☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ליבאביץ און רב שך, די נאכפאלגער גרייכען! -ליבאביצע ביאגראפיע

ליבאביץ און רב שך, די נאכפאלגער גרייכען! -ליבאביצע ביאגראפיע

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11391

איש את רעהו » מוצ"ש מערץ 25, 2017 11:33 pm

· #366751
ליבאביץ און רב שך, די נאכפאלגער גרייכען! -ליבאביצע ביאגראפיע
ווען איינער זאל עס זאגן פאר 10 יאר צוריק וואלט איר עס נישט געגלויבט
עס איז נארוואס פובליצירט געווארן א עד פאר א ישיבה "תומכי תמימים על טהרת הקודש" דהיינו נאכפאלגער פינעם ליבאביצער זענען געקומען אויף דעם אז עס טויג מער נישט צו זיין אנגעוויזען אויף די פאנד'ס פון די ממשלה אין א"י
ליינט דאס

📎 ל.jpg

הרב שך און רב מליבאביץ קוקט וואס פון אייערע נאכפאלגער זענען געווארן
די ווערטער זענען מיט איבער 60 יאר צוריק געשריבען געווארן, אייערע נאכפאלגער קלעבן דערצו
ותקותינו שימצאו הרבה אנשים
שאף אם עכשיו לא יועיל להם מאומה,
מכל מקום לאו כל הזמנים שוות,
ויבוא עוד זמן שיפתחו איזה לבבות בני ישראל ויפקחו עיניהם ויגיעו לאזניהם הקולות המצלצלים מדרך הראשונים

יתרו » זונטאג מערץ 26, 2017 2:26 am

· #366759
רב מ'סאטמאר און הרב מריבניץ, קוקט ווי די נאכפאלגער גרייכן !
<a class="postlink" href="http://cloud.tapatalk.com/s/58d4615849289/VID-20170323-WA0097.mp4">http://cloud.tapatalk.com/s/58d46158492 ... WA0097.mp4</a>

קל וחומר » זונטאג מערץ 26, 2017 3:07 am

· #366762
Re: רב מ'ליבאביץ און הרב שך, קוקט ווי די נאכפאלגער גרייכען !
אשכול שטינקט פון צמצום על טהרת הקודש.

מיש-נייעס » זונטאג מערץ 26, 2017 12:32 pm

· #366778
הרב שך כבודו במקומו מונח אבער ווי קומט ער צו זיין אויף איין שורה מיט'ן ליובאוויטשע רבי
ער האט געלערנט זייער פלייסיג, אבער מסירת נפש פאר א צווייטן איד 24 אין טאג?
דאס זעלבע איז מיט סאטמאר און ריבניצע רבי, וואס זיי האבן זיך אוועקגעגעבן מיט מסירת נפש פאר א צווייטע איד

די נאכפאלגער גייען טאקע ביידע אין די וועגן פון זייערע רבי'ס
רב שךס תלמידים לערנען ווייטער פלייסיג
און ליובאווישע רבי'ס תלמידים זענען זיך ווייטער מוסר נפש פאר אנאנדערן אידן
סאטמארע תלמידים זענען זייער שטארק אין חסד, זיי וועלן גיין אין פייער צו העלפן א צווייטן איד
און ריבניצע רבי האט נישט געהאט קיין תלמידים נישט בחייו און נישט לאחר מותו

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 26, 2017 12:47 pm

· #366785
Re: רב מ'ליבאביץ און הרב שך, קוקט ווי די נאכפאלגער גרייכען !
פארגעס פון מיין ניק נאמען און ענטפער ביטע. ווען האט דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל זיך מוסר נפש געווען פאר אידען? ער איז געגאנגען אויף מבצעים? צו אין ערגעץ געפארען צו העלפען איינעם? א מאל אויסגעגעבען אייגענע אויסגעהארוועטע געלט פאר א נצרך?
אחוץ טאמער מ׳מיינט מסינפ"ש ע"י שליח....

גייט׳ס צוריק צו איש את רעהו׳ס דאגות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מיש-נייעס » זונטאג מערץ 26, 2017 12:52 pm

· #366787
ליטוואק פון בודאפעסט
פארגעס פון מיין ניק נאמען און ענטפער ביטע. ווען האט דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל זיך מוסר נפש געווען פאר אידען? ער איז געגאנגען אויף מבצעים? צו אין ערגעץ געפארען צו העלפען איינעם? א מאל אויסגעגעבען אייגענע אויסגעהארוועטע געלט פאר א נצרך?
אחוץ טאמער מ׳מיינט מסינפ"ש ע"י שליח....

גייט׳ס צוריק צו איש את רעהו׳ס דאגות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מיט וואס גרעניצט זיך מסירת נפש, נאר אויב איינער שטייט מיט א רעוואלווער און דו לאזט דיך שיסן? טאמער איז ער געשטאנען 24 שעה א טאג, און זיין מח האט נאר געטראכט פון העלפן א צווייטן איד, און למעשה האט איהם קיינער נישט געוואלט שיסן, אבער דער מענטש האט אוועקגעגעבן זיין מח און מחשבה ווי אזוי צו העלפן א איד, ליגט נישט אין דעם בלוט אז עס איז דא שלוחים אין די גאנצע וועלט

איך האב געקוקט אויף דיין בודאפעסט'קייט נישט אויף דיין ליטוואקישקייט ווען יא וואלט עס געווען שארף...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 26, 2017 12:57 pm

· #366790
Re: רב מ'ליבאביץ און הרב שך, קוקט ווי די נאכפאלגער גרייכען !
יעצט רעדסטו סתם דמיונות, גענוצט א לאזונג פון מסירות נפש אויף עפעס אנדערש. רוף עס אן עפעס אנדערש און נוץ נישט דער טערמין מסירות נפש, וואס מיינט אוועק געבען דער זעלע. איינער וואס מ׳איז געשטאנען מיט א ביקס און ער גיבט נישט נאך זיין אידישקייט, איינער וואס גיבט אוועק זיין קליינע מאס געלט פאר א נויטבאדערפטיגע, איינער א מתמיד און שקדן וואס פארמאכט זיין גמרא כדי צו באזוכען אן עלענדע איד, איינער א גרויסע מחמיר וואס גיבט נאך א חומרא אז א צווייטע זאל גוט פילען, איינער וואס פארט ווייט פון זיין משפחה און קהלה צו ברענגען תורה צו מענטשען וואס ווייסען נישט דערפון.

דער ליובאוויטשער רבי האט געהאט פיהל טעטיגקייטען און מעלות. ס׳פאדערט זיך נישט קיין איבערטייטשען טערמינען אויף איהם אויסצורימען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מיש-נייעס » זונטאג מערץ 26, 2017 1:08 pm

· #366797

אין הכי נמי, אבער עס איז אבער נישט קיין דמיון, עס איז א אויסשפראך וואס מען ניצט אין אזא פאל, אזוי מיין איך

וואלווי » זונטאג מערץ 26, 2017 2:53 pm

· #366838
ליטוואק פון בודאפעסט
פארגעס פון מיין ניק נאמען און ענטפער ביטע. ווען האט דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל זיך מוסר נפש געווען פאר אידען? ער איז געגאנגען אויף מבצעים? צו אין ערגעץ געפארען צו העלפען איינעם? א מאל אויסגעגעבען אייגענע אויסגעהארוועטע געלט פאר א נצרך?
אחוץ טאמער מ׳מיינט מסינפ"ש ע"י שליח....

גייט׳ס צוריק צו איש את רעהו׳ס דאגות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ער האט אויפגעגעבן און אוועק געשיקט מיט מסירות נפש א געהויבענע געטרייע שליח און מקרב אלפי נשמות קדושות ה"ה הרב שלמה קארלבאך זצ"ל , וואס וואלט געווען שטארק באגרעניצט מיט זיינע אויפטוען ווען ער בלייבט ווען אונטער ליובאוויטש.

הייסט דאס דען נישט זיך אוועקגעגעבן פאר יודען'ס וועגען?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 26, 2017 2:57 pm

· #366840
Re: רב מ'ליבאביץ און הרב שך, קוקט ווי די נאכפאלגער גרייכען !
פיהר און צוואנציג שעה א טאג האט ער פארטריבען קארליבאכ׳ן. טאג און נאכט האבען קארליבאכ׳ן געשטראמט צו איהם, גרויסע קליינע, דיקע און דארער. און ער האט זיי נאכאנאנד אוועק געשטופט, השכם והערב.
און אלס פאר אנדערע אידענ׳ס טוועגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מיש-נייעס » זונטאג מערץ 26, 2017 6:27 pm

· #366876
ליטוואק פון בודאפעסט
פיהר און צוואנציג שעה א טאג האט ער פארטריבען קארליבאכ׳ן. טאג און נאכט האבען קארליבאכ׳ן געשטראמט צו איהם, גרויסע קליינע, דיקע און דארער. און ער האט זיי נאכאנאנד אוועק געשטופט, השכם והערב.
און אלס פאר אנדערע אידענ׳ס טוועגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילך, זעהט אויס אז דו ביסט געבליבן ביים בודאפעסטער איסור אויף ריקעדיגע בילדער און דו האסט נישט געזעהן דו קליפ'ס ווער עס איז געקומען צו ליובאוויטשער רבי'ן

קומזיץ » זונטאג מערץ 26, 2017 7:40 pm

· #366883
די ליבאוויטשער רבי זצ"ל האט אוועקגעגעבן אלע זיינע באדערפענישן צו פארשפרייטן אידישקייט , ווי באקאנט האט ער געוואנט ווי גאר א פשוטע מענטש און קיינמאל נישט געגאנגען אויף וויקאציע , אלע זיינע טאלאנטן און יכולת האט ער גענוצט צו מקרב זיין יודן צום באשעפער , און ער האט נישט געקוקט אויף זיינע באקוועמליכקייטן , און דאס ווערט אנגערופן מסירות נפש

איש את רעהו » זונטאג מערץ 26, 2017 7:53 pm

· #366886
קומזיץ

ער האט נישט געקוקט אויף זיינע באקוועמליכקייטן , און דאס ווערט אנגערופן מסירות נפש

אין יארע 2017 ווען עמיצער קוקט נישט אויף באקוועמליכקייט הייסטעס שוין אומגעקומען עקה"ש

newkave » זונטאג מערץ 26, 2017 7:57 pm

· #366888
.

איש את רעהו » זונטאג מערץ 26, 2017 7:58 pm

· #366889
newkave
מיר זעט אויס אז @איש את רעהו וויל פשוט ביליג מאכן די ליובאוויטשע'ן רבי מיטן לייגן אין די זעלבע שורה ווי

חלילה
אויב עפעס וואלט איך ליבאביץ נישט פארגליכן צו א גאון עולם וואס האט כל ימיו זיך געמיטשעט אין לערנען.

newkave » זונטאג מערץ 26, 2017 8:02 pm

· #366890
מיין פיינט'ס פיינט איז מיין פריינד...

אז @ליטוואק פון בודאפעסט האט פיינט חסידים, און ער נעמט זיך אן אין סיי וועלכע חסידישע מחלוקה, לערנט מען פון דעם אז די צד שכנגד איז גערעכט. עיין ערך בעלזא.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 26, 2017 8:35 pm

· #366894
Re: ליבאביץ און רב שך, די נאכפאלגער גרייכען! -ליבאביצע ביאגר
פון וועלכע חסידישע מחלוקה רעדט מען דא?

וואס האלט איך אין בעלזא?

איך ווייס פשוט נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קל וחומר » זונטאג מערץ 26, 2017 9:05 pm

· #366901
Re: ליבאביץ און רב שך, די נאכפאלגער גרייכען! -ליבאביצע ביאגר
איש את רעהו
newkave
מיר זעט אויס אז @איש את רעהו וויל פשוט ביליג מאכן די ליובאוויטשע'ן רבי מיטן לייגן אין די זעלבע שורה ווי

חלילה
אויב עפעס וואלט איך ליבאביץ נישט פארגליכן צו א גאון עולם וואס האט כל ימיו זיך געמיטשעט אין לערנען.

ליובאוויטשער רבי איז נאך עניטיים געווען אזא גאון ווי די 'גאון' וואס האט מספיד געווען דיין אפגאט און פלעג נישט גיין צום חוף זיך אויסליפטערן יעדן ער"ש ווי דעם 'גאון' (ע"פ עדותו של הר"י זילבערשטיין בספרו ברכו נפשי). אדער ווי אנדערע וואס פלעגן האבן אלע באקוועמליכקייטן און געפארן זיך פראווען אין מיאמי ביעטש.

איש את רעהו » זונטאג מערץ 26, 2017 9:20 pm

· #366904
קל וחומר
איש את רעהו
newkave
מיר זעט אויס אז @איש את רעהו וויל פשוט ביליג מאכן די ליובאוויטשע'ן רבי מיטן לייגן אין די זעלבע שורה ווי
חלילה
אויב עפעס וואלט איך ליבאביץ נישט פארגליכן צו א גאון עולם וואס האט כל ימיו זיך געמיטשעט אין לערנען.

ליובאוויטשער רבי איז נאך עניטיים געווען אזא גאון ווי די 'גאון' וואס

כל ימיו האט ער געמיטשעט אין לערנען?
קען זיין אין ביבליאטעק פון ליבאביצר קוקט אויס אז נישט

קל וחומר » זונטאג מערץ 26, 2017 9:32 pm

· #366908
Re: ליבאביץ און רב שך, די נאכפאלגער גרייכען! -ליבאביצע ביאגר
אין אנדערע ווערטער זאגסטע אז רב שך איז געווען גרעסער פונעם רמב"ם וואס האט זיך געלערנט דאקטעריי און פילאזאפיע.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 26, 2017 9:45 pm

· #366911
Re: ליבאביץ און רב שך, די נאכפאלגער גרייכען! -ליבאביצע ביאגר
אינטרעסאנט, ווען הרב שך׳ס נאמען ווערט דערמאנט, שפראצען זיך אויס ליובאוויטשער חסידים פון אלע זייטען. ניקס וואס האבען גארנישט צו זאגען פון איהם, גארנישט קיין שייכות מיט׳ן רבי און מיט חב"ד, ווערען פייערדיגע מקושרים.
ונבנתה מיט נקודה חבדית זענען נישט דא, אבער די וואס ווייסען וואס מיינט דאס חסידות אויפ׳ן אמת קומען צו לויפען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » זונטאג מערץ 26, 2017 9:52 pm

· #366915
איז די לובאוויטשער רבי בכלל געווען אמאל ביי א הפגנה?

איש את רעהו » זונטאג מערץ 26, 2017 10:26 pm

· #366923
יא

newkave » זונטאג מערץ 26, 2017 10:29 pm

· #366925
.

יתרו » זונטאג מערץ 26, 2017 10:55 pm

· #366926
אנטשולדיגט אבער מען רעדט נישט אזוי, דאס פאסט ניטאמאל פאר א 14 יעריגער מאנרא בחור.

היסטאריקער » מאנטאג מערץ 27, 2017 12:05 pm

· #366987
יתרו
http://cloud.tapatalk.com/s/58d4615849289/VID-20170323-WA0097.mp4

ווי קימט דא אריין רימניץ? די ת"ת איז תשב"ר אין וומסב"ג, האט גארנישט מיט רימניץ

יתרו » מאנטאג מערץ 27, 2017 5:48 pm

· #367044
או קיי שריי נישט... כ'האב געמיינט אז מען רעדט פון תשב"ר מאנסי
בדרך אגב תשב"ר אין מאנסי געט ארויס די זעלבע פירות ביודעי ובמכירי קאמינא, קוקט אויס אז שמא קגריםץ

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 5:54 pm

· #367049
איהר זענט דא אריין געפאלען בטעות. דא רעדט מען פון אנדערע, ווייניגער אינטרעסאנטע, זאכען

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 7:47 pm

· #367060
בחב"ד רועדת האדמה והאחראים לגזירת הגיוס מנסים לשחק ולטמון ראש בחול. בימים האחרונים 3 אברכים שגוייסו על ידי וילשנסקי לצבא עזבו את נשותיהם. ואלו הם הסיפורים הקלים מתוצאות של מופקרים ומושחתים.
בימים הקרובים תעלה המלחמה שלב מכריע כדי להביא לריסוק גזירת הגיוס בכל מחיר. ישנם עוד סיפורים מחרידים שמנסים להשתיק ממה שמתרחש כעת. הורים זועקים ומתחננים אלינו לזעוק את זעקתם ולמנוע חורבן של כל דור העתיד בחב"ד

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 9:35 pm

· #367072
Re: ליבאביץ און רב שך, די נאכפאלגער גרייכען! -ליבאביצע ביאגר
דאס זעט אויס די לשון פון שאולזוהן אשר אינו חשוד לומר אמת

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:48 pm

· #367088
און ס'זעט אויס אז איש את רעהו קען א גוטע עברית, בערך אזוי ווי @אנאנים

סאשי פיש » דינסטאג מערץ 28, 2017 8:00 am

· #367130
Re: ליבאביץ און רב שך, די נאכפאלגער גרייכען! -ליבאביצע ביאגר
אדער ווי נאר פרייליך

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 28, 2017 8:14 am

· #367132
אז מען רעדט איבער חבד
מען האט געזאגט צו סאטמאר רב אז די חבד'סקע זענען מייחס די לעצטן רבי צום דור השביעי בבחינת שבת ווייל ער איז די זיבעטער חבד מנהיג
האט סאטמאר רב געזאגט "הייסטעס די בעל התניא איז געווען נאר א פשוטע זינטיג"

newkave » דינסטאג מערץ 28, 2017 10:06 am

· #367156
איש את רעהו
אז מען רעדט איבער חבד
מען האט געזאגט צו סאטמאר רב אז די חבד'סקע זענען מייחס די לעצטן רבי צום דור השביעי בבחינת שבת ווייל ער איז די זיבעטער חבד מנהיג
האט סאטמאר רב געזאגט "הייסטעס די בעל התניא איז געווען נאר א פשוטע זינטיג"

איך האב גראדע געהערט אז דער וויץ שטאמט פון דזשיגאן, אבער שוין...

קל וחומר » דינסטאג מערץ 28, 2017 10:22 am

· #367158
Re: ליבאביץ און רב שך, די נאכפאלגער גרייכען! -ליבאביצע ביאגר
איש את רעהו
אז מען רעדט איבער חבד
מען האט געזאגט צו סאטמאר רב אז די חבד'סקע זענען מייחס די לעצטן רבי צום דור השביעי בבחינת שבת ווייל ער איז די זיבעטער חבד מנהיג
האט סאטמאר רב געזאגט "הייסטעס די בעל התניא איז געווען נאר א פשוטע זינטיג"

נישט אז איך האלט פונעם ווארט, אבער אין אנדערע פלעצער האט מען געהערט רבי'ס זיך פארגלייכן מיט קדושה מיט מער ווי זיבען דורות.

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 28, 2017 10:51 am

· #367166
קל וחומר
איש את רעהו
אז מען רעדט איבער חבד
מען האט געזאגט צו סאטמאר רב אז די חבד'סקע זענען מייחס די לעצטן רבי צום דור השביעי בבחינת שבת ווייל ער איז די זיבעטער חבד מנהיג
האט סאטמאר רב געזאגט "הייסטעס די בעל התניא איז געווען נאר א פשוטע זינטיג"

זיך פארגלייכן מיט קדושה מיט מער ווי זיבען דורות.

די ווארט אין חב"ד איז נישט איבער מדמה זיין קדושות, די ווארט גייט פון זינטיג איז נמשך געווארן א השתלשלות ביזן שב"ק

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 28, 2017 4:37 pm

· #367333
מען שלאגט זיך ביי רבני ליבאביץ וואס די רבי האט געהאלטן וועגן דינען אין מיליטער
רב טובי' בלוי שרייבט א לאנגע מכתב

📎 _Page_1.jpg📎 Page_2.jpg📎 מכתב_Page_3.jpg📎 מכתב_Page_4.jpg📎 מכתב_Page_5.jpg

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 28, 2017 4:38 pm

· #367334
📎 מכתב_Page_6.jpg📎 מכתב_Page_7.jpg