☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » די חורבן פון קיופאנ'ס

די חורבן פון קיופאנ'ס

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11393

מיש-נייעס » זונטאג מערץ 26, 2017 6:46 pm

· #366879
די חורבן פון קיופאנ'ס
דאס איז א פאקט וואס דארף אינאכט גענומען ווערן אז די "קיופאנ'ס" וואס ווערן געטיילט פאר יום טוב דורך קהילות און וואוילטעטיגע... ארגענעזאציעס האבן געמאכט א מורא'דיגע חורבן וואס עס איז ממש יצא שכרו בהפסדו

א שטייגער ווי דאס וואס סעקשי"ן 8 האט געמאכט ביי די היימישע געגענטער

מיר האט דערציילט א געשעפט אייגענטומער אז ער מוז מאכן קיופאנ'ס ווייל אויב נישט איז ער נישט אויף די מאפע,

זאגט ער מיר וואס טוען אלע געשעפטן זיי ווייסן אז זיי גייען נישט קענען אויסשטיין די דריק פון די עסקנים, זיי הייבן די פרייזן אזוי זאל ער קענען מאכן 15 צו 20 פראצענט אראפ,

און פארשטייט זיך אז א ברויט איז די פרייז געשטיגן צוליב הויכע געז פרייזן, יעצט ווען די געז איז געפאלן, צוריק גייט א קאזע,

און אזוי שרויפט מען ארויף פרייזן, און מען סיי מען שפארט זיך נישט, און סיי א גאנץ יאר פרייז בלייבט העכער

פליקער » זונטאג מערץ 26, 2017 10:24 pm

· #366922
Re: די חורבן פון קיופאנ'ס
לאנג לעבען זאל בינגא

יתרו » זונטאג מערץ 26, 2017 10:58 pm

· #366927
איך ווייס נישט פארוואס די זאגסט אזוי איך צאל נאך די זעלבע פרייז פון 85-65 פאר א קינדער שיך און 120-150 פאר אן ערוואקסענער געוואנדען לויט די קוואליטי.

אישתישבי » מאנטאג מערץ 27, 2017 12:16 am

· #366934
איך מיין אויך אז די פרייזן זענען נישט ארויף.