☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מעיק "קאווע שטיבל" גרעיט עגעין...

מעיק "קאווע שטיבל" גרעיט עגעין...

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11390

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:19 pm

· #366579
מעיק "קאווע שטיבל" גרעיט עגעין...
איך עפען א אשכול ווי מען זאלן קענען קאמענטירן און דיסקאסירן עצות ווי אזוי מען קען פארבעסערן ק"ש.

וזה החלו: מיך שטערט זייער אז מען קען גארנישט טרעפן, און אפילו איך האב שוין געטראפן א אשכול "איך זיך א אשכול" איז עס אויך נישט קיין סאך ווערט ווייל קודם שטייט נישט דארט נאר געציילטע לינק, און ווי אויך דארף מען דאך א שומר אויפן שומר, צו טרעפן דעם אשכול.

די עצה: מ'זאל מאכן א קנעפל, אויבן ביים הויפט זייט, וואס זאל פירן צו א אשכול וואס דארט ליגט א מפתח פון אלע אשכולות

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:35 pm

· #366581
ס'דא א זיך קנעפל

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:36 pm

· #366582
קאצקע ציקער
ס'דא א זיך קנעפל

די זיך קנעפל איז א בחינה פון מוישע זיכמיך... נו גיי טרעף א אשכול דארט, עס ברענגט דיר צאם אלעס......... נאר נישטט וואס דו זיכסט

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:43 pm

· #366585
ווייסטו וואס געב מיר עפעס וואס דו זיכסט און איך ברענג דיר עס

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:51 pm

· #366589
קאצקע ציקער
ווייסטו וואס געב מיר עפעס וואס דו זיכסט און איך ברענג דיר עס


אין אנדערע ווערטער ווען איך זיך עפעס שיק איך דיר א אישי?
איך מיין אז עס גייט נישט ארבעטן אזוי

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:55 pm

· #366590
וועסט איהם שיקן א אישי און ער וועט ניצן די זוך קנעפל פאר דיינעט וועגן. אדער קענסטע עס אליינס טוהן. אזוי האב איך איהם פארשטאנען.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:56 pm

· #366603
איך זעה נישט פארוואס דו זאגסט אז די זיך קנעפל איז שווער צו זיכן . איך האב דיר געוואלט פראווען אז ס'נישט שווער דאס אלעס

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 10:01 pm

· #366612
א גוגל סאורטש מיט דאס וואס דו זוכסט + די ווערטער ק״ש ברענגט צומאל בעסערע רעזולטאטן.

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מערץ 24, 2017 12:24 am

· #366621
דיס פלעיס וואז אלוועיס גרעיט ענד וויל אלוועיס סטעי גרעיט. דאנט ווארי.

מיש-נייעס » זונטאג מערץ 26, 2017 12:39 pm

· #366782
.

מיש-נייעס » זונטאג מערץ 26, 2017 1:14 pm

· #366799
רוב גוטע שרייבערס זענען מער נישט דא קען איינער מסביר זיין פארוואס?

מיש-נייעס » פרייטאג יוני 2, 2017 2:02 pm

· #372969
עס בלוטיגט ממש צו זעהן ווי קאווע שטיבל עס איז ממש געבליבן ווי א שטעטל אין פוילן נאכ'ן קריג אפילו קיין אחד מעיר ושניים ממשפחה נישט געבליבן

קיין איין שרייבער קיין איין נארמאלע ארטיקל ווייסט איינער וואס די סיבה איז

איז מען אפשר אויסגעלאפן פון טאפיק'ס?, סענען אלע שרייבער'ס געווארן באצאלטע שרייבער?

עס איז ממש א בושה צו שרייבן דא עס ווערט מער און מער קארנ"י, איך פארשטיי זייער גוט א שרייבער וואס שעמט זיך צו שרייבן דא

אפשר טוישן די נאמען פון שטיבל צו קינדערגארטן

אדער כאטשט די-קעפענעיטעד קאווע שטיבל

אישתישבי » פרייטאג יוני 2, 2017 2:15 pm

· #372970
כ'מיין די מנהלים זענען מער נישט דער זעלבער, מען אטאקירט שטארק אנדערע שרייבער אזוי אז מען האט צייט מורא צו שרייבן.

די מנהלים מעקען צו שנעל אויך, ווען מען שרייבט און עס ווערט געמעקט האט מען נישט חשק צו שרייבן פאר צוויי וואכן.

ועוד סיבות, דא איז געווען אמאל א טורן אווער און מען ווייסט נישט צו איין טאג וועט מען ארויסגעבן ווער א שרייבער איז פאר די באהערדע. והמבין יבין.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 2, 2017 4:35 pm

· #372983
די מנהלים מעקן שנעל?? וואס רעדסטו? אסאך מאל נעמט מיר וואכן פון איך באריכט עפעס ביז זיי נעמען קעהר. זיי שלאפן צופיל.

וואלווי » פרייטאג יוני 2, 2017 4:53 pm

· #372987
די איינציגסטע עצה איז קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרונקא.

קאווע שטיבל איז אייביג גוט געווען און איז נאך אלס זייער א גוטע בעלענסעד פלאץ. ס'מאכט זיך פשוט אז די אקטיווע נושאים זענען נישט אייביג אינטערסאנט פאר א יעדן. למשל די בעלזא מהפכה און די קומענדיגע כינוס אינטערסירט מיר ווי די פאריעריגע שניי. איז וואס זאל איך טוהן ? סתם שרייבן שטותים? ענטפערן נער'ישע תגובות? בלעימען זאל מען קייינעם נישט און אודאי נישט די מנהלים וואס בדרך כלל לאזן א יעדען טוהן וואס ער וויל ווילאנג עס איז סיוויל און מענטשליך. אדרבה אז איינער האט א פראבלעם אז ס'שטיל זאל ער מוחל זיין און זיך אוועק זעצען שרייבן עפעס צום זאך. נאר די מעמבערס אליינס קענען זיך העלפען אויב א יעדער וועט קאנטריביוטען פון צייט צו צייט מיט אן ארטיקעל אויב ער קען אדער עכ"פ שרייבן זאכליכע תגובות.

קאווע שטיבל איז אייביג גוט געווען און וועט אזוי בלייבן!

גר ותושב » פרייטאג יוני 2, 2017 5:01 pm

· #372988
Re: מעיק "קאווע שטיבל" גרעיט עגעין...
איין נקודה פון מיש-נייעס איז אמת אז עס זענען כמעט מער נישט דא קיין נארמאלע ארטיקלען.
ווען האט איינער לעצטנס געפנט א זאפטיגן אשכול פשוט צו באשרייבן אדער דורך טוהן א נושא?
די טעם לכאורה איז ווייל די שרייבער שרייבען עקסקלוסיוו פארן וועקער בשעת ווען אמאל זענען די ארטיקלעך פון די שטיבל אויך געדריקט געווארן אונעם וועקער זענען דא ארשינען שיינע ארטיקלען לרחצה און אונעם וועקער אביסל בעסער איבער געארבעט מיט גרעפיקס בחינם
אבער לעת אתה וואלט מען דאך נישט געצאלט פארן וועקער אויב וואלט מען געקענט זעין די ארטיקלעך דא אין שטיבל בעפאר איז שרייבן זיי עקסלוסיוו פארן וועקער, אין דאס האט אוועק גענומען די טרעפיק דא .
איך האלט נישט אז עס איז א חסרון סך הכל זאג איך אז די שרייבער זענען ווייטער דא אונז צו מהנה זיין מיטן וועקער אפילו עס איז נישט דא אין שטיבל.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 2, 2017 5:13 pm

· #372992
Re: מעיק "קאווע שטיבל" גרעיט עגעין...
עפען א זאכליכע אשכול און קוק וויפיהל באזוכערס און תגובות דו באקומסט. ווען איך האב געזען וואס דא טוט זיך, האב איך פראבירט צו עפענען, און אחוץ איינער, איז עס שטיל געבליבען.
איך האב יעצט אין געדערעם א פאר הרהורי דברים וועגען עוואלושען, אבער ווער וועט אנהאלטען די שמועס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » פרייטאג יוני 2, 2017 6:26 pm

· #373004
מסכים לדברי שלום ואמת. ס'פעלט אבדזשעקטיוויטי דא.

מיש-נייעס » מוצ"ש יוני 3, 2017 11:54 pm

· #373038
איך האב הנאה אז עס איס געווארן א שטיקל שטורעם איך זעה אז נישט איך בין דער איינציגסטער וואס עס טוט וויי איך האף אז עס וועט זיין תשועה ברוב יועץ יעדער זאל צוגעבן עפעס און זאגן ווי אזוי מען קען טאקע מאכן קאווע שטיבל גריעט עגעין

און נישט זיין ווי דער בת היענה און אריינשטעקן די קאפ אין זאמט און זאגן עס איז געווען און עס איז און וועט זיין גוט

מפוזרי » זונטאג יוני 4, 2017 2:05 am

· #373072
Re: מעיק "קאווע שטיבל" גרעיט עגעין...
דער וועקער וואקסט מסתמא יא אויפן חשבון השטיבל, אבער קען זיין אז דער צר איז שווה בנזק המלך.

וואלווי » זונטאג יוני 4, 2017 2:43 am

· #373078
כדי ס'זאל זיין ווייניגער שאדן וואלט געווען כדאי אביסעל בעסער מסדר צו זיין די תגובות און הערות אויפ'ן וועקער. בין כך רעדט מען דא פון ארטיקלען וואס חברים האבן גענומען צייט צו שרייבן, אויב נישט אונ'ם וועקער וואלט עס געגאנגען גראד אריין אין שטיבל, און פון דעם אליינס ווערט מער אינטערסאנטע טרעפיק. ביי די פאריגע וועקערס האט זיך אויסגעשטעלט א שטיקל פראבלעם למעשה אז קודם קאמענט מען בכלליות, דערנאך עפענט זיך אן אשכול וועגען איינע פון די ארטיקלען, חוץ פון דעם בלייבן פארשידענע ארטיקלען בכלל אן אן אשכול, קען זיין די טעם איז ווייל מ'לייגט דאך נישט ארויף די ארטיקלען אליינס, יהי' איך שיהי' הערשט א צימישעניש און סוכ"ס ליידט דער שטיבל אליינס דערפון ווייל די ארטיקלען בעצמם וואלטן געקענט אינטערסאנטער מאכן דאס פלאץ און פאריכטען די פראבלעם פון ווייניג אינטערסאנטע נושאים. אולי וואלט געדארפט זיין א סעקשאן מיוחד פאר די וועקערס, לכתחילה עפענען א אשכול פאר א יעדען ארטיקל, און פון דארט וועט זיך עס שוין אליינס פארמירן לייטישע קאנווערסעישענס.

מפוזרי » זונטאג יוני 4, 2017 2:50 am

· #373079
Re: מעיק "קאווע שטיבל" גרעיט עגעין...
האסט מיר אויסגעכאפט. איך קלער שוין לאנג אז דאס איז וואס מ'דארף טון.

גר ותושב » זונטאג יוני 4, 2017 8:43 am

· #373093
די פראבלעים דערפון איז אז מהאט געבעטן די שרייבערס מזאל נישט ארויף לייגן די נייע זאכן ביז א שטיק צייט נאכן ארויסקום פונעם וועקער איז ווען מען לייגט עס שוין יא ארויס איז עס שוין אביסל אפגעוועפט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 4, 2017 9:41 am

· #373097
מ'קען עפענען אן אשכול גלייך. נאר נישט ארויפלייגן די ארטיקלען.

מיין ארטיקל אינעם קומעדיגן וועקער איז באמת א המשך פון אן אלטען, איך וועל איהם נאר דארפען אויפוועקן.

אייז קריעם » זונטאג יוני 4, 2017 12:55 pm

· #373110
קאווע שטיבל איז א מייקראקאזם פון די קאמיוניטי ווי אונז געפינען מיר זיך.

האסטו שוין אמאל געזעהן א בית מדרש וואס זאל נישט האבן א גבאי וואס ענדזשויט צו קאנטראלירן ווער עס גייט צו און ווען? אזוי אויך א ישיבה וואס האט נישט א היט מען?

ליידער, אסאך ארגעניזעישנס און מוסדות'ער און נייע חסידות'ער/גרופעס ספין אפ'ס פון די חסידות וכדו' האבן זיך געעפנט מיט ריינע כוונות נאר שפעטער האבן זיך אריינגערוקט אפאר פאוער הונגעריגע מענטשן און אנגעזייעט א חורבן.

וויאזוי געשעט אזא זאך?

געווענליך, שעפערישע און גוטע איידיעס קומען פון קלוגע און ערנסטע מענטשן וואס זענען איידל און ערליך.
די ארגאניזעישן עפנט זיך און יעדער האט א שטראל פון האפענונג. נאר וואס דען, כל התחלות קשות און מען שטויסט זיך אן אין שוועריגקייטן. קומט דער שטן בדמות פאוער האנגרי מענטשן און טראגט אן צו "העלפן".
רובא דרובא זענען דאס מענטשן, א.ג. עסקנים וואס האבן ווייניג הצלחה אןן זאכן ווי זיי האבן געלייגט א יד ביז יעצט. נאר וואס דען, זיי האבן פאוערפול פערסענאליטיס און קיינער קען זיך מיט זיי נישט ספראווענען.

די זעלבע זאך איז דא אין שטיבל. פארשטייט זיך אז עס דארף זיין א שטיקל סדר, אבער דער צוגאנג פון מעקן אדער אריינלאזן און געוויסע חלקים פון שטיבל גייט צו בדרך טאטע/באס/עליטע, און דאס איז פארוואס מיר זענען לכתחילה אהערגעקומען און טוען אפשייען פון די זאכן.

ווען א נייע ניק קומט אריין, טאמער איז ער נאך אביסל נאס אונטערן אויער און רעדט נישט אזוי הונדערט פראצענט לויט'ן קולטור וואס איז יעצט הייס, כאפט ער אזעלכע האגל אז עס פילט זיך אזוי ווי אין ישיבה קטנה.
איר געדענקט נאך אין ישיבה קטנה ווען איר זענט אריינגעקומען אין שיעור א'? אפאר טעג זענען אריבער און דו האסט דיך אנגעהויבן שפירן באקוועמער און געזאגט עפעס א הויעך ווארט און מיטאמאל קומט אן א שיעור ג' בחור מיט א אפגעריבענעם כאלעטל און לאכט דיך אויס?

יעצט כאפ איך מיך אז איך וואלט געקענט מאכן אן אשכול געווידמעט אויף דעם ענין, נאר איך האב א געפיל אז איך וועל מיך טרעפן אין א סאמאטוכע מיט די ביג בויעס.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 4, 2017 2:26 pm

· #373120
וואס וויל מען פון די מנהלים? וואס האבען זיי אויסגעמעקט וואס איז נישט געווען ערליך פארדינט?

אייז קריעם » זונטאג יוני 4, 2017 6:18 pm

· #373191
ווען איינעמס תגובה ווערט געמעקט געבט דאס אים די געפיל ווי א קליין יונגל.

וואס וואלט געשען ווען א מנהל (דערמאנט מיך פון חדר) שיקט איינעם אן אישי און איז מעורר אז ער איז אריבער דעם גבול און ער זאל אליין פאררעכטן דעם תגובה?

געוואלדיג » זונטאג יוני 4, 2017 8:10 pm

· #373200
סהדי במרומים ובתחתונים אז אט דאס דיין געניאלע עצה פלעג איך טוהן און טוה נאך אלס מפעם לפעם, ומה אעשה אבער אז די צייט דריקט און עס איז נישטא אלעמאל צייט צו זיך זעצן שרייבן א שיינע אישי וואס ברענגט געווענטליך א גאנצע שמועס און צום סוף דארף מען נאכקוקן צו עס איז טאקע געווארן פאראכטן,
אבער ביסודו איז דאס טאקע אן עצה.

מפוזרי » זונטאג יוני 4, 2017 8:37 pm

· #373204
Re: מעיק "קאווע שטיבל" גרעיט עגעין...
@אייז קריעם,
דער משל מיט שיעור ג' איז טאקע שיין, אבער דער נמשל לפי זה, אויב עפעס, וועט זיין די עלטערע ניקס. זיי קענען טאקע אמאל שרייען, אבער נישט מעקן.

איך קוק ארום און זע נישט וואו מ'קען מערקן א מעקעריי לגופו של ניק. די פאר ניקס וואס לגבם וואלט מען געקענט דן זיין אז 'זיי' זענען דער אישו (כאטש וואס מ'קען אויך זאגן אז ס'נישט 'זיי' נאר די האספולע תגובות זייערע) זענען דירעקט אלטגעזעסענע ניקס.

אחוץ אויב דו רעדסט פון די אנאנימס, אבער זײ קען מען נישט שיקן קיין אישי.

אייז קריעם » זונטאג יוני 4, 2017 9:46 pm

· #373218
בעיסיקלי, ווען איינשטיין זאל דיר געבן קריטיק וואלסטו דאס גענומען פאר א קאמפלימענט אבער ווען א בחור'ל געבט דיר א קאמפלימענט קיקסטו אים אן ווי א שמיגעגי.

הכל לפי המבייש והמתבייש.

איך פארשטיי אז עס זענען דא שרייבער וואס קטנם עבה ממתני אבער דאך צו שמייסן אינסאלטס, און זיך ארומדרייען מיט עטיטוד, אדער צו מעקן ווילדערהייט דאס איז שוין עפעס אנדערש.

דאס האב איך געמיינט מיט דעם שיעור ג' בחור. ווייל ער זיצט דא און ישיבה אביסל לענגער און ער ווייסט שוין יעדן מייזן לאך בארעכטיגט אים נאכנישט צו עקטן ווי איינער וואס האט אקורשט געפינען א רפואה פאר קענסער.

מפוזרי » זונטאג יוני 4, 2017 11:00 pm

· #373232
Re: מעיק "קאווע שטיבל" גרעיט עגעין...
זאגסט זייער גוט, אבער די עטיטוד געבערס זענען נישט קיין מעקערס. וואו זעסטו א געמעקעכץ וואס מ'קען באשולדיגן אין עטיטוד?
בכלל, נראה לי אז לעצטנס איז דוקא אסאך בעסער מבחינת עטיטוד.

שמעקעדיג » זונטאג יוני 4, 2017 11:11 pm

· #373239
אייז קריעם כ'האב מורא האסט בטעות פארבלאנזשעט און געשריבן דא אנשטאט אין אייוועלט...

מיש-נייעס » דאנערשטאג יוני 15, 2017 8:08 pm

· #375367
איז דא א מעגליקייט אז די גבאים זאל מאכן איין אשכול פון אלע צוואציג אשכולות אויף דער זעלבער ענין

די בראקעלי... האט געהאט 50 באזונדערע אשכולות, און אז איינער וויל עפעס מגיב זיין מוז ער איבערקוקען אלע אשכולות כדי צו וויסן ווי מען האלט מיט די סוגיא

וואס אן אמת די גאנצע זאך איז א תולדה פון פרשת גיוס וואס איז אויך געווען צוזייערט און הונדרעט אשכולות (שוין! די עצרת פארלאנגט זיך א עקסטערע עטענטשין)

יעצט האחט עס שוין ביי א תולדה דתולדה, די סמאטוכע ארום דער בלאט, קיינער זאגט נישט אז עס פארלאנגט זיך נישט קיין באזונדער אשכול מען זאל קענען מיט ישוב הדעת באזונדער דורכטון דעם נושא, אבער נאך הונדרעט אשכולות צו וואס?

מיש-נייעס » דאנערשטאג יוני 22, 2017 5:20 pm

· #376533
ברוך השם מען זעהט אאויפוואכונג אין קאווע שטיבל לעצטענס די זאפטיגע שרייבער זענען דא צוריק בנוסף צו נייע שרייבער, עס איז צו ערווארטן אז קאווע שטיבל ווערט גרעיט עגעין

דאכצעכמער » מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:12 pm

· #414609
דא האט מען שוין געוויינט אויף די בראך פון וועקער וואס האט אראפגעברענגט ק"ש צו די קניען