". אלעס צוזאמען...! איך ווינטש זיי די גרעסטע הצלחה...! זיי האבן באוויזן א זאך וואס קיין איינער, יחיד אדער ארגאניזאציע האט נישט געקענט אדער געוואלט באווייזן ביז היינט. אז מ'קען ברעכן סיי וועלכן מאנאפאל. אויב א גרופ אדער יחידים האבן זיך משתלט געווען אויפ'ן ציבור. און האבן זיי אויסגעזעקלט. און זיך נאך אויסגעלאכט...! איז געקומען בינגאו און ער האט באוויזן אז ס'איז נישט לאחר יאוש. מ'קען זיך מיט א יעדן איינעם אן עצה געבן בעזהשי"ת...! און די נעכטיגע וואוילע יונגען וויינען היינט מיט קראקאדיל טרערן... און די פאני זאך איז אז זיי (בינגא) שארן ב"ה גאלד אין די זעלבע צייט...!

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מערץ 17, 2018 11:01 pm

· #397646
די פראבלעם איז נאר, אז יעצט האט בינגא א מאנאפאל. די תקון השלם וועט זיין, ווען בינגא וועט אויך באקומען א קאנקורענץ

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 17, 2018 11:18 pm

· #397655
רביה"ק זי"ע: אמן...וכן ירבו. אזוי ווי די פרייע חברה פלעגן אמאל צו זאגן..."פון דיין מויל צו גאט'ס אויערן"...!